טאהש טיילט צדקה מיט א ברייטע האנט
כה כסלו תשפ"ד 📝
קרעדיט: משה ארי' שניצלער
איך בין געווארן גוט פארשעמט!
איך בין געווארן שטארק פארשעמט אין קרית טאהש, קאנאדע!
איך בין געווארן פארשעמט פון די וועג ווי מ'טיילט דארט צדקה מיט א ברייטע האנט! כ'האב אלץ געהערט אז אין טאהש געט מען צדקה מיט אזא ברייטע האנט וואס איז זעלטן צו געפינען, אבער וואס איך האב דארט געזען מיט מיינע פליישיגע אויגן, איז אריבער אלע ערווארטונגען, מ'מעג קומען זיך לערנען דארט וואס הייסט ווארפן געלט אויף צדקה.
אבער איך מוז דא מפרסם זיין צוויי הערליכע "מעשיות פון תפלה", בשייכות מיט מיין נסיעה קיין מאנטריאל.
איך בין געפארן קיין מאנטריאל אויף א חתונה, שוין עטליכע וואכן פריער האב איך געבעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג, "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן א גרינגע רייזע קיין מאנטריאל, עס זאל נישט זיין קיין זכר פון קיין שניי, די ווינטער זאל זיך בכלל נישט אנהייבן ביז איך קום צוריק, העלף מיר אייבערשטער, איך האב נישט ליב צו דיל'ן מיט שניי ביים פארן אויף א לאנגע רייזע, העלף מיר באשעפער". אזוי האב איך געבעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג, און וואונדער איבער וואונדער, ס'איז געווען א אויסנאמליכער וועטער, וואס איז בכלל נישט די שטייגער אין די יעצטיגע צייט פון יאר, שכח אייבערשטער פאר די הערליכע "מעשה פון תפלה".
די צווייטע "מעשה פון תפלה" איז געווען וועגן די כולל, אזוי ווי די נסיעה קיין מאנטריאל האט אויפגענומען א האלבע וואך האב איך אסאך געבעטן דעם אייבערשטן, "הייליגער באשעפער העלף אז די גאנצע וואך פון די כולל (זעקס טויזנט דאלער) זאל זיין געדעקט פאר איך פאר ארויס, איך זאל נישט האבן קיין טראפקעלע לחץ פון די כולל במשך די גאנצע רייזע, העלף מיר אייבערשטער בזכות רבינו נחמן בן פיגא, ובזכות רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב". און ס'איז געווען גרויסע נסים אז די כולל איז געווען געדעקט אין די ערשטע צוויי טעג פון די וואך, און דערנאך איז געווען א שיינע רואיגע רייזע.
עטליכע טעג פאר די נסיעה רופט מיך אן מיין טייערע חבר מו"ה יואל מאשקאוויטש הי"ו און פרעגט מיך ווען פארסטו צוריק אהיים פון מאנטריאל? זאג איך דאנערשטאג צופרי, ווען צופרי? גלייך די ערשטע זאך צופרי פאר איך אהיים, מקוה, דאווענען און אהיים. זאגט מיר יואלי, טו דאס נישט! פאר נישט אהיים אן גיין נאך געלט אין טאהש! מ'טיילט דארט זייער שיין!
כ'בין געווען א שטיקל אויבער חכם, כ'האב געטראכט איך גיי זיך שיין באדאנקען, אבער איך פאר אהיים גלייך נאך מקוה און שחרית און איינקויפן היימישע מאנטריאלע קאקאשקעיק.
יואלי האט מיך געקאלט שפעטער נאכאמאל צו מאכן זיכער למען השם דו מוזט איינמאל בייוואוינען ווי מען געבט צדקה אין טאהש, שטילערהייט האב איך געטראכט, אז אויב יואלי גייט עס אין לעבן צו רופן צוויי מאל מיינט עס עפעס, יואלי איז א בר דעת, עפעס מוז דא זיין, אבער איך האב עס נישט געטראכט אויף למעשה, טאהש געבט טאקע צדקה, אבער איך מוז שוין זיין אינדערהיים.
זייענדיג אין מאנטריאל איז יואלי צוגעקומען שמועסן מיט מיר, האב איך אים געפרעגט די GPS אדרעס, און ער זאגט מיר נאכאמאל דו וועסט נישט חרטה האבן...
