קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
 
 
די פיאות טראפּט אים נאך פון די מקוה. די וועטער אינדרויסן איז נישט קאלט און אויך נישט הייס אבער פארוואלקנט. די נעקסטע מנין שטעלט זיך ערשט אין צוואנציג מינוט און ער דרייט זיך און דרייט זיך. ער האלט שוין ביים לעצטע שלונג אינעם קאווע גלעזל, נאך א פערטל פונעם קאצקע צוקער ליגט אים אין האנט און וואס גייט מען יעצט טון צוואנציג מינוט???
 
דער טעראפיסט / בחורים מבין / שלום בית פארשטייער - וואס איז גראדע אן איידעם ביי אן שטיקל עושר וואס האט א שול און דעריבער זענען זיינע איידעמער שוין בנש"קלעך - דרייט זיך און זוכט איינעם אין וועמען זיך אנצוקלעבן פאר די נעקסטע צוואנציג מינוט. איידעלערהייט שפאצירט ער צו צו מיר און פרעגט: "נא וואס זאגסטו עפעס? פארצייל עפעס?"
 
וואס גייט זיין די עתיד פון די גאנצע מלחמה? וואס טראכסטו? דו ווייסט וואס איך קען נישט פארשטיין, ווי אזוי קען די וועלט יעצט זיין אויף די זייט פון די אראבערס ימ"ש, דאס גייט מיר נישט אריין אין קאפ, זענען זיי בלינד? זיי האבן נישט מיטגעהאלטן די בארבארישע אַקטן וואס די חברה האבן געטון? (דא קומט אריין א טיפע אטעם) ממש איך שלאף נישט ביינאכט! 
 
מיינע אויגן זענען צוגענאגלט צו די נייעס איך קען זיך נישט אפטשעפענען פון דעם!
 
דו ווייסט אז דעם שבת איז געווען אין צענטראל לאנדאן - דא קוים צוואנציג מינוט אוועק - א מאסן ראלי אין שטיצע פון די אראבער מיט איבער הונדערט טויזנט באטייליגטע? דו ווייסט וואס דאס מיינט?
 
איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט ווי אזוי מענטשן גייען אן מיט זייערע טאג טעגליכע לעבן אין דעם מצב, ס'איז צרות, מענטשן כאפן נישט...
 
וואס גייט מיר ממש נישט אריין אין קאפּ איז די שטיצע און סופּארט וואס די פאלעסטינער באקומען, אזעלכע געמיינע חברה, רוצחים ימ"ש, איך שלאף מיט איין אויג אפן ביינאכט ווער ווייסט וואס מיט אונז וועט זיין?
 
עניוועי, דער אייבערשטער וועט העלפן!
 
וואס נאך?
 
דו ווייסט דאך אז איך האב א בחור אין די יארן, איך דארף א גוטע שידוך פאר אים, אפשר האסטו עפעס א געדאנק?
 
איך קען טראכטן, וואס זוכסטו?
 
הע וועסט לאכן, איך וועל זיין אפן מיט דיר, איך האב אויך קיינמאל נישט געטראכט אז איך גיי זיין פון די סארט מענטשן אבער - - איך זוך געלט! אויב איז נישט דא קיין געלט איז נישט דא בכלל וואס צו רעדן! איך מיין נישט סתם אפאר דאלאר, איך מיין געלט, עכטע געלט, פולי לאודעד!
 
איך בין נישט דווקא שטאלץ פון מיר אז דאס איז וואס איך זוך... אבער דאס איז עס, מיינע קינדער האבן חתונה נאר מיט געלט!
 
אה און נאך איין זאך - ס'מוז זיין א אמעריקאנע שידוך.
 
פארוואס דווקא אמעריקע אויב מעג איך פרעגן?
 
יא אוודאי לאמיך דיר מסביר זיין; מיין שווער גייט דאך נישט לעבן פאר אייביג, און זיין שול גייט זיין זון איבערנעמען, און שוין יעצט נאך פאר די ירושה קען איך זיך מיט אים נישט אויסקומען… איך וויל אפילו נישט טראכטן וואס וועט זיין ווען ס'גייט קומען צו ירושה און ער גייט ווערן די רב אינעם שול, איך וועל דארט זיכער נישט קענען דאווענען...
 
און איך האלט נישט ביים ווערן א גלות איד זיך דארפן טרעפן א נייע שול ווי א לאָזער... דעריבער פלאן איך שוין יעצט ווי אזוי די פיוטשער גייט זיין.
 
איך מאך חתונה אלע מיינע קינדער קיין אמעריקע און אזוי ווי מיין שווער מאכט צו די אויגן ה"י פאק איך פעק און איך מוף אהין!
 
פארשטייסט? זאל זיך מיין שוואגער האלטן די גאנצע רעביסטיווע, איך נעם מיין געלט און איך ווער נעלם... פארדעם דארף איך שוין יעצט זען אז מיינע קינדער זאלן אלע חתונה האבן קיין אמעריקע אזוי וועט אלעס פארן געשמירט...
 
