מיינע געשוויסטער - בעסער געזאגט איינע פון מיינע געשוויסטער - האבן זייער געוואלט טון עפעס דעם חול המועד וואס זאל פאראייניגן די גאנצע משפחה, די פראצעדור איז צוגעגאנגען מער אויפן וועג ווי אזוי אהרן הכהן האט שלום געמאכט צווישן צוויי מענטשן… פאר יעדעם האט מען געזאגט אז יעעעדער… וויל גיין ערגעץ צוזאמען חאלעמויד האלטן, נו, אז יעדער וויל, האב איך דאך נישט די הארץ צו גיין בידיים צוברעכן א משפחה בישראל… אז מען מוז, מוז מען! יא איר האט צוגעטראפן, עס איז די זעלבע שוועגערין וואס ווייסט קלאר צו זאגן אז יעדער 'מוז' אריינטשיפן צו קויפן א מתנה פאר יעדע נייע חתונה געהאטע קאפעל, און וואס איז וועגן באצאלן? הע! די זעלבע וועג ווי איר מאן וועט זיך ברעכן קאפ צו באצאלן דעם טשעיס קארטל סוף חודש אזוי וועלן אלע איבריגע שוואגערס און ברודער זיך ברעכן קאפ און טון דאס זעלבע… איז לאמיר נישט אריינגיין אין די פאליטיק פון די משפחה, נאך אלע טענה’רייען, און שטייערן וואס מען האט ארויפגעלייגט אויף יעדן קאפ-צאל פון די משפחה, מען דארף דאך דעקן די קאסטן, הגם עס איז 'נאר' 40 דאלער א מענטש פאר די פארוויילונגס פלאץ, און עס איז 'נאר' 15 דאלער פאר די באס, פלאס געז און טאל'ס, אבער דאס געלט קומט נישט צופיס, וועט מען גיין מיט די אלטע וועג פון 'יעדער זאל אריינטשיפן' די אפגעשטימטע שטייערן וואס עס קאסט.
נאך אלע מעשיות, איז מען געקומען צו די החלטה אז מען גייט פארברענגען א טאג אין די 'טשאקווענילע ענימאל זו' אין פענסילוועניע, עס איז סך הכל 'נאר' דריי שעה צו פארן (אפשר אינמיטן די נאכט), די באס וועט ווארטן און צוריק ברענגען דעם עולם, ממש א חלום פון א חול המועד האלטן.
נו! ויסעו מען פארט שוין, די פא"ן פון חול המועד סוכות תשפ"ג איז שוין אריין אין קראפט… מיר האבן איינגעפאקט א קליינע צאמלייג סוכה, מ'האט מיטגענומען גענוג עסן, איינער האט אריינגעלייגט א באקס בעיבי פינגערס… מען גרייט זיך אריבערצופארן דעם גרעניץ צווישן ניו יארק און פענסילוועניע… עפעס טרעפיק איז דא, אבער עס פארט… 
מען איז שוין אנגעקומען, מיר זענען ביים אריינגאנג פונעם טיער גארטן, - נ"ב פארוואס א זו הייסט א טיער גארטן ווייס איך נישט, אויך קען איך דיר נישט פארטייטשן די ווארט זו, דאס איז א פלאץ ווי מען האלט אויף פארשידענע באשעפענישן, און די מענטשן קומען זיך דארט אומקוקן אויף די ווינדער וואס דער אייבערשטער האט באשאפן אינעם פינפטן טאג פון די יצירה.
אה ברוך השם מיר שטייען שוין אין די ליין, מיר ווארטן אינאיינעם מיט די פילע משפחות פון אחינו בני ישראל וואס זענען דא פארווארפן געווארן. 
איך וועל אייך אביסל געבן א אפהאנדלונג פון יענעם טאג, און… איך מוז אייך זאגן איך בין אהיימגעקומען מיט א שיינע עקספיריענס, מען קען זאגן אז עס האט זיך געלוינט די גאנצע נסיעה פאר דאס וואס איך האב מיך געלערנט יענעם טאג.