דאנערשטאג האב איך זיך אויפגעוועקט אכט אזייגער, געטרינקען א קאווע, אביסל געלערנט, נאכדעם האב איך געטראכט אנשטאט צו דאווענען אין מאנטריאל, לאמיך שוין צופארן ביז טאהש. איך האב אריינשפאצירט אין בית המדרש צוואנציג מינוט נאך צען, ביז פינף מינוט האב איך געזען אז יואלי האט מיך נישט אפגענארט, די צדקה אין טאהש איז איינס אין דער וועלט!
מיין מחותן'ס ברודער מו"ה ר' שמואל לייב הי"ו האט געגעבן א שיינע ספעציעלע נתינה, אויך מיין ברודערס מחותן מו"ה ר' זלמן הי"ו האט געגעבן א ברייטע הארציגע נתינה, איך בין געווען איבערגענומען ביז גאר!
נעבן די מקוה האב איך געזען צו פארקויפן דעם ספר "דער הייליגער פלאם", פערטע באנד, העליכע עובדות פון כ"ק אדמו"ר מ'טאהש זכר צדיק לברכה, כ'האב עס נישט געקענט אראפלייגן פון די הענט, כ'האב אריינגעלייגט דארט אין די פושקע זעקס און צוואנציג אמעריקאנער דאלער און אהיימגעברענגט דעם געשמאקן ספר, ממש א הארץ דערקוויקעניש.
דעם ערשטן באנד פון "דער הייליגער פלאם" האב איך געקויפט תשע"ז, א אוצר פון הערליכע עובדות וסיפורים.
פאר איך בין אוועקגעפארן פון טאהש, האב איך באזוכט אין "ממלכת" ספרים געשעפט, כ'האב געקויפט צוויי דיקע בענדער פון "לאמיר דערציילן", וואו עס ווערט דערציילט גאר שיינע מעשיות פון צדיקים.
זייענדיג אין מאנטריאל האב איך געהאט די געלעגנהייט צו זען ווי דער מפיץ ר' שלום גייט אן מיט א עזות דקדושה, ער פארשפרייט די קונטרסים עצתו אמונה וואס איז מגלה אז א מענטש קען לערנען תורה יעדן טאג פון יאר, און אז דער אייבערשטער הערט אויס יעדע בקשה, אפילו זאכן וואס טייל מענטשן רופן גשמיות אדער קינדערישע זאכן (א קאר, א הויז, א געשמאקע נאכטמאל, א שיינע רעקל).
כ'האב אויך געזען וואס מוהרא"ש האט געזאגט אז הפצה איז א גאראנטירטע הצלחה'דיגע ביזנעס, כ'האב געזען ווי איינער געבט אים א גלאטע הונדערטער.
שלום זאגט מיר אז ס'גייט אים נישט אן צו מ'נעמט די ספרים אדער נישט, "איך מוז טון מיין פליכט, איך מוז עפעס צוריקגעבן פאר'ן רבי'ן פאר די שיינע לעבן וואס איך האב באקומען. אז איך פיל מיך אין גן עדן ווען איך זאג משניות, מוז איך דאס געבן פאר נאך מענטשן".
שכח אייבערשטער אז איך האב געהאט עטליכע מאל די זכי' צו זען דעם הייליגן איד, כ"ק אדמו"ר מ'טאהש זכר צדיק לברכה. איינמאל איז עס געווען תשנ"ט (אדער תש"ס) איך בין געפארן מיט מיין משפחה צו וויילן א שבת אין קרית טאהש, מיין זון מו"ה יוסף הי"ו, מגיד שיעור דישיבה היכל הקודש ב'קרית ברסלב, ליבערטי, איז נאך געווען א פיצל קינד, קוים ארויסגעזאגט א ווארט, ס'איז געווען זייער א דערהויבענע שבת, עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן די כל מקדש פרייטאג צו נאכטס, בייטאג האט מען געלאדנט די געסט זאל מיטעסן די סעודה ביים טיש, ס'איז געווען זייער דערהויבן.
