זאלן זיי שרייען פוי דערווייל
 
איר כאפט נישט דעם קעפל זע איך… נישט געזארגט… עס איז א גוטע סימן גראדע…איך האב א שטיקל טשעק ליסט איבער אייך… איר זענט פארהייראט (חתונה געהאט) איר האט א ווייב, קינדער, א סטאבילע דזשאב, זענט נישט גע'גט… נו ווי זאלט איר אנקומען צו דעם קליפ.
 
אויב איך מעג וועל איך דא געבן א שטיקל העדס אפ פאר די פאנאטישע וואס קאכן זיך ב"ה נישט אין סאציאלע מידיא פון וואס מיר רעדן דא.
 
געווען איז דאס מיט געציילטע וואכן צוריק ווען אידישע קינדער פון איבעראל זענען זיך צאגעקומען אין מאנהעטן קעגן איבער דעם איזראעליער קאנסול צו פארשרייען דאס וואס זיי טוען מיט אונז, און דאס וואס זיי האבן געטון פאר אכציג יאר צוריק, בראשם די עסקנים פון קהילות סאטמאר, וואס האבן קלאר געשטעלט אז נישט נאר יעצט ווען עס גיוס'ט צעך כפירות און אפיקרסות שרייען מיר, נאר די גאנצע טעות וואס מען האט געמאכט פון פארכאפן א לאנד אוועקנעמען פון אידישע קינדער, און דאס איבערגעבן פארן ערב רב, דארט איז ווי די צרה האט זיך אנגעהויבן, און ווילאנג דאס וועט נישט געלעזט ווערן וועלן די קאנסוקווענצן זיין אקוראט דאס וואס אלע צדיקים האבן פאראויס געזאגט אז דארט וועט זיין.
 
איז יעצט דארט האט זיך אפגעשפילט א סצענע וואס האט אויפגערידערט אלע פארשלאפענע צעלן פון די יושבי חושך וצלמוות, די אונטערערדישע קינדערגארטן וואס ווערט געריפן סטערעס (סטאטוס)...
 
דארט איז געווען איינס פון די רעדנערס א חשובער ראש ישיבה, וואס האט געגעבן זיין פארטראג, אבער ווי געווענטליך אין אזעלכע פעלער ווען עס איז נישט מעגליך צוצושטעלן אן אויבן אן, און די בעלי דרשנים ווילן זען דעם עולם און דער עולם וויל זען די בעלי דרשנים, זעצט מען אריין דעם בעל דרשן אין א טשערי פיקער (מער באקאנט אלס אן עירוב טראק…) און מען פארט ארויף אין די הויכע סעפערן און פון דארט רעדט מען צום עולם.
 
דא איז געשען א ערשיינונג, דער בעל דרשן איז פארכאפט געווארן אינמיטן רעדן, ער האט זיך פשוט נישט געקענט דערמאנען ווי אין דער וועלט ער האלט מיטן דרשה, וויפיל ער האט פראבירט צו גיין ווייטער האט ער פשוט נישט מצליח געווען, ווען ער געבט א רוים אריין פארן גבאי "זאלן זיי שרייען פוי דערווייל", (פאר די וואס זענען נאך קיינאל נישט געווען ביי פראטעסט, דאס איז וואס מען שרייט כסדר צווישן די דרשות, ווען מען פראטעסטירט, עס הילכט אפ א פוי ווי ס'דארף צו זיין אויף ווייטע שטרעקס) אזוי ארום האט יענער געווינען צייט זיך צוריקכאפענדיג צו ווי ער האט געהאלטן.
 
אבער דאס איז ווי א קליין שטורעם אין א גלעזל וואסער… און עס האט - ווי געזאגט -  געמאכט א רודעריי אינעם וואלקן קינדערגארטן.
 
א צווייטע נישט אזא באקאנטע שטורעם איז געשען, אבער מיט פונקט פארקערטע דעטאלן, איז הערט אויס.
 
דער יונגערמאן זיצט אין זיין אפיס, גארנישט שלעכט, אזא געווענטליכע טאג ביי דער ארבעט, און פלוצלינג ער ווייסט אויך נישט ווי ער איז דא אנגעקומען, עס איז בכלל נישט ער, ער וויל עס נישט, ער פילט ווי א דראנג ארום זיין האלז איינער דערווערגט אים, ער איז באצווינגען, ער זיצט דא אבער נישט הויך הויך אויפן טשערי פיקער, נאר טיף טיף אין שאול תחתית, ער איז אנגעקומען דארט, עס איז נישט דא ווי צו אנטלויפן, פייערן ברענען פון אלע זייטן און ער שטייט אינדערמיטן… קרח מכאן און מכאן… ער קוקט רחמנא ליצלן, ער איז אריינגעפאלן מיט א שרעקליכע חברותא'שאפט, ער טרעפט זיך אין געמיינע פלעצער, ער דערזעט זיך מיט דאס ערגסטע פון די ערגסטע, ווי גייט מען דא ארויס ווי אנטלויפט מען דא פונעם סיטואציע, 
 
זאלן זיי שרייען פוי דערווייל.
 
