קרעדיט: משה ארי' שניצלער
 
 
יא טערעפי? נישט טערעפי? ביי וואס בלייבט עס?
 
ברסלב האלט יא פון טערעפי? ברסלב האלט נישט פון טערעפי?
 
וואס טוט זיך למעשה? 
 
למעשה האבן מיר באוויזן צו לייגן א האנט אויף משה'לעס "טערעפי טאג-בוך" וואו ער שרייבט אריין זיינע טערעפי סעסיעס.....
 
דינסטאג האלב זעקס אינדערפרי:
 
 
"רעדן צום אייבערשטן ביים עפענען די אויגן" טערעפי:
שכח אייבערשטער האסט מיר געגעבן נאך א טאג! העלף איך זאל טראכטן פון דיר, העלף איך זאל רעדן צו דיר אזוי ווי מ'רעדט צו א גוטן פריינד. העלף איך זאל געדענקען א גאנצן טאג אז דו ביסט דא און דו קוקסט אויף מיר.
 
 
"נעגל וואסער" טערעפי:
עס איז א באוואוסטע זאך צווישן די וואס קענען זיך אויס מיט פחדים והמסתעף אז נעגל וואסער איז זייער ווירקזאם קעגן אלע סארט פחדים.
(פרייז: געווענליך קאסט עס נישט מער ווי די פרייז פון צען אונצעס וואסער)
 
 
"מקוה" טערעפי:
מקוה געבט א נייע האפענונג, מקוה מעקט אויס עבירות רחמנא ליצלן (עבירות מאכט דיפרעסט, מקוה טערעפי נעמט אוועק די עבירות, במילא גייט אוועק די גאנצע דיפרעשן) 
(פרייז: דריי דאלער)
 
 
"שחרית" טערעפי:
שחרית טערעפי באזיצט צוויי הויפט בענעפיט'ן מיט נאך אסאך זייטיגע פאזיטיווע רעזולטאטן.
 
די ערשטע זאך פון שחרית טערעפי איז בעיקר אז די קינדער זאלן נישט חס ושלום אוועק גיין פון אידישקייט, ווייל דער רבי זאגט אז שחרית מנחה מעריב האלט א מענטש ביי אידישקייט, אז מ'דאוונט נישט פאלט מען חס ושלום אוועק פון אידישקייט, און מוהרא"ש זאגט דאך אז די עיקר פון חינוך איז, אז מ'איז זיך אליינס מחנך, ווייל קינדער טוען וואס די עלטערן טוען, ממילא קומט אויס אז דאווענען שחרית איז א טערעפי אז די קינדער זאלן נישט גיין אויף שלעכטע וועגן השם ירחם.
 
אויך איז נייטיג צו וויסן וועגן די שחרית טערעפי אז מוהרא"ש האט געזאגט ווער ס'דאוונט מיט מנין וועט האבן געלט! וסימנך ווער ס'דאוונט מיט מנין וועט האבן א "דבר שבמנין".
 
(פרייז: רבינו הקדוש מ'סאטמאר זכותו יגן עלינו פלעגט זיך בארימען אז געווענליך הייסט עס אז גיין אין שול צו שחרית קאסט נישט קיין געלט, אבער אז מ'דאוונט אין סאטמאר קאסט עס יא, ווייל אין סאטמאר גייט מען נאך געלט כסדר און מ'מוז האבן געלט צו געבן)
 
 
"חומש" טערעפי:
נאך די שחרית טערעפי נעמט מען איין פון די חומש טערעפי, וואס דאס מאכט פרייליך, ווייל דער רבי זאגט אז מעביר סדרה זיין איז א תיקון אויף עבירות פון פגם הברית וואס מאכט דעפרעסט.
 
