מיינע אינערליכע געפילן שפרייזענדיג צו אומאן
כז אלול תשפ"ב 📝
עס טאנצט זיך שוין, מען פארט דאך שוין צום רבי’ן, זייט מיר מוחל איך קען נישט איינזיצן, איך שפרינג און טאנץ, איך פאר צום רבי'ן, איך קען נישט צוזאגן אז עס וועט ארויסקומען עפעס א פינטל, אבער מען מוז דאך עפעס שרייבן, בפרט אז דאס איז די סאמע לעצטע ארטיקל פון דעם יאר תשפ”ב, עס איז נישט דא וואס צו שרייבן, און עס איז דא אזויפיל צו שרייבן, מען קען אנהייבן פון אלף, פון אלעס וואס עס האט זיך אפגעשפילט דעם יאר פון מוצאי ראש השנה תשפ”ב ביז יעצט די לעצטע טעג פונעם דרייצענטער חודש, ווען מיר גרייטן זיך שוין מיט אזא שמחה צו פארן צום הייליגן רבי’ן.
עס איז אריבער א חודש תשרי, א חודש חשון, אוי א כסלו, א חודש טבת, שבט, א חודש אדר, אה נאך א אדר, ניסן אייר סיון, נו! תמוז, אב, אלול און מיר גייען שוין ארויס פונעם יאר, פון איין זייט א יאר אנגעפילט מיט אזויפיל גוטע זאכן נאר טראכטנדיג פון וויפיל ברכות מיר האבן צאמגעזאגט דעם יאר יעדן טאג הונדערט ברכות טיימס דריי הונדערט פינעף און זעכציג נו! איך קען נישט רעכענען, העלף ארויס ביטע, איך בין דאך נישט עעעעע-דזשיוקעיטעד, אבער דער קאלקעלעטאר זאגט אז דאס קומט אויס 35,600 מען קען אים גלייבן נא! ס'איז א גומזא מיין קאלקעלעטאר האט אנגעהויבן פאנטאזירן… קען זיין אז ער איז אויך נישט אריבער קיין סעקולערע בילדונג, מען דארף באטראכטן זיין בעטשלער’ס דעגרי, על כל פנים אזוי זאגט דער קאלקעלעטאר, אך איך מיין ער מאכט א טעות, ווייל איך זע אז מענטשן דרייען זיך מיט אראפגעלאזטע נעזער, קען דען זיין אז איינער וואס קומט מיט אזויפיל זכותים זאל גיין מיט א אראפגעלאזטע נאז? קוק אהער ווייסטו וואס ברענג דיין קאלקעלעטאר און לכו נא ונוכחה, ביז דערווייל איז מיין קאלקעלעטאר ידו על העליונה, אזוי פיל מאל האבן מיר געזאגט ברוך אתה, איך דאנק דיר השם דער אייבערשטער.
מיר קומען מיט זעק און פעק צום ראש השנה, ווילסט נישט אז איך זאל גיין ווייטער, עס איז צו פשוט דו ווילסט מער שרייבעריש אזוי ווי יעדע וואך, איך קען דיר נישט העלפן, לאלקים פתרונים, איך קען נאר שרייבן דאס וואס דער אייבערשטער הייסט שרייבן.
מיר קומען מיט זעק פון תפילות, זעק פון שבתים, זעק פון ימים טובים.
אוי די מצות וואס מיר האבן געכאפט אין די ימים טובים, פארגעס נישט אז תשרי איז שוין געווען די יאר, וואו די אלע סעודות שבת און יום טוב, עס זענען מצוות עשה מ'דאורייתא, די אלע שופר וואס מיר האבן געהערט, און די פרויען וואס האבן נישט געהערט באקומען שכר פארן טוישן די בעיבי און אפווישן די נאז, טוישן לאנדרי, בלייבן אינדערהיים ווען דער מאן גייט ארויס פאר שחרית מנחה מעריב.
איך האב נישט קיין כח ווייטער צו ציילן, אבער איין זאך איז זיכער אז מיר קומען מיט זעק און פעק פון זאכן וואס מיר האבן געפאלגט דעם אייבערשטן, צו דו ווילסט יא צו דו ווילסט נישט.
