די זיידענע בעקיטשע
ב אדר תשפ"ג 📝
קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
שפאצירט אריין א אידל אין מיין אפיס איין טאג די וואך, מיין קאפּ איז גוט טיף איינגעזונקען אין די ארבעט איך באמערק אים ניטאמאל ביז ער עפענט אויף זיין מויל...
הערסט?! פרעגט ער - איך האב געהערט א מורא'דיגע משל איך קען זיך נישט דערמאנען די נמשל... אבער די משל אליינס איז מעכטיג! איך מוז עס צו איינעם ארויסגעגעבן...
אקעי לאמיר הערן - ער נעמט א בענקל ער מאכט זיך געהעריג באקוועם ער לייגט אראפּ זיין קאווע אויפן טיש און הייבט אן מיט א ערנסטע דראמא...
חצקל, איז געווען א שיינער נגידישער אידל, ער איז געווען ברייט און הויך אזא רבישע געשטעל... ער איז געווען אן אדרעס ווען איינער האט נאר געדארפט עפעס עסן פלעגט ער שיין צושטעלן, חסד איז געווען זייער שטארק ביי אים! יעדער ארימאן האט געקענט זיין אדרעס נאך א טאג ארומגיין נאך געלט פלעגט מען קומען צו ר' חצקל אינדערהיים און ער האט צוגעשטעלט א פיינע מאלצייט!
ויהי היום - חצקל האט געהאט א טאכטער וואס איז שוין געווען בא בימים פון שידוכים און צו מזל איז זי ב"ה א כלה געווארן מיט זייער א חשובער בחור פון דעם נעקסטן דארף ער האט צוגעזאגט א גרויסע נדן און די שידוך איז געווארן!
אז אזא נגיד מאכט א שמחה נאכדערצו די ערשטע... דארף ער זיך דאך גוט אויסשטאפירן... איין טאג איז ער אריינגעפארן אין די גרויסע שטאט ער ווענדט זיינע טריט גראד צום מארק און ער הייבט זיך אן נאכפרעגן וואו איז דא א שניידער? אבער נישט סתם נאר עפעס ספעציעל...
איינער ווייזט אים, דא קום אינדרויסן פון די מארק איז דא א קליינע שטילע געסעלע, ביים סוף גאס איז דא אזא געלע הויז דארט איז דא ממש א ספעציעלע שניידער.
חצקל פרייט זיך ער זינגט זיך אזוי אונטער דורכשפאצירנדיג די גאנצע מארק ער גייט גראד אראפּ יענעם קליינעם געסעלע ער זוכט די געלע הייזקעלע ער טרעפט עס דארט ביים ווינקל טאקע אזוי ווי יענער האט געזאגט...
ער עפענט אויף דעם טיר ער קלינגט דעם גלעקל ער ווארט מיט סבלנות ביז דער שניידער שלעפט זיך ארויס פון אונטן.
שלום עליכם ר' איד מיט וואס קען מען אייך העלפן היינט?
אה שלום עליכם! אוי האב איך געהערט גוטע זאכן אויף דיר די גאס שמועסט אז דו ביזט ממש עפעס ספעציעל!
איז אזוי איך מאך באלד חתונה מיין טאכטער מיט א חשובער חתן און איך דארף אן אנצוג ווי ס'פאסט פאר חצקל דער נגיד...
איר מיינט אז איר וועט מיר קענען אויפנייען עפעס אזאנס און אזעלכעס?
יא! זיכער דאס איז דאך וואס מיר טוען, קודם קום דיר אויסוועלן א שיינע מאטריאל נאכדעם קום דא אין די זייט שטעל דיך אויף דעם בענקל וועל איך דיר גוט אנמעסטן.
ער דרייט אים אהין ער דרייט אים אהער ער צייכנט אים גוט אן פון אלע זייטן... ער מאכט די ערמל, ער האלט שוין ביי די הויזן - יעצט דריי דיך נאכאמאל ארום לאמיר זעהן - יא כ'מיין אז ס'גוט קום צוריק און צוויי חדשים וועט עס בעזהשי"ת זיין גרייט!
דער חצקל איז זייער צופרידן ער לייגט אראפ א פעטע דעפּאזיט ער זינגט זיך אזוי אונטער... ער שפּאצירט ארויס פון דעם געשעפט ער שפאנט איין זיין פערד און וואגן און לאזט זיך ארויס אויפן וועג צוריק אהיים צו זיין דארף.
