א מעסעדזש פאר כלל ישראל
ב חשון תשפ"ד 📝
קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
פיר מיר אריבער דעם טעלעפאן צום גרויסן מעמד קידוש השם וואס קומט יעצט פאר, מיר האבן דא איינעם אויפן ליין וואס איז דארט לייוו אויפן סצענע, ער וועט אונז איבערגעבן א לעבעדיגע באריכט פונעם קידוש השם וואס קומט יעצט פאר.
איז פארצייל פאר די צוהערער, קודם וואס איז אייערע פערזענליכע שייכות מיטן מצב?
איז אזוי, איך בין בעצם שוין פון אלס קינד איינער וואס ביי יעדן מצב מוז איך זיך דארט געפונען, ווייסט דאך ווי אזוי ס'גייט... און טאקע בין איך פונקט געווען אין די געגנט ווי ס'האט זיך געטון די מצב, נאטורליך בין איך גראד אהין געפלויגן און טאקע מיטגעהאלטן פון די נאנט די גאנצע סיטואציע.
זייער שיין, אינטערעסאנט צו הערן.... וויפל מענטשן זענען אלס געווען דארט אויפן סצענע?
איך ווייס נישט פונקטליך, אבער איך וואלט געזאגט צוואנציג דרייסיג בערך, בקיצור ס'געווען אן עולם בשעת די סיטואציע האט זיך אפגעשפילט.
אהא, וואס זענען געווען אייערע געפילן דארט ביים סצענע?
וואס זאל איך אייך זאגן מי כעמך ישראל ס'איז געווען מורא'דיג! מ'האט געשפירט אן אחדות ס'האט זיך ארויסגעוויזן דעם כל ישראל ערבים זה לזה! אשרי עין ראתה!
פשששש ממש אזוי!? וואס נאך קענט איר צוגעבן פאר אונזערע צוהערער?
א מענטש דארף אלעמאל געדענקען סעיפטי פורסט! די תורה זאגט דאך ונשמרתם מאד לנפשותיכם, אייביג דארף מען האלטן קאפּ ווי מ'קען איינעם העלפן, מ'קען קיינמאל נישט וויסן ווער ס'קוקט אלס, במילא ברויך מען מאכן א קידוש השם!
וואס איז אייער מעסעדזש פאר כלל ישראל???
יא אזוי קומט מען היינט אויס, יעדער שמויגער וואס האט פונקט דורכשפאצירט עפעס א געשעעניש און געבט אן אינטערוויו, האט שוין א מעסעדזש פאר כלל ישראל! גאר וויכטיג....
***
איך האב נישט געמאכט דעם פונקטליכן חשבון וויפיל שעה ס'איז געווען, אבער מ'האט שוין ביי דעם פונקט געהאלטן נאכן זיך שלעפן פון א פלייט צו א באס צו א טרעין, אויסגעמוטשעט און אויסגעסאפעט, קוים זיך געוואלט מאכן באקוועם, קומען שוין צו גיין די גרעניץ באאמטע מיטן הינטל, ווידעראמאל שטערן דאס רואיגקייט. יעדער איז אויסגעמאטערט ס'איז שוין גוט גוט שפעט ביינאכט, ווער וואלט דען נישט געוואלט ליגן יעצט אין א פיינע ווארימע בעט אינטערן דאכענע און חלומ'ען זיסע חלומות...
אנשטאט זיצט מען איינגעקוטשקעט אינעם קליינעם הארטן בענקל מיט די שמונה בגדים, ס'איז שטערבליך הייס און ביטערלעך קאלט אויף איין מאל... נישט קיין קישן, נישט קיין דעקע און נישט קיין מאטראץ, ניטאמאל פלאץ זיך צו קענען געבן א צי אויס דעם אויסגעמאטערטן גוף, אבער וואס טוט דען נישט א איד צו קענען אנקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו אלע הבטחות וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט. אז מ'שטייט פארן גרויסן יום הדין וויל דאך יעדער דעם בעסטן עורך דין וואס ס'איז פארהאן, וואס וועט דען א מענטש נישט טון צו מאכן זיכער אז ער גייט ארויס זכאי בדין...
אויב איז דער מצב אומבאקוועם און מ'דארף זיך שלעפן מיט מסירת נפש וועט מען גיין מיט מסירת נפש, אבער דער רבינ'ס ראש השנה איז נישט עפעס וואס מ'קען פארפאסן!
ס'איז שוין א שיינע פאר שעה אריין אין די נסיעה מיטן באן, עטליכע שלאפן, עטליכע פארברענגען, איינער חלומ'ט, איינער עסט, אין יעדן ווינקל וואו מ'קוקט זעט מען אנשי שלומינו כאפן אריין שיעורים כסדרן, אויף דעם איז מען נישט מוותר, נישט קיין חילוק די אומשטענדן, אפילו צושאקלט אויף א באן טיף אינמיטן די נאכט...
