קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
 
 
אה גוטע וואך וואס מאכסטו?! שוין לאאאנג נישט געזען... ס'הערטצוך?
 
ברוך השם געלויבט דער הייליגער באשעפער!
 
נא ווי אזוי איז געווען שבת? עפעס אינטערעסאנט?
 
ניין נישט דווקא, א שיינע שבת געווען ברוך השם, נישט עפעס ספעציעל... אה גראדע וועסט נישט גלייבן איך האב געהאט א פעסטע שמועס פרייטאג צונאכטס מיט איינעם וועגן דיר, יענער האט פארקויפט מעשיות וועגן דיר... דו הערסט, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן... אוי האב איך אים געלייגט אין פלאץ! א מין בעל דמיון!
 
וואס הייסט? וואס האט יענער געזאגט?
 
ער איז אויפגעקומען - וועסט לאכן - ער זאגט אז דו דרייסט זיך אין היכל הקודש ביי דעם ראטה'ס חברה - איך זאג דיר ער איז אזא בעל דמיון! ער טענהט דו ביזט א ברסלב'ער געווארן - - הא הא הא - אזעלכע שטותים!
 
עה פרעג נישט איך האב אים שוין מסביר געווען ס'קען נישט זיין, ער באלאנגט דאך אין …. ער איז דאך "א געהעריגער נארמאלער מענטש" ממש געסעטלט... ער "באלאנגט"! איך האב אים בעיסיקלי געזאגט אז אויב זוכט ער אויפצומאכן מעשיות זאל ער טרעפן א צווייטן אפשר עפעס א צושטרויבלטער... 
 
עהעם... פרוביר איך צו טרעפן די ריכטיגע ווארט... איך באלאנג? וואס הייסט איך באלאנג?
 
דו האסט א פלאץ, דו האסט דיינע חברים מיט א רבּי מיט א גאנצע רעביסטעווע, א קהילה, כ'מיין אלעס, נא ווייסט דאך יעדער דארף / מוז ערגעץ באלאנגען... אז מ'באלאנגט נישט טויג נישט... יעדער דארף א פלאץ! 
 
אהא למעשה זאג איך אים איז יענער גערעכט געלויבט דער הייליגער באשעפער אז איך האב געטראפן דעם הייליגען ווינקל "היכל הקודש ברסלב" מיט א מורא דרך וואס לערנט מיר עצות ווי אזוי צו זיין אן ערליכער איד און בין זייער שטאלץ און פרייליך אז איך דריי זיך אין דעם הייליגען מקום! 
 
וואאאאס!!! עפעס איז געשען מיט דיר כ'מיין דו ביזט באמת געווען געהעריג נארמאל געסעטלט …. איך מוז לויפן אבער אונז מוזן נאך שמועסן איך מוז דאס פארשטיין! איך זאג דיר... דו?! פון אלע מענטשן? אונז מוזן נאך רעדן! 
 
געזונטערהייט! א זיסע לעכטיגע פרייליכע מזל'דיגע וואך! 
 
איך זעץ זיך אריין אין קאר איך לאך זיך גוט אונטער, וואס פארשטייט ער... קען מען דען מסביר זיין... וואס זאל איך זאגן?! איך האב אנגעהויבן לעבן! א לעבן מיטן באשעפער מיט אמונה א מחיה! 
 
ס'איז געווען א ערב שבת בעפאר די נארוואס פארלאפענעם עפיזאד. איך יאג זיך שטארק כ'האלט שוין ב"ה נאכן דף, יום תהילים, חומש, ח"י פרקים און שחרית, איך דארף נאך אביסל גיין איינקויפן לכבוד שבת איך יאג זיך ארויס פון שול מיט מיין טלית בייטל איך זעץ זיך אריין אין קאר און אזוי ווי איך וויל אנהייבן פארן שטעלט זיך איינער ביי מיין פעסנטער און מאכט מיר מיט די הענט אז איך זאל אראפדרייען די פענסטער. 
 
איך דריי אראפּ די פענסטער איך קען דעם איד שוין אפאר יאר אויפן פנים... כ'האב נאך קיינמאל נישט גערעדט מיט אים... וואס קען ער פון מיר יעצט וועלן?! יא ר' איד וואס קען איך טון פאר אייך? 
 
גארנישט... איך האב נאר געוואלט זאגן... אז... כ'האבנישט די ריכטיגע ווערטער, איך וויל דיר נישט באליידיגן... איך טראכט צו מיר איך פרוביר... למעשה איך פיל אז איך מוז זאגן…
 
נא ס'איז ערב שבת איך יאג מיך איר האט עפעס צו זאגן אויב נישט דארף איך גיין... 
 
יא, בקיצור... איך באטראכט דיר שוין א שטיק צייט איך זעה ביסט ממש געווארן א נארמאלער מענטש! איך געדענק דיר פון אמאל... מ'קען זען אז דו האסט א מורה דרך! איך האב פשוט געפילט אז איך מוז דיר זאגן! 
 
