מיין ערשטע תיקון הכללי
ד שבט תשפ"ג 📝
קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
איך בייס זיך די ליפן, איך זעה עס שוין ליגן פאר מיינע אויגן, איך דארף נאר אויסציען מיין האנט און איך איך האב עס… אבער ווען? ס'איז דאך נישטא ווען… באלד גייט ער שוין… און יעצט קען איך דאך נישט… באשעפער העלף!
די מעשה גייט שוין צוריק מיט אפאר חדשים אבער ביי מיר איז עס נאך פריש, איך נעם נאך פון דעם התחזקות, האב איך געשפירט אז ס'קען אפשר זיין אז א צווייטער וועט אויך קענען נעמען חיזוק פון דעם האב איך עס אראפגעשריבן און אריינגעלייגט דא צווישן די שפאלטענעס פון די קרית ברסלב בלעטל.
איינע פון די עיקרים אין היכל הקודש איז 'תפילה' רעדן צום אייבערשטן, דאס ברענגט א ריינע אמונה און דאס חזר'ט דער ראש ישיבה ביי כמעט יעדע איינציגסטע שיעור: "רעד צום באשעפער, בעט אים וואס דו דארפסט וועט ער דיר געבן", דער ראש ישיבה האט שוין געמאכט אסאך ניגונים אויף תפילה והתבודדות און ביי יעדער צוזאמקום און פארברענג אין היכל הקודש הייבט זיך אלס אן מיט א מעשה פון תפילה.
און דאס ברענגט שוין דער ראש ישיבה אריין פון די גאר קליינע קינדער זאלן זיין צוגעוואוינט צו רעדן צום באשעפער און בעטן פונעם אייבערשטן וואס זיי דארפן.
דא אין די בלעטל פארנעמט די קאלום "מעשיות פון תפילה" די אויבן אן, יעדע וואך איז דא גאר שיינע מעשיות פון תפילה פון אנשי שלומינו וואס געבט אריין אמונה אין די לייענער... דער ראש ישיבה האט שוין עטליכע מאל געזאגט און לעצטע וואך האט דער ראש ישיבה ביים באזוך אין בית הדפוס נאכאמאל גערעדט פון דעם אז די שענסטע חלק וואס ער האט די מערסטע הנאה פון די בלעטל איז די מעשיות פון תפילה פון די קינדער וואס דאס איז אזוי ריין מיט תמימות...
גלייך ווען איך בין מקורב געווארן האב איך געהאט זייער אן אינטערעסאנטע מעשה פון תפילה (כ'האב עס נישט אריינגעשיקט צום בלעטל ווייל כ'האב דעמאלט נישט געוואוסט אז אזא אויסגאבע עקזיסטירט...) אבער דאך, אפילו ס'איז נישט קיין פרישע מעשה פון די וואך איז עס ווערד צו דרוקן...
ס'איז געווען אפאר טעג נאכדעם וואס איך האב געהאט געהערט די ערשטע שיעור פון דער ראש ישיבה, ס'איז געווען די שיעור פון ליל שישי פרשת בלק לאברכים, און געלויבט דער אייבערשטער זינט יענער שיעור האט זיך מיין גאנצע לעבן געטוישט צום בעסערן ב"ה, איך געדענק ווי איינער וואס האט מיר געזען הערן די שיעורים די צווייטע טאג נאכאנאנד... זאגט ער מיר: "דו הערסט די שיעורים - פיין און וואויל... אבער טו מיר א טובה איך וויל דיר נישט זעהן דא מארגן מיט א קליינע משניות"... איך האב נאך דעמאלט אפילו נישט געוואוסט פון די דרך הלימוד (ערשט א טאג שפעטער ביי א שיעור האב איך די ערשטע מאל געהערט וועגן די דרך הלימוד און ח"י פרקים) איין זאך האב געוואוסט - מארגן מוז איך קומען אין אפיס מיט א קליינע משניות....
אויפ'ן וועג אין ארבעט האב איך געמאכט א סטאפּ אין ספרים געשעפט, דער סוחר האט מיר דערקענט פון נעכטן ווען אין בין געווען קויפן א ליקוטי מוהר"ן, ער פרעגט מיר וואס איך זוך, זאג איך אים איך זוך א קליינע משניות... זאגט ער מיר: "קום אהער קוק, דו זעהסט די צוויי שעלווס דא?! דא ליגן" אלע" ברסלב'ער ספרים…" זעהט אויס אז דער ספרים סוחר ווייסט שוין אז משניות איז א ברסלב'ער ספר...
