סעפטעמבער עלעווען - ווי אזוי קום איך אן קיין אומאן?
ד סיון תשפ"ב 📝
קרעדיט: משה ארי' שניצלער
ווען די וועלט איז שאקירט געווארן פון די טעראריסטישע אטאקעס אויף אמעריקע האבן די ברסלב'ער חסידים אין אמעריקע זיך דערזען אין א לאנד וואו קיין איין איינציגער פליגער איז נישט ערלויבט זיך צו הייבן ניטאמאל א טפח פון דער ערד, די ברענעדיגע שאלה איז יעצט: ווי דערזעט מען זיך אויף עפעס א וועג צום הייליגן רבינ'ס ציון?
די גרויזאמע אטאקעס אויף אמעריקע
דינסטאג פרשת נצבים כ"ג אלול תשס"א 8:20, די געלע באס כאפט אריין דעם געל'ן לייט אויף לי עוועניו קארנער פען, יא, דער געניטער דרייווער האט אויספיעט צו מאכן דעם רעכטס פאר ס'ווערט רויט, און צו דער זעלבער צייט, אזוי ספאנטאן אינמיטן דעם דריי, מאכט זיך אויף די אלטע סקול-באס טיר און עס שפאצירן ארויף אויפ'ן באס א צוויי צענדליגער אידן וואס רוב פון זיי דארפן אנקומען צו פארטי-סעווען סטריט וואו ס'איז דעמאלטס געווען גאר אסאך אידישע דיימאנד סוחרים, איך האב דעמאלטס געארבעט אין א קעמרע סטאר אויף 20'סטריט ביי זעקסטע עוועניו, איך פלעג נעמען דעם 8:20 באס יעדן טאג ביי לי און פען.
ווי דער באס פארט אזוי אויפן וויליאמסבורג בריק האב איך געכאפט א דרימל, און פלוצלונג, אזוי ווי דער באס קומט אראפ פונעם בריק אויף דילענסי סטריט, אזוי האלבוועגס אין מיין דרימל הער איך ווי איינער רופט זיך אן הויך (איך געדענק ווער, ער וואינט אויף ראטלידש סטריט, נישט ווייט פון בעדפארד עוועניו) "קוק א עראפלעין פארט אזוי נידעריג!" און איך הער א מעכטיגן זעץ, און אלע פייגלעך פון דער ערד הייבן זיך פון שרעק, פלוצלונג זע איך די טווין טאוער און מ'זעט די ארענדזשע "פייער באל" וואס איז געווען די אויפרייס פון די ערשטע פליגער אום 8:46.
די באס פארט ווייטער, אבער אזוי ווי ער הייבט אן ארויף פארן אויף זעקסטע עוועניו זענען שוין רוב קארס געשטאנען ביי די זייט און אנגעצינדן די ראדיא'ס צו הערן די באריכטן פון די נייעס, ארום יעדע קאר זענען געשטאנען אסאך מענטשן און אויסגעהערט די ראדיא, מענטשן האבן נישט געקענט גלייבן וואס האט פאסירט, א פליגער אריין אין א בילדינג?! נאך דערצו אין די טווין טאוער?! מענטשן האבן געקוקט אויף די צווילינג טורעמס אזוי ווי אויף די שטאלצסטע זאך וואס קען זיין, און פלוצלונג אזא אומגלויבליכע פאסירונג (דאס איז בלויז די טראגעדיע פון די טווין טאוער, אן קיין שום טעראריזם, ביים ערשטן קראך האט קיינער נישט גע'חלומ'ט אז די רעדע איז פון א טעראריסטישע אטאקע)
איך קום אן צו צוואנציג'סטע סטריט, איך גיי אריין אין ארבעט, אין די קעמרע סטאר, מ'גלייבט נישט וואס מ'הערט, נאך א פליגער איז אריין אין די צווייטע טווין טאוער, מ'קען זיך פשוט נישט גלייבן וואס מ'הערט! ווי קען געשען אזא זאך! מילא איין עקסידענט, איז אויך גענוג שרעקעדיג, אבער צוויי? ווי קען זיין אזא זאך? ס'איז געווען ממש נישט צו גלייבן, מ'איז ארויס פון די סטאר צו די קארנער אויף זעקסטע עוועניו און א פחד א שרעק! מ'זעט ווי די שטאלץ פון מיליאנען מענטשן האט א לאך ווי א פליגער איז אריין! ווי קען זיין מער א שרעקעדיגע זאך! מענטשן זענען געשטאנען און נישט געקענט אראפנעמען די אויג פון די אומבאהאלפענע געביידע'ס וואס געבן ארויס א רויך אזוי ווי א קוימען! ארום מיר האב איך געזען דא און דארט ווי ערוואקסענע מענטשן וויינען אויפן קול ווי קליינע קינדער פון פארלוירנקייט און אומבאהאלפנקייט "וואס גייט דא פאר?" "צו קומט פאר א וועלט'ס חורבן?"
איך פרוביר צו קאלן מיין ווייב, זי האט געדארפט זיין אין מאנהעטן, כ'האב געוואלט מאכן זיכער אז זי איז אקעי, אבער מ'האט נישט געקענט דורכקומען אויפ'ן טעלעפאון, די טעלעפאון סערוויס האט נישט געקענט נאכקומען די אומצאליגע טעלעפאון קאלס, דאס אליין האט געמאכט נאך שרעק און פארלוירנקייט.
דערנאך איז שוין ארויס די נייעס אז מ'רעדט פון א גרויזאמע טעראריסטישע, פרעצעדענטלאזע אטאקע, און קיינער ווייסט נישט וואס ווייטער.
ווען ס'איז שוין געווארן די צייט פון אהיימגיין האט זיך אנגעהויבן א דין ודברים אין געשעפט צו מ'זאל גיין מיט די טרעין אדער נישט, מענטשן האבן געזאגט אז ס'איז נישט כדאי צו גיין מיט די טרעין, ווייל ווען ס'קומט פאר שרעקעדיגע געשעענישן, קען חס ושלום געשען אז עפעס א כוליגאן זאל אטאקירן אידן, וויאזוי דען קען מען אהיימגיין? די אידישע באס איז נישט געפארן, איז געבליבן צוויי ברירות, אדער די טרעין, אדער גיין מיט די פיס, בערך א שעה, אדער א שעה און א האלב, גראדע האב איך געוואלט גיין מיט די טרעין אבער נאר מיט נאך איינעם, אבער ס'איז נישט געווען איינער וואס זאל וועלן גיין מיט די טרעין, בין איך אהיים צו פוס, צוזאמען מיט דעם בעל הבית פון געשעפט (א טייערער איד - כ'האב אלץ הכרת הטוב צו אים אויף די צייט וואס איך האב דארט געארבעט, ס'איז געווען זייער א געשמאקע פלאץ)
אזוי גייענדיג צו פוס דעם לאנגען וועג, ווי מיר קומען צו גיין אראפ פון די וויליאמסבורג בריק זעען מיר א וואונדערליכען בילד, אפאר טייערע אידן (ר' הלל דוב גאנץ נ"י, דער משב"ק פון ירושלים'ער רב, רמ"א פריינד זי"ע, מיט נאך טייערע עסקנים, די אנדערע געדענק איך נישט יעצט) שטייען מיט קעסטלעך ספרינג וואסער, און קאפ'ס, און מ'געט צו עסן און צו טרינקען, די גוים האבן נישט געקענט צוריק האלטן זייער שאק, און האבן זיך אויסגעדרוקט מיט וואונדער, ווי קענען מענטשן האבן א קלארע שכל צו טון עפעס פאר א צווייטן אין אזא שרעקעדיגע צייט.
