א מיואש'דיגע מעריב
כד טבת תשפ"ד 📝
קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
דאס איז עס! מ'גייט אנהייבן מיט א נייע התחלה, וואס איז געווען איז געווען, מ'גייט נישט קוקן אויף צוריק, אלע אלטע מעשיות בלייבן איבער ביי די אלטע צייטן מ'גייט אנהייבן מיט א התחדשות!
דער בחור איז איבערגעפילט מיט פרייד, אט ענדיגט ער שוין די ישיבה קטנה יארן און גרייט זיך צו ווערן 'א עכטע גרויסע בחור' מ'גייט שוין באלד אריין אין ישיבה גדולה!
צופיל גוטע זכרונות פון ישיבה קטנה האט ער נישט געהאט. פארברענגט רוב צייט מיטן שפילן מייזל קעצל מיט'ן משגיח, אריין אין שיעור צימער, ארויס פון שיעור צימער, דער מנהל רופט אריין אין אפיס... דער ראש ישיבה מוז זיצן מיטן בחור צוזאמען מיט זיין טאטע.... אזוי האט ער דורכגעשוויצט די ישיבה קטנה יארן.
יעצט אבער איז שוין א אנדערע מעשה, ער איז שוין א מבוגר, ער גרייט זיך שוין פאר ישיבה גדולה, ער גייט זיך נעמען אין די הענט אריין. ער גייט אין א ישיבה דריי שעה אוועק פון זיין שטוב ער גרייט זיך אין קאפּ מיט הכנות אז 'דאסמאל גיי איך עס מאכן!'
ער גייט מיט גרויס שמחה צום ספרים געשעפט מיט די ליסטע פון אלע ספרים וואס ער וועט דארפן, צום ערשט א בבא בתרא גמרא, די רויטע צוזאמען מיט אלע דריי חלקים קובץ מפרשים, א שלחן ערוך הלכות שבת מיט א משנה ברורה, דריי נאטיצן ביכלעך, א פעקל פעדערס, א חובת הלבבות און ער געבט שוין א ווארף אריין א סידור המפורש אויך ס'זאל זיך קענען גוט דאווענען!
מיט פיל האפענונג גרייט ער זיך צו באצאלן פאר זיינע ספרים, ער קוקט מיט הנאה אויפן ריזן הויפן ספרים וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט, ער חלומט זיך שוין ווי ער זיצט ביי די שיעורים און שרייבט נאך ווארט נאך ווארט בשעתן טרינקען די גרויסע חידושים פונעם מגיד שיעור - זאל זיין וואס זאל זיין איך גיי עס מאכן, איך גיי ווערן א עכטע מתמיד!
ער גרייט זיך שוין מיט פעסטע הכנות צום גרויסן טאג ווען ער וועט מיט אלע זיינע געפעק זיך ארויפזעצן אויפן באס צו מאכן דעם לאנגן רייזע אין ישיבה, ער גייט מקיים זיין דעם הוי גולה למקום תורה... ער ציילט שוין די שעות און מינוטן ווען ער וועט זיך שוין זען אלס א ישיבה גדולה בחור - ס'גייט גיין א רויך.
ענדליך איז די מינוט אנגעקומען, ער שטייט אינדרויסן פון זיין שטוב און געזעגנט זיך ווארעם פון זיינע עלטערן און ער שפאנט מיט גאר פרייליכע טריט צום באס.
אויפן לאנגן רייזע איז אים נישט געלונגען צו קענען פארמאכן אן אויג, ער איז אויסער זיך פון איבעראשונג, ער הערט נישט אויף דמיונ'ען ווי גוט עס גייט אים גיין אין די נייע ישיבה אפשר וועט ער גאר זיין דער רבי עקיבא איגר בדורו?
ער דמיונ'ט, ווי ער טענ'הט זיך אין לערנען מיט'ן ראש ישיבה און נאך עטליכע שעה איז ער ער מנצח דעם ראש ישיבה, יעדער פאטשט פאר אים, ער באקומט גרויס כבוד מ'הייבט אים אויף אויף א בענקל ווען יעדער זינגט 'ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור'.
מ'איז אים גאר מכבד אנצוהייבן געבן טיפע עיון שיעורים פאר די גאנצע ישיבה און ער שטייגט אן אויפהער! זיינע נאוט בוקס ווערן פארוואנדלט אין טיפע לומדישע ספרים, די עולם התורה רעש'ט מיט זיין נאמען, ס'איז ממש געוואלדיג!
ער דמיונ'ט זיך ווייטער ווי אזוי אלע חברים געבן אים גרויס כבוד, יעדער וויל נאר זיין זיין חברותא, יעדער וויל זיין אין זיינע ד' אמות, זיינע עלטערן שעפן נחת אן אויפהער, ער פארהערט זיך שוין ביי די גרעסטע גדולים פונעם דור און כולם פה אחד זאגן אז אזאנס האבן זיי נאך נישט געזען, ממש א בקי בכל התורה כולה, וואו מ'פרעגט אים ווייסט ער גלייך צו ענטפערן ס'איז ממש מורא'דיג!