מיר הייבן אן: געקויפט טיקעטס פאר אלע קינדער, די ערשטע פלאץ ווי מיר זענען געגאנגען איז א מוזעאום… פרעג מיך נישט פארוואס עס הייסט א מוזעאום, איך האב געמיינט אז מען גייט טרעפן דארט ווער ווייסט וואס… א מוזעאום איז דאך א פלאץ פון אלטע זאכן, ווער ווייסט וואסערע אלטע חיות מען גייט דא טרעפן, אפשר די קוען פון פרעה’ס חלום… אבער ארויסגייענדיג בין איך גארנישט קלוגער געווארן, די חידה איז מיר געבליבן אומפארענטפערט, אזוי איז עס ויקרא שמו בישראל מוזעאום, חוץ דער אלטער גוי וואס האט אונז געגעבן די טור איז דארט גארנישט געווען אלט… טונקל איז דארטן געווען, איך האב געטראכט צוויי סברות פארוואס עס איז געווען טונקל, אדער ווייל זיי האבן געוואלט אז עס זאל אויסזען פארצייטיש ס’איז דאך א מוזעאום, אדער א צווייטע סברה - און איך מיין אז דאס איז די ריכטיגע סיבה - זיי האבן פשוט מורא געהאט אז מען גייט זען אז עס איז דארט גארנישט דא.
דאס איז געווען די ברוך הבא אינעם זו, פון דארט זענען מיר געפארן מיט א טרעין ווער עס איז נאכנישט געווען אויף יענעם טרעין 'לא ראה פאן מימיו' דארט איז געווען די פא"ן אויף א נעקסט לעוול… דער עולם האט געבראכן, זיך אפגעוואשן, און מען איז אנגעקומען צו א ריזיגע פאלשע נו ווי אזוי הייסט שוין דארט דער מיטן לאנגן האלז? אה די דזשעראף, א מזל אז מיר זענען אנגעקומען דארט, ווייל דארט האט זיך אנטוויקלט א שיינע תורה’דיגע שמועס צווישן די שוואגערס צו עס איז באמת א כשר’ע חיה נאר ווייל עס האט א לאנגע האלז ווייסט מען נישט ווי די פלאץ פון די קנה און ושט און מען ווייסט נישט ווי עס צו שחט'ן, בקיצור אזוי איז די טאג נישט אינגאנצן אוועק געגאנגען אן קיין לימוד התורה.
 
נעקסטע סטאנציע: גאר אינטערעסאנטע שלענג, אלע סארטן און אלע מינים, באמת אינטערעסאנט צו זען די געפארפולע דיקע שלענג וואס מען זעט נאר אין די ביכער, זען דאס לעבעדיג ווי דער שפייט גיפט מיט זיין צינג, יא! פרעג נישט דארט זענען געווען אלע מינים קאלירטע בעקיטשעס, הערליכע דעזיינס, מען ברויך רופן די גבאים פון די רבי'ס זאלן כאפן א בליק וואס דאס הייסט אמת'ע כבוד התורה…
מיר קומען אן צו די פייגל אפטיילונג, טויזענטער מיני פייגלעך פליען ארום, אלע מיני קולות, אלע סארטן קאלירן, דערנעבן זענען די ריזיגע אדלער וואס עפענען די פליגלעך, אך איז דאס שיין, די פיקאק אה, אזוי שיין די קאלירן, איך מיין אז איך צי צוריק, דער וואלט געברויכט זיין די קאליר פונעם רבי'נס בעקיטשע, אבער שוין, מיר גייען נאכנישט ציען קיין מסקנות, ווער ווייסט אפשר קומט נאך שענערס.
פון דא איז עס שוין געגאנגען געשמירט, אה! ביי די עלעפאנטן האבן מיר ארויס גענומען די שטריימל בעקיטשע צו קענען מאכן דעם 'משנה הבריות' געהעריג מיט'ן שם ומלכות, און אין איין וועגס שוין מוצא זיין די מאלפעס און גורילעס וואס געפינען זיך דערנעבן.
 
גראדע קיינמאל בעפאר נישט געזען דער קעניג פון די חיות, אים האט מען גוט צוגעשטעלט, א גרויסע הויף, מיט א רואיגקייט שפרייזט דער מאמע לייב ווען אונטער איר שפאצירן די פרינצעסן, אה! א מחיה א גרויסע משפחה… נאך א בעיבי נאך א לייבעלע.
