מיין צייט
יט חשון תשפ"ד 📝
קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
ס'נייעס? וואס נאך? וואס זאגסטו תכלית? שוין לאאנג נישט געהעריג געשמועסט, וואס גייט פאר? נא עפעס חדשות, זאג שוין עפעס...
מיין געוועזענע פארטאגס חברותא קלינגט מיר אריין מיט די וועכנטליכע ס'מאכסטו ס'טוטציך פאון קאל, יא מיר האבן געלערנט צוויי טעג אין א צי 7:00 אזייגער פארטאגס, למעשה איז געבליבן דעמאלטס נאך א וואך אז בעסער וועט זיין אויב מיר וועלן ענדערש שלאפן אין די צייט, ווייל א דריי פערטל שעה שלאף איז אסאך וויכטיגער ווי א דריי פערטל שעה שמועסן איבער אן אפענע גמרא…
אבער דער פאון קאל דאס איז שוין געווארן ווי מסורה, יעדע זונטאג מיטאג צוקלינגט זיך מיין פאון...
צוויי וואכן צוריק איז די טעלעפאן רוף געגאנגען בערך אזוי:
העלא?! יא וואס גייט פאר שוין אזוי לאנג נישט גערעדט... וואס זאגסטו עפעס גוטס? האסט געהערט וואס איז געווארן צום סוף מיט משה? ניין?? איך מוז דיר זאגן.
געדענקסט נאך די גאנצע קאר מעשה ווען ער האט געפיינענסט א קאר אויף זיין שוואגערס נאמען און ער האט אים נישט געזאגט?
ס'איז אריבער חדשים אן פעימענטס, זיין שוואגער האט געהאלטן דעמאלט פונקט אינמיטן קויפן א הויז און ער האט אים געלייגט שלאפן די גאנצע קרעדיט, ער האט נישט געקענט ארויסנעמען א מארטגעדזש, צום סוף האט ער עס געדארפט לייגן אויף א צווייטנ'ס נאמען, ס'איז געווען ששון ושמחה די גאנצע שטאט האט זיך איבערגעקערט.
איך האב אלץ געוואוסט אז פון אים דארף מען שטיין ווייט אבער זיין שוואגער נעבעך איז געווארן א קרבן.
ער איז דעמאלט אוועק אין א ריהעב פאר עטליכע חדשים, יעדער האט געשמועסט, קיינער האט נישט געוואוסט פארוואס, דער עולם האט גערעדט דעמאלט אלע לשון הרע'ס סתם אין די וועלט אריין. מענטשן האבן געזאגט אז ער האט געכאפט א נערוון בראך לא עלינו מ'האט גערעדט אויף אים ממש סתם אבי...
איך האב שוין דעמאלט מיטגעהאלטן פון אונטער די קוליסן אז ער איז אריבער אסאך אביוז און דאס האט אים געמאכט טראסט אישוס. דערנאך איז ער געווארן אינגאנצן פארמאכט, נישט גערעדט מיט קיינעם און דאס האט צוגעברענגט ער זאל באקומען סטיקי הענד סינדראם, ווען פון איבעראל ארום אים האט אנגעהויבן פעלן זאכן. און פון דארט איז עס שוין אריין אין עדיקשן אזש ער איז פשוט געווארן א מייסטער גנב! און דעמאלט איז געווען די פרשה מיט זיין שוואגער.
ער איז דעמאלט אריבער 'באהאנדלונגען' און טערעפי די ערשטע מאל אין זיין לעבן און דאס איז געווען א גאנצע ריהעב פראצעדור פון עטליכע חדשים, למעשה איז ער דעמאלט ארויס קלין! מ'האט אים אויסגערייניגט פון אלע דיסארדעס און פון זיין גאנצע געלט אויף איינמאל!
געדענקסט יענע מעשה?
וועסט נישט גלייבן איך האב יעצט געהערט פון זייער א פארלעסליכער מענטש טאפּ טאַפּ סיקרעט אינפא אבער דאס בלייבט צווישן מיר מיט דיר, יא?! דו הערסט מ'האט געעפנט אויף אים א ריזיגע אינווועסטיגעישאן ס'קען זיין ער גייט דארפן אנטלויפן ס'איז צרות צרורות....