וואס וועט זיין מיט'ן רבי'נס ראש השנה?
יעצט לאמיר זען ווי האלט עס מיט ראש השנה?
איך האב געהאט א טיקעט אויף מארגן, סעפטעמבער 12 צו פארן דורך פינלאנד קיין קיעוו, ראש השנה תשס"ב איז דינסטאג און מיטוואך, דאס הייסט מאנטאג נאכט איז יום טוב.
גלייך ווען מ'האט זיך דערזען אין א פלייץ פון פארכאפטע, געהיידזשעקטע עראפלאנען דינסטאג צופרי, ס'האט געהערשט א טאטאלער כאאס, האט מען אנגעהויבן צו טראכטן אין די הויכע רעגירונג אפיסעס אז ווער ווייסט וויפל עראפלאנען די טעראריסטן פלאנען צו פארכאפן? אז מ'ווייסט שוין פון פיר, אפשר קומט נאך פיר? אפשר נאך צען? אפשר נאך צוואנציג? ווען דער זייגער האט געשלאגן 9:37 האט מען שוין געהאלטן נאך דריי אויפרייס'ן, צוויי אין די טווין טאוער'ס און איינס אינעם פענטאגאן - וואס דארף צו הייסן די געביידע וואס שיצט די פאראייניגטע שטאטן אין יעצט שטייט זי אונטער א קנויל פון רויך עד לב השמים, ממילא, האט די רעגירונג, אום 9:45, אויסגערופן איבער די לענג און ברייט פון אמעריקע א טאטאלער לופט-פארבאט, ווער ס'איז אין די לופט מוז אראפקומען "זאפארט" צום נאנטסטן לופט-פעלד, אין פליגערס וואס דארפן זיך הייבן קענען זיך נישט הייבן, ביז ווען? דאס האט מען בכלל נישט געמאלדן, אבער קודם פליט נישט קיינער, ק-ק-י-י-נ-ע-ר-ר, און שפעטער וועט מען זען וואס און ווען און וואו.
דאס הייסט אז מארגן, מיטוואך, ווען איך האב געהאט בדעה צו פארן, איז די טיקעט אין מיין האנט (יא! אמאל איז א טיקעט געווען א פאפירענע טיקעט, נישט א נאמבער אויפ'ן קאמפיוטער) געווען א סאדע דעקל (בלשון חז"ל הייסט עס לצור על פי צלוחיתו)
אבער וואס וועט זיין מיט אומאן? מ'ווייסט נאך גארנישט, די מצב איז זייער כאאטיש, סיי ס'איז נישט דא קיין שום עראפלאן על פני הרקיע, סיי מ'רעדט נאך פון די שרעקליכע טראגעדיע, עטליכע אידן זענען נעבעך נפטר געווארן, השם ישמרינו, מ'רעדט וואס האט זיך אפגעטון אויפן ארט מיט אזויפיל הצלה מעמבער'ס, ס'איז געווען נעבעך אזויפיל פרטים אין די טראגעדיע אז מ'האט געשמועסט דערפון אן אויפהער.
די עראפלאנען אויפן הימל האבן זיך נישט באוויזן נישט דינסטאג, נישט מיטוואך, נישט דאנערשטאג, נישט פרייטאג, שבת בין איך געווען אין בארא פארק, מיין שוואגער נ"י האט געגעבן קידוש צום געבורט פון א מיידל, אונז זעמיר געווען געלאדנט צו עסן די סעודה ביי מיין שוואגער'ס שווער נ"י, אינמיטן די סעודה בין איך ארויס פאר אפאר מינוט אינדרויסן מיט מיין זון ר' ישראל יוסף נ"י (היינט מלמד אין קרית ברסלב ליבערטי) ער איז געווען דריי און א האלב יאר, ס'איז געווען א שיינע, הערליכע זומער'דיגע וועטער, און איך שפאציר אזוי מיט מיין זון (די ראש ישיבה זאגט דאך אז געזונטע קינדער מאכן טראבל…. כ'געדענק אז יוסעלע איז געווען אביסעלע לעבעדיג אז איך האב אים געדארפט ארויסנעמען אינדרויסן און אים אפירנעמען ער זאל זיך בארואיגן א טראפעלע) אזוי ווי איך שפאציר אזוי די צוויי דריי מינוט מיט אים זע איך דאס אומגלויבליכע! עראפלאנען אויפן הימל! די שמחה איז געווען עד אין לשער! לויט וויפל איך געדענק איז דאס נישט געווען קאמערשל פליגערס נאר מיליטערישע עראפלאנען, אבער דאך איז די שמחה געווען גרויס אז מ'זעט שוין עפעס פליען אויפן הימל.
מ'האט געשמועסט פאר שבת אז צוביסלעך גייען זיך עפענען די הימלען אבער די צומישעניש און אומוויסנקייט איז געווען "עד לב השמים"..... ס'איז געווען א מעלדינג פון אונזער עירליין "פינעיר" אז זיי האפן צו פליען מוצאי שבת קודש, אבער, דא קומט די גרויסע "אבער", "אבער" די פלייט איז געווען בערך איין שעה נאכ'ן זמן, אפשר א שעה און א האלב, אבער דאס געדענק איך קלאר אז די אומבא'טעמ'טע מציאות איז געווען אזוי אז אויב ער פארט אין די פונקטליכע צייט, אן א פארשפעטיגונג, איז נישטא אפילו וואס צו טראכטן צו זיין אויף דעם פליגער, איז איינער געפאלן אויף א עצה אז וויבאלד מיר מוזן מאכן דעם פלייט, זאל זיין וואס זאל זיין, וועט מען ארויספארן צום עירפארט די שנעלסטע וואס מ'קען, און "מ'האפט" אז "מסתמא" וועט זיך מאכן א פארשפעטיגונג און דאדורך וועט מען קענען דערכאפן דעם פלייט, און מ'האט טאקע איינגעמאלדן פאר "פינעיר" אז מיר בעטן זיך צו זיין אויף דעם פלייט, און אז מיר וועלן טאקע דארט זיין אין צייט.