 
"משניות" טערעפי:
דאס איז בעיקר געמאכט פאר מענטשן וואס קענען באשטיין צו האבן געלט, אדער ארויסגיין פון חובות וכדומה, ווייל מוהרא"ש האט געזאגט אז משנה איז בגימטריא פרנסה, אז מ'זאגט משניות ווערט מען רייך, מ'האט שוין געמאכט מערערע קליניקל טעסט'ס אהערצושטעלן סייענטיפישע באווייזן אויף דעם, די רעזולטאטן זענען געווען שטוינענד. לעצטנס האט מען געהערט אז ס'איז דא א ברסלב'ע שטעטעלע אין ליבערטי ניו יארק וואו עטליכע מלמדים און מערערע מענטשן מיט אזויגערופענע פשוט'ע פרנסות וואס האבן געזאגט משניות האבן זיך איינגעהאנדלט צען רומיגע הייזער אויף צוויי דריי אקער לאנד.
 
אויך איז די סארט טערעפי זייער שטארק פאר מענטשן וואס דארפן חיזוק אויף שמירת עיניים, מוהרא"ש האט געזאגט אז זאגן משניות הרג'עט די יצר הרע.
 
 
"גמרא" טערעפי:
דאס איז געמאכט פאר די דאזיגע מענטשן וואס נויטיגן זיך אין א טאפלטע דאזע פון פרנסה סגולות, ווייל מוהרא"ש זאגט אז תלמוד איז בגימטריא "פת", ווער עס נעמט איין פון די דאזיגע טערעפי איז פארזיכערט מיט פרנסה, עס לוינט צו פרובירן.
 
נאך א בענעפיט פון די גמרא טערעפי איז, אז ס'מאכט פרייליך, ווייל מוהרא"ש זאגט, אז תלמוד איז בגימטריא די נאמען פון די מלאך וואס איז מכשיל דעם מענטש מיט עבירות רחמנא ליצלן, און ער ווערט פון דעם סיי דערביטערט און טרויעריג, סיי ער הייבט אן מסביר זיין טאג און נאכט פאר זיין ווייב אז זי האט די חסרון און יענע חסרון, וואס דאס ווערט ביי טייל רופאי נפשות אנגעוויזן אלץ א סימן פון אזא מין סארט טיפע דיפרעסיע.
 
 
"פרישטאג" טערעפי:
דאס איז אזא מין סארט טערעפי וואס גייט געקניפט און געבינדן מיט "ברכות" טערעפי, דאס הייסט אז מ'מאכט א ברכה אויף יעדן מאכל פארדעם און נאכדעם, אזוי געדענקט מען בעסער אז די עסן קומט פון דעם אייבערשטן און מ'לייגט צו אביסל "תפלה" טערעפי, באשעפער העלף איך זאל אינדזשויען מיין עסן, באשעפער העלף איך זאל האבן גוטע קאמפאני ווען איך עס לאנטש אין ארבעט.
 
 
"פרנסה" טערעפי:
די סארט טערעפי איז בעיקר פאר מענטשן וואס ווילן נישט אריינפאלן אין חובות, די סטאטיסטיקער צייגן אן אז מענטשן מיט חובות פונקציאנירן מיט א האלבן מח ווייניגער, ווייל די חובות דרוקט אויף די רעכטע האלב מח, במילא בלייבט ער מיט א האלבע לינקע מח וואס קען נישט פראדוצירן גארנישט, חוץ פון זיין נערוועיז און פראסקענען קינדער. די דאזיגע וואס נעמען די פרנסה טערעפי האבן ביז עטליכע טעג געוויזן צייכענעס פון שנעל ארויסגיין פון חובות און אויספילן די צייט מער ווי די דאזיגע וואס אפווייכן פון פרנסה טערעפי שוין פאר עטליכע דורות.
 
די וועג ווי אזוי מ'טוט די פרנסה טערעפי איז אז מ'געבט אויף די שיינער-איד'שאפט און מ'נעמט סיי וואס פארא פרנסה מ'קען געפינען. אויב מ'זעט אז ס'איז וויכטיג פאר די בלוט-דרוק צו הייסן א מענעדזשער, קען מען אויפשרייבן אויף א שטיקל פאפיר "איך בין דער מענעדזשער איבער אלע מענעדזשערס" און עס חזר'ן הויך אויפ'ן קול דריי הונדערט מאל א טאג, אויף א ליידיגן מאגן.
 
מיט דעם האבן מיר געענדיגט די ערשטע האלב טאג אונטער די דערמאנטע טערעפי סעסיעס.
 