 
אה דער לעמפערט, דער קא'טייגער, מיר האבן זיך דעמאנט אז 'איין קאטייגער נעשה צילייגער', אבער עס זענען געווען מער פון איין טייגער, האבן מיר נישט געקענט געהעריג דרשענען דעם דרש, עס זענען געווען פארשידענע קא'טייגאריעס, על כל פנים.
ביי די בערן האבן מיר זיך אפגעשטעלט מיט א טאץ פירות, געהעריג כיבוד… דאס איז געווען מער אזא ביקור גומלים… פאר דאס וואס זיי קומען כסדר אפשטאטן באזוכן ביי אונז אין שטעטל…
 
מיר זענען אנגעקומען צו דעם 'כוי' גראדע א מבוכה ווי אזוי מען זאגט עס ק'ווי (מיט א שווה אונטערן כ') אדער אין אנדערע מקומות רופט מען עס קוי מיט א חולם אויפן כ', איך שיהיה האבן מיר געזען אז זיי האבן אנגענומען אז עס איז א חיה, ווייל זיי האבן עס אריין געשטעלט צווישן די חיות, אדער קען זיין אז זיי האלטן אויך אז דאס איז א ספק חיה ספק בהמה, און מספק האבן זיי עס אריינגעשטעלט צווישן די חיות.
אזוי זענען מיר געגאנגען לאנגע שטרעקעס און באטראכט די ווינדערליכע נאטורן פון די באשעפענישן וואס דער אייבערשטער האט באשאפן, איך גיי נישט אויסרעכענען יעדע חיה וואס דארט איז געווען, אבער דאס איז מיר געווען די מערסט אינטערעסאנט, ווען דער טור גייד האט אונז געזאגט אז מיר גייען דורך א טונעל און דארט הייבט זיך אן די ריכטיגע שרעקעדיגע חיות, א סקרוך איז אדורך מיינע ביינער ווען מיר האבן אנגעהויבן צו זען גרויסע רויטע פלאקאטן איר גייט אריין אויף אייער אייגענע אחריות, די מערסט סכנה'דיגסטע חיה אין די וועלט.
איך האב געטראכט צו מיר וואסערע חיה האבן מיר נאכנישט געזען, זיי האבן געוויזן מאנסטערישע בילדער ריזיגע פארציקענדע עלעגעטארס מיט זייער אויסגעשטרעקטע אפענע מיילער.
ממש יעדע טריט נאך א סיין 'איר דערנענטערט זיך צו די מאויסט דענדזשערעס ענימעל', מיר האבן שוין געזען פונדערווייטענס די ריזיגע פארמויערטע טירן, גרויסע שלעסער פארשפארן די קייטן וואס בינדן ארום דעם גאנצן עפענונג.
עס האט מיר זיך נאר געווינדערט ווי אזוי פיטערט מען אזא חיה אויב איז אזוי שרעקעדיג צו גיין נאר פון די נאנט, מיר האבן גענומען די ריסק און שפאצירט ווייטער א שלאס נאך א שלאס א סיין נאך א סיין מיר זענען אלעס דורכגעקומען.
און… מיר שטייען שוין פארענט פונעם קארידאר וואס פירט צו די שטייג פון די מסוכנ'דיגסטע חיה וואס עס איז נאר דא.
איך האב מיך אפגעשטעלט און גוט אריינגעטראכט בין איך טאקע גרייט אויף דאס ערגסטע? וואס טו איך אויב די חיה צעווילדעוועט זיך און שניידט דורך אלע שלעסער…
אבער מיין נייגער האט זיך געשטארקט, איך זאג שמע ישראל און איך שפאציר אריין אינעם טונקעלן קארידאר, איך הער שוידערליכע קולות קען זיין אז עס האט זיך מיר נאר געדאכט, ווער ווייסט, עס האט מיר אביסל געטרייסלט, זעענדיג די גרויסע שילדן פון אלע זייטן וואס טוען ווארענען די ווייטקייט וואס מיר געפינען זיך, נאר טויזנט פיס צו גיין ביז די עפענונג פונעם שטייג! 
