שלענג… אינוועסטמענט… יוטא… ער נעמט דעם עולם אויף א רייד… ווי קומט אריין לאנדענע דמיונות… ער לאזט דעם עולם הענגן אינמיטן…
 
א העפטיגע טענה'ריי טוט זיך אין קאווע שטיבל, עס קאכט זיך איבער די מסוכנ'דיגע ארטיקל… פון די פאריגע צוויי וואכן, די טענה'ריי האט זיך עטוואס אפגעשטילט ווען איך האב אריינשפאצירט אין קאווע שטיבל, זעט אויס אז דער עולם האט געמיינט אז איך האב עס געשריבן… זיי האבן מיך נישט געוואלט פארשעמען, איך האב געזען אז הגם עס איז דא א קלייענטעל וואס זוכט ראולערקאוסטער ארטיקלען, אבער נישט יעדער איז געמאכט פאר שיעור עיון, קענסט נישט נעמען מענטשן אין צונאגלען צו א ארטיקל און נישט לאזן אויסלאזן קיין איין שורה, ווייל ער פארלירט די המשך.
 
שטיל האט מען שוין נישט געקענט בלייבן, נאך אזא העפטיגע שמועס, איין געניטער אינגערמאן האט שיין פארקירעוועט דעם שמועס צו די לעצטע שמחה וואס איז פארגעקומען דא אין שטעטל, פישי בן ר' ישראל חיים ברוין'ס בר מצוה, א קידוש השם געווען, א בר מצוה אינדערהיים, הערליך מיט א אידישע טעם, דער בר מצוה בחור האט געמאכט א סיום מסכת שבת  מיט אלע חן, דער ראש ישיבה האט געזאגט: "דעם פשעטל קען מען נישט אפפרעגן…" עס איז געווען א שיינער שמועס פונעם ראש ישיבה, איך ווייס נישט צו דער ראש ישיבה האט גערעדט פאר צען מינוט, אבער אין די צען מינוט ליגט אזעלכע שיינע שכל, אזעלכע וויכטיגע עצות אין לעבן, פון יעדע סענטענס קען מען לעבן רואיג  פאר זיבעציג יאר.
 
דער עולם גלייבט נישט אז עס פינטלט זיך טאקע א פשוטע ארטיקל… יעקב האט דאך אויך אויסגעפאפט לבן מיט "פינטעלעך…" זעט אויס אז אפשר איז יא דאס די וועג פון ארייננארן דעם יצר הרע וואס הייסט לבן, מען מוז זאגן אז מען גייט צום פינטל אבער עס איז נישט צום פינטל…
 
ווי אזוי עס זאל נישט זיין, דער גיסט אריין שטויבעלעך קאווע אינעם גלאז, דער ברענגט די רויטע מילך, און איינער זופט שוין א פיינע ווארימע קאווע, אינצווישן איז עס שוין פארוואנדלט געווארן אין א שיינע שמועס, א שטייענדיגע עצתו אמונה פארברענג, עס איז הערליך געווען צו הערן פון יעדעם זיין נקודה וואס ער האט געהערט ביי די בר מצוה, כשם שפרצופיהם שונות כן דעותיהם שונות…, אין קאווע שטיבל איז דא אסאך מיינונגען… איך הער דארט איינער געבט איבער - איך האב מיר עס פארצייכנט אריינצולייגן אין די נקודות טובות אפטיילונג, אבער ווי עס זעט אויס איז נישט דא די וואך די "בליצן און נאטיצן…" - א הערליך ווארט וואס דער ראש ישיבה האט געזאגט אויף אונזער הייליגע באבע שרה, שרה איז נישט נפטר געווארן ווייל זי האט געהערט אז מען האט גע'שחט'ן יצחק, פונקט פארקערט - האט דער ראש ישיבה שליט"א נאכגעזאגט פון צדיקים, פריערדיגע צדיקים? נישט זיכער! דער ראש ישיבה האט סתם נאכגעזאגט בשם צדיקים - עס איז פונקט פארקערט, שרה איז נפטר געווארן ווייל זי האט געהערט אז אברהם האט 'נישט' גע'שחט'ן יצחק, זי האט נישט געקענט צוזיך קומען אז נאך די אלע נסיונות וואס אברהם אבינו איז אריבער און ער האט געפאלגט דעם אייבערשטן, און דא איז ער דורכגעפאלן, זי האט נישט געוויסט אז דער אייבערשטער האט געזאגט פאר אברהם שחט נישט! 
 