בקיצור, אין יענע תקופה אין די ערשטע פאר טעג ממש פון מיין התקרבות האב איך געמאכט התבודדות, נעבן מיין הויז איז דא א פארק, ביינאכט נאך מעריב אויפן וועג אהיים האב איך געכאפט א געשמאקע שפאציר אין די פארק און זיך אויסגעשמועסט אביסל מיטן אייבערשטן... אזוי רעדנדיג מיטן אייבערשטן זייענדיג אויף 'א היי' אז איך האב געטראפן אזא ליכטיקייט, איך האב א רבּי א מורה דרך וואס ברענגט מיר צום אייבערשטן, ער מאכט מיר רעדן צום אייבערשטן, איך פשוט'ער פשוט'ער מענטש וואס האט זיך קוים אפאר טאג פריער געדרייט אויף דער וועלט אן קיין פלאן, אן וויסן פון תכלית ווי א בלינדער, מיינע אויגן האבן זיך פלוצלינג געעפנט!
איך שפאציר אזוי אין פארק און איך דאנק און לויב דעם אייבערשטן, פלוצלינג כאפּ איך זיך אז איך האב אמאל געהערט אז די ברסלב'ע האבן עפעס א זאך וואס הייסט תיקון הכללי און דאס איז אלעס מתקן... איך האב אבער נישט געהאט קיין מושג וואס דאס איז בכלל, איך האב אפילו נישט געוואוסט אז ס'איז קאפיטלעך תהילים... איך בין געווען זיכער אז ס'איז עפעס קבלה זאכן...
בעט איך דעם אייבערשטן דארט: "רבונו של עולם, דו האסט אויף מיר רחמנות געהאט און מיך געגעבן א ראש ישיבה א מורה דרך וואס זאל מיר צו דיר ברענגען... די פלאץ וואו דו האסט מיר אריינגעלייגט זענען תלמידים פון הייליגן רבי'ן, דא איז דא עפעס א זאך 'תיקון הכללי' איך ווייס נישט וואס דאס איז, אבער איך וויל עס זאגן! איך ווייס אפילו נישט וואו איך קען דאס טרעפן... איך בעהט דיר באשעפער, שיק מיר אונטער פון ערגעץ א תיקון הכללי איך זאל עס קענען זאגן אז מיין נשמה זאל האבן א תיקון!"
אזוי האב איך עטליכע מאל געבעטן דעם אייבערשטן אז איך וויל זייער שטארק זאגן תיקון הכללי און פון ערגעץ זאל עס אונטערקומען...
די נעקסטע צופרי בין איך געגאנגען דאווענען שחרית, איך האב פארשפעטיגט די מנין וואו איך דאווען געווענטליך, בין געגאנגען דאווענען אין א מנין פופצן מינוט שפעטער. למעשה איז יענע מנין געווען עפעס א אויסגעקוועטשטע מנין, מ'האט זיך געשטעלט פופצן מינוט שפעט מיט קוים 11 אידן... בשעת פסוקי דזמרה האט זיך עס אביסל מער אנגעפילט... סוף פסוקי דזמרה קומט אריין א מיטליעריגער איד פון די ספרדישע אפּשטאם ער לייגט אראפּ זיין טלית זעקל גראד נעבן מיר, און אזוי ווי ער ענדיגט אנטוהן טלית ותפילין הייבט אן ארויסקומען פון זיין טלית בייטל א גאנצע ספרים געשעפט… קטורת אויף קלף מיט קמיעות, אלע סארטן תפילות ובקשות... אזוי באטראכטנדיג וואו ס'קומט ארויס איינס נאכן צווייטן זעה איך ווי ער ציט ארויס א קליינטשיגע תיקון הכללי!
