ס'רעגענט?
פארוואס טראכסטו אז ס'רעגענט?
איך ווייס נישט, קען זיין אז די שלאק איז צוגעמאכט.
נו קענסט גיין קוקן.
פלאנסט דען צו מאכן א סעודה דא?
פארוואס דען נישט, אויב דו וועסט לאזן… נע! האב נישט מורא, איך בין געקומען סתם אביסל פארברענגען.
אקעי וועלן מיר זען שפעטער, איך בין אביסל פארנומען יעצט.
וואס גייט פאר? זעסט אויס ווי דו ביסט נישט דאהי געהעריג…
איך ווייס… איך האלט אימיטן אויסהערן א שיעור פונעם ראש ישיבה, איך דארף נאך ענדיגן ח"י פרקים, איך בין נאך אויסגעמוטשעט פון אומאן… איך האלט אינמיטן שרייבן צום פינטל… בקיצור מיין קאפ איז מיר נישט דא.
דו שרייבסט דען צום פינטל…? 
עס זעט דיר אויס ווי איך שרייב… עס איז דאך חול המועד… איך שרייב אין מיין קאפ, זיי זאגן אז אויף סוכות מוז קומען עפעס א גוטס, אין אומאן האט מיר איינער געזאגט איך האף אז עס קומט תהא שנת פ'ינטלעך ג'דולות… אבער איך ווייס נישט צו איך גיי אנקומען דערצו.
וועלכע שיעור הערסטו אויס?
סתם איך האב אויפגעמישט א שיעור.
נו קענען מיר דאך עס צוזאמען הערן.
אין הכי נמי, עס האלט שוין ביים סוף, ס'איז די שיעור פון נחמן נתן'ס סיום הש"ס, מען האלט שוין נאכן שיעור מען זינגט.
נו מאך אויף ספיקער.
 
***
…… דידן דידן נצח, דידן דידן נצח, דידן דידן נצח… אנחנו מאמינים, מאמינים בני מאמינים… דידן נצח אוי אהוי אנחנו מאמינים… דידן דידן נצח, דידן דידן דידן נצח, דידן דידן נצח, דידן דידן נצח… אנחנו מאמינים, מאמינים בני מאמינים… נאכאמאל… דידן דידן נצח אוי אהוי אנחנו מאמינים
 
***
 
אה איך געדענק די שיעור, עס איז געווען סוף זומער, די סיום הש"ס, עס איז נאך די שיעור, מרדכי לייב זינגט, וואסערע ניגון איז עס? סאיז א חב"דסקע ניגון?
ניין! חב"ד האט א אנדערע ניגון אויף דידן נצח, איך מיין אז ס'איז בערי וועבער'ס ניגון.
וואס איז די מעשה מיטן צום פינטל? די פלאנסט נאך צו מאכן? וועגן וואסערע ענין טראכסטו צו שרייבן?
איך ווייס אליינס נישט, איך האב אנגעהויבן שרייבן אויפן וועג אהיים פון אומאן קיין ריישא אין די האטעל, אבער ס'איז עפעס נישט… איך האב געשריבן אביסל וועגן סוכות, עס איז צומישט, איך ווייס נישט.
אין ריישא? צום גדליה? נו וואס קען שוין זיין שלעכט די שרייבסט דאך אלעמאל גוט…
קען טאקע זיין…
ווייסטו וואס… אפשר קען איך דיר ארויסהעלפן, איבער וועלכע ענינים האסטו געוואלט שרייבן?
איך האב געהאט אסאך געדאנקען, מיין מח האט מיר געספינט ווי א וואש מאשין… איך האב געוואלט קאווערן אביסל די נסיעה, איך האב געוואלט קאווערן אביסל די מלחמה… די נישט מלחמה, וואטעווער… איך האב געוואלט אריינפלעכטן לכבוד סוכות די געדאנק ווארט פון ר' נתן וועגן די מלחמה, מיט די ד' מינים, איך האב געטראכט געדאנקען ווי אזוי עס צאמפלעכטן אבער עס איז א שווערע ארבעט נאכן נישט שלאפן און זיין פארדרייט די סדר פון די נסיעה, אבער עפעס האב איך אנגעהויבן.
וועלכע ווארט פון ר' נתן וועגן מלחמה מיט די ד' מינים?
אה ר' נתן זאגט, עס שטייט אין זוהר אז נאך די ימים טובים ווייסט מען נישט ווער עס האט געווינען.
וואס הייסט מ'ווייסט נישט ווער עס האט געווינען, דו ביסט זייער נישט קלאר!
לאז אויסרעדן… די זוהר זאגט עס איז געווען ראש השנה, עס איז געווען יום כיפור, וואס דעמאלטס איז די צייט פונעם משפט, עס איז געווען א מלחמה צווישן די אידן און די שטן, יא? ביז אהער פארשטייסטו?
אקעי! מאך נישט משוגע, רעד קלאר איך פארשטיי יעדעס ווארט…!
יעצט נאך ראש השנה יום כיפור ווייסט מען נישט ווער עס איז ארויס זכאי בדין, צו האבן די אידן געזיגט מען האט זיי אנגעשריבן א גוט יאר אדער חס ושלום דער שטן האט געזיגט.
נו נו, זייער שטארק, וואס זאגט דער זוהר.
