מיט יעדע פרישע חתונה וואס קומט פאר אין שול, ווערן די חתונות נאך מער שטילער און באשיידענער. ביי יעדע פרישע חתונה קומען אויף פרישע געדאנקען ווי אזוי צו מאכן די חתונה נאך מער היימיש און אידיש, ווי אזוי אויסצוגעבן נאך ווייניגער געלט פאר אומנויטיגע צוועקן, און די חתונות ווערן מער פרייליך און מער פשוט און איינפאך.
צו די זעלבע צייט, מאכן אבער די חתונות גאר הויכע קולות. פאר די פילע מחותנים וואס ברעכן אונטער די לאסט פון די אומגעהויערע גרויסע הוצאות החתונה, וואס איז פאר כמעט יעדן אוממעגליך צו באצאלן אן חובות; פאר די מחותנים הערט זיך די נייעס איבער די אומזיסטע חתונות אין זייערע אויערן ווי קולות וברקים אויף די העכסטע טענער. די אומזיסטע חתונות מאנען און פאדערן, זיי ווייזן אויף שווארץ אויף ווייס אז ס'איז מעגליך חתונה צו מאכן די קינדער מיט אן אמת'ע רואיגקייט און שלוות הנפש, נישט ווי ס'איז שוין איינגעגעסן געווארן ביי מענטשן אז א חתונה מוז קראנק מאכן די עלטערן פון ביידע זייטן רחמנא ליצלן.
חז"ל דערציילן (מסכת עירובין דף נג ע"ב) אז רבי יהושע בן חנניה האט געזאגט אז "קיינער האט מיר נאכנישט אזוי איבערגעקלוגט אין לעבן ווי עפעס א קליין יונגל". די מעשה איז געווען, ווען ער איז געגאנגען אויפן וועגן און ער האט געדארפט אנקומען אין א געוויסע שטאט, האט ער געטראפן א אינגל און אים געפרעגט דעם וועג, האט דער אינגל געענטפערט: "פון די זייט איז דא א קורצע און לאנגע וועג, פון די אנדערע זייט איז דא א לאנגע און קורצע וועג"... רבי יהושע בן חנניה איז געגאנגען צו די קורצע און לאנגע וועג, ער איז טאקע אנגעקומען שנעל צו די שטאט, עס איז אבער געווען דארט אזויפיל פעלדער און וועלדער אז עס איז געווען זייער שווער אריינצוגיין אין שטאט פון דארט, איז ער צוריקגעגאנגען צום אינגל און אים פארגעהאלטן "האסט דאך געזאגט אז דארט איז א קורצע וועג!", דער אינגל האט זיך אבער פארענטפערט "איך האב דאך אויך צוגעלייגט אז עס איז א לאנגע וועג..." האט אים רבי יהושע געקושט אויפ'ן שטערן און געזאגט: "וואויל איז פאר די אידישע קינדער, וואס פונעם גרעסטען ביז'ן קלענסטן זענען זיי זייער קלוג".
לכאורה, וואס איז די געוואלדיגע חכמה דא פון דעם אינגל, פון וואס רבי יהושע בן חנניה איז אזוי איבערגענומען געווארן? אבער ווען מען קוקט זיך צו ווי אזוי די חתונות און שמחות גייען צו ביי אונז, זעט מען אז מען דארף זיין גאר גאר קלוג צו קענען פארשטיין דאס וואס דער קליינער אינגל האט פארשטאנען. ליידער זענען דא ערוואקסענע באזעסענע מענטשן וועלכע פארשטייען נישט אז דאס זיך אנבארגן מיט געלט פאר א שמחה איז טאקע א קורצע געשמאקע וועג, עס וועט טאקע זיין אויף די מינוט אן אזוי גערופענע "שיינע" שמחה, אבער נאכדעם ווערט דער וועג גאר שווער און לאנג, ווען עס קומט צו באצאלן איז עס בכלל נישט אזוי געשמאק, מען דארף ארומלויפן פון בערל צו שמערל, פון געצל ביז מעכל, בארגן פון איינעם און באצאלן פאר'ן צווייטן. און אויב בלייבט מען שולדיג געלט פאר מענטשן דארף מען נאכאמאל מגלגול ווערן, מען דארף נאכאמאל אראפקומען אויף דער וועלט, און נאכאמאל דארפן חתונה מאכן א שטוב מיט קינדער...
ווען עס ענדיגט זיך די פינף שעה פון די חתונה, וואס האט מען דעמאלט פון די אלע געלטער וואס מ'האט געווארפן אין מיסט? די איינציגסטע זאך וואס בלייבט, איז דאך נאר די נחת וואס מ'וועט האבן שפעטער פון דעם פרישן פאר-פאלק, און אויך - אויב האט מען נישט דעם ריכטיגן שכל - די פילע חובות מיט וואס מ'וועט זיך מוטשען צו באצאלן פאר די קומענדיגע יארן.
דעריבער איז ווערד צו באגריסן די קלוגע מחותנים, די קלוגע חתן כלה, וואס טוען די ריכטיגע שריט, זיי געבן נישט אויס קיין איבריגע געלטער פאר די נאכט פון חתונה, זיי טראכטן נאר פון תכלית, וואס וועט זיין נאך די חתונה, דער עיקר ציל איז אויפצושטעלן א אידישע שטוב, א בית נאמן בישראל.
דער אייבערשטער זאל זיי טאקע העלפן אז ס'איז זאל א קשר של קימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים געזונטערהייט.
 
כי טובה חכמה מפנינים!