א לאנגע ווינטער
יא חשון תשפ"ד 📝
קרעדיט: משה ארי' שניצלער
ברוך השם עס הייבט זיך אן די צייט פון די גאלדענע ווינטער נעכט, אלע טראכטן די יאר גייט מען עס מאכן! די יאר גייט מען לערנען!
אן די וועג פון רבי'ן אז זאגן גמרא און משניות איז לימוד התורה, איז זייער שווער צו מצליח זיין.
וויפיל א מענטש זאל נאר פלאנען צו לערנען וועט אייביג זיין שמחות און טרדות וואס שטערן דאס לערנען, ביז מ'קען חס ושלום דורכגיין א וואך צוויי אן לערנען.....
לעט'ס פעיס איט, ס'גייט זיין מלוה מלכה'ס, שבתון'ס, חתונות, בר מצוות, חנוכה מסיבות, אכט טעג לאטקעס און דאונאטס, נאכדעם אכט טעג פראטיען דייעט, אכט טעג בלוט-טייפ דייעט, אכט טעג אינטערמיטענט פעסטינג דייעט, אכט טעג שניידן די מאגן דייעט, אכט טעג בענדל דייעט, אכט טעג sea food דייעט (סי פוד מיינט פיש, סושי בלע"ז, ס'איז נישט מיין שולדיג אז דער רייז סוחר פלאנצט די רייז אויף די יבשה), אכט טעג "עס-די-האלב" דייעט, אכט טעג "עס דאפלט" דייעט, אכט טעג "עס דרייפאכיג" דייעט, אכט טעג "קוק נישט אויף די סקעיל" דייעט, אכט טעג סתם עסן מכל הבא ביד דייעט, וואס איז די פלאן?!...... וואס גייט זיין מיט מיין לערנען......
די בעסטע זאך איז ווען איינער האט יא אמונת צדיקים, און נעמט די וועג פון צדיקים, פון זאגן יעדן טאג אביסל, אביסל משניות, אביסל גמרא, אביסל חומש, אביסל אביסל פילט זיך אן א שיסל, פלעגט מוהרא"ש זאגן. הייב אן מיט פינף מינוט א טאג, דו וועסט ווערן א נייער מענטש, א פרישער מענטש, א פאזיטיווער מענטש, דו וועסט ווערן דער געשמאקער שמועסער וואס יעדער טראכט איך וויל זיין אזוי רואיג ווי אים.
זאגן משניות ברענגט שלום בית, זאגן חומש רש"י איז א תירוץ אויף יעדע קושיא.
אזוי זאגט דער רבי אין די ערשטע תורה אין ליקוטי מוהר"ן. אז איינער לערנט תורה, האלט אים יעדער פאר א געשמאקער מענטש, פאר א בא'טעמט'ער מענטש, און אז איינער לערנט נישט ווערט ער א נערוון קריכער, ער פארשפרייט א וואלקן פון פינסטערניש און באבלאזנקייט ארום זיך. אז איינער לערנט תורה יעדן טאג קוקט מען אים ארויף אין שטוב, אזוי ווי א חשוב'ער מענטש איז דא. אז איינער לערנט נישט קיין תורה פילט ער אינדערהיים ווי א אומגעבעטענער גאסט.
איך האב א חבר יאנקעלע, זיין ווייב רעד נישט מיט אים, שוין באלד עטליכע וואכן.
נישט אזוי ווייט אז זי רעדט נישט מיט אים, אדרבה, ווען איינער וואלט דארט געגעסן א נאכטמאל וואלט ער געזען אז זיי רעדן געהעריג. נאר ווען זי קען נאר מאכט זי אים פילן ווי א שוטה, ווי א נאר. פון איין זייט האבן זיי א "געהעריגע" שלום בית, זיי גייען אפילו אין סטעיקהאוז ווען ס'געפאלט די טאג פון זייער חתונה צען יאר צוריק, זיי פארן יעדן ווינטער אויף וואקאציע אזוי ווי אלע געהעריגע שלום בית פארפעלקער.