כ'פארשטיי, דו ביסט דאך יעצט דער שיינעם בנש"ק'ל, איז דו גייסט זיין דעמאלט בערך פופציג יאר לאמיר זאגן, איך קען זיך אויסמשל'ן ווי אזוי ס'גייט אויסקוקן; שיפע טאשן האסטו שוין, אויפן פליגער אויף די וועג קיין אמעריקע גייסטו זיך ארויפשווערצן אומבאמערקטערהייט שווארצע זאקן, אזוי ווי דו גייסט לַאנדן פארסטו גראד צו די 'ווי איי פּי רעבישע בעקיטשע געשעפט', זיך אויסוועלן א פאסיגע בעקיטשע. ער גייט דיר ווייזן שיינע געבלימטע בעקיטשעס, און דו וועסט זאגן 'ניין נישט אזוי שרייעדיג, ביי אונז איז מען געגאנגען מער איידל'. און דער געשעפטסמאן גייט שמייכלען און דיר פרעגן 'ס'איז די ערשטער מאל דו קויפט אזא רעבישע בעקיטשע'? אה?
 
און דו גייסט שטיין אזוי אומבאקוועם מיט א האלבע שמייכל און זאגן 'נא נא יא יא איר ווייסט דאך מ'האט זיך געפירט…' און ער וועט דיר זאגן 'נישט קיין פראבלעם איך וועל דיר ברענגען א "מתחיל" בעקיטשע…'
 
פון דארט וועסטו זיך גיין אויפזוכן עפעס א גבאי א בחור'ל זאל דיר דרייוון, טראגן און ברענגען... פארשטייט זיך מיט א געהעריגע רעבישע קאר ווי ס'פאסט, און דו וועסט זיך בויען אזא צו גאט און צו לייט שול ווי ס'איז א 'נאו דשאדשמענט זאון', דו וועסט זיין א רבי אבער אויך גוט מיט די ריכטיגע חברה. וועסט האבן א זילבער קאלעקציע פון דא ביזן הימל, און פארשטייט זיך מיט די יארן וועט צו קומען אפאר אינטערעסאנטע תנועה'לעך אזוי עכט רעביש...
 
אזוי בערך גייט עס אויסקוקן, ניין?
 
ניין! איך האב אינגאנצן אנדערע פלענער פון וואס דו טראכסט, וואס מיינסטו איך דארף די אלע רעבישע מעשיות?
 
בכלל נישט!
 
הער אויס אויב ווילסטו טאקע וויסן וואס איך פלאן צו טון וועל איך דיר זאגן מיינע פלענער.
 
קודם - ריטייערן! דאס ערשטע איז איך ענדיג ארבעטן, מ'קען נישט דאס גאנצע לעבן ארבעטן אזוי ווי א פערד... איך ענדיג ארבעטן און איך הייב אן לעבן!
 
די ערשטע זאך איז גאלף!!! איך האב שוין לאנג גע'חלש'ט זיך צו דערלערנען שפילן גאלף, דאס טו איך ערשט, צוויי מאל א וואך מינימום פָאר איך ארויס אויפן גאלף קורס צו קנאקן א באלי….
 
דערנאך איז איין מאל א וואך קייאקינג (שיפלען), אבער דאס איז מיט א התחייבות נישט דא קיין מעשיות, ווייסט וואס איך מיין? נישטא אזא זאך אויסלאזן א וואך. און בכלל דו ווייסט ווי געזונט דאס איז צו זיצן אויפן וואסער? סיי פאר די גוף און אויך פאר די מענטל העלט פונעם מענטש....
 
יעצט הער אויס, דאס גייט זיך שוין הערן ווילד, אבער דאס איז מיין פלאן פאר ריטייערמענט, איך גיי זיך קויפן א פיינעם שיפל און פאר א יאר צייט גיי איך ארומפארן איבער די וועלט זען אלע לענדער און אלע חכמות. פארברענגען עטליכע חדשים אינעם עמעזאן דשונגל… אוי וואס פארשטייסטו צו א לעבן?!
 
יא יא! דאס איז א שמועס וואס איך האב געהאט מיט א איד נישט לאנג צוריק, זיינע חלומות וואס ער האט אויף די עלטערע יארן…
 
שכח אייבערשטער אז מיר זענען פון דער בעל תפילה'ס מענטשן, וואס דער בעל תפילה האט אונז געזאגט אז פון געלט זאלן מיר נישט רעדן נאר אנטלויפן דערפון!
 
שכח אייבערשטער אז מיר לעבן ווי דער תם, מיר פרייען זיך מיט וואס דער אייבערשטער געט אונז, מיר דארפן נישט גיין זוכן חכמות אין אלע לענדער, און גיין באזוכן אינעם עמעזאן דשונגל, נאר מיר באזוכן אין אלע חלקי התורה יעדן טאג, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערנט צו טון חומש, משניות, גמרא מדרש און אזוי ווייטער!
 
שכח אייבערשטער אז מיר זענען זוכה צו זיין מקורב צו א צדיק אמת וואס לערנט אונז אויס וואס מיינט א לעבן, לעבן מיט אמונה מיט זיכרון מעלמא דאתי, מען בלייבט נישט אייביג דא.
 
א זיסע לעבן איז נאר דא אין מיין הויז מיט מיין ווייב און קינדערלעך, א פרייליכע לעבן האט מען מיט זאגן משניות און זאגן גמרא! נישטא וואו צו אנטלויפן נישט דא קיין גליקן אויפן גאלף קורס, דער ראש ישיבה לערנט אונז אז אלעס ליגט ביי דיר אין האנט פריי זיך מיט דיין שטוב און מיט דיין משניות וועט דיר זיין גוט אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט!