קרעדיט: משה ארי' שניצלער
 
לעצטע מאל האב איך אביסל געשריבן פון די ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך האב געענדיגט א מסכתא.
איז מיר ארויף געקומען אויפן זכרון נאך שיינע זיסע זאכן פון יענע תקופה פון פינף און צוואנציג יאר צוריק, ווען איך בין געווען פריש ניי צום פראקטישן צוקער'דיגן דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.
 
מיינע זכרון קעמערלעך פירן מיך צוריק צו מיין ערשטע סיום פון ששה סדרי משנה.
 
געווען איז דאס תיכף נאך מיין חתונה.
 
די ערשטע זומער נאך מיין חתונה זעמיר געווען אין א פלאץ אין וואדרידזש, מיין ווייב האט געפירט די דעי קעמפ, ס'איז געווען א שיינע פלאץ מיט פיינע געשמאקע אינגעלייט. כ'געדענק, ס'איז געווען דארט א אינגערמאן וואס האט כסדר געלערנט אינ'ם הייליגן ספר מגן אברהם פון טריסקער מגיד זי"ע, און נאך ספרים וואס ער האט זיך ספעציעל אריינגעלייגט דערין. הלואי זאל איך נאך אמאל דורכלערנען דעם מגן אברהם......
 
יעדע מאל איך פאר דארט אויף גלען וויילד ראוד, דערמאן איך זיך פון יענע געשמאקע זומער. אונז זעמיר געווען שנה ראשונה. ווען איך דערמאן זיך צוריק, דאנק איך דעם אייבערשטן אז ס'איז דא א ברסלב'ע חדר וואו מ'לערנט אויס פון קינדווייז אויס אז "מיין ווייב קומט מיר גארנישט" "אלעס וואס איך האב אין לעבן איז א מתנה פון באשעפער" "מכיר טוב זיין פאר די ווייב אויף יעדע קליינע זאך וואס זי טוט פאר מיר" "ברוך השם איינער קאכט פאר מיר, איינער רוימט מיין הויז, איינער וואשט מיינע וועש" און אזוי ווייטער.
 
איך אלץ א כולל אינגערמאן האב גענומען א שטיקל זייטיגע ארבעט צו העלפן מיט קינדער פון די פלאץ במשך די זומער וואכן.
 
גראדע האב איך געהאט דארט א שרעקעדיגע עקספיריענס, צוזאמען מיט די קינדער וואס זענען געווען אונטער מיין אויפזיכט. די קאשמארנדע מאמענטן גייען נישט ארויס פון מיין קעפעלע. און איך דארף טאקע דאנקען דעם אייבערשטן אז איך האב עס דורכגעמאכט בשלום.
 
איין טאג האב איך גענומען די קינדער אויף א הייק אין וואלד, די חברים האבן געזאגט אז יענע וואלד איז א קליינע פלאץ און ס'האט א אויסגעטראטענע וועג.
 
אבער למעשה האב איך פלוצלונג געזען אז איך בין אינמיטן וואלד און איך זע נישט קיין וועג ארויס!
 
א שוידער איז מיר אדורך די ביינער!!!!
 
איך שטיי דא מיט קינדער אליין אין וואלד!
 
וואס טוט מען?!
 
דער הייליגער באשעפער האט רחמנות געהאט אויף מיר און דריי זאכן זענען ארויף אויף מיין געדאנק:
 
איינס, איך קען נישט בשום אופן דערלאזן אז די קינדער זאלן זען דאס מינדעסטע שרעק אויף מיר! איך מוז שפילן א זיסן שפיל! אלעס איז אין בעסטן ארדענונג!!!
 
צוויי, איך מוז טון די עצה וואס מ'זאגט אלץ אין ברסלב "רעד צום באשעפער". ברסלב איז דעמאלטס געווען גאנץ ניי פאר מיר, ס'איז געווען א נאוועלטי, יעצט מאך עס אויס נאוועלטי און בעט זיך ברחמים אז דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן, ווייל דער מצב איז נ-י-ש-ט גוט!
 
די דריטע זאך וואס איז דעמאלטס אריין אין מיין מח איז זייער אינטערעסאנט, מ'זעט אפן אז דער אייבערשטער גרייט אלץ אן די רפואה פאר די מכה. ווייל כ'האב אמאל געהערט אז ווען א מענטש איז פארלוירן אין וואלד מוז ער וויסן איין זאך, און אויב ער וועט דאס טון וועט עס אים ראטעווען און אויב נישט וועט ער מעגליך אפשר פארפאלן ווערן חס ושלום. וואס איז די זאך? די זאך איז אז ער מוז גיין גראד! נאר גראד! דאס וועט אים ראטעווען! אויב וועט ער זוכן זיין וועג ארויס דורך זיך "דרייען" דא און דארט איז ער פארטיג.
 
עס איז ממש פלאי פלאים אז איך האב עס געהערט אלס קינד, און ס'איז מיר יעצט אריין אין קאפ. און דאס האט מיר ברוך השם געראטעוועט אין צייט פון נויט.
 