זאגט דער הייליגער זוהר אז מען זעט סוכות, די יודן גייען מיט די געווער, דער זוהר רופט אן די לולב און אתרוג די מאנא דקרבא עס איז ארמ'ישע ווארט אויף געווער, מען זעט די יודן גייען מיט די געווער אין די  האנט ווייסט מען אז זיי האבן מנצח געווען.
אהאה! פאר דעם האסטו געהערט די ניגון פון דידן נצח…? האסט אויף עפעס א וועג עס געוואלט אריינפלעכטן אין די גאנצע זאך, איך קען דאך שוין דיין וועג פון שרייבן…
למאי נפקא מינא, פארוואס איך האב עס געהערט? און אויב איך וועל דיר זאגן אז יא וועסטו זיין גליקליך…
אקעי זייער שיין, איך בין נישט צופיל פאר תורה'ס, אבער אויב קוקסטו סתם ווי אזוי א מלחמה גייט צו,  איז עס פונקט פארקערט… איך מיין עס אמת'דיג איך זיך נישט אפצופרעגן דיין תורה…
עס איז נישט מיין תורה, עס איז א זוהר… אדרבה לאמיר הערן דיין הערה אויפן זוהר.
די געדענקסט עפעס מלחמות? וועלכע מלחמות געדענקסטו?
איך געדענק נישט קיין איין מלחמה, איך ווייס… אפשר די מלחמה מיט איראק נאך סעפטעמבער עלעווען תשס"ב, גראדע געדענק איך גוט די ערשטע מלחמה פון אמעריקע קעגן איראק תש"נ… די מלחמה פון רוסלאנד מיט אוקריינא.
איז געדענקסטו יא אפאר מלחמות אין דיין לעבן, גראדע איך האב אזוי געלאכט, איך בין געווען אין אומאן דער עולם איז געזיצן מ'האט זיך אויסגעלופטערט פארענט פון די בילדונג, ס'איז געווען א געשמאקע וועטער, איינער קומט ארויס פון די בנין, ער קוקט ארויס אזוי אויף ארויף, ער מאכט מיט די הענט און די הייעך, אזוי ווי איינער וואס וויל פרעגן: ס'רעגענט נאך… ער דרייט מיט די קאפ אהין אהער, און ער פרעגט ס'דא א מלחמה… די גאנצע עולם האט אויסגעשאסן… איינער געבט זיך א רוף אן: איך ווייס נישט וואס די טייטש פון א מלחמה איז … אבער אויב איז זיצן אינדרויסן שמועסן און פארברענגען און זיך אונטערהאלטן די דעפעניש"ן פון מלחמה, וואלט איך געראטן אפשר קען מען עס אביסל ברענגען קיין וויליאמסבורג… 
יא! אבער די נייעס האקט אין קאפ, די נייעס איז ביזי מיט מלחמה ארויף מלחמה אראפ, מ'קען נישט פארן קיין אומאן ס'איז א סכנה.
ווער הערט נייעס, ווער ליינט נייעס, ווער איז נייגעריג וואס די נייעס האט צו זאגן, די נייעס איז סך כל א פאפיר מיט א סאך טינט, עס זיצן הונדערטער שרייבער און יעדער האט א פארציע וויפיל אותיות ער מוז ארייקנאקן אנצופילן זיין חלק, און ווער רעדט נאך ווען עס קומט פאר יום טוב, האא! דעמאלט איז גאר אנגעצויגן, יעדער מוז שרייבן דאפלט און טריפלט, און אז עס איז נישט דא קיין נייעס מאכט מען נייעס… יעדער שרייבער ווייסט: די בלעטער מוזן ארויסקומען אויף די וועלט, און דו גיי געב דיך א עצה ווי אזוי עס אנצופילן…
לאמיך דיר זאגן, למשל יעצט, האסטו די אליין איבערצייגט אז די צייטונגען מאכן נייעס, אויב זיי קומט אויס גוט דיר צו זאגן אז יעצט רעגענט וועלן זיי מאכן פון דעם א נייעס, און דו וועסט עס גלייבן, איי עס רעגענט נישט? נו האסט א גוטע קשיא! אבער נייעס בלייבט נייעס.
אז פאר זיי קומט גוט אויס אז דו זאלסט האלטן אז יעצט איז נאכט וועלן זיי מאכן א גאנצע מעשה אז איינער האט געמאכט קידוש לבנה… הערסטו… 
טראמפ האט געקענט האקן פון דא ביז מארגן אז די נייעס איז פעיק ניוז, און יעדער האט געוויסט אז עס איז פעיק ניוז, אבער דער עולם הונגערט דערפאר, דער עולם בעט זיך, פיטער אונז מיט ליגענט, דאס איז די גאנצע באבל פון נייעס!
איך האלט פונקט ווי דיר, די ווייסט אז איך בין א טראמפ פעע"ן… אבער לאמיר רעדן ריאליטי, וועם זאל יעצט אנגיין צו באקן א מעשה אז רוסלאנד האט געשיקט צען איראנער דראוינס קיין אומאן צו הרג'נען די אידן וואס קומען אויף ראש השנה, און די אוקריינער האבן עס אראפגעשאסן? 
איך האב געהערט די נייעס מוצאי יום טוב, איך האב אזוינס געלאכט, איך האב געמיינט אז עס איז א דשאויק וואס פארט ארום אויף סאושעל מידיא, אבער אזוי ווי ס'איז געווארן מוצאי אין אמעריקע האב איך באקומען טעלעפאן קאלס הערסטו פון דא ביז מארגן, און די מערסטע פאני איז געווען אז אלע אידישע נייעס אגענטורן האבן עס געדעקט מיט א תמימות, דעיס איז אנבעליוועבל.