ער זיצט זיך אין זיין באשיידן ווינקל דארט אינעם גרויסן היכל הישיבה ווי ס'איז אויסגע'שורה'ט א שורה פון בחורים וואס ווילן זיך מפלפל זיין מיט אים און רעדן מיט אים אין לערנען.
אזוי זיצנדיג דארט אויף זיין פלאץ אין ישיבה קומט צו אים א בחור מיט א גאר א שווערע קאמפליצירטע קשיא אויפן סוגיא - ווען פלוצלינג געבט זיך די באס א שטעל אפּ און רופט אויס הויך 'מיר זענען אנגעקומען…'
דער בחור'ל רייסט זיך ארויס פון אלע דמיונות, שנעל לויפט ער כאפן זיין רענצל מיט זיין באקס ספרים, ער קען זיך קוים אן עצה געבן צו שלעפן אלע זיינע פעקלעך און ספרים...
אויסגעסאפעט און אויסגעמאטערט אבער פול מיט האפענונג, עפענט ער אויף די גרויסע ישיבה טויערן און גראד גייט ער צו צום משגיח אים פרעגן וואו איז די דארמיטארי? דאס ערשטע מוז ער מסדר זיין זיינע פעקלעך און אפשר כאפן א קליינעם דרימל פונעם לאנגן וועג.
דער משגיח קוקט אים אן און זאגט אים מיט א ברייטע שמייכל - פארדעם קומט א בחור אין ישיבה? פארן דארמיטארי? מ'קומט דאך לערנען! ערשט גיי אריין אין שול זעץ דיך לערנען און די גשמיות וועט מען שוין באלד זען...
דער בחור פרובירט מסביר צו זיין: "איך בין אויסגעשעפט, איך בין יעצט געזעסן דריי שעה אויף א באס איך שלאף שוין נישט פאר א וואך, איך וויל אוועקלייגן מיינע פעקלעך און זיך פשוט מסדר זיין…"
דער משגיח שמייכלט ווייטער און מאכט חזרה אויף זיינע פריערדיגע ווערטער: "אין ישיבה קומט מען לערנען, קודם זעץ זיך אריין אינעם היכל ביהמ"ד און באלד וועסטו זיך שוין מסדר זיין מיט אלע אנדערע זאכן".
צומישטערהייט זעצט ער זיך אריין אינעם ביהמ"ד ער עפענט אויף א גמרא און פאלט גראד אראפּ אין א טיפע שלאף אויפן גרויסן בבא בתרא גמרא ער איז נאר א מענטש, וויפיל קען א מענטש ציען?
אזוי איז ער געלעגן דארט אויפן בבא בתרא צוויי אהאלב שעה אין א טיפע זיסע שלאף ווען פלוצלינג פילט ער ווי איינער קלאפּט אים אויפן רוקן ער וועקט זיך אויף, די פיאות קלעבן אים, די אויגן איז אים רויט, אויפן קעפל פארמאגט ער א ריזיגע רויטע פלעק פונעם זיסן שלאף...
דער בחור וואס וועקט אים זאגט אים אז דער ראש ישיבה ווארט פאר אים אין זיין אפיס ער זאל יעצט אהינגיין! ס'ווערט אים נישט גוט... נאר דאס דארף איך יעצט אז דער ראש ישיבה זאל מיך זען אזוי פונעם טיפן שלאף ארויס... בכלל טראכט ער צו זיך וואס וויל דער ראש ישיבה יעצט פון מיר??
פארוואונדערטערהייט שלעפּט ער זיך צום ראש ישיבה'ס אפיס ער קלאפּט אריין מיט גרויס יראת הכבוד דער ראש ישיבה לאזט אים אריין און ווייזט אים ער זאל זיך זעצן.
קעגן אים זיצן זעקס פאר אויגן וואס קוקן מיט שטרענגע בליקן, ער האט נישט קיין מושג ווער זיי זענען אדער וואס זיי ווילן פון אים, איינער ביי די זייט געבט אים א פרעג: "דו הייסט אזוי און אזוי?"
יא!
ווער האט דיר געזאגט אז דו קענסט אהערקומען? דיין טאטע האט נישט באצאלט קיין שכר לימוד וויפיל מ'האט פארלאנגט, דא קען מען נישט סתם קומען... איך שפיר זייער שלעכט אבער דו קענט נישט זיין דא ביז די שכר לימוד איז מסודר! זיי מוחל נעם דיינע פעקלעך און גיי אהיים ביז מיר וועלן מודיע זיין אז דו קענסט קומען!
