עס זענען דא זאכן וואס מען ניצט נישט, איך וועל דיר געבן א דוגמא, שבת איז דא זאכן וואס מען טאר נישט אנרירן. 
נ.ב. איך ווייס נישט צו די האסט באמערקט, איך ניץ דירעקט נישט די ווארט 'מוקצה' ווייל איינמאל א מענטש הערט א לשון פון הלכה, איינמאל ער זעט אין אן ארטיקל א לשון הקודש ווארט, געבט ער א מיש אוועק, אקעי נעקסט… איך וויל מיך יעצט אויסלופטערן… איך וועל לערנען אין בית מדרש… דריי מיך נישט אריין אין א שיעור, ברענג מיר נישט קיין גמרות מיט קיין הלכות.
התנצלות: הגם בעצם דארף מען נישט טראכטן אזוי, ווייל אז איך האב דער פעדער אין האנט, דארף איך שרייבן ווי אזוי איך האלט אז עס איז ריכטיג צו שרייבן, און ווער עס וויל נישט ליינען איז עס זיין פארלוסט, אבער די זאך וואס מיר גייען בעזרת השם דא אויסקלארן איז צו א וויכטיגע זאך אז מען זאל עס פארפאסן און נישט ליינען.
 
נחזור לענינינו. איינע פון די מוקצות פון שבת איז "מוקצה מחמת חסרון כיס" זאכן וואס זענען זייער טייער, עס ווערט ספעציעל אפגעהיטן, די טייערקייט דערפון מאכט עס ס'זאל זיין אפגעשיידט אז מען זאל עס נישט טארן אנרירן אום שבת, למשל א מוהל מעסער, עס זענען דא וואס זאגן אז א פאספארט איז מוקצה מחמת חסרון כיס, יעדע זאך וואס ווערט אוועקגעלייגט מיט א חשיבות אויף א באשטימטע פלאץ טאר מען שבת נישט רירן.
 
***
 
עס זענען דא זאכן וואס מען געבט זייער אכטונג דערויף, און מען דארף טאקע זייער אכטונג געבן, "דאס קען מען נישט ארויסנעמען יעצט, דאס האט צו א שטארקע חשיבות", לדוגמה פרייטאג צונאכט'ס אינמיטן די סעודה, מען ברענגט אריין א טייערן מאסקעט א גוטער וויין, אבער די וויין עפענער איז נישט צום געפינען, אלע ברעכן זיך קאפ ווי אזוי גייט מען עפענען דאס באטל, שוין געווען ביים שכן, שוין פראבירט אלעס, אבער דער וויין איז פארשפארט. פלוצלינג לויפט אריין דער קליינער מיט איין שמחה: "טאטי! איך האב געטראפן א מעסער אפשר מיט דעם קען מען עס עפענען!" עס ווערט דיר שווארץ און גרין פאר די אויגן, ער האט געלייגט א האנט אויף די מעסער וואס דו האלטסט אינמיטן שארפן, זיך לערנענדיג ווי אזוי צו שטעלן א חלף - א שוחט מעסער, די נשמה פליט דיר כמעט ארויס, אבער ער שרייט מיט איין שמחה: "טאטי מיט דעם קען מען עפענען די באטל".
דא איז שוין נישט נאר דער פראבלעם אז עס איז מוקצה, נאר א דיני נפשות שאלה, נישט קוקנדיג יעצט אויפן פאקט אז דו געבסט אכטונג אויף דעם מעסער מיט זיבן אויגן אז עס זאל נישט באקומען קיין קראץ, אבער וואס איז שוידערליכער פון שוידערליך איז דאס אז דיין זון האלט דעם שארפן מעסער אין די הענט. דיינע מחשבות הייבן אן לויפן מיט א אומהויפערליכע שנעלקייט טראכטנדיג "אמת, איך וויל זייער שטארק טרינקען דעם וויין, דער עונג שבת וואס דאס גייט מיר פארשאפן איז עפעס גאר ספעציעל, נישט אומזיסט האב איך איבערגעלאזט ביים וויין סוחר געציילטע הונדערטער באנקנאטן אז ער זאל מיך ערלויבן ארויסצושפאצירן מיט דעם טייערן וויין, אבער דאס לעבן פון מיין קינד איז מיר וויכטיגער, און איך אליין וואלט אויך נישט געניצט דעם מעסער צו עפענען דערמיט דאס וויין באטל ווען איך טראכט וואספארא כוחות איך האב אריינגעלייגט אין דעם אז עס זאל זיין חד וחלק, נישט האבן קיין פגימה עס זאל זיין כשר צו שחט'ן דערמיט".
מיט איין אטעם קומט ארויס דער געשריי פון דיין מויל "געב אכטונג! איך בעט דיך געב אכטונג! איך בעט דיך זייער געב אכטונג! עס זענען דא זאכן וואס מען טאר נישט ניצן בשום פנים ואופן, ווי וויכטיג מיר דארפן דעם חפץ, אבער נישט יעדע טול קען מען ניצן אלעמאל". 
 