אקעעעי שכוח... זייט געבענטשט און האב א פרייליכע שבת! 
 
אמן דו אויך. 
 
נא, ווער איז טאקע דער נארמאלע מענטש? 
 
איינער זעט א פרא אדם! א הפקר יונג! ער ווארפט אוועק א פלאץ... ער זיך זוכן ערגעץ גליקן... ער כאפט זיך אזא תקופה'לע ער פליט יעצט און הימלען ער זעט אורות ער האט א פריצייטיגע מידלייף קרייסעס... און ער מאכט זיך חרוב זיין לעבן! די מוצאי שבת'דיגע מעשה איז נאר א דוגמא כ'מיין ס'האט אמת'דיג פאסירט דברים כהווייתן ממש אבער ס'איז איינס פון צענדליגע... 
 
איינער קומט שוין מער מיט א סטראשע... געב אכטונג איין טאג גייסטו נאך דארפן צוריק קומען... מאך נישט קיין פאטאלע טעותים... בדרך כלל ווערט עס באגלייט מיט אזעלכע פראזן ווי כאפן אורות און פליען אין הימל...
 
דער ראש ישיבה האט אמאל געזאגט וואס איז גרינגער, זאגן תיקון הכללי אדער פאסטן פ"ד תעניתים? 
 
פאסטן איז אסאך גרינגער ווייל מ'פילט ווי מ'טוט עפעס, דיין פעולה איז וואס געבט דיר דיין תשובה... אבער אויף תיקון הכללי און פשוט תשובה טון זאגן איים סארי אייבערשטער - אז דאס זאל ארבעטן דארף מען שוין א לויטערע ריינע אמונה, אז נישט איז נישט מעגליך צו גלייבן אז דאס איז גענוג אויף תשובה... 
 
ענליך איז דא... ס'איז אסאך גרינגער פאר א מענטש צו זאגן אז די ברסלב'ער כאפן מלאכים און פליען אין הימל ווייל ס'איז ווייט אוועק פון זיי... אבער אז ברסלב לערנט סך הכל אויס די פשטות יהדות זיך פרייען שלא עשנו גוי! דאס איז זיי אסאך שווערער צו פארשטיין! 
 
אזוי איז דער מסביר און סטראשעט אויף איין מאל געב דיך גוט אכטונג ס'איז א וואן וועי נישטא קיין וועג צוריק דו קענסט דאך די "סיסטעם" בלא בלא בלא... דאס איז איין סארט מענטש.
 
דער צווייטער זעט אין גאנצן אן אנדער בילד ער זעט נישט די גאנצע מהומה ארום און ארום ער זעט נישט קיין ריזיגע מוסדות בילדינגס וואס מ'קען ווייזן הע! דאס איז אונזערס! ביי אים באלאנגען מיינט נישט זיין אין א קאמפעני... 
 
ער זעט א מענטש! אן אינדיווידועל און ער באטראכט אים (כ'מיין נישט מיך כ'רעד בכלליות...) פאר וואס ער איז וואס האט ער צו פארקויפן... ביז היינט האט ער געדאווענט דריי תפילות מיט מנין? האט ער זיך געדרייט מיט א שמייכל? האט ער קובע עתים געווען לתורה? ער קוקט אויף דעם מענטש און אזוי איז ער קובע אויב איז ער "נארמאל" אדער....
 
און ס'איז אויסטערליש אינטערעסאנט אז דער וואס האט נעכטן געקוקט און געזען א נארמאלער מענטש זעט היינט איינער וואס נעבעך... און דער וואס האט ביז היינט געזען א מענטש וואס נעבעך... ער באלאנגט ער ווייסט נישט פעלט אים... זעט ווי דער מענטש בליעט און וואקסט ער דארף נישט זיין אנגעהאנגען אין עפעס א סיסטעם אין א פראגראם...
 
א מענטש דארף באלאנגען צו זיך א מענטש דארף זיין בעל הבית אויף זיך און אויב איז מען זוכה אז מ'קען אנקומען אין היכל הקודש א פלאץ וואס האט די כח צו מאכן א מענטש נארמאל איך זאל אנהייבן קיקן אויף מיר, ברענגען א מענטש צום באשעפער עפענען די קאפּ אביסל צו עבודת השם און צו לימוד התורה דארף מען זיך אזוי מחיה זיין מיט דעם!!!
 
עפילאג
לאך דיך גוט גוט אויס פון אלע גוטזאגערס און אלע וואס ווילן נאר פרעגן און נאר זאגן... דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביזט מקורב צו א רבּי וואס ברענגט דיר צום אייבערשטן אז דו ביזט אין א פלאץ וואו דו האסט א מורה דרך וואס געבט דיר זיסע עצות צום לעבן און מאכט דיר רעדן צום אייבערשטן, לערנען, דאווענען און שטאפט דיר מיט חיזוק א מחיה וואס נאך דארף א מענטש??
 
שכח אייבערשטער אז איך בין מקורב צו אזא לעכטיגע פלאץ!