מוהרא"ש פארט אוועק, וואס טוט מען ווייטער?
מוהרא"ש האט דעמאלטס געמאכט א קליינע שלש סעודות אונטן, אנשטאט אויבן אין בית המדרש אזוי ווי געווענליך, מ'האט אנגעגרייט אויף א גאר קליינע פארנעם אין די קליינע עס זאל וואו די בחורים פלעגן עסן אלע זייערע סעודות, אז שלש סעודות זאל זיין שנעלער ווי געווענליך, און ביים זמן זאל מען שוין מאכן די שנעלסטע וועג צום עירפארט.
אזוי האט מען טאקע געטון גלייך נאכ'ן ענדיגן שלש סעודות און מעריב זעמיר שנעל געפארן צום עירפארט, אנקומענדיג האט זיך אנטפלעקט פאר אונז די טרוקענע מציאות (ווי דען אנדערש?.....) אז דער פליגער איז שוין לאנג, ל-א-א-א-נ-ג אין די לופט.... וואס טוט מען יעצט? יעדער האט פרובירט צו זען וואס מוהרא"ש גייט טון, מוהרא"ש זי"ע האט גלייך געזאגט מיט א קלארקייט אז וואס מ'דארף יעצט זען צו טון איז זיך צו זען אריבער'ן אטלאנטיק, זאל זיין וואו ס'זאל זיין, דערנאך, ווען וועט שוין זיין אריבער'ן וואסער, וועט מען פרובירן צו זען וואס מ'טוט ווייטער, דארט, אין אייראפע איז דאך שוין דא נאך וועגן, דורך א קאר, אדער דורך א טרעין, אבער דא האסטו דאך דעם גרויסן אטלאנטיק צווישן דיר און אומאן, מ'האט אנגעהויבן צו זוכן פאר מוהרא"ש א וועג אריבער דעם וואסער, און מ'האט טאקע געטראפן א וועג, אויב איך געדענק גוט איז עס געווען דורך לאנדאן.
די וועג וואס מ'האט געטראפן פאר מוהרא"ש איז געווען אוועילעבל נאר פאר עטליכע מענטשן, בשעת אונזער גרופע דעמאלטס אין עירפארט האט געציילט אפשר פופציג מענטשן תלמידי מוהרא"ש, אפשר אביסל מער, מיט נאך אביסל מענטשן פון חסידי ברסלב וואס האבן אזוי שטארק געוואלט טרעפן עפעס א וועג צום הייליגן רבי'ן, דער עולם איז געווען אזוי אויסגעהונגערט צו הערן פון עפעס א וועג אז פון פארלוירנקייט האט מען געקוקט אין אלע זייטן, אפשר וועט איינער מעלדן אז ער האט געהערט פון עפעס א וועג, טאמער איז איינער געגאנגען צוויי טריט צו נעמען עפעס פון זיין זעקל, איז שוין יעדער געקומען צו לויפן צו הערן אפשר גייט ער צו צום קאונטער קויפן עפעס א טיקעט....... יעדע שטיק צייט האט א צווייטער גע'דרשן'ט עפעס א עצה וואס מ'זאל טון, און בינתיים לויפט דער עולם פון איין זייט זאל צום צווייטן, מ'האלט אין איין פרעגן אלע מיני קושיות פון אלע מיני ארבעטערס ביים טיקעט קאונטער, אפשר דאך קענען זיי טרעפן עפעס א וועג פאר אונז, אבער ס'איז גארנישט געווארן למעשה.
גלייך ווי מ'האט געטראפן פאר מוהרא"ש א וועג אריבער דעם אטלאנטיק האט ער גלייך געזאגט אז ער פילט נישט גוט, ער קען נישט גיין, ער האט זיך אנגעכאפט אין צוויי באגלייטערס, ס'האט אויסגעזען אויף מוהרא"ש ווי נאך א רגע פאלט ער אראף, ער האלט זיך מיט די לעצטע כוחות, און אזוי איז ער געגאנגען צו זיין פלייט, און אונז אלע בלייבן נעבעך אין עירפארט אן גארנישט.
די זייגער דארף שוין זיין יעצט אזוי צען אדער עלעף אזייגער - די זמן מוצאי שבת קודש איז געווען 8:15, ביז מ'האט זיך דערזען אין עירפארט איז געווען מסתמא בערך ניין דרייסיג, אפשר אביסל שפעטער, ס'האט גענומען מסתמא א שעה ביז מוהרא"ש האט געהאט א פלייט און אוועק געגאנגען פון אונז, יעצט שטייען מיר דא כמעט מיואש, וואס טוט מען? קיינער ווייסט נישט גארנישט, די עירפארט ארבעטערס האבן שוין אנגעהויבן צו ווערן אביסל נערוועז פון אונז, און פון אונזערע קושיות און פראגעס, און פון אונזער ארומלויפן גרופענווייז פון איין זייט זאל צום צווייטן, כאילו די סאדא מאשין אינעם זאל קען ארויסשפייען עפעס א וואונדערליכן מאשין וואס זאל אונז טראגן צום הייליגן רבי'ן.
איין זאך האט מען אבער נישט אפגעלאזט די גאנצע צייט, דאס איז די כח התפלה. בענעזאם מיט די גאנצע געלויפעניש אהין און אהער, ארויף און אראפ, האט מען כסדר געשעפשעט מיט די ליפן, "הייליגער באשעפער, ברענג מיך צום רבי'ן" "באשעפער האב רחמנות, איך וויל זיין ביים הייליגן רבי'ן"
אונזער פארצווייפעלטע ארומגעדרייעכץ אין עירפארט איז נישט געקומען צו קיין ענדע ביז אום צוועלף אזייגער, דעמאלטס האבן די ארבעטערס אנגעהויבן אראפלאזן די "ראל-דאון" געיטס, זיי האבן אונז געזאגט: אדער גייט עטס יעצט ארויס, אדער בלייבט עטס דא ביז מ'עפנט פארטאגס נאכאמאל דעם עירפארט, אנגעפאטשטערהייט האבן מיר געמאכט דעם וועג אהיים נישט וויסנדיג בכלל וואס טוט מען ווייטער.