אויך בין איך געווען ביים טיש פרייטאג צו נאכטס ערגעץ אין די תש"מ יארן, כ"ק אדמו"ר מ'טאהש זצ"ל איז דעמאלטס געווען צוגאסט אין וויליאמסבורג, דער טיש איז פארגעקומען אין די גרויסע זאל פון ps16 א קראס די סטריט פון טאהש'ער בית המדרש אויף ווילסאן סטריט, ס'איז געווען א ריזן געפאקטער עולם, מענטשן זענען אנגעלאפן פון אלע עקן שטאט מיטצוהאלטן די לעכטיגע טישן, איך געדענק יענעם טיש קלאר אזוי ווי ס'וואלט געווען א חודש צוריק.
אזוי פארנדיג אויף די לאנגע נסיעה אויפ'ן ניו יארק טראוועי האב איך געטראכט א געדאנק וואס איז וויכטיג צו נעמען אין קענטעניס.
די רעדע איז פון א פופציג זעכציג יאר צוריק.
אינמיטן די טראוועי פארט זיך א אלטע סטעישן וועיגן, עס זיצט ביים רעדל א אלטער פויער, ער קוקט אויס ווי ניינציג אדער הונדערט יאר אלט, ער כאפט נישט אז זיין ספיד פון פופציג מ.פ.ש. האלט אויף דעם גאנצן עולם.
אונטער אים איז א אינגערמאן אין א מעכטיגע סובורבען און בייזערט זיך הויך אויפ'ן קול, פארוואס קען מען נישט באזייטיגן די אלטע דרייווערס?!
דער אינגערמאן ווייסט נישט אז דער וועם ער רופט דא "אלטער", ער האט גאר געבויעט דעם הייוועי אויף וואס דו פארסט יעצט! די גאנצע געדאנק אז ס'איז דא אזא זאך ווי א "אינטערסטעיט הייוועי" דאס האט איינער געמאכט! דאס איז נישט אייביג געווען! ווען מען וואלט באזייטיגט דעם מענטש וואלסטו יעצט געפארן פון ברוקלין ביז מאנטריאל אויף א ראוד פון איין איינציגע לעין!
דער "אלטער" איז רעקס וויטאן, וואס האט געראטעוועט דעם "אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם".
דווייט אייזנהאוער איז געווען א גענעראל אין די אמעריקאנער ארמיי אין די צייט פון די צווייטע וועלט מלחמה, שפעטער איז ער געווארן דער אמעריקאנער פרעזידענט, זיצנדיג אין דעם ווייסן הויז האט ער צוליב דריי סיבות פארגעשלאגן די גרויסע וואונדער וואס רופט זיך "די אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם" א. מ'זאל קענען גרינגער אנטלויפן פון איין שטאט צו די אנדערע אין פאל פון א נוקלעארע אטאקע, חס ושלום, ב. ער האט געזען אין דייטשלאנד א געלונגענע סיטעם פון גלייכע גראדע הייוועיס און ס'האט אים געפאלן, ג. אז פראדוקטן קומען אן גרינגער פון איין פלאץ צום צווייטן מאכט דאס שטערקער די עקאנאמיע.
אומר ועושה, מ'האט אנגעהויבן בויען, נאך עטליכע יאר האבן אסאך מענטשן זיך אנגעהויבן קעגנשטעלן די אינטערסטעיט הייוועיס און געפאדערט אז מ'מוז עס אפשטעלן ווייל עס צושניידט געגנטער, עס רוקט ארויס מיליאנען מענטשן פון זייערע היימען (אזוי ווי למשל די בי. קיו. אי. אין וויליאמסבורג) און די קאסט איז צו הויך פאר די מינימאלע אויפטוען, האבן די קעגנער געשריגן. לויט ווי זאכן האבן אויסגעזען איז דער אינטערסטעיט געווען כמעט נאך סתימת הגולל.