***
 
איך האב געכאפט א היטש מיט איינעם, ווען אין קאר ארבעט א טעיפ, א סידי, ,MP3 וואטעווע"ר, איך קען נישט נאכיאגן די נעמען פון אלע נייע כלים… בקיצור איינע פון די כלים וואס געבן ארויס מענטשליכע שטומע'ס…, הער איך א בעל דרשן, ווי ער רעדט מיט אזא זאפט, ממש א מחיה, עס איז א שיעור אין הלכות לשון הרע, ער צולייגט אזוי שיין די הארבקייט פון רעדן לשון הרע, איך באלעק מיך די פינגער, יעדע ווארט איז ממש פערל, די מעשיות, די משלים, אוי זאגט ער גוט, איך פיל ווי ער האט גע'פועל'ט, איך נעם מיך פאר, וואס דארף איך רעדן פון א צווייטן, ער איז דאך נישט מער ווי גערעכט, עס איז דאך טאקע געפערליך צו רעדן לשון הרע.
ער שפינט ווייטער זיין דרשה איבער די הארבקייט פון רעדן לשון הרע, און פלוצלינג ווערט מיר שלעכט, ער ציטירט ווערטער פון הייליגן זוהר: "ווער עס רעדט לשון הרע ווערן די טויערן פון הימל פארמאכט פאר אים, זיינע תפילות ווערן נישט אויסגעהערט פאר פערציג טעג. איינער וואס רעדט לשון הרע איז מנודה, ער ווערט פארווארפן". דא האב איך שוין נישט געקענט הערן מער, גענוג! איך טראכט צו מיר רבונו של עולם, אלע הערן דאך אים אויס, ער איז דאך 'דער' בעל דרשן… מיטן ה"א הידוע.
 
די געשעעניש האט מיר געעפענט קעמערליך אין מיין מוח, פארשטויבטע מימרות וואס איך האב אלס געהערט און געזען במשך מיין לעבן, זענען מיר פלוצלינג ארויפגעקומען, דא א ווארט פון א מגיד שיעור, דא א מימרא וואס הענגט אויפ'ן וואנט אין בית המדרש, דא א מוסר פארציע פון א מלמד. עס איז מיר ארויפגעשווימען זכרונות, און איך טראכט צו מיר נישט אומזיסט האט מיר דער אייבערשטער צוגעפירט איך זאל הערן, איך זאל מיך דערמאנען אביסל די שפראך, עס איז מיר געווען א גוטער וועי"ק א"פ קא"ל, איך טראכט צו מיר, רבונו דעלמא כולה, דאס הערן דיינע קינדער? מיט דעם פיטערט מען אונז? נעבעך וויפיל אידישע קינדער האבן אפגעהאקט זייערע קאנטאקט מיטן אייבערשטן וועגן אזעלכע דרשות, וואס זיי האבן געהערט פון מגידים, רבי'ס, רבנים, ראשי ישיבות, מגידי שיעור, מנהלים, מנהלות, לערערינ'ס. בפרט ביי די פרויען די בעלי דרשניות כאפן זיך צו צו אזעלכע שטיקלעך ווי צו געבראטענס… (איך רעד נישט פון דעם וואס רוב מאל ביי די רעדנערינס איז דער איינציגער מקור ווי עס ווערט געברענגט דעם מאמר אז אויב מען טוט דאס און דאס איז מען שוין א פארשניטענער אויף אייביג, וועט מען שוין נישט זען דעם אייבערשטן, איז נישט מער ווי אירע צעטלעך וואס זי האט זיך פארגעשריבן פאר'ן געבן איר אויפטראג… זי איז גאר דער מקור ראשון…) אבער אפילו די הייליגע מאמרי חז"ל וואס יעדעס ווארט איז ביי אונז הייליג און טייער, דארף מען אויך אכטונג געבן וואס מען ניצט, און ווען מען ניצט, ציטירן ווערטער פון זוהר פון חז"ל אז 'די טוסט די עבירה האסטו שוין נישט קיין תקנה', 'אויף דעם קען מען נישט תשובה טון', 'ווי לאנג די האסט נישט תשובה געטון, גייט דיין תורה פאר די סטרא אחרא', די אלע מאמרים זענען אונז ליידער גוט באקאנט, און מיר ווייסן ווי עס האט אונז געטראגן, נענטער צום אייבערשטן? אדער נאר דערווייטערט פון אייבערשטן??
 