דער בחור'ל איז געווען אין צו א טיפע שאק צו קענען עפעס ענטפערן, אבער זיינע מחשבות האבן געשריגן - ניין מיין טאטע קען זיך נישט ערלויבן צו צאלן צוויי טויזנט דאלאר א חודש שכר לימוד און יא ער ארבעט ביטער שווער צו קענען לייזן אפאר גראשן ס'זאל כאטש זיין ברויט אין שטוב וועגן דעם זאל ער נישט קענען שיקן זיין זוהן אין ישיבה? און בכלל וואס בין איך שולדיג? וואס וויל מען פון מיך דא?
פארלוירענערהייט זעט ער זיך ווידער שלעפּן צום באס מיט אלע זיינע פעקלעך דאסמאל א דערשלאגענער צוקלאפּט און צובראכן, אלע דמיונות צושמעטערט מיואש ביזן דאך, אלע לופט ארויסגעצויגן וואס וועט שוין פון מיך אויסוואקסן? וואס דארף איך בכלל א ישיבה? קיינער איז במילא נישט אינטערעסירט אין מיר...
אזוי איז ער דורכגעזעסן נאך א לאנגע באס רייזע, ווען יעדער פאר מינוט שמוגלט זיך ארויס נאך א טרערל פונעם בחורל'ס אויגן. ביז ענדליך קומט ער אן אהיים ער לייגט אראפ אלע פעק און זעק ביי זיין טאטע אין שטוב, ער איז צו צובראכן צו קענען בכלל אויסטוישן א ווארט, ער זעט די טיפע צער אין זיין מאמעס אויגן, ער שלעפּט זיך אין שול צו דאווענען מעריב טראכטנדיג אז מסתמא איז דאס די לעצטע מאל וואס איך גיי גיין אין שול דאווענען קיינער דארף מיך סיי ווי נישט!
ער עפענט א סידור צו דאווענען און ער טרעפט דארט א קארטל פון ברסלב מיט א שיינע פאזיטיווע מעסעדזש, די קארטל האט אים געצויגן, גראד נאכן דאווענען גייט ער ארויס אינדרויסן און קלינגט אריין דעם נאמבער אויפן קארטל.
אויסצופירן מיין איך פעלט נישט אויס, יעדער קען אליין אויספירן די מעשה….
אבער איר טראכט יעצט אוודאי אז די מעשה האב איך אויסגעזויגן פון פינגער, נאך עפעס א פאטריאטישע מעשה, יא יא מסתמא טראכסטו יעצט אז דאס איז גאנץ א פיינע ארטיקל, אבער די מעשיות פאסירן נישט עכט...
האב איך פאר אייך גרויס נייעס, די מעשה איז הונדערט פראצענט אמת, דאס האט מיך איינער פון אנשי שלומינו דערציילט פאריגע וואך אזוי אגב'דיג און מסיח לפי תומו בשעת'ן שמועסן מיט אים וועגן אנדערע זאכן אינגאנצן...
דער בחור האט אנגעהויבן הערן איין שיעור און נאך א שיעור, עס האט זיך אים געעפנט א נייע וועלט, ער איז געוואויר געווארן אז באמת קען ער אויך לערנען, און ער דארף נישט אנקומען צו קיינעמס טובות כדי ער זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק און א תלמיד חכם, ווייל איבעראל קען מען לערנען און אנצוקומען צו מסיים זיין די גאנצע תורה. אזוי אויך נאכן הערן אסאך שיעורים האט ער געכאפט די תפקיד פארוואס מען לערנט תורה - ווייל אזוי ווערט מען נאנט צום אייבערשטן, און מען לערנט נישט ווייל די גאנצע וועלט זאל רעדן פון מיר אז איך בין א גרויסער תלמיד חכם.
יעצט טראכט אריין א מינוט, א מפיץ האט אריינגעשטעלט דעם קארטל אין סידור טראכטנדיג אז לכאורה גייט דאס אנקומען אין מיסט... אבער קיינמאל גייט ער נישט וויסן אז ער האט פשוט כפשוטו געראטעוועט א לעבן!!! וויפיל צייט נעמט שוין צו אראפלייגן אפאר קארטלעך, גליונות אדער קונטרסים? ס'נעמט גארנישט און דו ראטעוועסט לעבנס.
יעצט לאמיר פארענדיגן די מעשה... דער אינגערמאן האט שוין כהיום געענדיגט 77 מאל משניות!!!
אשרינו אז מיר קענען עוסק זיין אין הפצה די הייליגסטע ארבעט צוריקברענגען אידן צום אייבערשטן. און אויב האסטו נאכנישט קיין חלק אין הפצה, מאך יעצט א קליינע תפילה "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל אויך האבן א חלק אין הפצה, ארייןברענגן אין אידן א נאנטשאפט צום אייבערשטן, א נאנטשאפט צו די תורה ומצוות".