וואס הייסט וועם עס גייט אן, קוק ווער עס האט געבראכן די נייעס וועסטו זען קלאר, קודם כל אוקריינא וויל אויפרעגן די וועלט קעגן רוסלאנד, עס איז נישט זייער ערשטע ליגענט לעיני השמש וואס זיי האבן אויפגעטראפן, אין דווקא וואס עס אנבאלאנגט אידן, ווייל זיי ווייסן אז די אידן האבן א כח איבער די וועלט, און דא איז זיי אריינגעשווימען דער אידל אין זייער נעץ, פארוואס זאלן זיי דאס נישט ניצן, איי ווי קומען אן דראונס פון יענע עק ביז אומאן? איי פארוואס זאל רוסלאנד אטאקירן אידן וואס קומען אויף אוקריינא, וואס ברענגט עס אים? אבער קודם א נייעס, קודם זאל די אידישע וועלט שימפן אויף רוסלאנד.
ווייטער ווער האט עס באשטעטיגט, מדינת ישראל אמבאסאדאר, ער איז דער ערשטער ארויפגעשפרינגען זיך צוגעכאפט צו די נייעס, זייער פשוט קודם כל עס איז דאך דער זעלבער אמבאסאדאר וואס האט געווארנט איבער די געוו-אאא-לדיגע סכנה און אז מען זאל נישט פארן קיין אומאן, נו אז עס קומען זיך צאם דרייסיג פערציג טויזענט אידן פון איבער די וועלט אויף אומאן און זיי זעהען אז עס איז נישט דא גארנישט, אין מדינת ישראל איז מער סכנה פון די אראבער פון אלע געגענטער ארום און ארום מדינת ישראל.
בנוסף לזה וואס די מדינה איז נומער איין שונא פארן קיבוץ אין אומאן, זיי קענען נישט אראפשלינגען אז עס איז דא א פלאץ ווי עס קומען זיך צאם הונדערטער טויזענטער אידן פון איבער די וועלט, עס איז א וועלטליכע ערשיינונג, עס ווערט געדעקט אין די נייעס, און… עס איז נישט אין זייער מדינה, עס פארן ארויס פאר ראש השנה הונדערטער טויזנטער אידן, די עירפארט איז א כאאס, און מען פארט פראווענען ערגעץ, עס איז א שווערע פיל פאר זיי, קומען וואלט זיך געקומען אז ראש השנה זאל זיך טון א געפארעכץ אריין אין ארץ ישראל, פארשטייסט, דאס קרענקט זיי, פאר דעם האבן זיי געוואלט מפנה זיין דעם רבי'ן קיין ארץ ישראל, פאר דעם האבן זיי צושטערט די קיבוץ ביי קאראנא, יעדער איינער האט מסכים געווען אז מען זאל פארן, אמעריקע האט געלאזט פארן, אוקריינא אליין האט גע'חליש'ט אז מען זאל קומען, עס גייט זיי אן קאראנא ווי א נעכטיגע בוידעם, נאר מדינת ישראל זיי האבן געסטראשעט אז זיי גייען נישט צושטעלן קיין הילף פאר אוקריינא אויב זיי לאזן אריין.
און דאס איז אויך די סיבה פארוואס אונזערע אידישיסטישע/ציוניסטישע נייעס אגענטורן טוען עס דעקן, זיי איז ברסלב און אומאן א ביין אין האלז, נישט נאר די יאר נאר יעדעס יאר, זיי ציטערן אויב עס וועט אריינקומען דעם רבינס לימודים אין די וועלט איז אויס מיט זייער גאנצע ביזנעס, אויב די אידישע מידיא זאל סתם שווייגן נישט זאגן נישט יא און נישט ניין וועגן אומאן, קענען די אלע גרויסע רבי'ס ארויסדינגען זייערע שולן פאר ראש השנה, ווער וויל דען נישט זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה, נו אודאי ווארטן זיי צו באמבאדירן קודם זאל זיך טון, קודם אומאן איז א סכנה, אומאן איז משוגעים, אומאן איז נאא-נאאך, אומאן איז פאר די סווארדים.
שוין! דאס איז די מלחמה, דאס איז צוויי באזינדערע מלחמות, עס איז דא די מלחמה וואס רוסלאנד פירט מיט אוקריינא און נאכדעם איז דא די מלחמה וואס דער סמך מם פירט מיטן רבי'ן דאס זענען די פרייע ציוניסטן, די פרומע ציוניסטן, קיינער גלייכט נישט דעם רבי'ן, דער רבי איז צופיל מחייב, אויב מען לאזט אפ די שלעכטע נאמען וואס איז דא אויפן רבי'ן וועלן אונז מוזן אנהייבן תשובה טון, און עס איז נישט אזוי פשוט.
עס איז נישט א נייע מלחמה, עס איז שוין א מלחמה פון אינדערהיים פארן קריג, ווען די אידישע צייטונגען האבן כסדר באשריבן "די טויטע חסידים" דאס איז געווען די נאמען פון די ברסלב'ער, "טויטע חסידים" אדער די מער איידעלערע האבן זיי גערופן די אומאנער חסידים, און אראפגעלייגט ווי זיי וואלטן געווען עפעס פליענדיגע אביעקטן, יו. עף אויס…
אוי ביסטו גוט! איך האב דיך נישט געמיינט אויפצורעגן, איך האב סתם געזאגט א פוינט, גראדע האב איך געפרעגט א סימפל קשיא נאר די שמועס האט זיך פארקירעוועט צו מלחמות, און צו די מלמחה פון רוסלאנד מיט אוקריינא.