נישט יעדע טול קען מען ניצן אלעמאל, איך פארשטיי די ווילסט עפענען דיין טייערע וויין באטל, האסט אראפגעלייגט דערפאר עטליכע פון די בלויע באנקנאטן, דיין גאנצע עונג שבת קען צושטערט ווערן, אבער דאס מאכט נאכנישט אז די זאלסט פארלירן דיין דעת און ניצן נישט עפעס אנדערש פון א חלף… צו עפענען דעם באטל. 
אז איר ווילט ארויסברענגען די הארבקייט פון אן עבירה, האב איך פאר אייך נייעס, די עבירה פון וואס איר רעדט איז נאך אסאך ערגער ווי איר מיינט, עס איז נישט דא נאך אזא שאדן פאר די וועלט ווי ווען א אידיש קינד טוט עפעס וואס איז קעגן דעם ווילן פון אייבערשטן, עס איז פיל פיל ארגער ווי איר - טייערער בעל דרשן - מיינט.
 
אבער איר קענט נישט ניצן 'מכל הבא בידך' כדי דאס צוריקצוהאלטן, עס זענען דא זאכן וואס מען שפילט זיך נישט דערמיט, אז דו זאגסט פאר א קינד אז די טוסט די עבירה האקסטו אפ מיט'ן אייבערשטן, און אז די טוסט דאס קענסטו שוין נישט תשובה טון, אז דו ווארפסט פאר א איד מיט די ווערטער פון די משנה 'אחטא ואשוב אין מספיקין בידו לעשות תשובה', אז דו זאגסט א שיעור אין הלכות שעטנז און די פלעכסט אריין דאס וואס עס ווערט געברענגט פון טייל אחרונים 'אז איינער וואס גייט מיט שעטנז ווערן זיינע תפילות נישט אנגענומען פאר פערציג טעג', יעדער בעל דרשן מיט זיינע געצייג (טו"ל'ס בלע"ז) מיט וואס ער וויל עפענען א אידיש הארץ נענטער צו ברענגען צום אייבערשטן, איר דארפט אבער וויסן, נישט יעדע טול קען מען ניצן אלעמאל.
 
א מוהל מעסער ניצט מען טאקע יעדן טאג, כלל ישראל פארמערט זיך טעגליך כ"י, עס קומען ברוך השם פאר יעדן טאג הונדערטער ברית'ן פאר פריש געבוירענע אידישע יונגלעך איבער דער גארער וועלט, א שוחט מעסער ניצט מען פיר און צוואנציג שעה רינגס ארום דעם זייגער כדי צו צושטעלן כשר פלייש פאר כלל ישראל, אבער ווער ניצט עס…? ווען ניצט ער עס…? ווי אזוי ניצט ער עס…? ווי לאנג האט דער שוחט/מוהל געארבעט אויף דעם אז ער זאל וויסן ווי אזוי דאס צו ניצן…?
איר זענט גערעכט, א מאמר חז"ל בלייבט מאמר חז"ל, א ווארט פון הייליגן זוהר איז חי וקיים, מיר גלייבן אז 'זאת התורה לא תהא מוחלפת' יעדעס ווארט וואס די הייליגע חכמינו הקדושים זאגן איז אמת און וואר א מיליאן פראצענט, אבער אפשר האט די מימרא פארשריפטן?? ווער האט דיר געגעבן רשות זיך צו באניצן מיט דעם ווען דו ווילסט, ביסט דאך פונקט ווי דער קינד וואס קומט צו לויפן מיט איין שמחה ווען ער זעט זיין טאטן זיך מיטשענען צו עפענען וויין באטל, ער האט א לעזונג… א חלף…
 
