די פילע זינדן פון אידישע קינדער,
ברענגט אונז א ספר אזא וואונדער.
 
גיי דערצייל עס,
אז נ"ך איז געווארן א דאנק אידישע עבירות.
דער רבי זאגט ווערטער וואס געבט אונז א אנדער בליק,
ווען נישט די עבירות אלע שטיק,
וואלטן מיר נישט געהאט דעם טייערן אנטיק,
דער הייליגע נ"ך וואס איז פיל מוסר אזויפיל חיזוק.
 
***
דאס גרויס עניות אין תימן,
האט געברענגט א געשמאקע אייטעם צו אונזערע היימען,
נישט געווען וואס צו עסן וואס צו טרינקען,
מען האט זיך געמוזט באגעניגן מיט בלויז… טינקען,
פון א טעמעטא א צוקוועטשטע,
צוריבן מיט קנאבל א פארוועטשטע.
געווארן א מאכל… בדיעבד… יא א גוטע,
ווי צו טינקן דעם ארימען פיטא.
אויסגעזען האט עס אז מען האט נישט קיין ברירה,
היינט באשיינט עס אונזער שבת מיט א מאכל אזא טייערע.
ווער וועט דען געבן א סקיפ,
א שבת אן טאמעטא דיפ.
 
***
דאס ארימקייט פון אמאל,
געהערשט אין ארץ ישראל,
האט אונז געברענגט פיינע סחורה אן א צאל.
פון חומוס ביז טחינה, יא אויך עגפלענט א חידוש,
מען האט זיך נישט געקענט ערלויבן שבת קיין פיש.
אלטע עגפלענט דאס האט ער נאך געהאט,
באנדלעך צוריבן סעסעמי צומאלן,
געמאכט פון דעם א פיינער סאלאט,
א טינק דא א טינק דארט ביז געווארן זאט.
היינט אן דעם איז… עפעס פעלט,
מען וועט צאלן פאר אזא שאכטל טייער געלט, 
דייקא דאס הייסט היינט… "ער האט גוט צוגעשטעלט…"
 
***
דאס דחקות אין גאליציע, פוילן און רוסלאנד,
פלייש? ווער האט געקענט קריגן אין יענעם צושטאנד,
גענומען וואס מען האט געהאט אין האנט,
מערסטנס אביסל טשיקן פיסלעך צו שפאט און צו שאנד,
פשי-י-י קוק וואס עס איז געווארן היינט,
א חסידישע מאכל אזוי באקאנט.
עס איז גאר א מעלה,
נאאא! א חסידישע איד שבת אן גאלע?



***
פלאטשיגע מענטשן האבן אונז דעליווערט אזא זאך,
מען האט עס זיי צוגעווארפן ווייל זיי זענען דאך שוואך,
דערווייל איז עס אונז געבליבן א טעם לשבח.
איך קען זיך מיט אים נישט פארטראגן,
איך גיי מיך מיט אים א גאנצע זמן שלאגן?
ער וויל נישט לערנען האלט זיך נישט ביים פלאגן,
אוי! א קרעכץ… נו! 
כאטש נעם א משניות די ווערטער קענסטו דאך זאגן,
קוק ווי ווייט דאס האט אונז געטראגן,
אזא אוצר וואס מיר טוען היינט פארמאגן,
עס הערט נישט אויף נאגן,
ווי די שוואכע האבן פארכאפט דעם וואגן,
געזאגט משניות און אונז אלע געטון איבעריאגן,
דייקא זיי זענען אויסגעוואקסן תלמידי חכמים מופלגים,
און פאר אונז - די 'גוטע' - האלט מען אין איין פארשלאגן,
יעדע שטיק צייט א נייע א ענטפער פארמאגן,
פארוואס וואקסן נישט קיין תלמידי חכמים פון די היינטיגע יוגנט.



***
 
שוואכע אידישקייט האט אונז זייער געפלאגט,
אזא דור קיינער נישט פאראויס געזאגט,
אבער… ס'האט אונז געברענגט א פיינע פראדוקט,
נעבעך! א שוואכע בחור! א שוואכע יונגערמאן!
האלט ביי גארנישט ממש ביטל הזמן.
ס'גאנצע אידישקייט אן קיין טעם,
אכטונג געבן פון אים ווי פון שעדליכע סם,
ווי קען מען אים אויפבויען?
אפשר מיט סודות פון חדר אים געטרויען,
אז נישט גמרא תוספות כאטש זאג תהילים,
אז נישט קובץ שיעורים כאטש רעד צום אייבערשטן,
אז נישט די דריי בבות כאטש שבת זאלסטו היטן,
אז נישט שב שמעתתא כאטש לייג תפילין.
גייסט טאקע 'נעבעך' ארבעטן אבער אן קיין ניבול פה,
אז נישט רייסן פון זיך שטיקער כאטש ווייס, 
אז דער אייבערשטער איז פון דיר העכסט צופרידן.
אז דו וועסט נישט אויסוואקסן א דיין,
אז דו ווילסט גאם קייען,
אבער אבער ס'איז כשר מעגסטיך מיט דעם פרייען.
און אז דו פאלסט קענסטו אלע איבערדרייען,
בעט איבער דעם אייבערשטן, ער וועט דיך פארצייען.
 
זאכן וואס מען רעדט נישט פאר די חשובע,
ווייל זיי לייגן תפילין, היטן שבת און רעדן נישט ניבול פה,
און חזר'ן יעדן טאג אמונה,
דאס איז נאך נאר פאר די שוואכע.
 
צוביסלעך האט זיך ארויסגעשטעלט, 
די שוואכע רעדן פון באשעפער א גאנצן טאג,
פארפאסן נישט קיין תפילין אפילו זיי זענען פאריאגט,
רעדן איידל ביי די ארבעט,
נישט מסכים צו ניבול פה.
 
היינט זוכט מען שוין נאר א א ישיבה פאר שוואכע,
ווייל דארט וואקסן די קינדער מיט אמונה, קדושה, און ריינקייט,
פשטות יהדות, מיט הייליגקייט,
פון די שוואכע אידן וועט זיך ווייטער ציען דורות אידישקייט.
 
נו ווען נהפוך ווערט גאר הוא