איך געדענק נישט ווי עס האט זיך אנגעפאנגען, אדרבה ברענג מיך צוריק צום שמועס… איך האב געטראכט דער ראש ישיבה זאגט אז חול המועד זאל מען זיך אראפזעצן איבערקייען די נסיעה קיין אומאן…
דו האסט געזאגט אז אידן גייען מיט די געווער דאס איז א סימן אז זיי האבן געזיגט, האב איך געפרעגט א סימפל קשיא און איך ווארט נאך אויף א תשובה, אויב צוויי לענדער קריגן זיך, יא? איז ווען האלט מען געווער ווען מען פירט די מלחמה אדער ווען מען האט מנצח געווען די מלחמה? איך פרעג א פשוטע קשיא! אז דו זעסט א סאלדאט גייט אין מלחמה מיט א ביסק מיט געווער איז דאס א סימן אז… ער האט געזיגט? דאס איז דאך א סימן אז ער האלט אינמיטן א שלאכט.
פרעגסט זייער גוט דאס האב איך דיר טאקע געוואלט זאגן דאס איז געווען וואס איך האב דיר געזאגט פון רבי נתן, דאס איז רבי נתן'ס קשיא אויפן זוהר, און אויף דעם האב איך געוואלט בויען די "צום פינטל" שוין האסטו מיך איינגעשפארט ארבעט.
סתם דרך אגב נישט אלעמאל איז עס ממש אזוי, אויב דו ביסט נייגעריג אין מלחמות וועל איך דיר ווייזן מלחמות וואס איז געווען אין אונזערע צייטן און עס איז געווען א בחינה "קריג געווינען מלחמה פארלוירן…" 
י"א אב תש"נ איז דער דיקטאטור פון איראק סאדאם כוסעין אריין אין קריג מיט זיין שכינות'דיגער קאוועיט, די קריג האט זיך געצויגן ביז דער דעמאלס'דיגער פרעזידענט בוש דער ערשטער האט זיך אריינגעמישט, מיטן אויסרייד אז עס געפינט זיך ביי דעם דיקטאטור כעמישע וואפן וואס קען פארטיליגן די וועלט.
אפגעגעזען די גרויסע נצחונות וואס אמעריקע מיט אירע אליאירטע האבן דעמאלטס באוויזן, איראק האט געמוזט צוריקציען פון קאוועיט, איז אבער דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן געבליבן מיט א שאנד פלעק ווען ער איז אנטלאפן (געזיגט…) ער האט איבעגעלאזט דער איראקער פאלק אין א כאאטישע צושטאנד, מיליאנען מענטשן האבן געדארפט אנטלויפן, אמעריקע האט אנגעדרייט אז די באפעלקערונג זאל מאכן א אויפשטאנד, און אמעריקע וועט זיי קומען צו הילף, די איראקער בירגער האבן טאקע אנגעהויבן רעוואלטירן, אבער אמעריקע איז קיינמאל נישט געקומען צו זיי צו הילף, זיי זענען געבליבן ווי פארלוירענע שעף צו דעם כעס'יגן דיקטאטור, כוסעין איז געבליבן אויפן בענקל ביתר שאת ויתר עז, כעמישע וואפן האט מען נישט געטראפן (נישט ווייל ער האט עס גוט באהאלטן, נאר ווייל ער האט נישט געהאט…), קריג געווינען מלחמה פארלוירן… די שאנד פלעק וואס האט באגלייט די גע'ערטע בוש פאמיליע נאך זייערע געווינסן און דורכפעלער, האט געפירט צו א צווייטע זינלאזע קריג געפירט דורך זיין זון בוש דער צווייטער וואס האט רעגירט דורכאויס די צייטן פון סעפטעמבער עלעווען…
כ"ג אדר האבן ניינצן היידזשעקער'ס פון א גרופע וואס הייסט אל-קאידא, פארכאפט 4 אמעריקאנער פליגער, זיי האבן אריינגעשמעטערט אין די צווילינג געביידעס אין מאנהעטן, און דערנאך אינעם פענטעגאן, מיט דעם האט די גרופע פאנאטיקער - נישט א לאנד - א סעקטע פון מענטשן, אזא חסידות… וואס איז געשטאנען אונטער די נשיאות פון בין לאדין, זיי האבן דערקלערט קריג קעגן אמעריקע…
הושענא רבא תשס"ב האט די פאראייניגטע שטאטן אריינגעשיקט אירע טרופן קיין אפגאניסטאן מיטן ציל אראפצואווארפן די טאליבאנער - וואס האבן דאן געהערשט אין לאנד - פון זייער פירערשאפט, די קאמפן זענען געווען זייער שווערע, נישט וויסענדיג און וואסערע פלאנטער ער גייט אריין, זיך שפירנדיג זיכער מיט די שטארקסטע… ארמיי אין די וועלט, האט פרעזידענט בוש דער צווייטער געכאפט די געלעגנהייט און אין חודש אדר תשס"ג איז ער אריין אין א לאנד וואס האט נישט געהאט קיין שום שייכות צו די קאנפליקטן, אבער כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, דער בוש האט געקלערט א טובל אריין א טובל ארויס ברענגט ישועות ביי מיר אין הויז… ער וועט אין געציילטע וואכן זיך אריינ'טובל'ן אין איראק און ענדיגן דאס וואס זיין טאטע האט אנגעהויבן, ער וועט הרג'ענען