ער האט געעפנט טשערעדי אקאונטס און דורכגעדרייט געלט און באקומען פראגרעמס וואס אנדערע צדקות וואלטן ווען געדארפט באקומען, ער האט געמאכט א חיים טובים. איך האב דיר געזאגט איך בין חושש אז דער אויפגעריסענע קאר וואס ער דרייווט קומט פון איינעם'ס טאש ארויס...
בקיצור די רעגירונג איז ארויף אויף אים ס'צרות ווי א בארג יעצט קען מען מאכן א יום תפילה...
וואס נאך?
דו ווייסט איך מוז דיר זאגן עפעס אבער ס'איז פּרייוועט ס'בלייבט צווישן אונז, יא?!
איך גיי דורך יעצט שווערע צייטן מיט מיין ווייב, שלום בית ווייסט דאך... מיין ווייב וויל נישט קוקן אויף מיר זי מאכט מיר נישט קיין עסן, זי וואשט נישט קיין וועש, איך געב זיך ממש נישט קיין עצה. למעשה האב איך געטראפן א בוך אויף עמעזאן פון איינער פון די גרעסטע טעראפיסטן און מומחים אין מערידזש קאונסלינג און דארט איז דא א קלארע 25 סטעפּ מהלך פון באקומען גיידענס און קענען לעבן צוזאמען און זיך פארשטיין, איך זאג דיר דו מוזט עס קויפן עס גייט טוישן דיין לעבן!
איך זאג דיר ס'איז אזוי גוט, הלוואי קען איך עס מיטטיילן מיט נאך מענטשן זאלן שפירן דאס וואס איך שפיר, איך זאג דיר קויף עס ס'וועט טוישן דיין לעבן.
אקעי איך הער וואס דו זאגסט מיר וועלן רעדן זיי געבענטשט!
פונעם פאון קאלל האב איך געזען אז א מענטש האט נישט קיין חברים, אזוי ווי דער ראש ישיבה זאגט שטענדיג "דיין בעסטע חבר וועט דיר בארעדן", אויב זוכט ער וואס צו שמועסן מיט א צווייטן וועט ער אלעס פונקטליך פארציילן פון דיר.
אויך האב איך געזען פון דעם פאון קאלל אז איך מוז טון מער הפצה! מענטשן נעבעך ווייסן נישט אז מען קען לעבן אינדערהיים א געשמאקע לעבן, ער מיינט ביים גוי איז דא עפעס גליקן, און דער גוי האט עפעס א בעסערע וועג וויאזוי צו לעבן דער אייבערשטער זאל אפהיטן.
צוויי וואכן שפעטער קומט א פרישע פאון קאלל:
ס'מאכסטו? ס'טוטציך? ס'גייט פאר? קום אריין קלאר זאג עפעס וואס נאך תכלית נייעס ....
עניוועי איך מוז דיר זאגן געדענקסט כ'האב דיר געזאגט וועגן דעם בוך פונעם גוי'אישן שלום בית מאכער? בעיסיקלי ער געבט א קורס פאר א האלבע יאר צו קענען ווערן א סערטעפייד מערידזש קאונסלער דורך אים, ער געבט אזוי ווי הכשר פאר אלע וואס נעמען זיין קורס. ס'קאסט א נארישע צען אלפים, און נישט נאר וועט דער מעטאד מיר העלפן נאר איך וועל אויך קענען העלפן אנדערע מיט דער מעטאד און אויך קענען פארדינען פון דעם א פרנסה!
וואס זאגסטו צו דעם?? מעכטיג ניין?!
איך נעם דעם קורס יעצט יעדע נאכט פון זעקסע ביז אכטע ביינאכט און אין זעקס חדשים בין איך א סערטעפייד מערידזש קאונסלער!