זעקס שעה בעטן דעם אייבערשטן
אויפצומארגנס, זונטאג צופרי, כ'דאווען אין פאפא בית המדרש, אויף בעדפארד עוועניו, טרעף איך א איד וואס פארט יעדן יאר אויף אומאן, ער געט מיר א עצה אז ס'זעט אויס אז מ'וועט קענען פארן היינט דורך בודאפעסט, מיט די הונגארישע "מאלעוו" עירליין פאר פופצן הונדערט דאלער, גלייך האב איך מיך ברוך השם אן עצה געגעבן צו האבן גרייט פופצן הונדערט דאלער, און מ'לאזט זיך ארויס אויפ'ן וועג קיין קענעדי עירפארט, אנקומענדיג, זאגט מיר א חבר, גיי נישט צו מאלעוו, אונז גיי מיר אלע צו פינעיר אז זיי זאלן אונז ארויפלייגן אויף די היינטיגע פלייט זעקס אזייגער, אויפ'ן סמך פון די טיקעט פון מיטוואך וואס דעמאלטס איז נישט געווען קיין פליגערס אין גאנץ אמעריקע.
אזוי קום מיר אן צו פינעיר, ס'איז געווען בערך צוועלף אזייגער בייטאג, ווי נאר זיי האבן אן צו רעדן צו אונז, זענען זיי געווארן זייער ברוגז אויף אונזער גרופע, מיט א שרעקליכע טענה, ווי האט עטס געהאט די חוצפה צו גורם זיין אז נעכטן ביינאכט זאלן מיר פארן מיט ליידיגע זיצן?! ענק האבן געזאגט אז עטס קומטס! און עטס זענטס נישט געקומען! מיר שטייען דא מיט מענטשן פון דריי פיר טעג וואס ס'איז נישט געווען קיין פלייטס! אויף יעדן איינציגן זיץ האבן מיר זעקס מענטשן וואס חלש'ן עס צו נעמען! און ענק האבן די העזה צו לאזן ליידיגע זיצן אויף די נעכטיגע פלייט?! לכבוד דעם דארפן ענק אלע שטיין אין די זייט, עטס קענטס נישט גיין אויף די ליין, עס וועלן דא זיכער קומען צו לויפן אזויפיל מענטשן ווי פיר פינף פלייטס וואס גייען וועלן זיין אויף די פלייט, מ'וועט באלד זען מי ומי ההולכים, אבער איין זאך איז זיכער, אז ענק גייען זיכער נישט! מיר וועלן במילא דארפן אהיימשיקן אפאר הונדערט מענטשן וואס וועלן נישט האבן קיין פלאץ אויף די היינטיגע פלייט, איז במילא א שאד ענקער ווארטן דא, עטס קענטס אלע שוין אהיימגיין.
אונז האב מיר זיי געזאגט אז מיר שטעלן זיך די לעצטע אין די ליין און מ'וועט ווארטן צו זען וואס וועט זיין.
זיי האבן אונז שטרענג געווארנט אז יעדער מענטש וואס קומט מוז גיין אין די ליין פארנט פון אונז, מיר מוזן בלייבן די לעצטע שב'לעצטע.
יעצט האט זיך אנגעהויבן אין מיין לעבן א נייע לעקציע אין די מסכתא פון "תפלה", "בעטן די אייבישטער", כ'האב קיינמאל פריער נישט געמאכט אזויפיל תפלות אויף איינמאל, מיר זענען געשטאנען דארט די לעצטע אין די פינעיר ליין פאר גאנצע זעקס שעה! פון צוועלף אזייגער ביז זעקס אזייגער, מ'האט נישט אויפגעהערט צו בעטן "הייליגער באשעפער העלף אונז אנקומען צום רבי'ן" א שעה, צוויי שעה, דריי שעה, פיר שעה, פינף שעה, זעקס שעה! ס'איז נישט געווען וואס צו טון נאר תפלה.
מיר האבן נישט געהעריג געפאקט, בכלל נישט ווי אלע יארן, זייער קארג געפאקט די עסן, און אויך די מינימום וועש, ווייל מ'האט נישט געהאט קיין אנונג וואס וועט זיין דער מצב, ממילא יעצט ביים ווארטן זעקס שעה, האב מיר קוים געהאט אביסל עסן, יעדער האט געפאקט זייער זייער קארג, אז מ'זאל ווי ווייניגער אויפהאלטן ביי איבערקוקן די פעקלעך, די סעקיוריטי יענע טעג איז געווען זייער אנגעצויגן, בקיצור קוים עסן, כמעט נישט קיין ספרים , נאר תפלה, תפלה, תפלה, הייליגער לעכטיגער הארציגער באשעפער, ברענג אונז צום רבי'ן.
אינצווישן האבן עטליכע פון אונז געהערט אז ס'איז דא עפעס א טיקעט פאר פינף טויזנט דאלער, דורך אוזבעקיסטאן, ס'קאסט אזוי טייער ווייל יענע פלייט איז געבוקט און ס'איז נאר דא עוועילעבל פוירסט קלעס, צוויי דריי מענטשן האבן עס געקויפט.
נאכ'ן זען זיין געוויין לייגט מען אים אויפ'ן פליגער
יעצט איז נולד געווארן אז ס'איז נישטא קיין פליגער פון העלסינקי צו קיעוו, וואס טוט מען? איז אויפגעקומען א פלאן צו גיין דורך ריגע, לאטוויע, און פון דארט נעמען א פלייט צו קיעוו, אבער צו לאטוויע לאזט מען נישט אריין סתם אזוי, מ'מוז באווייזן אז מ'האט א טיקעט צו פארן ווייטער, און מ'בלייבט נישט דארט שטעקן, האמיר געמוזט קויפן טיקעטס פון ריגע צו קיעוו נאך פאר מ'פארט ארויס פון פינלאנד, אבער נישט יעדער פון אונז האט געקענט קויפן די טיקעטס, צו וועגן געלט, צו וועגן אנדערע סיבות, צו וועגן די בירגערשאפט וואס זיי האלטן, בקיצור, ס'איז געווען גרויס צרות מיט די טיקעטס וואס יעדער פון אונז האט געדארפט האבן, די פארלוירנקייט איז געווען גרויס, מ'האט בכלל נישט געהאט א קלארן וועג פאר יעדן פון אונז אבער מ'האט געזען א גאנצן וועג מעשי נסים ממש, איך זע פאר מיינע אויגן ווי איינער פון אונז, א בחור פון ארץ ישראל, שטייט אין העלסינקי און מיר זענען שוין אלע אינעם קליינעם טרעינ'עלע וואס טראגט פון טערמינאל צום פליגער און ער וויינט מיט ביטערע בכיות, ס'פעלט אים א טיקעט, ס'האט ממש אויסגעזען ווי מיר אלע פארן אפ פון טערמינאל און ער וועט מוזן פראווען א ראש השנה אין העלסינקי, פינלאנד, מיטאמאל קומט איינער פון די ארבעטערס און זעט זיין ביטער געוויין און לאזט אים ארויף אויפ'ן טרעינ'דעלע און פון דארט ארויף אויפ'ן פליגער, כ'ווייס אליין נישט וויאזוי דאס איז געשען, אבער דאס אומגלויבליכע איז געשען. ס'איז גוט באקאנט ביי אונז אין די קהלה די נאמען פון דעם בעל הנס. ער וואינט אין ארץ ישראל, א גרויסער תלמיד חכם.