אבער געוואלד, ווי אזוי גייט מען גראד? ס'איז דאך נישט דא א וועג! ווי אזוי ווייסט מען די "גראדע" וועג?
 
האב איך געהערט דעמאלטס אלץ קינד אז די איינציגע וועג איז צו קוקן אויף די זון, אדער ביינאכט אויף די לבנה, און דאס איז די וועג ווייזער צו האלטן דעם מענטש צו א גראדע ליניע.
 
האב איך אנגעהויבן צו טון די עצה און געגאנגען גראד. נאך א שטיק וועג זעמיר אנגעקומען צו א פלאץ וואו די ערד איז געווען זייער שיף אויף ארויף, כמעט ווי א גראדע וואנט, מ'האט געדארפט ארויף קלעטערן א גוטע פיר פינעף פיס, כ'האב געציטערט אז די קינדער וועלן עס נישט מאכן, און מ'וועט מוזן אביסל בייגן די וועג און שפעטער גיין ווייטער נאכאמאל אין א גראדע וועג, אבער דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט, כ'האב געבעטן "הייליגער באשעפער, איך בעט דיך נעם מיך ארויס פון דא בשלום", און ס'איז געשען א נס אז אלע קינדער האבן עס דורכגעמאכט.
 
אזוי ווי מ'קום מיר ארויף אויבן, מ'הייבט אן צו גיין אביסל ווייטער מיט די גראדע ליניע, נעמענדיג די זון אלץ וועגווייזער, זע מיר דאס אומגלויבליכע! א הויז! מ'מאכט פארשריט!
 
אבער גלייך קומט ארויס א מענטש און הייבט אן צו שרייען! וואס טוט עטץ דא! פרייוועט פראפערטי! איך בין געווארן דערציטערט וואס זיי קענען דא טון צו מיר!
 
אזוי ווי איך טראכט וואס צו זאגן, געב איך א קוק, און איך זע אויף די אנדערע זייט א ראוד מיט קאר'ן!!! צו מיין שמחה איז נישט געווען קיין גבול!!! איך האב זיי עפעס געמורמלט אז איך דארף זיין דארט אויפ'ן ראוד, און זיי האבן מיך געלאזט אוועק גיין ברוך השם.
 
אזוי גייענדיג אויפ'ן ראוד פארט דורך א קאר פון איינע פון די אינגעלייט און זאגט מיר, געוואלד! מ'זארגט זיך פאר ענק! וואס איז די מעשה?!
 
מ'האט געברענגט נאך צווי דריי קאר'ן און אונז צוריק געפירט.
 
די מאמעס זענען דארט געשטאנען מיט צאפלדיגע הערצער און נישט געקענט פארשטיין וואס אזוינס איז דא פארגעקומען, ס'איז געווען פיינע פרישע קרעפטיגע שמאלציגע בזיונות.......
 
צוריק צו מיין משניות סיום......
 
(ס'איז דא גאנץ פיינע אנעקדאטן פון יענע זומער, אבער איך וויל נישט פארקריכן)
 
צווישן די זאכן וואס איך האב מיטגעברענגט איז געווען א ליקוטי תפלות, מיט א ליקוט ספר אויף די נסיעה קיין אומאן אויף ראש השנה. כ'האב געהאט א טעיפ רעקארדער און איינע פון די טעיפס איז געווען פון שיינע ברסלב'ע ניגונים, כ'האב געהערט יענע טעיפ אפשר א מיליאן מאל....... כ'האב דעמאלטס ליב געהאט יעדע זאך וואס האט עפעס א שייכות מיט ברסלב (היינט האב איך ליב די זאגן משניות פון ברסלב, און די רעדן צום אייבערשטן פון ברסלב, די ניגונים גייט מיך נישט אן, יא יא, ניין ניין, )
 
כ'האב אויך געהאט דארט די באקאנטע קליינע בלויע משניות פון הוצאת אשכול, דריי בענדער.
 
פון וואו האב איך געהאט די משניות?
 
וואס הייסט פון וואו? פון דאראג'ער רב!
 
ס'איז געווען דעמאלטס א באקאנטע זאך איבעראל אז ס'איז דא א חשוב'ער רב וואס טיילט א סעט משניות לכל מאן דבעי! חנם אין כסף! זיין נאמען איז געווען הרב הגאון ר' צבי ציטראן ז"ל, דאראג'ער רב, א גאר גרויסער באקאנטער תלמיד חכם, יעדער האט געקענט באקומען א משניות אומזיסט!
 
איך בין געווען ביי אים, ער האט מיך אויפגענומען אויסנאם שיין, געשמועסט אפאר מינוט מיט מיר, און איך בין ארויס מיט א סעט משניות אשכול!
 
אונזער טייערע חבר מנשה איצקאוויטש נ"י, זע איך אלעמאל אויך מיט די קליינע בלויע אשכול משניות. איך וואלט געווען נייגעריג צו הערן צו מנשה האט עס אויך פון דאראג'ער רב.
 
