איך זיך מיך? אדער איך זוך מיך? זענען די צוויי נושאים כרחוק מזרח ממערב.
 
די וואס רעדן אידיש מיטן אריגינאלע ליטווישן העברה, אדער מיטן אריגינאלע ירושלימער העברה, ביי זיי איז די קעפל פונעם ארטיקל בכלל קיין ארטיקל נישט. ביי זיי, ווען מען וויל שרייבן אן ארטיקל איבער א מענטש וואס טראכט נאר פון זיך, קומט די קעפל זאל זיין: 'איך… זיך… מיך…' עס איז נישט דא קיין צוויי וועגן ווי עס אויסצוטייטשן, מען שרייבט עס מיט א יוד, און מען זאגט עס מיט א יוד, און איינער וואס זעט אזא קעפל פארשטייט גלייך, אז דא גייט דער שרייבער זיך באפאסן מיטן נושא פון עגאאיזים, מען גייט באשרייבן דעם וואס זעט נאר איך… און אמאל זיך… און אין ערגסטן פאל מיך…! ראובן זאגט פאר שמעון "דו ווייסט איך בין אנדערש פון יעדעם! דו ווייסט, יעדער מיינט נאר זיך!" נו? קוקט שמעון מיט בייזע בליקן אויף דעם עגאאיסט ראובן, ער וויל שוין שרייען אויף אים, אהא דו מיינסט נישט זיך? ראובן געט שנעל א ענדיג צו: איך בין אנדערש, ווייל יעדער מיינט זיך, אבער איך מיין מיך… אדער ביי די גאליציאנער גייט דאס ווארט: "יעדער מיינט זעך און איך… אנטשולדיגט יאך מיין מעך".
 
ווייטער ווען מען וויל שרייבן איבער איינער וואס זוכט זיך, למשל איינער זוכט זיין פלאץ, איינער דורשט, ער זוכט זיין נשמה, קומט דער קעפל מיט אן אנדערע ספעל'ינג (איות בלע"ז) 'איך זוך מיך', מיט א וא"ו, אבער ס'רוב פון אונזערע ליינער זענען פונעם אונגארישן-רומעניש-גאליציאנישער אפשטאם, ווי מען האט געמאכט א מישמאש פון אלעס, און עס איז נישט דא קיין איי און קיין עי, און עס איז נישט דא קיין זיך און קיין זוך אלעס איז אי. אבער אפילו די טשאלמישער (צ'למישר בלע"ז) ליינער דארפן זיך נישט פילן געטראפן, מיר טוען זיי נישט דיסקרימינירן מיטן קעפל, ווייל אפילו זיי וואס זיי רעדן יא וואס דאס (מיט א אפענע קמץ) און פאר זיך וועלן זיי ארויסזאגן זוך אנדערש פון זיך, פארשטייען זיי אויך אז דער אמעריקאנישער שרייבער איז פונעם אויבענדערמאנטער חדר וואס ביי זיי לייגט מען נישט קיין דגוש אויף קיין דקדוק, וועט דער אינטערעסאנטער קעפל אויך ארויסרופן ווינדער ביי זיי, אלע ווילן וויסן וואס דער קעפל גייט ארויס ברענגען!
 
אבער ווער קען דען וויסן, אפשר וועט נאך דער פאכמאנישער שרייבער מאכן פון דעם א שווערע צוזאמענשטעל… איז לאמיר זיך אנשפיצן אלע חושים און זען און וועלכע דירעקציע מיר פארן דא?
 
***
 
דאס דארף מען וויסן זייער קלאר אז עס איז ווייט נישט דערפאר ווייל עס איז נישט געווען גענוג גאלד ביים מלאכת המשכן וואס וועגן דעם האט מען געמוזט מאכן דעם ארון פון דריי באזונדערע קעסטלעך, נעמליך דאס ערשטע קעסטל וואס איז דער דרויסענדיגער איז געמאכט געווארן אינגאנצן פון זהב טהור ריין גאלד, ווייטער די צווייטע קעסטל איז געמאכט געווארן פון עצי שיטים טענען האלץ, און נאכדעם די דריטער קעסטל איז ווידער פון ריין גאלד.
סאו, דער ארון - ווי מיר אלע האבן געלערנט אין חדר - איז צוזאמענגעשטעלט געווארן פון דריי באזונדערע ארונות, איינס אריין אינעם צווייטן, דאס ערשטע איז א גאלדענע ארון, אריין אין דעם האט מען דערנאך געלייגט א קלענערע ארון וואס איז געווען געמאכט פון האלץ, דערנאך איז אריין א דריטער ארון וואס דאס איז געווען די לעצטע ארון, וואס אין דעם איז געליגן די לוחות, דאס איז געווען נאך קלענער דאס איז ווייטער געווען געמאכט פון גאלד, ווען איינער האט אנגעקוקט דעם גאנצן געשטעל פונעם ארון - און נישט געלערנט ווי אזוי עס איז געווארן צאמגעשטעלט - וואלט אין וויסטן חלום נישט געקענט טראכטן אז דא איז דא אינדערצווישן א קאסטן פון האלץ, אפילו אויב די דעקל פונעם ארון וואלט געווען אפען, און דער זאל קוקן פון אויבן אויפן ארון, וואלט ער אויך נישט געקענט באמערקן קיין שום האלץ, ווייל עס איז געווען א לייסטל פון גאלד וואס האט באדעקט ארינגס און ארום דאס אויבערשטע חלק פון ארון.
 