בקיצור, ס'איז שוין זעקס אזייגער, די צייט פון די פלייט קיין העלסינקי, מיר שפאנען אונטן, די לעצטע אין די שורה, און דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, מ'זעט אז מיר גייען האבן פלאץ, פרעגטס מיך נישט וואס דא איז געשען, ס'זענען אנגעלאפן מענטשן פאר זעקס שעה, א ליין וואס מ'זעט נישט אין נארמאלע צייטן, אבער דער אייבישטער האט געמאכט פאר אונז גרויסע נסים, די עירליין באאמטע וואס האבן פריער גערעדט אזוי שטרענג צו אונז זענען יעצט געשטאנען מיט פארשעמטע פנים'ער און נישט געקענט גלייבן אז עפעס אומפארשטענדליך האט דא פאסירט, אבער די פאקט איז אז ס'איז דא ליידיגע פלעצער אויפ'ן פליגער פאר אונז.
מיר האבן זיך זייער שטארק צוגעגערייט אז מיר זאלן נישט האבן קיין רענצלעך, נאר "קערי-אן", כ'געדענק פונקטליך וואס כ'האב געפאקט, כ'געדענק וואספארא קליינע רענצל איך האב גענוצט – ס'איז געווען א קליינע גרינע בעג, מיט ברוינע הענטלעך – כ'האב נאך די בעג, און איך נוץ עס נאך, כ'האב געפאקט פיר סעטס וועש, נאר מיין תפילין, רש"י און רבינו תם, א טלית האב איך נישט גענומען, מיין שטריימל האב איך נישט גענומען, צוויי קענס סארדין, איין פעקל האול-וויט קרערעקס און דאס איז עס! און אפילו אויף דעם האב איך געטראכט אז אויב ס'מאכט זיך עפעס א צרה, נעם איך ארויס די צוויי פאר תפלין און א כפרה מיט'ן פעקל, אבי צו זיין ביים רבי'ן.
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט פאר א גרויסע ישועה אז מיר האבן נישט געהאט קיין רענצלעך, אויב יא וואלט לכאורה נישט געווען א מציאות צו דורכגיין אלע סעקיוריטי פון ניו יארק, העלסינקי, ריגע, קיעוו. ס'איז טאקע געווען מיט אונז צוויי בחורים פון יבניאל וואס האבן געלערנט אין מוהרא"ש'ס ישיבה אין בארא פארק וואס האבן געהאט רענצלעך, די באאמטע האבן זיי געזאגט קלאר און דייטליך אז זיי האבן צוויי ברירות, אדער לייגן מיר דיין רענצל אין מיסט און דו גייסט ארויף אויפ'ן פליגער, אדער טשעק'ט מען אויס דיין רענצל און ס'וועט נעמען אזוי לאנג אז דו וועסט פארפאסן די פליגער, האבן זיי געזאגט אז זיי קענען נישט לאזן די רענצלעך גיין אין מיסט, און זיי האבן טאקע נעבעך פארפאסט די פליגער.
אוי! ווער האט באשטעלט כשר'ע פארציעס אויפ'ן פליגער?
הכלל, ברוך השם, מ'זעט זיך אויפ'ן פליגער מיט גרויסע נסים, מ'הייבט אן צו באטראכטן די גרויסע נס אז אונז זעמיר אויפ'ן פליגער, אבער, מ'דארף נאך אסאך נסים.
די ערשטע נס וואס מיר דארפן יעצט ווייטער איז... אוי! וואס טוט זיך מיט עסן? יעדער ווייסט דאך אז אן עראפלאן זיץ "קומט" מיט עסן, א כשר'ע ווארימע פארציע.... אבער דאס קען נאר געשען אויב איינער האט גערעדט מיט די עירליין אז ס'קומען כשר'ע קונדן.... ווייל אויב מ'זאגט זיי נישט, ווייסן זיי נישט..... נו, ווער האט זיי נעכטן געזאגט אז אונז קום מיר היינט? קיינער! ווייל קיינער האט טאקע נישט געקענט וויסן ווען מיר וועלן פארן. זעמיר געבליבן יעדער איינער מיט זיין אויסגעקארגטע ביסן. איינער האט מיר שפעטער געזאגט אז ער האט א גאנצן צייט אויפן פליגער געבעטן די אייבישטער "הייליגער באשעפער, מאך א נס אז קיינער זאל נישט זיין הונגעריג, און אז קיינער זאל נישט דארפן עסן, און אז די עסן זאל זיין גענוג, די והותר". ס'איז טאקע געווען גרויסע נסים מיט די עסן, כ'האב נישט געקענט גלייבן ווי איינער פון די חברים האט מיר געזאגט אז ער האט פאר מיר עפעס צו עסן, קרעקערס, פלאי פלאים, יעדער פאקט בצמצום, און ס'איז נאך דא אוועק צו געבן.
ס'איז מיר אויך געווען זייער אונטערעסאנט אז איינער האט געהאט א טעיפ רעקארדער - די אלטע וואלקמאן.....- איך טראכט צו מיר, ווי קען זיין אז מ'פאקט אזוי בצמצום און יעדער האט פלאץ פאר זיינע זאכן וואס איז אים אינטרעסאנט. ער פרעגט מיך צו איך וויל הערן אביסל מוזיק? זאג איך אודאי! כ'האב מיך אזוי שטארק מחי' געווען מיט די מוזיק. א גאנצן וועג האב איך געטראכט אז איך וויל נישט אויפנוצן די ביסל עסן וואס איך האב געפאקט ווייל די וועג ביז אומאן איז בכלל נישט פארזיכערט, ווער ווייסט וואו מ'וועט נאך אנקומען. די גאנצע מחשבה אין יענע טעג איז געווען "אז די טווין טאוערס האט געקענט ווערן אטאקירט, קען שוין אלעס געשען, יעדע ריר איז אומזיכער". ס'איז געווען זייער א געשמאקע טעיפ (יא! א "טעיפ", נישט א "סי די".....) פון ר' מרדכי ווערדיגער נ"י, וואו ער זינגט דעם הערליכן שטייט'ן ניגון "מדת הרחמים עלינו התגלגלי, ולפני קונך תחנתינו הפילי, ובעד עמך רחמים שאלי" אוי, איך קען נישט פארגעסן ווי איך הער די לעכטיגע ווערטער אויף יענע פארנעפלטע נסיעה.