איך האב מיך נישט געקענט שיידן פון די משניות, למען האמת מוז איך דא זאגן אז איך האב נישט געזאגט אסאך משניות יעדן טאג, אבער כ'האב פרובירט צו גיין ווייטער און ווייטער די מערסטע ווואס איך קען.
 
פאר'ן ענדע זומער האבן מיר אפגעמאכט, איך און מיין ווייב, אז מ'גייט גיין אביסל "שפאצירן מיט די קאר".... און טאקע לארכה ולרחבה פון די גלילות ד'ניו יארק רבתי דיתבי על כיף נהרא ד'האדסאן. מיר האבן געמאכט צוויי טריפ'ס, איין טריפ קיין פענסילוועניע, ארויסגעפארן מוצאי שבת און צוריק געקומען מאנטאג (מיר האבן געוואלט צוריק קומען זונטאג שפעט ביינאכט, אז מ'זאל קענען זיין מאנטאג צופרי אין דעי קעמפ, אבער ס'האט אזאנס גערעגנט אז מיר זענען געווען געצווינגען צו סטאפן אונטערוועגנס אין א האטעל, זעמיר צוריק געקומען מאנטאג, איך געדענק דעם זעלטענעם שלאקסרעגן ביז יעצט)
 
אונז זעמיר געפארן דארט אין פענסילוועניע אויף די הויכע טרעין, דארט וואו מ'קוקט אראפ און מ'זעט די ריזיגע פאבריק.
 
די צווייטע טריפ איז געווען קיין ניאגארא פאללס.
 
דארט אין נייאגארא פאללס, איז דאך דא די באקאנטע שיף וואס רופט זיך "דהי מעיד אוו די מיסט".
 
די חלומות טרייבער פארציילן עפעס א באבע מעשה פון איינער וואס איז געווארן געראטעוועט פון די טיפע וואסערן דארט אויפ'ן ארט, און אויף דעם ארויף האט מען קורא שם געווען די שיף "די מעיד אוו די מיסט" על שם ה'באבע מעשה שלא קרה ולא שנה.
 
פרעגטס מיך נישט אויב די באבע מעשה איז קראנט ווייל איך בין נישט געווען ביי די מעמד קריאת השם.
 
שטיי מיר אזוי אין די ליין צו גיין אויפ'ן שיף וואס דערנענטערט זיך אזוי נאנט צום וואסער פאל אז די גאנצע לופט ארום די שיף פאר עטליכע מייל איז פאר"מיסט"עוועט ("מיסט" אויף ענגליש...... דאס מיינט א קאלטע פארע..... אזוי ווי עס דריזלט נאך א רעגן, די לופט איז נאס און קאלט)
 
אויף דעם ארויף רופן זיי עס די מעיד אוו די מיסט, על שם ה"מיסט".
 
אלע אויפן שיף גייען מיט א פלעסטיק רעגן קויט, ווייל אז נישט טרעפט מען זיך דורכגעווייקט נאס פון די אומבאשרייבבארע פארע וואס די מעכטיגע וואסערפאל געט ארויס.
 
דאס איז נישט קיין וואסערפאל וואס  מ'זעט דא ביין'אונז אין מאנטיסעלא והגלילות...... מ'רעדט דא פון די סאמע גרעסטע וואסער פאל פון גאנץ נארט אמעריקע!
 
דו קענסט דיך פארשטעלן ווי ס'פלאטשקעט אראפ פון צוואנציג שטאק הויך א גאנצע מקוה!!! יא! גאנצע טויזנט קיוביק פיס וואסער!
 
די אוממענטשליכע כח פון די נייעגרע פאללס שליידער'וועט אראפ גאנצע צוויי טויזנט מקוואות יעדע סקונדע!!! יא! סקקקקקונדע!
 
אזוי איז עס גאר קיין וואונדער נישט אויף די שטענדיגע נאסע לופט וואס איז פארשפרייט אויפ'ן גאנצן ארום. אזוי שטיי מיר אין די ליין מיט די רעגן קויט און איך נעם ארויס פון מיין בעק טאש מיין באליבטע משניות. איך זאג נאך אביסל און נאך אביסל, מ'זעמיר שוין אויפ'ן שיף,  איך האלט שוין ביים סוף!!! נאך איין פרק!! נאך איין פרק און איך גיי דעם ערשטן מאל אין מיין לעבן ענדיגן ששה סדרי משנה!!!!!
 
וואס זאל איך זאגן! נישטא קיין ווערטער צו באשרייבן וואס איך האב דעמאלטס געפילט!!!
 
אבער איין זאך קען איך ענק זאגן! אויב דער ראש ישיבה זאגט אז א פרוי וואס זעט אז דער מאן לערנט קוקט זי ארויף אויף אים און ער ווערט חשוב און טייער אין אירע אויגן זאלט איר אים גלייבן!!!!
 
און אז דער ראש ישיבה זאגט אז ווען א קינד זעט דעם טאטע'ן לערנען, וועט ער אויך לערנען זאלט איר אים גלייבן!!
 
און אז דער ראש ישיבה זאגט אז ווער ס'זאגט משניות האט נישט קיין צייט זיך צו קריגן מיט זיין ווייב, זאלט איר אים גלייבן!