יעצט אז מיר ווייסן דאס, ווינדערט עס יעדן איינעם, פארוואס טאקע האט אויסגעפעלט די דריי ארונות איינס אינעם אנדערן, פארוואס האט מען געמוזט מאכן דער מיטלסטער פון האלץ, דאס איז זיכער אז עס האט נישט געפעלט קיין גאלד ביי די מלאכת המשכן, מען מוז זאגן אז עס ליגט אין דעם א ענין אז דאס איז געווען רצון השם אז אזוי - און נאר אזוי - זאל זיין געמאכט דעם ארון - וואס אינעוויניג ליגט דער הארץ פון יעדער איד - די לוחות הברית, די הייליגע תורה וואס דאס מאכט אונז פאר א פאלק.
 
***
 
מיר הערן כסדר די ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א ביי די שיעורים: "אפילו די קענסט נאכנישט פועלן ביי דיר אוועקצואווארפן דיין שמוץ, מיט דעם אלעם, זאג: באשעפער איך וויל זיין גוט, איך וויל נישט קוקן קיין שלעכטע זאכן, איך וויל אוועקווארפן די אלע זאכן וואס אויף דעם קען מען זען שלעכטע זאכן".
אפילו מען האלט נישט ביי צניעות, אפילו ליידער מען האט זיך געהאדעוועט אין פלעצער ווי מען האט אריין געלייגט דאס ענין פון איידלקייט מיט א גיפט, און דאס מאכט אז מען זאל פיינט האבן צו גיין איידל אנגעטון, זאגט אונז דער ראש ישיבה מיט דעם אלעם זאג פארן אייבערשטן 'איך וויל גיין אנגעטון איידל'.
אפילו דו ביסט ווייט פון תורה אפילו דו האסט נישט קיין געדולד דו ווילסט נישט לערנען, אדער דו האסט באקומען די גמרא מיט בזיונות, מיט שפיכות דמים, און דו האסט ליידער פיינט די גמרא, זאג ארויס די ווערטער צום אייבערשטן: איך וויל אזוי שטארק לערנען איך וויל אויך זוכה זיין צו לערנען תורה.
אזעלכע, און ענליכע ווערטער זענען מיר געוואוינט צו הערן פונעם ראש ישיבה ביי די שיערים און זען אין די בריוו.
די ווערטער קענען אמאל צומישן א מענטש, א מענטש קען טראכטן צו זיך עס איז דאך נישט אמת, וויל איך דען, איך וויל דאך נישט! וויל איך דען גיין איידל אנגעטון, איך וויל דאך נישט, איך זאג איך האב ליב צניעות אין די צייט וואס איך האב עס פיינט, איך זאג אז איך האב ליב די וועג פון די תורה אין די צייט וואס עס איז נישט אמת, איך זאג פארן אייבערשטן איך וויל נישט קוקן קיין נישט איידעלע זאכן, איך עקל מיך דערפון, איך פיל מיך ווי א טו פעיסער (דו פרצופי בלע"ז), עקל איך מיך דען דערפון? איך האב דאך עס אזוי שטארק ליב, ווען איך עקל מיך דערפון וואלט איך שוין געטראפן א וועג ווי אזוי פטור צו ווערן דערפון, איך עקל מיך בכלל נישט דערפון, איך וויל נישט זאגן הויך ווייל מען גייט מיך ארויסווארפן פון בית המדרש אבער… ששש… איך האב עס ליב.
דא קומט אריין דאס וואס מיר האבן אנגעהויבן, ווער בין איך, אויב איך בין איך ווייל דו ביסט דו און דו ביסט דו ווייל איך בין איך, דעמאלטס בין איך נישט איך, און דו ביסט נישט דא, פארשטייסט? 
טעות! עס קומט נישט אריין דא די ניגון, ניין! נישט פון דעם רעד איך יעצט.