איך האלט שוין ביי קוים נישטיגע הונדערט פיס אוועק, איך טראכט מיר אזוי, אפשר ווער איך געפירט דורך די מלאכי חבלה צום גיהנום, די אויסקוק פון די פלאץ האט צוגעגעבן צום דראמא, עס זעט אויס ווי עס איז אמאל געווען א אלטע אונטערערדישע תפיסה. 
איך האלט קוים צען פיס אוועק פון דעם מעכטיגן פארפאנצעטער טיר איך זען שוין די דיקע דאפעלטע גלאז ביים פענטער פונעם טיר, פארזיגלט מיט אייזערנע קייטן.
און… איך שטיי שוין ביים טיר, איך קוק מיך גוט אריין אינעם גלאז, איך שטרענג מיך אן מיט אלע כוחות זיך צו האלטן פעסט, דא זע איך ווי די פארוואלטונג פונעם טיער גארטן האבן געמאכט א גוטער שפיל אויף אונז, איך האב גארנישט געזאגט פאר די איבריגע מיטגלידער פון די משפחה וואס איך האב געזען… איך האב געקענט באשטיין אז אלע זאלן האבן דעם זעלבן שאק וואס איך האב געכאפט… איך קוק אריין אינעם פענסטער פון די טיר וואס זע איך דארט, נישט מער און נישט ווייניגער… איך זע… 'מיך אליין…' וואס גייט דא פאר? איך פראביר צו קוקן אלע זייטן אבער מער פון ריזיגע שפיגלעך וואס שפיגלט מיך זעלבסט אפ זע איך נישט…!
איז דאס טאקע אזוי? איך בין די מערסט סכנה'דיגע חיה וואס איז נאר באשאפן געווארן? אה! האבן זיי עס גוט געמאכט מיט מיר, איך שטיי און איך טראכט, יא דאס מאל האבן זיי צוגעטראפן, יא! 'אדם' 'דער מענטש…' יא דאס איז דער שרעקליכסטער בעל חי אויף די וועלט, דאס וואס מענטשן זענען אומשטאנד צו טון דאס קען קיין שום בעל חי נישט טון, א מענטש אן תורה, אן א צדיק, אוי וואספארא חרבנות דער מענטש האט געמאכט אויף די וועלט, די ליסטע איז ענדלאז, ווען מען קוקט אויף די גרויסע פיקטשער, די וועלט אין אלע אירע דורות זענען פארפאלגט געווארן פון טיראנען, זינט אנהייב פון בריאת העולם, ביז צום יעצטיגן מאמענט, איז דער מענטש מיט זיינע פארדרייטע שיטות, איז דער וועם עס קומט זיך דער מעדאל פון פארפאלגן און פארפייניגן דאס מענטשהייט, דאס מערסטע וואס מען דארף זיך אכטונג געבן איז פונעם מענטש.
צו ווען מען קוקט אויף די קלענערע פיקטשער, דער מענטש מיט זיינע נאנטע, דער מענטש מיט די אזויגערופענע חברים, אזא שטארקע לימוד, אוי ווי וויכטיג עס איז פאר די מענטש אז ער זאל דאס וויסן, קענסט געטרויען יעדער אנדערע בעל חי מיט דיינע סודות, קיינער וועט דיך נישט אזוי פארראטן ווי 'דער מענטש' יא! צו מען וויל יא צו מען וויל נישט, איז דאס דער ריינער נאקעטער פאקט, דאס איז א מענטש וואס פירט זיך אן תורה אן א ערליכער איד, ער וועט דיך אויסניצן, און דערנאך הרג'ענען, און אויב ס'פעלט אויס, אויך באגראבן, אודאי א מענטש דארף האבן חברים, אבער אלעס איז מיט א מאס, פארקויף דיך נישט פאר א חבר, געב נישט איבער קיין פריוואטע זאכן פאר א חבר, געדענק! דער מענטש איז נאך אלעס דער שעדליכסטער חיה, אודאי נישט יעדער, און נישט אלעמאל, אבער דו דארפסט עס האלטן פארנט פון זיך אז עס איז יתכן אז דער מענטש דער איז דער וואס גייט דיך אומגליקליך מאכן.