ברוך השם, מ'מאכט דורך דעם וועג דורך העלסינקי, ריגע, קיעוו, יעצט דארף מען זיך זען ווי שנעלער קיין אומאן, די גאנצע צוויי דריי שעה אין קאר פון קיעוו צו אומאן האבן מיר נישט אויפגעהערט צו בעטן דעם אייבערשטן "הייליגער באשעפער, העלף אונז זאלן אנקומען קיין אומאן ווי שנעלער", ברוך השם אונז זעמיר אנגעקומען א צוויי שעה צום זמן, די שמחה איז געווען אין לשער.
הודו לשם כי טוב כי לעולם חסדו!!!! ברוך השם מ'דערציילט די מעשה אין פריידן, און פון יענעם יאר איז ארויסגעקומען אסאך חיזוק אין שפעטערע מצבים "אז מ'האט געקענט גיין סעפטעמבער עלעווען, ווען ס'איז נישט געווען קיין פליגער אין גאנץ אמעריקע פאר פיר גאנצע טעג און דער אייבישטער האט געהאלפן, קען ער נאכאמאל העלפן"
די טווין טאוערס איז אראף, די ברסלב'ע שטיבל איז ארויף
אבער! די מעשה איז נאך ווייט פון פארטיג!.....
לויט ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט שפעטער, איז די סעפטעמבער עלעווען אטאקע געווען א שטיקל גורם אין די גרינדונג פון בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג, וואס איז היינט מצודתו פרוסה אויף אזויפיל פלעצער איבער דער גארער וועלט.
ומעשה שהי' כך הי', ווען די אטאקעס האבן פאסירט און כמעט דער גאנצער עולם האט זיך למעשה געטראפן א וועג קיין אומאן, האט דער מסבב כל הסיבות אזוי געפירט אז עטליכע אידן תלמידי היכל הקודש האבן זיך נישט געקענט דערספראווען אנצוקומען קיין אומאן, האבן זיי אפגעמאכט אז מ'מוז מאכן א מנין על שם רבינו, מ'האט געזוכט און גענישטערט אבער מ'האט זיך דערזען אין א מצב אז ס'איז נישט דא מער ווי פינף מענטשן וואס ווילן דאווענען ראש השנה בהתקשרות לרבינו, מ'קען נישט טרעפן מער, וואס טוט מען?
איז איינער געפאלן אויף א המצאה אז ס'איז דא נאך א מנין וואס האט נישט מער ווי פינף מענטשן, איז, אפשר זאל מען מאכן א שותפות?
ווער איז די אנדערע מנין וואס האט נאר פינף מענטשן?
מוהרא"ש לאזט נישט ר' יצחק ראזנבערג ע"ה גיין צו "בי ענד עיטש"
די עלטערע תושבי וויליאמסבורג געדענקן דעם טייער'ן איד, דעם צדיק תמים ר' שלמה ווייס ז"ל, ער האט געהאט א בעקערי אויף לי עוועניו, צווישן היוז סטריט און הופער סטריט. ווען ער איז געווען אויף דער עלטער איז ער געווען נעבעך שטארק נישט געזונט, מ'האט כסדר געדארפט זיין מיט אים, אים ארויסהעלפן מיט רפואות, און מיט מאשינען וואס האבן אים געהאלפן אטעמען. זיין משפחה האט זיך ארגאניזירט צו דאווענען יעדן שבת ביי אים, אז ער זאל דאווענען מיט מנין, איינער פון זיינע אייניקלעך איז געווען אונזער אלעמען באליבטער ר' יצחק ראזנבערג ע"ה וואס איז נעבעך יעצט אוועק אין יונגן עלטער, ער האט זיך אפגעגעבן גאר שטארק מיטן זיידן, גראדע, פון דא האט זיך עס אנגעהויבן וואס ער האט עוסק געווען אין דאקטעריי, קודם איז ער געווען ביים זיידן אזוי ווי א שטיקל מומחה וויאזוי צו מאכן זיכער אז די לינגען ווערן נישט אנגעלייגט מיט וואסער פון אזוי לאנג ליגן און א נישט געזונטע אטעם, און אזוי האט ער זיך אלץ צוגעלערנט נאך און נאך ביז מוהרא"ש האט אים צוגערעדט ער זאל ווערן א "רעדשזיסטער'ד נוירס" און דערנאך א פולער דאקטער, ער פלעגט זיך בעטן ביי מוהרא"ש אז ער וויל זיך אפלאזן פון דאקטעריי און גיין ארבעטן ביי "בי ענד עיטש". מוהרא"ש האט נישט מסכים געווען בשום אופן, מוהרא"ש האט אים אויסדרוקליך געהייסן אז ער וויל ער זאל ווייטער גיין מיט'ן זיך לערנען דאקטעריי.
ווען ר' שלמה ע"ה איז אוועק, האבן די אייניקלעך אפגעמאכט אז ס'איז אזא שיינע געשמאקע מנין, פארוואס זאל מען נישט ווייטער דאווענען צוזאמען?... און ס'איז טאקע אזוי געבליבן אז מ'דאוונט ווייטער צוזאמען, יעצט ווען ס'איז געקומען ראש השנה איז אויסגעקומען אז א חלק פון די משפחה וועט נישט קענען מיטהאלטן די תפלות, ס'איז זיי נאר געבליבן פינף מענטשן וואס זאלן זיין ביי זייער מנין, איז עס געווארן אזוי אז באופן פלא איז געווארן צונויפגעשמאלצן צוויי האלבע מנינים אידן, אז ס'זאל צושטאנד קומען צום ערשטן מאל א היסטארישער מנין תלמידי היכל הקודש אויף ראש השנה אין דעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, אזוי איז אדורך דער ראש השנה, און דערנאך האט מען ווייטער אזוי געדאווענט בשותפות יום כיפור און סוכות, איך האב ברוך השם געדאווענט דארט, ס'איז געווען שיינע הקפות אום שמחות תורה, מ'האט כסדר אריינגעפלאכטן ברסלב'ע זאכן דא און דארט.
