איך זיץ מיר אזוי אין רעסטוראנט אינמיטן מיין ווינטער וואקאציע אין פאלם ספרינגס ווארטענדיג מ'זאל מיר ארויסברענגען מיין פארציע וואס איך האב מיר באשטעלט פאר פרישטאג ( די וואקאציע דארף זיך דאך אויסצאלן…). 
 
איך קוק מיך ארום זען אויב ס'איז דא איינער מיט וועם איך קען אויסטוישן א אידיש ווארט, אינמיטן קומט איינער אריין, אויסגעזען האט ער נישט צו היימיש, אבער א איד איז ער דאך. איך טראכט צו מיר ער וועט לכאורה נישט קענען זיין דא מיין קאמפאני. איך קוק מיר אזוי צו פון די זייט און איך זע ער הייבט אן רעדן צו איינעם אויפן טעלעפאון אין א פליסיגן אידיש, אהה דאס איז יא עפעס א היימיש אינגל.
 
 איך ווארט ער זאל ענדיגן רעדן צו יענעם, בשעת ער שפאצירט מיר אדורך געב איך אים א שטעל אפ מיט א ווארימען "שלום עליכם וואס מאכט א איד", און ער ענטפערט צוריק אזוי מיט א געשמאקע אידיש "ברוך השם געלויבט דער אייבערשטער". גלייך האט מיר זיינע ווערטער זיך געגעבן אזא שטעל אפ אין מיין קאפ 'אזא איד זאל מיר זאגן אזוי געשמאק ברוך השם געלויבט דער אייבערשטער'.
 
 די שמועס פארט ווייטער, ער הייבט אן רעדן צו מיר פון דאס פון יענץ, און אזוי פארט עס פון איין טאפיק צום צווייטן, ביז ער הייבט מיר אן צו פארציילן מער און מער פון זיין פארגאנגענהייט וואס ער איז אלס אדורך אין לעבן, וויאזוי ער האט שוין געהאט ליידער אפגעלאזט זיין ווייב און קינדער, ביז איין טאג האט ער מחליט געווען גענוג איז גענוג! איך ווארף אוועק אלע מיינע שלעכטע זאכן און איך הייב אן צוריק צו לעבן אן ערליכער נארמאלער לעבן. היינט ברוך השם בין איך אויפן וועג צוריק איך לערן יעדן טאג מיינע שיעורים אין די תורה, בפרט דעם דף גמרא פארפאס איך נישט קיין איין טאג, איך בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג וואס איך דארף נאר, איך לעב ברוך השם מיט מיין ווייב און קינדער.
 
 איך הער אים אזוי אויס איך טראכט צו מיר  - קוק מען דארף נישט זיין אין ברסלב צו רעדן צום אייבערשטן און האבן א גוטע לעבן אינדערהיים, מען קען זיין ערגעץ אנדערש און לעבן א חיים טובים. איך לייג אבער גלייך די מחשבה אין דער זייט און איך שמועס ווייטער מיט אים, אבער די מחשבה איז אגאנצן צייט צוריק געקומען צו מיר, ווייל ווי מער איך האב גערעדט צו אים האב איך געזען אז דער איד איז אנגעפולט מיט אמונה און בטחון.
 
 ס'איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט דאס צו זען, אבער שוין זעט אויס עס מאכט זיך א איד זאל לעבן אזוי אפילו ער איז נישט אין ברסלב, דער עיקר דארף איך מאכן א חשבון אז ווען נישט דעם הייליגן פלאץ היכל הקודש וואלט 'איך' נישט גערעדט צום אייבערשטן און נישט געלערנט יעדן טאג און אזוי ווייטער און ווייטער, וואס דארף איך קוקן אויף אנדערע און ווערן צובראכן.
 
איך האב אים פארציילט אביסל פון מיר ווי איך וואוין און ביי וועמען איך דריי זיך, איך האב אים פארציילט פון דער ראש ישיבה און פון דעם הייליגן פלאץ היכל הקודש. 
 
דא קומט די באמבע פון די זאך! איך וויל מיר שוין אויפשטעלן און ארויסגיין פון רעסטוראנט גיבט ער מיר א זאג: "זאלסט זיך נישט ווינדערן וויאזוי איך רעדט אזוי פונעם אייבערשטן, און איך האב אזא געשמאקע לעבן, דאס אלעס נעם איך פון די דרשות פון דער ראש ישיבה וואס איך הער יעדן טאג, פאר דיר איז דאס נישט קיין חידוש, דו ביזט דאך דארט ביים דעם פלאץ"....
 
 בום בום בום!!! אזא באמבע האט ער אראפגעלאזט, אויף דעם האב איך מיר נישט געראכטן, דא האב איך מיך שוין געדארפט צאמנעמען דעם קאפ. איך טראכט צו מיר - פארוואס איז דאס מיר נישט בייגעפאלן פאר דעם? נו שוין וואס א חילוק צו ס'איז מיר בייגעפאלן פארדעם אדער נישט, דער עיקר האט מיר דאס געגעבן א גוטע שאקל וואס הפצה טוט אויף, מען קען ראטעווען יעדן איד אין די גאנצע וועלט מיט איין דרשה מיט איין קונטרס, און קיינער דארף אפילו נישט וויסן אז דער איד לעבט מיטן אייבערשטן וועגן דעם הייליגן פלאץ. יענער טרעט נישט אריין דא, ער לעבט ערגעץ אינעם אנדערן עק וועלט, אבער ער לעבט דארט א חיים טובים.
 
רבותי! לאמיר אנהייבן טון עפעס פאר הפצה! אויף דיין אייגענארטיגן וועג וואס דו קענסט טון, נישט נאכמאכן א צווייטן, נאר גיין מיט די געדאנק און טאלאנט וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן.
 
און יא ברוך השם איך בין אויף אזא גוטן פלאץ! דער איד האט מיר געגעבן א גוטע וועק אויף צו זיין פרייליך אז איך בין דא ביים ראש ישיבה אריינגעטינקען ראשו ורובו איך און מיין ווייב און קינדער. איך דארף זיי נישט איבערלאזן און נאכדעם ווארטן אז דער הייליגער רבי זאל מיר צוריקכאפן. "הייליגער באשעפער איך קען דיר נישט גענוג באצאלן פאר די מתנה וואס דו האסט מיר געגעבן אזא לעכטיגע פלאץ פאר מיר און פאר מיין גאנצע משפחה, העלף איך זאל זיך האלטן אין היכל הקודש א גאנץ לעבן, איך מיט מיין ווייב און קינדער".