דווייט אייזנהאוער האט זיך געבעטן ביי רעקס וויטאן ער זאל קומען ראטעווען דעם מצב, און ער איז געווען סוקסעספול, די התנגדות איז געווען אומגעהויער גרויס, אבער ער האט געהאט א וואונדערליכע אויסהאלט קראפט צו פארנעמען לחץ און היינט איז נישט דא קיין איין מענטש אין גאנץ אמעריקע וואס נוצט נישט דעם "אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם"! (מ'רעדט אפילו דו גייסט נאר לאקאל, למשל אויב דו גייסט פון וויליאמסבורג צו בארא פארק, אדער צו לאגווארדיע עירפארט ביסטו אויפן אינטערסטעיט סיסטעם!) "רעקס וויטאן" איז דער מענטש וואס באקומט קרעדיט פאר טריליאנען דאלער סחורות וואס ווערט געליפערט פון דא קיין דארט, ווייל ער האט זיך נישט געבויגן צו די אומדערטרעגליכע דרוק פון די קורצזיכטיגע מענטשן וואס האבן כמעט מצליח געווען אפצושטעלן די אינטערסטעיט קאנסטרוקציע. רעקס וויטאן האט געהאלפן יעדן איינציגן מענטש אין אמעריקע אנקומען צו נאנטע און ווייטע פלעצער, יעדע הויזן, העמד, שיך, ברויט (ווייץ) און קאקאשקעיק וואס דו נוצט, איז געקומען צו דיר דורך די אינטערסטעיט סיסטעם וואס רעקס וויטאן האט געבויעט אונטער א התנגדות פון פינעף און ניינציג פראצענט!
און אונזער טוטער אין דעם סובורבען פרעגט ווער איז דער אלטער, ער האט דיר געבויט דיין הייוועי וואו דו זאלסט קענען אנקומען צו דיין ציל!!! בייס נישט די האנט וואס געבט דיר ברויט!
הערט און שטוינט! איך טרעף א איד און ער הייבט אן האקן אויף רבינו הקדוש מ'סאטמאר זכותו יגן עלינו, איך שמועס אזוי ארום מיט דעם איד, וואו וואוינט איר? אין טשיקאגא, וואו זענט איר אויפגעוואקסן? אויך אין טשיקאגא. זאג איך אים א איד פון טשיקאגא קען האבן א מיינונג אויף סאטמארער רבי? עס שטימט נישט!
פרעג איך אים ווי אלט זענט איר? זאגט ער ער איז געבוירן ניינצן זעכציג (תש"כ).
פרעג איך אים דו ווייסט וואס סאטמארער רבי האט געטון פאר טשיקאגא? זאגט ער ניין!
אין יאר תשי"ב איז רבינו הקדוש מ'סאטמאר געפארן קיין טשיקאגא צו שאפן געלט פאר די מוסדות אין ארץ ישראל. ס'איז ארייגעקומען א שיינע סכום פון פינף טויזנט דאלער. זונטאג זענען געקומען רבנים פון שטאט באזוכן דעם רבי'ן און האבן אים אויך געבעטן צו קומען באזוכן די מקוה טהרה, בשעת'ן באזוכן די מקוה האט מען איבערגעשמועסט מיט'ן רבי'ן עטליכע שאלות אויף די מקוה וואס איז נישט געווען אינגאנצן לכתחילה'דיג, האט דער רבי געפרעגט אפשר זאל מען עס פאררעכטן אז ס'זאל בכלל נישט זיין קיין שאלה, האט מען געענטפערט אז ס'איז נישט דא קיין געלט, האט דער רבי געפרעגט וויפל געלט פעלט? האט מען אים געזאגט פינף טויזנט דאלער, האט דער רבי געזאגט איך בין גרייט אוועק צו געבן פאר די טשיקאגא'ער מקוה די פינף טויזנט וואס איז אריינגעקומען, האבן די רבנים געזאגט אז אויב אזוי ווילן זיי דער רבי זאל נעמען פון זיי פינף טויזנט דאלער פאר זיינע מוסדות און ער וועט עס אפצאלן שפעטער, בעסערמינער רב זכרונו לברכה האט אויסגעלייגט דאס געלט און באקומען פון רבי'ן א שטר התחייבות אז דער רבי איז אים שולדיג פינף טויזנט דאלער, און אזוי האט מען פארראכטן די מקוה אז ס'זאל נישט האבן קיין שאלות, דורך די געלט וואס דער סאטמארער רבי האט צוגעשטעלט, און נאכדעם קומט א אינגערמאנטשיק מיט א גאנצע מיינונג אויפ'ן רבי'ן! בייס נישט די האנט וואס געבט דיר ברויט! אויב דיינע עלטערן האבן געהאט א טובה פון סאטמארער רבי'ן קענסטו נישט האבן א מיינונג אויף דעם צדיק. קענסט האבן א מיינונג אויף פאלאפל מיט חומוס, נישט אויף צדיקים.