דעם איראקער דיקטאטור. ער האט זיך פלוצלינג באוויזן אין די לאנד פונעם שונא, און מיליטערישע יוניפארם האט ער - אויף די עברעהעם לינקאלן שיף - דערקלערט צוויי ווערטער: "מישען עקאמפלישד"! דאס הייסט די מיסיע איז געענדיגט, מען קען אראפלייגן די געווער און די מילטער קען זיך גרייטן צו פארלאזן איראק… א מלחמה אן קיין הענט און אן קיין פיס, פונקט ווי קיינער האט נישט געוויסט פארוואס ער איז אריין, ווייסט מען נאך עד היום צו די מלחמה האט זיך אמאל געענדיגט, צוואנציג יאר האט זיך אמעריקע געמוטשעט נישט אראפצושלינגען נישט אויסצושפייען פארלירענדיג יעדן טאג אמעריקאנער סאלדאטן, דורף די פרימיטיווע איראקער ראוד זייט באמבעס, קריג געווינען מלחמה פארלוירן… 
 
סאו ס'איז דא אזא זאך אז מען לייגט אראפ די געווער און מען איז ווייט פון געווינען, סאו קען זיין אז עס איז דא אמאל אז ווילאנג מען האלט די געווער איז מען נאך אין קריג… נא! עס שטימט עפעס נישט געהעריג… לאמיר הערן וואס רבי נתן ענטפערט.
 
צום פינטל
מיין קריג - מלחמה פארלוירן שלאכט געווינען
געמיינט האב איך ביז דאן אז דאס איז מיר שוין געווען מיין שלימזל'דיגסטער טאג אין מיין לעבן, יענעם טאג האט זיך אנגעהויבן מיט די לינקע פיס, איך בין אויפגעשטאנען נאר דריי מינוט שפעטער פון ווען דער זייגער האט אנגעהויבן קלינגען, למען ה'פינקטליכקייט… איך האב שוין געדרוקט בעפאר דעם סנאז קנעפל עטליכע מאל…  מיין טעגליכע צופרי שיעור וועל איך שוין נישט מאכן, יעצט וויל איך שוין נאר כאפן א קאווע, לויפן, כאפן א מקוה, כאפן מיין טעגליכע מנין, אויב אלעס גייט אין צייט וועל איך שוין ארויספארן איידער עס הייבט זיך אן די שווערע טרעפיק, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף נאך זיין אין צייט ביי די קייט פון מיטונגען וואס איך האב היינט מיט נייע סאב'ס, דעזיינער'ס, און בעיקר מיט א נייע מענעדזשינג קאמפעני וואס איך ווארט שוין אזוי לאנג דערויף.
איך נעם ארויס מיין גלאז, שפאצירענדיג דעמיט צום פערקיולעטער, אבער ביים קוועטשן דאס קנעפל פון אויבן, הער איך שוין עס קומט שוין נאר ארויס א קול מ’וואסער… עס הערט זיך אזא הייזעריגע שטומע פון לופט אויסגעמישט מיט טראפקעלעך וואסער…
 
אן א קאווע וועט עס נישט גיין, זיך שנעל אראפבייגענדיג צום לעדל צו נעמען שנעל די קליינע שנעלער קאכער, און… מיין פעדער פליט מיר ארויס פון טאש… דא האט זיך די גאלדענע קייט פון דורכפעלער אנגעהויבן שפינען… מיין סעלפאן איז נישט געבליבען הונטערשטעליג, אין א גאלאפ נאך מיין פענע איז ער ארויסגעשפרינגען פון מיין טאש… זיך צופליענדיג אין אלע עקן פונעם שטוב… יעדער ווינקל קריגט א גלייכע שותפות אינעם ירושה… די בעטערי איז געפלויגן צום צפונית מערבית ווינקל… די קאווער (דעקל בלע"ז) געפינט זיך ביי מזרחית דרומית… דער טעלעפען זעלבסט… הע… ער בליקט ארויס מיט א שמייכל פון אונטערן טיש… זיך אראפבייגענדיג צאמצונעמען די ברוכוואג… יא! דער קראך פונעם צוגעגרייטע גלאז האט זיך נאכגעשלעפט פונעם פורקיולעטער ווייער זיך ציפיצלנדיג אין אלע עקן, האט אויפגעוועקט די בעיבי… מיט די פורקיולעטער ווייער אין הענט לויף איך ארום ווי פרעה מיט די פידזשאמעס… אויסקערן די גלאז, איבערבעטן מיין ווייב, פאר די מעס"ס, פארן אויפוועקן די בעיבי, איר מסביר זיין אז איך בין אויף שפילקעס, שוין! א כפרה די קאווע, א כפרה די גלאז, א כפרה די טעלעפאן, אבער מיין מקוה! מיין מנין! מיינע אפוינטמענט’ס היינט! מיינע וויכטיגע מיטונגען היינט! ממש ווי אלע וואלטן זיך אפגעשמועסט פון פריער,  אלעס רוקט זיך אויף צוריק… חוץ דער רשעות’דיגער זייגער וואס שטייט פאסיוו, און קוקט זיך צו, ער האלט אלעס מיט, און מיט א צינישע שמייכל רוקט ער זיך להכעיס ווייטער אויף פאראויס, אלעס גייט ארויף צוריק און ער טאקט אויף פאראויס, זיכער מאכענדיג אז איך האב שוין אלס פארשפעטיגט, ער טאקט שוין יעצט ווייטער נאר פאר נצחון, זיכער צו מאכן אז מיין טאג איז א טאטאלער דורכפאל!