עטס מיינטס די מעשה ענדיגט זיך דא? נע... מ'גייט שוין אט זאגן ברכו, איך מאך זיך א שנעלע חשבון אז אינמיטן ברכת קרי"ש גיי איך נישט זאגן תיקון הכללי... איך ווייס אפילו נישט ווי לאנג ס'איז, און נאכדעם איז שמונה עשרה און נאכדעם גייט ער עס זאגן מסתמא… בקיצור, איך געב זיך א וויקל איין אינעם טלית און איך בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, דא אין די חסידיש'סטע היימיש'סטע שול אין סטעמפארד הילל וואס בדרך הטבע וואלט איך אין מיין לעבן נישט געטראפן קיין תיקון הכללי האסטו עס מיר דעליווערט איינס צו מיין פלאץ! אבער באשעפער העלף מיר ס'זאל זיך עפעס מאכן צייט דא איך זאל עס אים קענען בעטן, און איך זאל עס קענען זאגן.
מ'האלט שוין סוף הויכע שמונה עשרה, מ'זאגט שוין תחנון, ס'איז געווען אויף א דאנערשטאג, מ'האט געזאגט די לאנגע תחנון און איך בייס מיך די ליפן ווארטנדיג צו זען וואס דער אייבערשטער גייט דא מאכן...
מ'פארקויפט די עליות, מ'נעמט שוין ארויס די ספר תורה, איינער שטייט שוין ביים בימה גרייט אויסצורופן די עליות, יעדער איז שטיל, מ'ווארט... דער אינגערמאן ביים בימה געבט א רוף אויס: "בעל קורא?!"...
שא שטיל… קיינער רופט זיך נישט אן... אקעי, ס'איז א קליינע מנין, געב עס א מינוט וועט זיך שוין איינער אנרופן: "אהעם, איך בין נישט קיין בעל קורא... אבער... אהעם... אם אין איש... איך קען נישט אזוי גוט... דו וועסט מיר אונטערזאגן"... צום סוף שטעלט זיך געווענטליך אויס אז דער איז פיין צוגעגרייט.... בקיצור, מ'ווארט עפעס א עניו זאל זיך אנרופן, אבער ס'איז שא שטיל...
אזוי גייט דורך א מינוט צוויי און יעצט איז שוין מאדנע און אינטערעסאנט, אבער דער עולם האלט זיך ביי זייערס, קיינער גייט נישט צו, נאך דריי מינוט כאפּ איך זיך: "העללא… דאס איז פאר דיר! האסט געבעטן צייט און דער אייבערשטער געבט דיר! איך טראכט נישט קיין צוויי, איך לייג אלע חשבונות און בושת אין א זייט, איך דריי זיך אויס צו מיין שכן און איך ווייז אים אויף די תיקון הכללי, איך פרעג אים מיט די האנט אויב קען איך עס בארגן, ער ווייזט מיר "זייער גערן" און דאס איז געווען די ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך האב געזאגט דעם תיקון הכללי!
איך האב פרובירט עס צו זאגן וואס שנעלער ווייל כ'האב נישט געוואלט אויפהאלטן דעם איד... איך ווייס נישט ווי לאנג ס'האט מיר גענומען, אבער איין זאך ווייס איך: "אזוי ווי איך האב געענדיגט שפאצירט אריין א בעל קורא!"
דער מתנה פון תפילה און אמונה פשוטה וואס דער ראש ישיבה לייגט אין אונז אריין און לייגט אויף דעם אזא דגוש איז עפעס וואס טוישט א מענטש זיין גאנצע לעבן! ס'קען זיין אז די לייענער ווייסן אפילו נישט וואס איך רעד ווייל איר טוט עס שוין פאר יארן, אדער זענט איר גאר דא אויפגעוואקסן אין דעם הייליגן פלאץ און ווייסט אפילו נישט וואס מיינט לעבן אן תפילה והתבודדות, אן זיך דורכרעדן מיטן אייבערשטן, דאס איז אזא מתנה! היינט ווייס איך אפילו נישט ווי אזוי איך האב אמאל געקענט לעבן אן דעם... איך דאנק דעם אייבערשטן אז דאס האט אויך געקענט ווערן א חלק פון מיין לעבן און איך קען עס אריינלייגן אין מיינע קינדער אז זיי זאלן מיט דעם אויפוואקסן!
עד הנה עזרוני רחמיך... ולא עזבוני חסדיך...
שכח אייבערשטער אז דו האסט אויף מיר רחמנות געהאט און מיר געגעבן אזא לעכטיגע לעבן אין היכל הקודש מיט א מורה דרך וואס ברענגט מיר צו דיר אייבערשטער!
אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!!!