זיי רעדן געהעריג.
נאר וואס דען? זי רעדט צו אים מיט א ביליגקייט, זי מאכט פון אים דאס גענאר, זי פארשטייט ווי אזוי דאס צו מאכן אז מ'זאל נישט קענען אנווייזן אויף איר אז זי מאכט איר מאן זאל זיין אונטערן טיש.
(ס'איז געווען אמאל א שטוב וואו די פרוי איז געווען א שלעכטיגקייט און איר מאן איז געווען א לעמעלעקייט, א שעפעלעקייט, זי פלעגט אים כסדר punish'ן אז ער מוז גיין אונטערן טיש פאר צוויי שעה. איינמאל האט זי אים געזאגט נאך א האלבע שעה אז ער מעג שוין ארויסקומען, ער מוז נישט ווארטן ביז צוויי שעה, האט דער לעמעלעקייט געענטפערט מיט א לעמעלע'דיגע קאנפידענס איך קום נישט ארויס ביז צוויי שעה! דא בין איך בעל הבית!)
אדרבה, די כיטרע וועג פון זיין ווייב מאכט עס נאר ערגער, ווען זי וואלט אים געזאגט יאנקעלע ביסט א שוטה'לע וואלט ער געקענט פרעגן א חבר, וואס טוט מען ווען די ווייב זאגט איך בין א שוטה...... בקיצור, יאנקל איז פון די אידן וואס ליידן און ווערן פארשעמט און קענען נישט טרעפן א וועג ווי אזוי צו טוישן דעם אומבאטעמטן מצב אינדערהיים. וואו הייבט מען אן? איז דא עפעס א מעגליכקייט צו מאכן די לעבן רואיגער? געשמאקער?
יאנקל האט שוין פרובירט טעראפיסטן און מקובלים, עצה-געבער (און) גזלנים, בלוט-זויגערס און געלט-זויגערס, לשון הרע מייסטערס און סעפערעישן עדווייזערס, עין הרע פראווענערס און רויטע בענדעל דאווענערס, ענערדזשי שטיינער, עלעפאנט ביינער, געבענטשטע לעכטעלעך, מלחמה פלעכטערלעך, געדענקמאל צעטלעך, ערבות בלעטלעך, בשמים נעגעלעך, נעיסטן פון פייגעלעך, לצים און קאוטשעס, האטליינס און דרשות, ס'העלפט אזוי ווי אויף טויטע באנקעס.
עפעס האט יאנקל געהערט אז אין ברסלב רעדט מען דרשות פון שלום בית. ער האט אביסל געטון דערין, ער האט אביסל צוגעלייגט קאפ און אנגעהויבן כאפן עטליכע נקודות וואס שטייט אין די ברסלב'ע גליונות.
לעולם האלט נישט יאנקל אז ברסלב איז אינגאנצן אויסגעהאלטן, אבער די מצב אינדערהיים שטיקט אים ביים האלז, עפעס זאגט אים אז אויב ער וועט נישט פרובירן די ברסלב'ע וועג, איז ער א גברא קטילא, טוב מותי מחיי, קצתי בחיי, איך מוז עפעס טון אז איך זאל נישט לעבן אינדערהיים אין א גיהנום....
א נאר איז יאנקל נישט, ער האלט אז מ'מוז פרובירן די וועג פון דאנקען און שעצן די ווייב, אבער איך קען דאך נישט אויסהאלטן די זילותא וליצנותא וואס די פרוי דא טוט מיט מיר.... עס איז זייער שיין און זיס די ברסלב'ע תורה פון רעדן שיין צו די ווייב, אויף פעיפער שטימט עס הערליך, ווען איך זאג איר אבער אז איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב באקומען א טייערע פרוי וואס טוט אזוי סאך פאר מיר, הייבט זיך ערשט אן די ליצנות, זי ווארפט עס צוריק, איך קען עס נישט דערהייבן,
וואס גייט דא פאר? די ברסלב'ע וועג אין שלום בית ארבעט יא? צו ניין? איך רעד שוין אזוי שיין פאר עטליכע טעג און מיין ווייב רעדט צו מיר ווי צו א שוטה, איך בין א סטרעינדזשער אין מיין אייגענע היים, מ'מאכט פון מיר א געשפעט און א גענאר.... וואס טוט מען דא?.....