אז דו רעדסט צו אידישע קינדער, דארפסטו טראכן "קען איך יעצט דא ניצן דעם מאמר חז"ל, ווער ווייסט צו דאס איז נישט א מעסער וואס קען צושניידן - בעסער געזאגט וואס האט שוין צושניטן - אזוי פיל בחורים, אזוי פיל מיידלעך, אזוי פיל אינגעלייט אזויפיל ווייבלעך, און זיי אפגעריסן פון זייער שורש".
און איך וועל דיר זאגן נאך מער… אזויפיל קליינע קינדער, קליינע אינגלעך קליינע מיידלעך, וויפיל קינדער שטייען יעצט, ווי מען זאגט… ע"ז וו"י ספי"ק און האבן שוין אפגעמאכט שטילערהייט אין זייער יונג קעפעלע, עה! דאס גאנצע אידישקייט איז נישט פאר מיר, וועגן א מאמר חז"ל וואס אן אומערפארענער מלמד האט אין זיי אריינגעלייגט רח"ל, אודאי גייען זיי מיט די שיין געקרייזלטע פייקעלעך, און די מיידלעך מיט די ערליכע לבוש, אודאי זעסטו פון אינדרויסן גארנישט קיין חילוק, אבער טיף אין הארץ האבן זיי שוין באקומען דעם מעסידזש "איך דאווען נישט", "איך בין שוין סיי ווי אין חרם", "איך בין שוין סייווי פארשניטן פונעם אייבערשטן", "דער אייבערשטער עקלט זיך שוין סיי ווי פון מיר", "סיי ווי פערציג טעג דארף איך שוין נישט דאווענען, ווייל איך בין געגאנגען… ווייל איך האב געטון… ווייל איך האב גערעדט… ווייל איך האב געקוקט…"
אינרויסן זעט מען גארנישט, זיי ווארטן זיי זאלן גענוג גרויס ווערן, אז זיי זאלן זיין קוואליפייד צו ווארפן דעם אייבערשטן, די תורה, און אלע ערליכע אידן איבערן דראנג רח"ל, וועגן מוסר שמועסן, דרשות, און שיעורים וואס האט זיי געזאלט אפהאלטן פון ארויסקוקן פון שמונה עשרה, זיי אפהאלטן פון רעדן לשון הרע, אבער מען האט געניצט דעם נישט ריכטיגן געצייג און זיי מיט דעם צושניטן.
'על זה דוה לבינו על אלה חשכו עינינו' אוי! וויי געוואלד! טאטע זיסער, איך וויין, ווי גרינג איז צוצוקלעבן א אידיש קינד צו דיר, און וויי געוואלד… ווי גרינג איז אפצוהאקן א אידיש קינד פון דיר.
 