די גאנצע צוויי חדשים דרייט ער זיך אין דארף און גרייט אן דעם עולם - חברה ס'קומט אן אנצוג! אבער נישט סתם... נאר עפעס וואס איר האט נאך פריער נישט געזען...
אזוי לויפט דורך א חודש און נאך א חודש ער ציילט שוין די טעג און נאכדעם די שעות אינגאנצן עקסייטעד שפרינגט ער אויף אויפן פיאקער ער געבט א שמייס... היינט איז דער גרויסער טאג ווען מיין פענסי קאסטאם מעיד טרי די וכו' וכו' אנצוג ווערט גרייט!
ער קען שוין פונדערווייטנס זעהן דעם גרויסן שטאט ער שמייסט די פערד צו לויפן נאך שנעלער... ענדליך איז שוין אין די שטאט ער לויפט דורך די גאנצע מארק ער טרעפט דעם קליינעם געסל ער לויפט אראפ דעם בארג ביז סוף גאס ער טרעפט שוין דער שניידער מיט איין שמחה קומט ער אריין און רופט אויס הויך:
"נא?!"
דער שניידער זעהט ווער ס'איז דא... ער גייט אין די בעק פון די געשעפט ער זוכט אויף דער רעבישן אנצוג ער קומט ארויס מיט א ריזיגע שמייכל - דא האט איר ר' חצקל דא אינדערזייט איז דא א קליינע צימערל איר קענט אריינגיין און זיך איבערטוען צו די נייע אנצוג.
ער לויפט אריין ער קנאקט צו דער טיר ס'גייט דורך 8 מינוט ער קומט ארויס מיט א מין נזיפת פנים איין ערמל איז סך צו לאנג, די אנדערע איז צו קורץ... און ביי די אקסלען איז פונקט פארקערט, אויף דער זייט איז ער צו הויך און אויף די אנדערע זייט איז ער צו נידריג...
ער וויל זיך צוקנעפּלען אבער דער קנעפל מיט די לאך שטימט נישט... אזוי שטייט ער דארט אין געשעפט און קוקט אן דעם שניידער מיט א בליק וואס זאגט - 'דו קענסט מיר זאגן וואס דא גייט פאר?!'
דער שניידער קוקט אים אן כאילו ער ווייסט נישט וואס ער וויל פון אים אפילו ער זאגט אים קום אהער שטעל דיך דא ביי די שפיגל...
קודם אטעם גוט אריין און האלט דיין אטעם יעצט שלעפּ ארויף דעם פלייצע און די אנדערע פלייצע לייג אראפּ...
יעצט די רעכטע האנט דריי אויס אויף צוריק צו וועג און דיין לינקע קני בייג איין... לאמיר זען... יעצט בייג איין דיין קאפּ - זייער גוט אזוי נאך א טראפּ יעצט קוק אין שפיגל-
הע? הע? פיין ווי ס'פאסט דיר ממש פונקט!
דער חצקל שפאצירט ארויס פונעם געשעפט אינגאנצן איינגעקנייטשט און איינגעבויגן... אזוי ארויפשפאצירנדיג די גאס שטעלט אים איינער אפּ און פרעגט אים -
זאג נאר, ווער האט דיר אויפגענייט אזא גוטע שיינע אנצוג?
ער קוקט אים אן ביסטו פון קאפּ געפאלן? דער אנצוג איז דאך קורץ וואו ס'דארף זיין לאנג און ברייט וואו ס'דארף זיין שמאל...
דער קען זיך אבער נישט גענוג אפּווינדערן אויף "דעם שיינעם אנצוג"... ער זעהט די וואונדער אין חצקל'ס אויגן זאגט ער אים:
"אויב אויף אזא קריפּעל ווי דיר האט דער שניידער געקענט אויפנייען אזא אנצוג מוז זיין אז ער איז א גוטער שניידער"!!!!
דער אידל ענדיגט טרינקען זיין קאווע און ער שפּאצירט ארויס פון מיין אפיס...
איך לויף אים נאך "וואס איז די נמשל?"
ער שרייט צוריק פון די אנדערע עק האללוועי
"כ'ווייס נישט"!