קענסט אפשר קומען צום ווארט? דו האסט איבערגעהאקט אינמיטן א שאלה, ראש השנה, מלחמות, לולב, געווער, זוהר… האסט אנגעהויבן מיט א ניגון… די קענסט מיר אפשר זאגן ווי דו צילסט דא?
ווארט א מינוט איך האלט דאך אינמיטן א מעשה, האק נישט אריין, וועסט באלד אלעס פארשטיין… איז ווי האמיר געהאלטן? אה! איז…
אויב האב איך געמיינט אז איך האב דורכגעמאכט דאס גרעסטע שלימזלנות מיינער יענעם פרימארגן, איז הארך אויס וואס די צווייטע האלב טאג איז פארגעקומען, היינט איז וואכנאכט ביי א פלומעניק מיינער, ער ווארט שוין אויף קינדער דרייסיג יאר, יא! דרייסיג מיט א גימל, אקעי זיי נישט דערשראקן, די ערשטע אכצן יאר איז נאך געווען פאר זיין חתונה… אבער זייט דעמאלטס איז דאך שוין אויך צוועלעף יאר וואס ער ווארט אויף קינדער איך האב אים הייליג צוגעזאגט אז איך וועל באשיינען די שמחה פון אנהייב ביזן אויסלאז, אין מיין לוח האב איך א חתונה, נישט אז איך גיי צו חתונות אבער עס טראגט א סימבאלישקייט, די ערשטע חתונה פון די עידש פון חברים צוזאמען גע(לערנט)זיצן אין ישיבה, איך דארף מיך כאטש באווייזן די פנים, היינט נאכט איז דער שיעור אבער גענוג פרי עס שטערט נישט קיין איינע פון זיי, איך וועל עס קענען מאכן ווען נישט אז ברוך השם ביי סאפער האט מיר מיין טייערע ווייב מיך פארבעטן אויף סנדקאות… היינט נאכט, זי פילט נישט גוט, די קינדער פיבערן, דער קליינער ציינדלט און… איך האב איר צוגעזאגט אז היינט נאכן שיעור ביז צען פופצן מינוט בין איך אינדערהיים, עס איז נישט דא קיין שמועסן, עס איז נישט דא קיין מחזק זיין קיינעם, זי פאלט נעבעך פון די כוחות, נישט דא קיין אויסהערן וויכטיגע נייעס צו מען וועט קענען פארן… איין מינוט צו מען האט געקענט פארן קיין אומאן אדער נישט, איך האב איר געגעבן מיין ווארט: איך לויף ארויס פון שיעור, שוין אפגעשמיסט מיט יוקל'ן דער ערשטער קאר פלי איך אהיים, איך האב שוין קלארגעשטעלט פאר מיין שוועסטער און מיין פלומעניק אז: אע… עס האט זיך עפעס געמאכט… איך ווייס… איך וועל אפשר קומען צום ברית, אדער… וועל איך פרובירן צו… איך ווייס אליינס נישט, אבער צום וואכנאכט וועל איך נישט קענען קומען, די חתונה ווייטער, עס איז ווייטאגליך אזא נאנטער חבר, איך וועל זיין דער איינציגסטער פון כיתה וואס וועט נישט ערשיינען, אבער מיין ווייב איז מיר וויכטיגער פון אלעס.
די שיעור האט זיך שוין געענדיגט, מיט א שטורעם פלי איך ארויס פון בית המדרש, איך זאל חס ושלום קיינעם נישט טרעפן יא! עס ווייטאגט אביסל! דער חתונה בריוול מיטן שרייענדיגער "היום" סטיקער דערויף, אבער פארפאלן איך בין געשטארבן…
ברוך השם איך זיץ שוין באקוועם ביי יוקל’ן אין קאר, ביי אים קלאפט אלעס ווי א שווייצער זייגער, ער קומט אן אהיים נאך איידער פארט ארויס… אבער אז ס’איז באשערט נחת קען מען נישט אנטלויפן… ער דארף נאר צוגיין אנפילן זיין ליידיגער טאנק מיט גאז… ווי קען דאס פאסירן ביי יוקל'ן? ווי האט ער דאס געקענט פארזען? שוין זעט זיך אויס אז ער איז אויך נאר א ילוד אשה… די וועג צום גאז סטאנציע איז א פארקינג לאט, די הויט ברענט מיר איך לויף… און איך לויף… און איך לויף… אבער עס דרייט זיך קאפויער, עס ווערט מיר אביסל לייכטער אויפן הארץ, איך זע פונעם פענסטער הערשל’ן, ער פארט שוין? געווענטליך איז ער דער לעצטער, איך גיי נישט מאכן זיינע חשבונות, איך זאג יוקל'ן: אנטשולדיגט! אבער איך יאג מיך זייער, איך מוז לויפן, איך עפן די טיר, מיט די הוט אין די האנט לויף איך, איך מוז כאפן דעם קאר, אבער ווי אפגעשמועסט פריער האט דער רויטער ליכט וואס האט נאך קייייינמאל בעפאר זיך נישט געקימערט צו טוישן אויף גרין, ער וועט זיך פאר קיינעם נישט בייטן צו גרין, אבער דאס מאל האט ער צוגעשפילט, איך שריי.. איך לויף.. איך ווייז.. ווארט… אבער פארענט פון מיין אויגן ווערט דאס קאר אויך פארשווינדן, בבושת פנים לויף צוריק צו יוקל'ן אבער זיין קאר זע איך שוין אויף דער נעקטער גאס כאפענדיג דעם געלען ליכט איידער עס ווערט רויט, יעצט בין איך איינער אליין… אוי מיין הארץ עס וויינט, ניטאמאל די תנועה איך געדעקנ, אאהאאהאהאהא אהאהאאה אההאהאא… 