מענטשן וואס זענען נעבעך אנגעשטעקט פון די מחלה פון רעדן אויף ערליכע אידן, "פארשטיין" צו צדיקים, אדער האבן א מיינונג אויף צדיקים, דאס קומט נעבעך פון חסרון ידיעה, ער ווייסט פשוט נישט אז זיינע עלטערן און זיידעס האבן זיך געהאלטן ביי אידישקייט נאר דורך צדיקים.
דאס וואס דו ביסט געבוירן אין א שטוב וואס מ'האלט תורה און מצות, איז נאר ווייל דיינע עלטערן און זיידעס האבן געלעבט מיט צדיקים.
און וואס איז די שיטת הבעל שם טוב הקדוש זכותו יגן עלינו? און וואס איז די שיטת הגר"א זכותו יגן עלינו? מאך נישט די טעות וואס אסאך מאכן, אז מ'הייבט אן רעדן ברייט פון צדיקי אמת, קען מען חלילה כאפן א קלאפ, חס ושלום.
די יסוד פון א איד איז אמונת צדיקים. אז מ'עסט חלילה יום כיפור, אדער חמץ אום פסח, איז עס א איסור כרת. אבער ווען איז פסח? ווען איז יום כיפור? דאס מאכן די חכמים! די גאנצע לוח, יעדן איינציגן ראש חודש, האט דער הייליגער באשעפער איבערגעגעבן אין די האנט פון די הייליגע חכמים. הלועג על דברי חכמים נידון בצועה רותחת! אן אמונת חכמים הייבט זיך נישט אן די גאנצע תורה.
זאג מיר נישט אז דו רעדסט נאר אויפ'ן הייליגן רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו, אבער נישט אויף רבי שמעון בר יוחאי, אויב דו רעדסט אויף צדיקים גלייבסטו נישט אין גארנישט, דאס וואס דו האסט מורא צו רעדן אויף תנאים און אמוראים, איז נאר ווייל ס'איז נישט פאפולער. אין הארץ האסטו כפירה אין באשעפער און אין אלע צדיקים מימות עולם, נאר דו האסט פשוט מורא מ'וועט דיך איינשפארן אין פסיכיאטארישן אנשטאלט האלטסטו זיך אביסל צוריק פון רעדן אויף פריערדיגע.
איינער גייט מיט זיין כפירה ביז הונדערט יאר צוריק, איינער גייט ביז צוויי הונדערט יאר צוריק, איינער ביז דריי הונדערט יאר צוריק, אבער דאס איז נאר וואס ער רעדט צווישן מענטשן, ביי זיך אין הארץ גלייבט ער מער די כפירה וואס רעדט פון מאלפעס ווי ער גלייבט אין שולחן ערוך, גמרא, משניות.
מאך זיך נישט נאריש, דו קענסט נישט וויסן וועלכע צדיק האט געהאלטן ביים לעבן דיין זיידן און עלטער זיידן, די לעבן איז שווער, און יעדער וואס מאכט דאס דורך בשלום, האט געהאט א צדיק וואס האט אים געגעבן אויסהאלט קראפט אין טאג טעגליכן לעבן.
געדענק'זשע, געדענק'זשע, אין דיין קעפעלע האט דער הייליגער באשעפער אריינגעלייגט צוויי חלקים. איינס איז די הייליגע נשמה וואס דו האסט, וואס ברענט און פלאקערט יעדע רגע צו לויפן צום אייבערשטן, די צווייטע חלק איז די גרויסע יצר הרע וואס ציט א מענטש אפצולאכן פון צדיקים. יעדער מענטש האט די ביידע כוחות, אויב ער געבט נאר א קליינע בייג צו די גוטע זייט, וועט די הייסע ברענעדיגע פלאקערדיגע נשמה-פייער אים ציען צום אייבערשטן, צו לעבן א גן-עדן-לעבן דא בזה העולם התחתון.
הייב אן לעבן מיט אמונת צדיקים. אז די תורה זאגט אז זאגן משניות ברענגט אלע מיני ברכות, לוינט זיך צו פרובירן, ווער וועט פארדינען פון דעם? נאר דו!