נישט דא וואס צו טון, נישט דא וואס צו מאכן, ביזי בזיונות, געדענק דו ביסט שוין יא סטאק דארט, ביז דערווייל זאלסטו שרייען אוי, דערווייל געדענק דער אייבערשטער איז דארט אין שאול תחתית, און ער ווארט זיך זאלסט אים דערציילן פונקטליך וואס דו טוסט ווי די ביסט, נישט שפעטער (שפעטער אויך אבער…) יעצט ווען דו האסט דיך באקוועם געמאכט אין שאול תחתית, ביז דערווייל זאל מען שרייען "אייבערשטער איך וויל עס נישט, אייבערשטער איך בין פארכאפט ביים יצר הרע, אייבערשטער איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין גוט". רעד רעד דערצייל דערצייל.
 
שרייען מוז מען נישט אז עס זאל אפהיכלן אויף הונדערטע גאסן ארום, שרייען קען מען שטיל, און פון ווי טיפער און שטילער די וויי געשריי קומט, אלס שטערקער קומט עס אן עס גרייכט עס שפאלט הימלן.
 
זאלן זיי שרייען פוי דערווייל
 
דערווייל ווען דו ביסט דארט אין די ארגסטע פלאץ, מאך נישט שלום מיטן מצב, טראכט נישט: איך האב דאך דאס ליב, איך ווארף אלעס אוועק שטילערהייט, ווי דער עבד זאגט נעבעך "אהבתי את אדני את אשתי ואת בני לא אצא חפשי", איך וויל נישט ארויסגיין בכלל פון דא, עס איז מיר געשמאקער פון תורה פון תפילה פון נארמאלע לעבן.
 
זאלן זיי שרייען פוי דערווייל
 
ניין ניין און ניין שריי פוי, דאס בין איך נישט, איך עקל מיך פון עבירות, איי עס איז דאך א ליגענט, ניין ניין דאס איז דער אמת, קיין שום איד וויל נישט קיין עבירות, א אידיש קינד עקלט זיך פון זאכן וואס זענען קעגן די תורה
 
ווער נישט באקוועם מיט דיין מצב, אז דו עסט חזיר זאל עס נישט רינען אויפן בארד.
 
זאלן זיי שרייען פוי דערווייל
 
נישט געזארגט עס איז נאר דערווייל, ווייל אז דו וועסט שרייען פוי דו וועסט זאגן אייבערשטער איך וויל נישט, איך וויל זיין א איד, וועסטו באלד זיין פון די טייערסטע פון די בריאה, וועסט אנקומען אויף פלעצער וואס קיין שום צדיק קען דארט נישט אנקומען, אבער דערווייל שריי, דערווייל ניץ די געווער וואס קיינער האט נישט, די מויל, יא פון שאול תחתית שריי ארויס.
 
איך גיי אנגעטון ווי איך גיי אנגעטון, איך האב עס ליב, עס איז פעשין… אבער אויך זייער נישט איידל, פאר דיינע חבר'טעס זאלסטו זאגן וואאוו וויי באמבלבי… אבער צווישן דיר און דער אייבערשטער זאלסטו שרייען פוי, און אפילו דו האלסט ווייט ווייט נישט דערביי זאלסטו ווילן אז דו ווייסט נישט ווער דו ביסט.
 
דו ביסט דיין נשמה און דער גוי וואס זיצט אין דיר האט ליב די שלעכטע זאכן וואס ער טוט אין דיר, אבער "איך" אני השם אלוקיכם אמת איך איז דער אייבערשטער און דאס  איז דער אמת. 
 
טרעספט זיך מחלל שבת זיין, און עס איז דיר באקוועם די לעבן, זאג פארן אייבערשטן איך וויל זיין גוט איך וויל זיין וואויל.
 
ווייל דער יצר הרע קומט מיט א בעקיטשע (אן עבירה) אבער ער דארף נישט די בעקיטשע (די עבירה) ער דארף דיך, ער וויל דאס טאקע דאס אז דו זאלסט זאגן איך האב ליב די עבירה, האסט נישט געהערט דער יצר הרע זינגן "איי דאונט ניד יור עבירה איי דאונט ניד יור עבירה, די אולני טינג איי ניד איז יו". ער דארף נישט די עבירה ער דארף דיך, ער וויל אז נאך צען צוואנציג הונדערט טויזנט מאל טון די עבירה זאלסטו זאגן אהבתי את אדוני את אשתי ואת בני לא אצא חפשי, איך האב עס ליב אבער דער רבי הרגעט זיך מיט די יצר הרע און זאגט זאלן זיי שרייען פוי דערווייל.