פארדארבענע פיש געגעסן, און פון שטאט ארויסגעווארפן… קענסט די מעשה, ממש אזוי האב איך יעצט געשפירט, זיך צוקריגט מיט מיין שוועסטער, מיין נעפיו איז ברוגז אויף מיר, פארפאסט די חתונה פון מיין נאנטער חבר, און… מיין ווייב קאלט אריין, אמת אז איר הערט זיך נישט אונטער דעם פאון קאל?! איך האף אזוי! נאך א מזל! און מיינסט אז זי איז נישט גערעכט? איך הער די ליהודים וואס עס טוט זיך אין די בעקגראונד, די קינדער וואס זענען שוין געשלאפן ווען איך בין ארויס, האבן זיך יעצט פאראייניגט אינעם מאסן דעמאנסטראציע… אוי מי יתן לי אבר כיונה… ווער קען מיך אריבערטראגן גרעניצן… זאל זיין מיט א באן, צו מיט א טרעין… מיט א באס מיט א פלעין… העלאו, פלען איט רייט וואלט שוין געמעגט האבן סערוויסעס פאר אזוינע שלימזלניקעס ווי איך… ווער קען מיך אריינפירן אין די מלחמה זאונע ביי מיר אין שטוב… ווי רבונו של עולם שפרינג איך אריבער די הייוועי און זיך זען אינדערהיים.
דאס איז א דוגמא פון א טאג פון שלימזלנות אויפן העכסטן גראד, אבער פיל מאל גייט עס טאקע נישט ממש עד כלות, איך געב דיר נאר א דוגמא זאלסט כאפן ווי א טאג קען זיך אויסשטעלן עס זעט אויס א טאטאלער דורכפאל.
און וואס קען שוין זיין ארגער פון דעם? 
אפשר ביים ארומגיין מיט די הושענות… ווען דער תכלת פונעם טלית האט זיך פונקט פארהאנקערט אינעם באנק… איך וויל צוריקשלעפן… דער אתרוג'ל כאפט א גליטשט אפפס כמעט ארויס פון האנט, דער קליינער הושענא זאגער'ל פליט אראפ… דער איינציגער וואס איז אויף מיין זייט איז די שפיץ פון מיין נאז… וואס זאגט מיר צו אז ער וועט נישט צולאזן אז מיינע ברילן זאל זיך ווייטער גליטשן… 
גאנץ גוט צוגעטראפן, עס האט פאסירט אבער נישט ביי מיר, איך האב עס געזען פאסירן ביי מיין שכן… זעט אויס אז עס איז דא נאך שלימזלנים אויף דער וועלט… אדער קען זיין גאר ווייל ער איז געשטאנען נעבן מיר האט ער געקעטש"ט פון מיר… ווי האט ער געזאגט: ס'איז דאך קעטש"י…!
דאס אלעס איז ווילאנג דו האסט נישט דעם רבינ'ס התחזקות, א מענטש כאפט א קלאפ, נאך א קלאפ נאך א קלאפ, און עס קומט צו א פוינט ווי ער הייבט הענט, אוי שלימזל אוי שלימזל!  אוי שלימזל אוי שלימזל!  דער מענטש קען מער נישט, אדער א מענטש פאלט אריין אין עבירות, א מענטש דערזעט זיך ממש מיט צוויי לינקע הענט, ווי ער לייגט אריין א האנט מאכט ער קליא, שטיי אין די זייט שוין… העלף שוין נישט אזויפיל… פאר יעדע דאלער וואס ער מאכט פארלירט ער צוויי…
אבער אז מען קומט צום רבין הערט מען נייע זאכן, איך קען טאקע נישט צוריקדרייען דעם זייגער, אבער איך האב א מויל: טאטער זיסער טאטע, קוק מיינע יסורים! קוק מיינע דורכפעלער! צוליב דעם בין איך באשאפן געווארן צו דורכפאלן און דורכפאלן! געב מיר כוח! זיי מיט מיר! איך וואלט ווען געדארפט העלפן מיין ווייב אבער איך קען נישט! עס איז ביזי בזיונות! באשעפער איך האב שוין אזוי שטארק געוואלט:
זיך שוין איינמאל פאר אלעמאל צאמנעמען
(יעצט קומט: א שורה פארן מאן א שורה פאר די פרוי)
זיין א פערפעקט ווייב
זיין א גוטער מאן, געבן גוטע ווערטער פאר מיין ווייב פאר מיינע קינדער
זיין א געלונגענע באלעבאסטע 
שוין געהעריג גיין אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב מיט מנין
שוין פון זונטיג האבן אויסגעוואשן אלע וועש, גרייט צאמגעלייגט פאר די וואך
שוין היטן מיינע אויגן
ערב שבת נאכמיטאג זיין מיט אאאא-לעם פארטיג, און זיצן אויפן קאויטש מיטן תהילים
אריינכאפן כאטש עפעס תורה, כאשט זאגן א פרק משניות, א דף גמרא
אנהייבן געהעריג גיין אויף א שטרענגע דייעט
שוין אויפהערן שרייען אויף מיין ווייב…
פארוואס זי הערט נישט אויף שרייען אויף די קינדער
באשעפער מאך מיר א נס איך זאל מיך קענען טוישן!