 
צוויי אזייגער מיטאג:
 
"מנחה" טערעפי:
די סארט טערעפי האט ענליכע שטריכן צו די אויבנדערמאנטע "שחרית" טערעפי, די קלינישע באווייזן זענען כמעט די זעלבע.
 
 
"ערליכע לאנטש" טערעפי:
דאס איז גאר א ווירקזאמע טערעפי, די וואס זענען די מערסטע סוקסעספול מיט די סארט טערעפי זענען די וואס האבן זיך געוואשן, געמאכט א המוציא, געגעסן זיצעדיג מיט דרך ארץ, שטייטעלעך און רואיג, עס קומט שטארק צוניץ צו האבן א בענטשער'ל ביי די האנט, וואס דאס איז גורם די ערגענצונג פון די דאזיגע סארט טערעפי. (מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז אלע וואס בענטשן אין א בענטשער וועלן זיין רייך)
 
 
"אנרופן די ווייב" טערעפי:
די וועג ווי אזוי מ'מאכט די סארט טערעפי ארבעט בערך אזוי: מ'נעמט די סעלפאון, מ'רופט אן די ווייב, מ'הערט אויס אז די בעיבי האט געקוויטשעט ביינאכט, מ'זאגט איר אז אונז גיימיר בעטן די אייבערשטער אז די נאכט זאל די בעיבי שלאפן א גאנצע נאכט. מ'הערט אויס די ווייב אז זי האט נאכנישט קיין קלייד פאר איר שוועסטערס חתונה, מ'זאגט איר אז ביז עטליכע טעג וועלן מיר האבן גענוג געלט צו קויפן די דרעס אוו די סענטשורי.
 
די סארט טערעפי קען גורם זיין אז עס זאל אוועקנעמען די נאכווייען פון די נעכטיגע שטרייט איבער וואו מ'זאל גיין שבת, צו באבי שווארץ אדער צו באבי ברוין, אין רוב פעלער ווערט אלעס miraculously קריסטאליזירט ווען דער מאן רעדט צוויי דריי גראדע געזונטע פארגינערישע ווייכע ווערטער.
 
אין טייל פעלער קען דער דאזיגער טעלעפאון רוף גורם זיין אז די פרוי זאל צוריק אנהייבן מיט די איבערגעצויגענע טשיקן סאפער'ס כמאז ומקדם, און אלע אלטע רוגזא'ס ווערן אנטרינען ווי די שניי פון דריי יאר צוריק.
 
עקאנאמיסטן געבן איבער אז די סארט טערעפי רופט זיך אפ נעגעטיוו אויף די וואס נעמען פיר מאות א שעה און לערנען אויס אינגעלייט און ווייבעלעך אז "קודם זאל מען זיך סעפערעיטן פאר א וואך צוויי", (השם ירחם), ביז מ'מאכט סדר, און נאכדעם וועט מען צוריקגיין ווען אלעס איז שוין מסודר.
 
אט די זעלבע עקאנאמיסטן ווייסן אויך אנצוצייגן אז די קינדער וואס קומען פון די שטובער וואו דער מאן האט יא גערעדט שיין און דאדורך פאראורזאכט אז די טשיקנס זאלן יא ווערן איבערגעצויגן און געפרעגלט, שפארן אסאך ארבעט פאר די מחנכים ווייל זיי זענען פרייליכער און רואיגער און פאלגזאמער. ווייל אין די פעלער וואו דער מאן איז ברויזענד און demanding דארפן די מחנכים פשוט ארבעטן שווערער צו ערגענצן פאר די קינדער דאס ביסל רואיגקייט וואס זיי באקומען נעבעך נישט אין שטוב.
 
ביז דא איז עטליכע קורצע עקזעמפלארן פון משה'לעס טאג בוך, ביטע נישט אויסזאגן פאר משה'לען אז מ'האט געלייגט א האנט אויף פרי עמלו.
 
עס ליגט אויפ'ן טאגעס ארדענונג די פראגע צו מיר זאלן אנטפלעקן נאך עטליכע טערעפי-עקזעמפלארן. דערווייל איז דאס גענוג אויף היינט. פרובירט עס אויס, איר וועט ווערן א נייער מענטש.