די ערשטע מנין אויף לינטש סטריט
נאך סוכות האט מען ווייטער אזוי געדאוונט בשותפות פאר א שטיק צייט, אפשר אפאר חדשים, די פלאץ איז געווען א גרויסע רחבות'דיגער פלאץ אויף העיווארד סטריט, נאכדעם האט זיך אנגעטראגן איינער פון די תלמידים פון מוהרא"ש אז ער האט א שטיקל פלאץ אין זיין בעיסמענט וואו מ'קען דאווענען, ס'איז נישט געווען קיין ספר תורה, אבער מ'האט דארט געדאווענט פרייטאג צו נאכטס און שלש סעודות, די פלאץ איז געווען גאנץ בצמצום, ס'איז געווען אויף לינטש סטריט, לעבן לי עוועניו, ס'איז געווען ווייניגער ווי א צענטל פון די פריערדיגע גרויסע ברייטע פלאץ, אבער ס'איז אונז געווען וויכטיג צו זיין אליינס, פאר זיך, א פלאץ פון תלמידי מוהרא"ש, אזוי ווי די וועלט זאגט א ווערטל "א קליינס, אבער מיינס". מוהרא"ש זי"ע האט אויך זייער געוואלט אז מיר זאלן האבן א אייגענע פלאץ, און ער פלעגט אמאל אמאל רעדן דערפון, איינמאל ווען מיר זענען געווען אין פאריז עיר פארט, אויפ'ן וועג צו אומאן, רופט מיך מוהרא"ש צו לעבן זיך, ער ווייזט מיר איך זאל מיך זעצן אויף די נעקסטע זיץ, לעבן זיך, און מוהרא"ש הייבט אן צו שמועסן, נאך אפאר ווערטער שמועסן זאגט מיר מוהרא"ש "אז איר וועט האבן א בית המדרש אין וויליאמסבורג, וועל איך קומען פון צייט צו צייט".
אזוי האבן מיר געדאווענט אפאר וואכן אינעם קליינעם פיצל בעיסמענט אויף לינטש סטריט, ס'איז געווען אזוי גרויס ווי א שטוב וואו ס'גייט אריין א קליינע קאך-טישל מיט זעקס בענקלעך, דארט האט אויך געדאווענט א אינגערמאן וואס זיין זיידע האט געהאט א גרויסן בילדינג אויף ראבלינג סטריט, און דער זיידע האט זיך מתנדב געווען אז מ'קען דארט דאווענען. די פלאץ איז געווען צוויי מאל גרעסער ווי די פריערדיגע פלאץ..... ס'איז געווען גאנץ בצמצום, אבער דא האט זיך שוין אנגעהויבן צו טון זאכן וואס האבן, ווי מ'זאגט, "געטוישט היסטאריע"......
דא האט מען שוין געדאווענט פאר א לענגערע צייט, דא איז געווען די ערשטע מאל אין אמעריקע וואס תלמידים פון מוהרא"ש וואס וואינען ווייט פון מוהרא"ש קומען זיך צוזאם אין א אפיציעלע אייגענע בית המדרש מיט'ן נאמען "בית המדרש היכל הקודש ברסלב", וואס איז זיך ברוך השם ציוואקסן היינט-צו-טאגס אין א נעץ פון 9 שול'ן, בלויז אין אמעריקע, אויסער וואס ס'איז נאך דא אין ארץ ישראל.
ויסעו מ'ראבלינג סטריט ויחנו ב'דיוויזשען עוועניו
עס איז געקומען די צייט וואס מ'האט מער נישט געקענט דארט זיין, האט מען ווייטער געזוכט, און מ'האט געטראפן דעם בית המדרש אויף דיוויזשאן עוועניו, אמאל האט עס געהייסן ראצפערט'ער בית המדרש.
דארט איז שוין דא זייער זיסע זכרונות מיט מוהרא"ש זי"ע, מוהרא"ש איז עטליכע מאל געקומען אויף מלוה מלכה, ברוך השם כ'האב געהאט די זכי' צו ברענגען פון מיין הויז א בענקל, א זילבערנע מעסער, זילבערנע לייכטער, א זילבערנע זאלץ מעסטל, א לאנגע גרויסע טעלער פאר די פיש, מיט נאך רבי'שע זאכן, ס'איז געווען, ברוך השם, זייער א גוטע חינוך פאר מיינע קינדער, מ'האט געמאכט ביי מיר אינדערהיים א גאנצ'ן עסק פון מוהרא"ש, כ'האב געוויזן פאר מיינע קינדער אז איך גיי האלטן חשבון אז מוהרא"ש זאל זיצן אויף ביידע פון מיינע דיינונג-רום-בענקלעך וואס האבן הענטלעך..... נישט נאר אויף איינס.... אזוי אז איך זאל נישט מוזן געדענקען וועלכע, ווייל ער איז געזיצן אויף ביידע....
דא און דיוויזשאן געדענק איך שוין ווי מ'האט אנגעהויבן צו זען יונגע תלמידים וואס קלאמערן זיך צום ראש ישיבה שליט"א, כ'געדענק ווי יעצט ווי די עטליכע תלמידים פון די ראש ישיבה פון דעמאלטס וואס האבן זיך אביסל געדרייט אין בית המדרש האבן געלערנט מיט אן אויסטערלישע התמדה.
אבער מ'האט אונז געלאזט וויסן פון אנהייב אז זיי קלערן צו פארקויפן דעם בנין, און מ'קען נישט זיין זיכער אז דער קונה וועט אונז לאזן דארט, וכך הוי, מ'האט פארקויפט און דער קונה האט געדארפט דעם בית המדרש פאר זיך.
מסיים געווען משניות צוויי הונדערט מאל!
ויסעו מ'דיוויזשאן עוועניו ויחנו ב'בעדפארד עוועניו. איך וויל נישט לאנג מאריך זיין אין דעם ארטיקל, ווייל דא איז שוין דא זייער אסאך צו דערציילן, סיי ווי אזוי מ'האט באקומען דעם שול בדרך נס, סיי פון שלעגערס וואס זענען געקומען זיך שלאגן ווייל איינעמ'ס חבר'ס זון איז געווארן "פארכאפט" אין ברסלב, "פארכאפט" אין זאגן משניות, ביז מ'האט געמוזט איינמאל גיין אריבער די גאס וואו ס'איז געווען א פאליס קאר פארנט פון פאפא בית המדרש, האב איך געזאגט פאר שאולי גאנץ נ"י גיי שוין רוף אהער די פאליס ווייל מ'טיילט שלעק, ברוך השם מיר זענען געווארן געראטעוועט אין די לעצטע מינוט.
- דרך אגב, דער בחור וואס איז געווארן "פארכאפט" אין ברסלב, האט שוין זוכה געווען אין עטליכע יאר צו מסיים זיין משניות צוויי הונדערט מאל!