געב נאר אכטונג אז דו זאלסט זיך נישט אנטרעפן אינעם שלאנג, אויטש! א ביס פון א שלאנג איז נישט ווייטאגליך, א ביס פון א בין איז ווייטאגליך, אבער פון א שלאנג איז פאטאל, דו ווייסט מסתם נישט וואס עס מיינט פאטאל וועל איך דיר זאגן, א ביס פון א שלאנג הרג'עט דעם מענטש, און באלד טרעפסטו אן דעם שלאנג, רעד נישט מיט אים הער אים נישט אויס, ווייל ער גייט דיך הרג'ענען, ער גייט דיך זאגן, מיט א ערנסטע שמייכל הע! דו קומסט מיט ליידיגע זעק, אזוי פאר'גוי'אישט אזוי פארגרעבט, אזא מענטש ווי דו, אזא דאווענען ווי דו, אזא אפגעכאפטע ברכה ווי דו, אזא תפילין ווי דיינע, ער וועט זיך נאך געבן אזא וויש דאס נאז און מיט די אויגן מאכן אזא שטערקערע בלינק, און גארנישט זאגן נאר עס וועט ארויסקומען אזא קול נו! וואס זענען שוין די אלע זאכן ווערט, אזוי גרייט מען זיך צו א ראש השנה, מיט דעם קומט מען. שטיי ווייט איך בעט דיך שטיי ווייט פונעם נחש הקדמוני וואס האט שוין א רעקארד פון וויפיל ער האט שוין גע'הרג'עט מיט זיין שלעגנליכער בייג מיטן קעפל און אזוי אוועקגעמאכט דאס גאנצע תורת משה, וואס איז דען ווערט? וואס איז ווערט פרעגסטו? איך דאווען, איך מאך ברכות, איך טו מצוות איך עס מצה, איך לייג תפילין, איך צי אויף קינדער און טו אלעס אין דער וועלט וואס דער אייבערשטער האט געשריבן אין די תורה, אין גמרא אין שלחן ערוך, נו קום מיט א אויסגעדראשענע שיחה פון וועם? זאג מיר פון וועם? ווער איז שטערקער פון די הייליגע תנאים ואמוראים, דער הייליגער שלחן ערוך, און אודאי דער הייליגער רבי.
איך האב פאר דיר נייעס טייערער נחש, טייערער עקרב, טייערער צפעוני, איר האט אויך פילע פולע זעק מיט מצוות, יא! מיר גרייטן זיך צום יום הדין, מיר שטייען אין די לעצטע טעג פון דעם יאר, מיט וואסערע פנים קומען מיר צום אייבערשטן, מיט א זויער פנים? שעם אן יא! מיט אזא פנים קומסטו צום מלך מלכי המלכים, אזוי ביליג זענען ביי דיר דעם אייבערשטנ'ס מצוות אז דו קומסט מיט א צובראכנקייט צום הייליגן יום הדין, עס איז דאך א פחד פחדים, מען גייט דאך אונז אלע דן זיין, טראכסט נישט אז די ערשטע זאך גייט מען אפיר נעמען דיין בליק אויף דאס גאנצע אידישקייט, אזוי פארשעמט זענען די תורה און מצוות ביי דיר, דער אייבערשטער האט דיר געשאנקען א יאר געפאקט מיט מצוות מיט תפילות, שעמס דיך נישט פון דיר אליין אזוי ביליג צו האלטן די הייליגע טייערע לעכטיגע מצוות, די הייליגע טייערע לעכטיגע ווערטער וואס דו האסט גערעדט צום אייבערשטן.
בפרט אז דו ביסט נישט קיין גוי, און בפרטי פרטיות אז דו האסט זוכה געווען צו קומען צום רבי’ן אויף ראש השנה, און דו! יא דיך מיין איך! וואס דו וויינסט א גאנץ יאר אז דו זאלסט קענען זיין ביים רבי’ן אויף ראש השנה און די ביסט נישט אנגעקומען, אבער דאס הארץ וויינט דיר, דאס הארץ ברענט דיר אויס אוי! אוי! אוי איך וויל זיין ביים הייליגען רבי'ן, טראכסטו א רגע אז דו ביסט נישט ביים רבי’ן.