די ענטפער איז די משניות, אן משניות האט מען נישט קיין כח צו רעדן שיין ווען זי האלט מיך פאר א נאר'עלע, פאר א גולם'ל.
מען האט נישט אויסגעלערנט יאנקעלע'ן אין זיין ישיבה אז שלום בית איז געבינדן מיט לערנען תורה "יעדן טאג".
יאנקעלע האט געלערנט אין א ישיבה וואו מ'האט געקאווערט זייער אסאך, אבער נישט אלע וויכטיגע זאכן האט מען דארט גערעדט.
יאנקעלע האט נישט געלערנט אין זיין ישיבה אז אויב מ'זאגט משניות, וועט דיין ווייב דיך האלטן פאר א כליל המעלות, א קלוגער, א וואוילער, א בא'טעם'טער, ממש אלע מעלות! אפילו א שטיקל נגיד..... אלעס ווענד זיך אין זאגן משניות...
אין יאנקעלע'ס ישיבה האט מען נישט געלערנט אז ס'איז נישט קיין מציאות בעולם צו האבן שלום בית נאר אז מ'לעבט מיט'ן אייבערשטן, מיט די תורה, מ'טראכט יעדע רגע וואס איז די רצון השם איך זאל טון יעצט די מינוט. דאס קען מען נישט האבן נאר אויב מ'האט א ערליכער איד וואס דערמאנט עס יעדן טאג.
אז מיין ברודער מאכט א קידוש אין לעיקוואד, און מיין ווייב'ס ברודער מאכט א קידוש אין מאנסי, וואו גייט מען? ס'איז נישט דא קיין שום וועג, קיין שום מהלך, קיין שום אפראוטש, נאר אויב ביידע רעדן צום אייבערשטן און בעטן יעדן טאג ס'זאל זיין שלום, און בעטן דעם אייבערשטן "באשעפער העלף איך זאל זיין אינגאנצן בטל צו דיר, גארנישט וועלן, נאר וואס דער אייבערשטער הייסט".
דיין ווייב וויל זיין גוט! (און דו ווילסט אויך זיין גוט!.....) יעדער וויל זיין גוט! אפילו די ערגסטע פרוי אין די וועלט איז נישט געבוירן אזוי! די פאקט איז אז א מאן פילט זיך גוט ווען ער געבט פאר זיין ווייב עטליכע הונדערט דאלער איינצוקויפן. און א פרוי פילט זיך גוט ווען זי שטעלט אהער א מעכטיגע נאכטמאל. דאס איז די געזונטע נאטור, אזוי האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט!
יעדער וויל זיין גוט, נאר ס'איז דא א גרויסער יצר הרע, דער יצר הרע וויל אז ס'זאל זיין א באבלאזענע שטוב, צוויי מענטשן מיט זעק מיט (גערעכטע) טענות איינער אויפ'ן צווייטן.
די איינציגע וועג וואס מ'קען נאך פרובירן איז די וועג פון זאגן משניות.....
די סטאטיסטיקער זאגן אז בשעת מ'זאגט משניות קריגט מען זיך נישט מיט די ווייב, עס איז שוין געווארן געפראווד.......
לאמיר אריינכאפן כאטשיק איין פרק יעדע נאכט פון די גילדענע ווינטער נעכט.....
נאר די תורה קען דיר העלפן, נאר זאגן משניות קען העלפן, לאמיר פרובירן צו זאגן איין פרק א טאג, און לאמיר זען צו ס'איז נישט געווארן רואיגער און געשמאקער אינדערהיים.