א קליינער עולם, א גרויסע שמחה
איינע פון די שיינע הערליכע זכרונות פון דעם שול אויף בעדפארד איז געווען ווען מ'האט אריינגעגעבן א נייע ספר תורה. מוהרא"ש איז געקומען און געטאנצן אזוי שיין. מ'האט צאמגעשטעלט אלע טישן אינמיטן און מוהרא"ש האט געטאנצן ארום די טישן. מ'האט געזען די שיינע הערליכע מדה פון מוהרא"ש אז שמחה קומט נישט פון עפעס א "מצב", נישט דער "מצב" מאכט מיך פרייליך, "איך" בין פרייליך, ווייל איך האב זאכן וואס זענען "עכט", זאכן וואס זענען נישט "אנגעשטעלט". כ'האב משניות, כ'האב גמרא, כ'האב די זכות צו מזכה זיין נאך א איד זאל געדענקען אז דער אייבערשטער איז דא און ער הערט יעדע ווארט וואס איך רעד צו אים.
ס'איז געווען א קליינער עולם דארט ווען מוהרא"ש האט געטאנצן, אבער די שמחה איז געווען אזא סארט שמחה וואס וועפט נישט אויס מארגן ווען מ'זעט שוין נישט קיין פארענטשעס, פאקלען, סדרנים, וכו'.
ויסעו מ'בעדפארד עוועניו ויחנו ב'קלעסן עוועניו, א קורצע צייט האמיר געדאווענט אין איינעמ'ס שטוב אין די גרויסע דירות-קאמפלעקס אין קלעסן עוועניו. די מניעות צו דאווענען דא איז געווען זייער גרויס אבער ברוך השם איך האב זיך מתגבר געווען, איך האב זיך אינגאנצן איבערגעדעקט מיט'ן טלית און געדאווענט פאר זיך, נישט לייגנדיג קיין אכטונג אויף וואס טוט זיך ארום און ארום.
אין די תקופה וואס מיר האבן געדאווענט דא אין קלעסן עוועניו איז שוין פארגעגאנגען פיבערהאפטיגע הכנות צו מאכן גרייט דעם היינט-וועלט-בארימטן און וואיל-באקאנטן בנין הישיבה אויף סקילמאן סטריט, מ'האט שוין געווארט און געגארט יעדע וואך, "ווען וועט שוין זיין גרייט די נייע גרויסע בית המדרש און ישיבה און חדר"
דער היינטיגער בנין אויף "סקילמאן סטריט" וואס רופט אויס פאר די גאנצע וועלט אז יעדער קען צוריקגיין צום אייבערשטן
נאך א קורצע תקופה אין קלעסאן, האבן מיר זוכה געווען, ברוך השם, צו באנייען דעם בית גדול שמגדלין בו תורה ותפלה, דער בנין הידוע על פני תבל, "27 סקילמאן סטריט".
אויף צו אראפמאלן דעם באדייט פון דעם בנין דארף מען נישט נאך אן ארטיקל, און נישט נאך א בוך, ווייל איך ווייס נישט אויב הונדערט ביכער קענען אראפלייגן אין א כראנאלאגישן סדר וויפל סיום'ס פון ששה סדרי משנה זענען פארגעקומען סיי אין דעם בנין, און סיי אינדרויסן פונעם בנין וואס האט א שייכות מיט די דרשות וואס ווערן פון דא געהערט איבער דער גארער וועלט, דערצו נאך, וויפל סיום הש"ס'ן, וויפל סיומים פון ד' חלקי שולחן ערוך, רמב"ם, מדרש רבא, תנחומא, זוהר הקדוש, ליקוטי מוהר"ן ועוד ועוד, און וויפל סיומים פון איין מסכתא הונדערט און איין מאל.
כסדר קומען דא ארויף אידן וואס ווילן האבן די זכי' צו שטיין אין דעם הייליגן מקום פון וואו אזויפיל אידן נעמען חיות און פרישקייט אנצוגיין נאך איין טאג אין דעם וועלטעלע וואס איז פול מיט נסיונות פון יעדן סארט. איך אליין האב שוין דא גערעדט מיט אידן וואס זענען געקומען פון פארשידענע סטעיטס, פון טעקסעס, מאנטענע, קאלאראדא, מעין, פענסילוועניע, איינמאל האב איך דא געטראפן א איד וואס איז געווען פון ארץ ישראל אויפ'ן וועג קיין קאסטא ריקא, ער זאגט מיר ער האט פשוט געמוזט זען דעם פלאץ, און ער מוז שוין גיין ווייטער אויף זיין וועג, צום עיר פארט, קיין קאסטע ריקע, ער נעמט ארויס א גרויסן סכום געלט און ער בעט מיר איך זאל עס איבערגעבן פאר די ראש ישיבה שליט"א.
וואס דארף מען מער ווי וואס מוהרא"ש האט געזאגט.... אין אט דעם בנין האט מוהרא"ש זי"ע געזאגט: "איך ווייס נישט אויב ס'איז דא א בנין פון וואו עס גייט ארויס מער תורה ווי דא"
דעם הייליג'ן רבי'נס הויז אויף 500 בעדפארד עוועניו
נאך איין קליינע רינגעלע אינעם "ויסעו-ויחנו" קייט וואס מיר דארפן געדענקען איז די הויז פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, דאס מיינט סיי די הויז אויף 500 בעדפארד עוועניו, וואו רבינו הקדוש מ'סאטמער זי"ע האט אויסגעשריגן פון זיין ריינעם הארץ די קול פון אמונה אז נאר דער אייבערשטער אליין קען אונז אויסלייזן, און סיי די הויז אויף 535 בעדפארד וואס מ'האט געבויט פאר'ן רבי'ן ווען ער איז געווען אפגעשוואכט פון דעם סטראוק ר"ל, אין ביידע פון זיי האבן מיר געפראוועט א שמחת תורה, און אויף 500 בעדפארד האבן מיר אויך געפראוועט א יום הקדוש. דאס איז געווען אזוי ווי "בין הפרקים"..... צווישן איין בית המדרש און צווייטן, ווען מיר האבן געהאלטן אינמיטן זוכן דעם קומענדיגן בית המדרש, האבן מיר געמוזט דינגען די זאל'ן וואס זענען געשטאנען צום פארדינגען בבית רבינו הקדוש זי"ע פאר שבע ברכות'ן וכדומה.
דאס ברענגט אונז צום שלוס פונעם היינטיגן ארטיקל בנוגע אנקומען יענעם ראש השנה צום רבי'נס ציון און בנוגע די שייכות פון די טווין-טאוער אטאקעס צו די גרינדונג פון אונזער הערליכע וועלט בארימטע קהילה היכל הקודש ברסלב, בנשיאות אונזער געטרייער ראש ישיבה שליט"א.
ס'איז נאך דא אסאך פרטים צוצולייגן, ועוד חזון למועד, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.
שכח אייבישטער אז כ'האב געקענט אראפלייגן די השתלשלות הדברים אביסל מיט א סדר.