מיר האט דאס שוין געגעבן שטאף פאר א נייע ארטיקל, זייער אסאך מאל זענען מיר אין א מצב וואס מען וויל זיין א מסירת נפש איד, איך וויל… איך וויל… אסאך מאל קען א מענטש מיינען אז ער דינט דעם אייבערשטן, אבער אין אמת'ן דינט ער זיך, אז זיין דמיון זאגט אים אז אפשיידן פון עסן, אפשיידן פון לעבן מיט א ווייב דאס איז "עבודת השם" פליט אים ארויס די נשמה ווען ער הערט דעם דבר השם: "פרישות איז פארקערט פון אייבערשטער" אדער: "דער אייבערשטער וויל נישט יעצט פון דיר אז דו זאלסט דיך שחט'ן" אודאי זענען דא צייטן וואס דער אייבערשטער וויל אז דו זאלסט זיך לאזן שחט'ן, אבער מיר רעדן נישט פון דעם יעצט, מיר רעדן פון סתם כסדר'דיגע נסיונות וואס קומען פאר אין לעבן, א מענטש דארף זיך פרעגן: ווילסט דווקא זיין א "עובד השם" אדער דו ביסט גרייט צו טון וואס דער אייבערשטער הייסט אפילו דו ווערט דורכדעם אויס עובד השם?
 
דו ווילסט דינען דעם אייבערשטן? אדער דו ביסט מסכים צו טון וואס דער אייבערשטער זאגט דיר…?
 
און דאס איז נישט דווקא ביי עבודת השם, עס איז אפילו ביי פשוטע זאכן, דארף איך יעצט זיצן אין בית המדרש לערנען מיט מסירת נפש? איך ווייס נישט, אפשר מיט דיין גיין ארבעטן טוסטו דאס וואס דער אייבערשטער האט דיר געהייסן, עס וויל זיך אזוי שטארק יעצט זאגן דעם יום תהילים, די קינדער קומען באלד אהיים פון חדר, זיי דארפן א אויסגערוהטע מאמע, מעג איך יעצט זיין א עובדת השם און זיך מוסר נפש זיין און זאגן תהילים, און איגנארירן דאס וואס דער אייבערשטער הייסט מיר יעצט טון: "לייג דיך אראפ אז דיינע קינדער זאלן האבן א אוסגערוהטע מאמע", מעג איך עס טון? איך ווייס נישט, איך בין נישט אין חינוך…! אבער אסאך מאל פאפט זיך א מענטש, ער מיינט אז ער דינט דעם אייבערשטן, דערווייל דינט ער זיין ווייסע מלאך, די תורה איז נישט קיין געפיל זאך, די תורה איז וואס דער אייבערשטער זאגט! אפילו עס קען זיין אז עס שטימט נישט מיט די פראטוקאלן פון "עבודת השם" 
 
אז איך בין אהיימגעקומען און די הויז פליט, מיין ווייב איז נישט אין א גוטע גוסטע, איך קען מיך יעצט אריינזעצן אינעם טארנעידא אריין מיט א משניות און אנהייבן זינגען גמרא מיט א ניגון… אוי אביי ורבא… מא מא מא מא מא מא מא מא מא… און עס קען זיין דו ביסט גערעכט, מען קען נישט זאגן פאר א מענטש: "יעצט איז דיין עבודה צו גיין צאמנעמען די הויז" אבער למיחש מיהו בעיה, אפשר!  אפשר זאגט מיר דער אייבערשטער יעצט העלף דיין ווייב?
 