 
וואוו וואספארא איבערלעבעניש… די לימוד איז מיר גאר גוט אריין אין די ביינער, אבער שוין אויפן וועג צוריק, האבן איך געהאט צייט צו טראכטן נאך טיפער דערוועגן, איך האב מיך פארטיפט אין דעם עפיזאד און איך האב געכאפט אז עס איז נאך טיפער פון דאס וואס איך האב געמיינט.
איך טראכט, איך קלער, איך האב אפגעלערנט דעם געשעהניש דעם שפיצל פון יענעם חול המועד האלטן ווי א שטיקל גמרא, אויב איך האב ביז דאן געמיינט אז איך דארף מיך לערנען דערפון ווי שעדליך מענטשן זענען האב איך א טראכט געטון… אינעם שפיגל האב איך געזען, ווער? א מענטש. אבער וועלכער מענטש, איך האב זיך זעלבסט געזען… אה! דאס איז שוין גאר א אנדערע לימוד, יא! איך ווייס אז מענטשן, חברים, דיקטאטורן, זענען זייער שעדליך, און מען דארף זייער אכטונג געבן פון זיי, אבער איך מיין אז עס איז דא שעדליכערס פון דעם, דער מענטש אליין! 
קיינער אין די וועלט קען דיך נישט אזוי צוגרינד לייגן ווי דו אליין, וואוו! שטארק! ניין? יא! 
אה און דא קומט א לאנגע ליסטע, דו ווייסט וואס איך בין אריבער פון מיינע מלמדים?
דו ווייסט וואס איך האב אלס אפגעטון?
דו קענסט מיין עבר?
דו דארפסט קענען מיין טאטע!
דו ווייסט וואס ווער מיין מאן איז?
דו ווייסט וואסערע ווייב איך האב באקומען?
דו ווייסט פון וואו איך קום?
ניין שעפעלע! איך ווייס נישט! אבער דאס וואס דו האסט געטון ביז יעצט, און דאס וואס מענטשן האבן דיר געטון, און אלעס וואס דו ביסט אריבער האט קיינער נאכנישט געטון צו דיר - דאס ארגסטע - דו מיטן זיך אפסטעמפלען פאר א שוטה… א חוטא… א גויטע… א רויטע… דו מיטן זיך נישט קענען מוחל זיין, דו מיטן נישט ווילן אריבער מישן די בלעטל, דו מיטן נישט וועלן גיין ווייטער דו ביסט דער שעדליכסטער חיה וואס איז נאר באשאפן געווארן.
עס איז אמת טאקע א מענטש אן תורה איז ערגער פון די ערגסטע חיה נישט דא קיין גרעסערע סכנה פאר די וועלט ווי דער מענטש, אבער נאך שעדליכער פאר דיין לעבן ביסטו! דו אליין! דער אייבערשטער האט דיר שוין לאנג מוחל געווען - זאגט דער ראש ישיבה ביי די שיעורים - אבער דו קענסט זיך נישט מוחל זיין, דער שפיגל האט טאקע געמיינט דעם וואס דו זעסט אין שפיגל קיינער איז דיר נישט אזא גרויסע שונא קיינער קען דיר נישט אזוי חרוב מאכן דיין לעבן ווי… דו (איך) אליין.
'דו' קענסט לעבן א חיים טובים, הער דיך שוין אויף אויפצועסן, הער דיך שוין אויף צוגרינד לייגן, הער שוין אויף צו זיין פארנומען מיט ווייזן, מיט נקמה, מיט רציחה, קוק דיך גוט אריין אין שפיגל, און הייב אן לעבן 'דיין' אייגענע לעבן.
די נסיעה האט זיך מיר אויסגעצאלט! איך האף אז פאר דיר אויך! נעם א ערליכער איד וואס זאל דיר ווייזן ווי אזוי דו זאלסט נישט זיין אזא רשע און נישט צוגרינד לייגן דיין לעבן!
 
א גוט מועד א גוט מועד!