איך טראכט צו מיר אזא משל מוז ווערן אן ארטיקל אבער וואס טוט מען מיט א נמשל?
אזוי טראכט איך צו זיך, אזא מין נמשל אדער אזא מין נמשל…
אפשר קען עס ארויפגיין אויפן דרך הלימוד…
איינער קומט דיר זאגן הע ס'הייסט נישט געלערנט… וכו' וכו'
אנשטאט האבן חלושת הדעת און טראכן אה דער זאגט דאך גוט אפשר טאקע… געדענק דער איז פונקט ווי דער קריפל מיטן שיינעם אנצוג…
נאכדעם האב איך געטראכט אפשר זאל דער נמשל זיין איינער קומט דיר דרייען א קאפּ ביזט דאך אזא נארמאלע מענטש… וכו' וכו'...
יא יא דו האסט א פנים ווי דער חצקל איינגעקנייטשט אינעם זיידענעם אנצוג…
למעשה נאכן טראכטן ארויף און אראפּ האב איך מחליט געווען איך שרייב נאר דער משל און יעדער קען זיך אליין אויס'נמשל'נן א נמשל פאר זיך…
יעדער איינער טרעפט זיך אמאל אן מיט א חצקל… ס'קוקט אויס פון דרויסן ווי אלעס שטימט אזוי שיין… ממש דו באקומסט שוין חלושת הדעת… דערמאן דיך אז אונטער דער שיינע בעקיטשטע ליגט אן איינגעדרייטער קריפל…
למעשה האב איך נאכגעהערט א טייער ווארט פון דער ראש ישיבה און איך האב געטראכט אז ס'איז ממש פאסיג דא צו אונזערע ארטיקל.
דער ראש ישיבה זאגט שטענדיג און ער האט דאס אויך דערמאנט שבת שקלים אין שטעטל, אז פאר ער איז געווען ביי מוהרא"ש האט ער אסאך געהערט אז ס'איז דא גשמיות און ס'איז דא רוחניות, אויך פלעגט ער הערן פון אזאנע זאכן ווי שורש נשמה, דער האט אזא שורש נשמה און דער אזא שורש נשמה, דער אינגערמאן וואלט זיך געפאסט ער זאל זיך דרייען ביי די עובדישע פלאץ, און דער אנדערער איז בכלל נישט מיין סטייל, ער באלאנגט נישט אין מיין פלאץ, איך קען נישט מיט אים רעדן ווייל ער איז פון די שוואכערע פון כלל ישראל, עס ווערט אזא אפטיילונג ביי אונז אליין, און אזוי אויך ביי די מענטש אליין ווערט אזא אפטיילונג אין קאפ, אז למשל די ווייב איז גשמיות, במילא דארף מען שטיין פון איר ווייט ווען מען קען נאר און אזוי ווייטער,
ווען ער איז אנגעקומען צו מוהרא"ש האט ער נישט געהערט קיין ווארט פון די אלע סארט גערעדעכטס, נישט דא קיין הויכע שפראך ווי שורש נשמה, נישט דא קיין גשמיות אדער רוחניות, אלעס איז איין גרויסע בריאה פונעם אייבערשטן, קיינער איז נישט העכער אדער נידעריגער, מען רעדט אייביג פון איין זאך "אייבערשטער", דאס איז איין שפראך וואס רעדט צו יעדן, און איך דארף נישט יעצט אריינפיטן אין א געוויסע סארט פלאץ וואס גייט מיר אויסלערנען א געוויסע סארט וועג, און דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט, אז אויב דער מענטש טראכט נישט פונעם אייבערשטן, קען ער פארן מיט א פערד און וואגן און בלייבן א פשוטער פערד ווייל ער טראכט נישט פונעם אייבערשטן, פארקערט אז א מענטש לעבט מיטן אייבערשטן קען ער האבן די שענסטע קאר און אזוי דינט ער דעם אייבערשטן.
שכוח אייבערשטער אז איך האב געטראפן א ראש ישיבה וואס לערנט מיר ווי אזוי צו זיין אן ערליכער איד און צו קוקן נאר אויף תכלית, שכוח אייבערשטער פאר דער לעכטיגע זיסע ווינקל היכל הקודש וואס ווייזט מיר ווי אזוי צו דינען דער אייבערשטער מיט אן אמת!