נו פון ווי קען מען טאקע וויסן? זאל איך יעצט לערנען? זאל איך העלפן אין שטוב? זאל איך גיין שלאפן? זאל איך זאגן תהילים? זאל איך מיך אפשיידן? אדער איך זאל בלייבן לופטיג? איך קען דיר נישט ענטפערן, און בפרט אז איך אליין האלט נאך פאר פרישטאג, און… אפשר איז דער רצון השם אז איך זאל אראפלייגן דעם פענע און גיין עסן פרישטאג, אדער טאקע נישט זיך זעצן צו א סעודה, אבער עפעס איבערבייסן… טועם זיין… זיך אנשפארן…, נו ווי קען מען זאגן פאר א מענטש וואס צו טון?
 
מען קען נישט זאגן פאר א מענטש וואס צו טון!
 
יא! אודאי קען מען זאגן פאר א מענטש וואס צו טון!
 
העלאוי מאך אפ דיין מיינד, מ'קען יא אדער מ'קען נישט?
 
מען קען זאגן פאר א מענטש: פרעג! פרעג דעם אייבערשטן!
 
דאס איז א זיכערע זאך, דער אייבערשטער וועט דיך קיינמאל נישט פארפירן, אז די הערסט אמאל א שיינע עבודה, א שיינע הנהגה, עס צינדט זיך אין דיר אן א פייער: "איך גיי עס טון" אפשר מוז מען לאזן די פייער ברענען און טאקע אויספירן די הנהגה? אפשר? אבער אפשר נישט? נו וואס איז די עצה? די עצה איז, פרעג! פרעג דעם אייבערשטן.
 
אברהם אליין נאכן הערן פונעם אייבערשטן "שחט נישט", האט ער געוואלט מאכן כאטש עפעס א קליינע שניט, עפעס אוועקגעבן פארן אייבערשטן, אזוי זאגט רש"י, קוק אריין וועסטו זען, עס איז אינטערעסאנט, אבער דער אייבערשטער האט אים געזאגט "טו גארנישט!" זייער אסאך מאל איז סאך א גרעסערע נסיון צו זיין א פשוטע מענטש נישט קיין "מסירת נפש איד" און טון וואס דער אייבערשטער זאגט דיר צו טון יעצט.
 
יא! עס איז שווער, זייער שווער, איך האב נישט די סעטיספעקשן, איך וועל מיך נישט קענען קלאפן אין רוקן און זאגן: וואוו! ווי! דו ביסט גוט! איך האב מיך מוסר נפש געווען פארן אייבערשטן!
 
וועסט אבער קענען זאגן: וואוו! ווי! דו ביסט גוט! דו האסט זיך געקענט שטארקן אויף דיין תאוה פון זיין אן עובד השם, און טון וואס דער אייבערשטער וויל דו זאלסט טון יעצט.
 
פארשטיי למעשה ווייל עס איז זייער בקיצור!
 
אייבערשטער איך וויל טון וואס דו ווילסט אז איך זאל טון, פיר מיך אויף די ריכטיגע וועג, העלף מיר אז איך זאל מיך נישט פאפן, העלף מיר איך זאל נישט פארלירן מיין לעבן מיט דמיונות און פאנטאזיעס, העלף מיר לעבן א לעבן מיט דיר הייליגער באשעפער, ווייז מיר די ריכטיגע וועג ווי אזוי איך זאל מיך פירן, ווייל איך קען מיך נישט העלפן אליין!
 
אזוי צו אזוי, האבן זיי זיך גוט ארויסגעדרייט פונעם שמועס, און חברה איך האב פאר אייך נייעס אז מען האט עפעס צו זאגן קען מען זאגן, נישט דאס מיינט חיזוק אז מען זאגט וואוו ווי מורא'דיג! מען מעג זאגן פאר א מענטש דו שרייבסט גוט אבער איך האלט אז עס אביסל צו לאנג/קורץ/געדרייט/גראד 
 
וואס האסטו טענות? מען ווייסט נישט ווער איז דער וואס שרייבט, ווי זאלן זיי וויסן פאר וועמען צו זאגן.