שומו שמים איר זענט אויפ'ן קאפ געפאלן? ווי מעגט איר רעדן פאר אידישע קינדער? נישט קיין חילוק צו איר רעדט פאר פיר יעריגע קינדער צו איר רעדט פאר זיבעציג יעריגע, צו איר רעדט פאר די נשים צו איר רעדט צו די אנשים.
וויפיל קינדער האבן נעבעך אפגעלאזט די גמרא, וויפיל אינגעלייט האבן נעבעך אפגעלאזט אידישקייט, וויפיל מיידלעך האבן נעבעך אוועקגעווארפן אלעס, וויפיל ווייבלעך האבן איבערגעלאזט דעם זיסן אידישן וועג, נאר צוליב אזעלכע מימרות, וואס זיי האבן געהערט פון זייערע מגידים ומגידות.
געדענק דעם מאמר החכם: 'זאכן וואס זענען שעדליך, געהערן צו ליגן פארשפארט אין לעדלעך'.
בהשגחה פרטיות זאגט מיר מיין אידענע אז זי איז נעכטן געווען ביי א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס מען האט אויפגעשפילט פאר די פרויען, זאגט דער ראש ישיבה מורא'דיגע ווערטער: "אוי הלוואי זאל מען אין די גאנצע וועלט הערן די ווערטער, אוי! הלוואי זאל מען איבערטייטשן די ווערטער אויף זיבעציג שפראכן, געבן דעם טראפ שכל פאר מענטשן וואס טרעטן אויף און רעדן פאר אידישע קינדער", זאגט דער ראש ישיבה שליט"א בתוך הדברים ביים שיעור: "איך זאג ענק וואס עס איז גוט צו טון, און איך וועל זאגן נאכאמאל און נאכאמאל, איך וועל ארויסברענגען אויף אלע וועגן אז איר זאלט כאפן אז די תורה, די מצות, צניעות, ערליכקייט, אייבערשטער, גוטע חינוך, שלום בית, די אלע זאכן זענען זיס, די אלע זאכן זענען גוט, אבער אז איינער פאלגט נאך נישט, ווערט ער נישט אויס תלמיד, אז איינער טוט נאכנישט וואס מען לערנט דא ווערט זי נאכנישט וועגן דעם אויס תלמידה!" אוי! וואס שכל עס ליגט אין די ווערטער.
איך וועל קיינמאל נישט ניצן קיין גאן כדי דיך צו מאכן טון וואס איך הייס דיר, איך וועל קיינמאל נישט ניצן דעם טור"ם 'דו ביסט פארפאלן' 'דו ביסט אויס תלמיד' 'דו ביסט אפגעהאקט פון דיין לעבן' די האסט איבערגעהאקט דיין קאנעקשין צום אייבערשטן' זאל זיין וואס עס זאל זיין…!
און פאר אונז - פשוטע מענשט'עלעך - איז דאס א מעסידזש וואס מיר דארפן גוט גוט דערהערן, עס איז נישט דא קיין שום זאך אין די וועלט וואס קען דיך אפסטעמלפן: 'איך בין פארפאלן', 'איך קען שוין נישט רעדן צום אייבערשטן', 'איך קען מיך נישט צוריקקערן', 'מיינע תפילות זענען נישט חשוב', נישט דא אזא זאך אין די וועלט, איי די הייליגע חכמים זאגן דאך וכו'? איי דער הייליגע זוהר זאגט דאך וכו'? וואס פארשטייען מיר פראסטע נידריגע מענטשן, ווי קענען מיר ניצן זאכן וואס מיר ווייסן נישט וואס, ווען, ווי, צו ניצן, אזעלכע הייקעלע זאכן ווי דאס סאמע העכסטע זאך, זיך שפילן מיטן קשר צווישן א איד מיט'ן איינציגער לעבעדיגער באשעפער, אונזער רחמנות'דיגער טאטע, מיט דעם קען מען נישט ארומשפילן.
צום שלוס! לאמיר יעצט אלע אינאיינעם פראטעסטירן קעגן דעם סמ"ך מ"ם וואס וויל - פאר יעדן פרייז אין די וועלט - אונז אפרייסן פונעם אייבערשטן, אידן זענען גוט אידן זענען וואויל, און די אלע מגידים זענען אויך גוט און וואויל, זיי מיינען חס ושלום נישט קיין שלעכטס, עס איז פשוט דער סמ"ך מ"ם שטייט דערינטער, איז לאמיר פראטעסטירן לאמיר צוזאמען עפענען די מויל מיט א קליינע ווארט צום אייבערשטן (נישט קיין תפילה… נישט קיין התבודדות…) פשוט א ווארט, אזוי ווי א קינד רעדט צו זיין מאמע (טראכט: אייבערשטער): "מאמי איך האב דיך אזוי שטארק ליב, מאמי קיינער קען מיך נישט פארשטיין נאר דו, מאמי העלף מיר, געב מיר עסן ווייל איך בין אזא רחמנות, מאמי וויש מיך אפ, מאמי באד מיך אפ, מאמי אויב נישט דו ווער דען וועט זיך אומקוקן אויף מיר? ווער דען וועט מיך אפוואשן?" דאס וויינט א פיצל בעבי צו זיין מאמע, און די זעלבע ווערטער זאגן מיר פארן אייבערשטן "באשעפער, זיי נישט ברוגז אז איך פארשמיר מיך נאכאמאל און נאכאמאל, ווער דען - אויב נישט דו - קען מיך אפוואשן, ווער דען - אויב נישט דו - קען מיך אפווישן, און פונקט פארקערט ווי איך טראכט, אז יעצט איז נישט די צייט צו רעדן צום אייבערשטן, ניין טאקע יעצט ווען איך בין אזוי אין דער ערד, איך בין מנודה לשמים, און בין פאר'פיינט'עט ביי אלע צדיקים, אלע ספרים זענען קעגן מיר, (אזוי זאגט מיר מיין נערישע שכל) אפילו צו דיר - זאגט יעדער - אז איך קען נישט רעדן מער, מיינע תפילות ווערן נישט אנגענומען, נו! אין אזא מצב בין איך דאך הערשט, און דאס מערסטע אנגעוויזן אויף דיר טאטע זיסער, טאקע יעצט ווען איך בין אין אזא טיפן אפגרינד ווען עס איז מיר ביטערער פון ביטער ווער דען קען מיך פארנעמען, ווער קען מיך דערהייבן, ווער דען קען מיך פארשטיין, ווער דען קען מיך אפוואשן, ווער קען מיך אויסהערן, אויב נישט דו טאטע".
אוי וואס פארא רעש דאס מאכט אין הימל, אוי ווי עס שפאלט הימלען, אוי ווי דאס ברענגט ישועות פאר אידישע קינדער, ווען דער צוהאקטער צובראכענער פאר'פיינט'ער מנודה'דיגער זאגט די פאר ווערטער פארן אייבערשטן: "אייבערשטער, איך בין אויף אזעלכע צרות, עס איז נישט דא קיין גלייכן צו מיר, העלף מיר!"
 
'האומר אחטא ואשוב, אין מספיקין'... זענען מיר נישט מסופק אז 'בידו לעשות תשובה' (בעל שם הקדוש).