מיין טייערער ליבער חבר, איך האב פאר דיר נייעס, דו ווייסט נישט ווער דו ביסט, דער דו וואס האט ליב אויסגעלאסענקייט, דער איך וואס האט נישט ליב תורה, דער איך וואס האט נישט ליב די וועגן פונעם אייבערשטן, דאס איז בכלל נישט איך, דאס איז אזא סענדוויטש וואס מען האט אריינגעלייגט אין מיר, איך בין איך, איך בין אינעווייניג א נשמה, איך בין ריין איך בין ציכטיג איך האב ליב נאר דאס וואס דער אייבערשטער האט ליב.
אינצווישן אין דעם מענטשליכער סענדוויטש, איז דא א האלץ וואס מען האט אריינגעפאקט אין דעם איך, כדי דער איך זאל באקומען שכר, און דער קלעצל דער העלצל רעדט זיך איין אז ער איז גאר דער איך.
איך זוך מיך! דו זעסט מיך אפשר ערגעץ? יא די מויל דאס בין איך, אינעווייניג בין איז גאלד, איך האב ליב וואס דער אייבערשטער האט ליב, און יעצט ווען אינדרויסן בין איך ווייטער גאלד איך זאג: איך האב ליב וואס דער אייבערשטער האט ליב, דאס איז איך דאס איז דער ארון, אינדרויסן גאלד ריין ציכטיג אינעווייניג גאלד ריין ציכטיג, און וואס איז מיטן קלעצל וואס מיינט אז ער איז איך, אבער-וואס, דאס איז בכלל נישט מיך, וועם אינטרעסירט וואס דער גולמי כלי עץ האט צו זאגן, ווער איז בכלל נייגעריג וואס דער שטיקל האלץ וויל, ווער איז בכלל א שטיקל טענען האלץ צו ווילן עפעס בשעת ווען עס שמועסן צוויי זייטן פון ריין גאלד, ווי מען זאל נאר קוקן אויף דעם איד איז דאס ארינגס און ארום ריין גאלד.
איך… זוך… מיך… דו זוכסט זיך אויך? איך האב מיך שוין געטראפן מיט מיר, דו קענסטיך אויך טרעפן מיט דיר.
דאונט העזיטעיט זאגט מען אין ענגליש, אוי טייערע אידן אין אמעריקע… איך ווייס נישט ווי אזוי עס איבערצוטייטשן פאר די אידן אין ארץ ישראל. הערסטע?! זאל דיר דיין הארץ נישט קלאפן ווען דו זאגסט: אוי! טאטע איך האב ליב איידלקייט! אוי טאטע! אוי עס גרוילט מיר אזוי שטארק דאס וואס איך קוק! 
עס זאל דיר נישט שטערן ווען דו זאגסט: אוי טאטע ליבער זיסער טאטע איך האב דיך אזוי ליב! איך האב נישט גארנישט אין די וועלט וואס איך ליב ווי דו און דיין תורה! אוי אבער עס קראצט… עס קראצט… אוי ווען דו זאלסט וויסן וואס איך האב באמת ליב ! ווי אזוי קען איך זאגן אזא ליגענט אז איך האב ליב דעם אייבערשטן? ווי אזוי קען איך זאגן אזא ליגענט אז איך האב ליב די תורה? אה! העלאוי! דו האסט פארגעסן ווער איך איז.
איך זוך מיך, לאמיר זיך צוזאמען זוכן, לאמיר טרעפן דעם אמת'ן איך דעם ליכטיגן זויבערן, ריין אוי! גאלדענע איד זאל איך דיר זאגן דעם סוד איך האב זיך געטראפן, איך ווייס און איך גלייב אז: טאטע זיסער! נאר דיר האב איך ליב! איך… איך בין זיך גרייט מקריב צו זיין אינגאנצן פאר דיר ליבער טאטע, עס גרידזשעט שוין נישט אין די אויער ווען דו צוקרעכצט זיך: ליבער זיסער טאטע, דער קלעצל וואס האט ליב אנדערע זאכן, אים גריצלט, אים גרידזשעט, אבער דאס איז ווייט נישט איך נישט זיך נישט מיך.
 
נו אז מען ווייסט דאס איז שוין נישט דא קיין איך קיין זיך קיין מיך, עס איז שוין אלעס נאר אייבערשטער!