ווען? ווען? זאג שוין ווען, אוי טאטע ווען? ווען וועל איך שוין זיין א מסודר’דיגע מענטש? ווען וועל איך מיך קענען צאמנעמען, איך האב נארוואס אנגעהויבן מיט א פרישע קבלה, תשפ"ג גייט זיין פ’ריש ג’עשמאק פ’רייליך ג’וטמוטיג פ’שוט ג’עהויבן… יעדער איינער מיט זיין דמיון ווי אזוי דער נייער יאר גייט שוין אלעס פארן געשמירט, מען גייט זיך געהעריג… געהעריג… הערסטע? געהע-ריג! זיך געהעריג נעמען אין די הענט אריין, ג’ענדיגט מיט די פ’וילע שטיק ג’ענוג פ’עטענס אריינגעריקט ג’ענוג פ’ארשמירט מיין נשמה מיט שלעכטע קוקען, גענוג שוין מיט ג’עכאפטע פ’... אממ דאווענען שוין ס'שטימט נישט דא די פ’...
דאס איז וואס דער הייליגער רבי נתן ענטפערט, סתם אזוי ביי א מלחמה איז ווען מען האלט די געווער דאס איז א סימן אז מען האלט אינמיטן קעמפן, אבער ביי עבודות השם איז פונקט פארקערט, ווי לאנג דו לאזט דיך נישט נאך זיי זיכער אז דו ביסט דער זיגער אין די מלחמה, ווייל וואס אימער דו האסט געטון, וואס אימער דו ביסט דורכגעפאלן, ווי שלימזלדיג די לעבן זאל דיך נאר נישט אויסשטעלן, געדענק! 
אויב האסטו נישט די התחזקות פון רבי'ן אדער אויב דו ניצט עס נישט און דו טראכסט: עס איז נישט פאר מיר! איך וועל שוין קיין (...) נישט זיין! זעסט נישט דו גולם! זעסט נישט דו שלימזל! זעסט נישט די צוויי לינקע הענט! זעסט נישט דו אומבאפארעטער! זעסט נישט דו אומגעלונגענער!
דאס איז שוין דאס ארגסטע, ווער האט דיר געהייסן מאכן די אלע פ’יינע ג’מטריאות, איך האב געהערט אין אומאן פון איינעם א הערליכע גימטריה אויף פ”ג א פ’אטש ג’עכאפט און פ'רייליך ג'עקלאפט… נו? נישט גוט? הע? העכער! איך הער נישט!
קינדער קומטס אריין אין רינג… נו א קאדאטשקע… דידן דידן נצח, דידן דידן נצח, דידן דידן נצח… אנחנו מאמינים, מאמינים בני מאמינים… נאכאמאל… דידן דידן נצח אוי אהוי אנחנו מאמינים… נו! אליעזר שלמה, נחמן נתן, יואל'יש, קומטס אריין… קאדאטשקע דארף מען נישט קענען… די עיקר מען טאנצט מען מאכט מיט די הענט.
 
ווילאנג דו ווייסט איך בין מיט די געווער אין די האנט! עס איז נישט עק וועלט! דעמאלטס ביסטו א געווינער, דאס איז די נצחון קעגן דעם שטן, ווייל דאס איז זיין גאנצע ציל, לייג אראפ די געווער, איך גלייב איר וועט ליינען די שורות שוין נאך יום כיפור, דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגט, אזא טייער ווארט, אזא ווארט וואס קען מחיה מתים זיין יעדען נפטר, הער ווערטער! האסט נישט געדאווענט אום יום כיפור! אוי ווער דאווענט דען נישט יום כיפור? אבער כך המעשה איך האב נישט געדאווענט יום כיפור, דאווען מוצאי יום כיפור! אזא טייערע לימוד, אוי דער הייליגער רבי, אוי דער זיסער רבי נתן, אוי דער רחמנות’דיגער מוהרא"ש אוי דער לעכטיגער ראש ישיבה, אזעלכע לימודים! ביסט געפאלן? עס איז נישט אמת דו ביסט נישט געפאלן! יעצט אז דו זאגסט: נע! עס איז נישט פאר מיר! איך בין שוין סייווי דערנאך! איך בין שוין סיי ווי פארפאלן! יעצט ביסטו געפאלן! נו דו כאפסט שוין וואס איז ערגער פון ארג? 
אבער איך האב פאר דיר נייעס פון די ארגסטע פלאץ קענסטו זיך אויפהייבן, און זיך זאגן "איך בין נישט פארפאלן, איך וועל יא מצליח זיין". 
מלחמה פארלוירן? אבער די שלאכט געזיגט! האסט אריינגעכאפט גוטע קלעפ? אבער דו האסט דעם שלאכט געווינען! ווי לאנג דו לייגסט נישט אראפ די געווער, ביסטו דער געווינער!