אזוי פארט מען שעות אויף שעות, ס'קוקט אויס ווי ס'נעמט נישט קיין עק, מיילן אויף מיילן טיפער און טיפער אריין אין אוקראיינע.
ביז ס'הייבט ענדליך אן טאגן און פון צווישן איינע פון די קאבינעס הערט זיך ארויס א זיסן קול מיטן סליחות'דיגע נוסח אשרי יושבי ביתך עוד יהללוך סלה!
דער ראש ישיבה זאגט אז דאס האט ער אלץ געזען ביי זיין גרויסן זייד'ן דער קארלסבורגער רב זצ"ל אז ווען מען איז אונטערוועגנס שטעלט מען זיך גלייך דאווענען אזוי ווי ס'הייבט אן טאגן, ווייל ווען מ'איז אונטערוועגנס רוקט זיך די זייגער פאראויס פינף זעקס שעה, און אז מ'דאווענט נישט גלייך קען מען חלילה פארפאסן זמן תפילה, דערפאר שטעלט מען זיך די ערשטע רגע וואס מ'קען.
דער ראש ישיבה האט פארגעזאגט סליחות דארט אינעם קליינטשיגן לעכל צווישן צוויי קאבינעס און ווער ס'האט געקענט האט זיך מיטגעשטעלט זאגן סליחות און דערנאך שחרית, וואס זאל איך אייך זאגן, עס האט געהאט אלע טעמים, מ'האט שוין אנגעהויבן שפירן דעם געשמאקן ראש השנה לופט.
נאך סליחות האט דער ראש ישיבה אנגעטון תפילין און פארגעזאגט הויך די ברכות, אוי האט דער שלא עשני גוי אפגעהילכט, מ'האט עס געשפירט אין יעדן ביינדל אין יעדן אדער, די גוף האט בכלל נישט געהאלטן ביים זיך צושטעלן צו די סיטואציע, אבער איך בין א איד און איך דארף דאווענען שחרית זאל זיין וואס זאל זיין.
דער ראש ישיבה האט צוגעשיקט דעם דיין שליט"א צום עמוד. קיינער דארט איז נישט געווען באקוועם, יעדער האט געהאלטן נאך לכל הפחות איין שלאפלאזע נאכט, אבער קיינער איז נישט מוותר אויפן שחרית. אזוי שטייען מיר דארט צוקוועטשט און צודרוקט אויסגעמאטערט און צופליקט אבער פרייליך אן א שיעור!
ביי אשרי ובא לציון איז דער ראש ישיבה ארומגעגאנגען קלייבן צדקה, ווען דער עולם האט געזען אז דער ראש ישיבה אליין גייט ארום נאך געלט האט דער עולם ארויסגענומען גרעסערע סכומים פון טאש, אבער דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן: איך דארף דאס נישט, איך וויל דייקא די קליין געלט, די קוואדערס און ניקעלס.
נישטא קיין וועקער קיין משגיח, איינער וואס קוקט שטרענג אדער איינער וואס פליקט מיט די פינגער, קיינער הייסט נישט, קיינער פארלאנגט נישט, אבער דא שטעלט זיך א מנין מסירת נפש אידן וואס שרייען אויס מיט קוים א קול אן קיין ברעקל כוח יהא שמיה רבא מברך לעלם ולעלמי עלמיא!
אוי איז דאס געווען א פרייליכע דאווענען, מיר האבן מנצח געווען, מיר האבן געזאגט פאר אונזערע צופליקטע גופים, זאל זיין וואס זאל זיין איך בין א איד און איך דארף יעצט טון רצון השם, אנטון טלית און תפילין און זיך שטעלן דאווענען און לויבן דעם אייבערשטן!
נאכן דאווענען איז דער ראש ישיבה געווען זייער אויפגעלייגט, דער ראש ישיבה האט הויך אויסגעשריגן: ברענגט אהער אלע אידישע נייעס, זאלן זיי אלע זען וואס מיינט א מעמד קידוש השם!
איך האב האב א מעסעדזש פאר כלל ישראל האט דער ראש ישיבה אויסגעשריגן "אידן דאווענען"!
דער ראש ישיבה האט עס עטליכע מאל איבער'געחזר'ט "דאס איז א אמתע מעמד קידוש השם! זאלן אלע ליצים און מתנגדים קומען קוקן ווי אזוי מענטשן וואס ווייסן נישט וואס זייער נאמען איז, אידן וואס האלטן נאך צוויי טעג נישט שלאפן, שוין פערציג שעה אינטערוועגנס, זייענדיג זיך מוסר נפש צו קענען אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה צום הייליגן רבי'ן, דאך טוט ער אן תפילין און שרייט יהא שמיה רבא"!
זאל ער זיך יעצט שטעלן שרייען מ'פארט זיך אזוי מ'גייט זיך אזוי מ'טוט זיך אזוי - ר' איד ס'פארט זיך גארנישט אזוי ס'גייט זיך גארנישט אזוי.... נאר מיט מסירת נפש זענען מיר זוכה צו קענען זיין ביים הייליגן רבי'ן!
אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!