און לאמיך דיר זאגן לשמחה מה זו עושה, תמיהין ושיילין ליה, די אלע גוטע אידן זיי אלע פרעגן… מנן ומן הוא רחימך ווער איז דיין ליבהאבער ווער ארום דיביגניה ספיתצו ליידן ביטער און שווער, ווער איז דאס ווער… וואס פאר אים ביסטו גרייט צו וואוינען בגור אריוותא אין לייבן גרוב, אוי! ווי קען מען לערנען מיט אים ברטנורא, וואס ווייסט ער פארוואס מיר זענען אזוי פרייליך, אזאוי צוגעבינדן אזוי איינס מיטן הייליגן רבין.
ווי קען מען דאס מסביר זיין, וואס דער הייליגער רבי געבט אונז יעדע רגע פון אונזער לעבן, דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה אונז אויסגעקליבן אז מיר זאלן זיין פון די קליין הייפעלע אידן וואס קומען אויף ראש השנה צו אים, אוי וויל זיך שפרינגן אוי וויל זיך טאנצן.
א ווינדער אז די צום פינטל די וואך איז אזוי צעפראסקעט, איך שרייב עס מיט שכרות איך בין פארטייבט, איך בין פאר'שיכור'ט, איך האב געמיינט אז מען וועט נישט קענען פארן היי יאר, און איך בין זוכה צו פארן, נעם מיך מיט א פלעין מיט א טרעין, מיט א דאס מיט א שלעפ, מיט עסן אן עסן, מיט שלאפן אן שלאפן, מיט דאווענען אן דאווענען, אבער ביים רבי’ן בין איך אויף ראש השנה.
אוי דאס הארץ בענקט צום רבי’ן, אוי דאס הארץ ברענט, לעבעדיגער רבי איך וויל מיך שוין זען מיט דיר פנים אל פנים איך בין א טויטער חסיד, אבער דו רבי מאכסט מיך לעבעדיג, דו געבסט מיר אזא חיות, אזא לעבן יעדע מינוט פון מיין לעבן.
און אז מען איז שוין דארט, וואס זאלן מיר מתפלל זיין, אוי הייליגער רחמנות'דיגער רבי, לאז שוין מיר זאלן אריין ברענגען דיינע לעכטיגע לימודים אין די וועלט, אוי דאס הארץ וויינט אזויפיל אידן מוטשענען זיך ווען פון אלע זייטן גיסן זיך עצות, אוי הייליגער רבי אפשר קענסטו שוין פועל'ן אז מען זאל שוין אננעמען דיין לימוד אין די גאנצע וועלט, אידן וואס מאכן מיט אזויפיל, אידן וואס זענען אזא גוט פאלק, אידן וואס זענען אזעלכע טייערע הייליגע מענטשן, זיי וועלן גיין אין פייער און אין וואסער פאר וואס עס איז ריכטיג, פארוואס זאלן זיי זיך מוטשענען נאך א יאר, פארוואס זאל די פאלטשע בלינדע מחלוקת אויף דיר הייליגער רבי זיך נישט ענדיגן, און אלע וועלן ארויסגיין פון זייערע פראבלעמען.
טאטע זיסער ענדיג דעם יאר מיט אלע פראבלעמען א נייע זיסע יאר טו אונז שענקן.
טאטע זיסער דער רבי האט געזאגט אז ער וועט נישט רוען ביז ער וועט אלע צו דיר צוריק ברענגען, פארוואס טאטע זיסער זאלן מיר ווארטן נאך א יאר, נאך א מינוט אז אידן זאלן זיך פרעגלען אין צרות, פארוואס זאלן זיי נישט באקומען צוטריט צו די אלע טייערע מעדיקעשאנס וואס מיר האבן זוכה געווען, אייבערשטער מיר וויינען צו דיר, גענוג! גענוג מחלוקת, גענוג צרות, גענוג גזרות, גענוג שנאת חינם, און גענוג גענוג שוין באהאלטן דעם רבי’ן, די דזשויק קען מער ווייטער נישט גיין.
נישט דאס זענען מיינע אינערליכע געפילן יעצט ביים זיך גרייטן צו אומאן, עס איז אזוי טיף, אזוי שארף אזוי בענקעדיג אזוי הארץ רייסענד, אבער דאס גיי איך שוין מיט אייך נישט מיטיילן דאס וועל איך שוין נאר איבערלאזן ביים ציון דארט וועל איך אראפווארפן פון מיר דאס גאנצע פעקל.
א גוט געבענטשט יאר.
צום ווידערזען קומענדיגע יאר מיט פרישע נייע כוחות.