וואס נאך? אה געדענקסט די מעשה מיט משה וואס איך האב דיר פארציילט? שטעלט זיך ארויס למעשה אז די גאנצע זאך איז סתם שטותים געווען, ס'הייבט זיך נישט אן. איינער האט געלייגט אויף אים שמועות און נאכדעם געגאנגען זאגן פאר יעדעם, ממש נישט שיין!
אזוי גייט עס, איינער הערט עפעס א האלבע מעשה, ער לייגט שוין צו זיין זאלץ און פעפער און נאכדעם גייט ער ווי א פאסט טרעגער פארציילן פאר יעדעם, אזא עוולה!
ביי דע וועי אלס א גוטע חבר איך מוז זיך צו איינעם אויסרעדן דו וועסט מיר פארשטיין אפשר וועסטו האבן פאר מיר עפעס א עצה, הער אויס:
איך ווייס נישט וואס צו טון דא, מיין ווייב האט זיך גענומען אויף מיר, אלעס דארף זי רעדן צו מיר, זי איז נאר ביזי מיך מאכן נאך עסן, אלץ מוז זי רעדן צו מיר, ממש איך קען נישט לויז ווערן... אזוי ווי איך קום אהיים פון די ארבעט מוז זי גראד רעדן צו מיר און פרעגט מיר צוויי טויזענט קשיות, וואס טו איך דא? ווי אזוי ווער איך לויז פון איר?
איך פארשטיי נישט! דו האסט דאך נאר געוואלט דיין ווייב זאל קוקן אויף דיר, זיך וויסנדיג מאכן פון דיר, דיר מאכן עסן, שמועסן מיט דיר, איז וואס האט יעצט פאסירט אז דו ביסט אזוי נישט אינטערעסירט אין דיין ווייב, אז דו ווילסט נאר אנטלויפן?
נא נא נא, איך וועל דיר מסביר זיין פון זעקסע ביז אכטע איז מיין צייט [מי טיים] דעמאלטס נעם איך קורסעס אויף מערידזש קאונסלינג, דעמאלט טאר מיך קיינעם נישט שטערן, און פונקט דעמאלט מוז מיין ווייב מיר גראגערן אין קאפּ? וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אז איך מעג אויך אמאל האבן צייט פאר מיר… דאס איז מיין סעלף קעיר… וואס טו איך דא?
אנטשולדיגט איר הערט וואס איר זאגט? ביסט געפאלן פון לבנה? וואס איז די מעשה מיט דיר? דו לערנסט זיך מערידזש קאונסלינג און דו האסט פארגעסן פון דיין אייגענע ווייב?
אקעי איך זע שוין ס'איז אמת וואס די גאס זאגט אז ענק זענען ברעינוואשט, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אז איך דארף מיין צייט? וואס האט עס בכלל שייכות אז איך לערן מערידזש קאונסלינג אין דער צייט? איך זע שוין זייט דו ביסט אנגעקומען קיין ברסלב קען מען מיט דיר נישט רעדן... בייייי.
טייערע ליינער, דאס איז נישט קיין געמאכטע מעשה וואס איך האב אויסגעטראכט, דאס איז א מעשה שהי' וואס האט ווירקליך פאסירט, און עס האט מיר ממש אויפגעשאקעלט.
דער ראש ישיבה זאגט אייביג ווי אזוי קען דיר דער שלום בית מאכער העלפן אויב קען ער זיך נישט העלפן.... וואס האסטו פון לויפן צו א מענטש וואס זיך אליין קען ער זיך נישט העלפן, ווי אזוי וועט דער "סערטעפייד" שלום בית מאכער דיר קענען העלפן? ער וועט דיר סך הכל קענען מסביר זיין אז דו דארפסט מי טיים און דיין ווייב דארף אויך מי טיים און אזוי ליידער צוברעכן נאך א אידישע שטוב ה"י.
שכח אייבערשטער אז מיר האבן זוכה צו קענען ווערן "געברעין וואשט" מיט די וועג פון די תורה מיט די לימודים וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז אז א ווייב איז די חשוב'סטע זאך און א ווייב איז מען מכבד און מי טיים מיינט זיצן און פארברענגען מיט מיין ווייב.
אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!