פארקאכט א טשולענט
ט תמוז תשפ"ב 📝
"האסט געהערט? יוחנן האט געעפענט א טשולנט געשעפט".
וואס הייסט? ער האט געעפענט נאך א געשעפט? ער האט דאך שוין א טשולנט געשעפט?
ניין, נישט יוחנן פון ירושלים. געדענקסט יוחנן וואס האט געלערנט צוזאמען מיט אונז אין תלמוד תורה, נו, געדענקסט אים זיכער, ער האט געעפענט פאריגע וואך א טשולנט געשעפט, איך זאג דיר אזא טשולנט האסטו נאכנישט פארזוכט, דו מוזט דיך אריבערכאפן דארט א ליל שישי, וועסט נישט חרטה האבן.
איך האב גארנישט געהערט, ווען האט ער געעפענט? עס איז געווען אדווערטייזד?
נעע, דו מאכסט א ווערטל יעצט… מיינסט עס ערנסט? האסט טאקע גארנישט געהערט, עס איז געווען אדווערטייזד אל"ל אויווע"ר. לעצטע וואך ליל שישי האט ער געמאכט א גרענ"ד אפענונ"ג, מ'האט זיך נישט געקענט רירן דארט, דער עולם האט געגעסן דארט ווי נאך א הונגער יאר, ס'נישט געבליבן קיין לעק, מ'האט זיך צעכאפט דארט. הערסטע…!
וואס איז אזוי ספעציעל מיט זיין טשולנט?
איך ווייס אויך נישט, איין זאך ווייס איך, אזא טשולנט איז נישט דא אין די מארקעט.
פיין איך וועל מיך אריבערכאפן, לאמיך שוין אמאל פארזוכן אביסל פון דיין עולם הזה… וואס זענען זיינע פרייזן דארט? ער לאזט זיך קאסטן?
פרייזן ווייס איך נישט, איך האב נישט געצאלט, איך האב געגעסן דארט בחינם. נישט אז איך האב ביי אים א אפענע אקאוינ"ט, נאר יעצט פאריגע וואך האב איך אים געהאלפן, ער האט געוואלט איך זאל אים זאגן מבינות, ער האט מיך גערופן איך זאל אים אביסל צוהעלפן, בין איך אריבערגעגאנגען, איך האב אים אביסל ארויסגעהאלפן.
איך זע די ביסט האק"ט א"פ מיט די גוטע…
ניין! פאריגע וואך דינסטאג האט ער מיך איינגעלאדנט פאר א נאכטמאל, ער האט מיר געזאגט אז ער גייט עפענען א נייעם געשעפט, ער האט געוואלט איך זאל אים זאגן מבינות אויף זיין רעסעפי, איך בין אריבער, עס זענען געווען נאך אפאר חברה דארט, דארט האב איך די ערשטע מאל פארזוכט די טשולנט, ער האט מיר מסביר געווען וויאזוי ער מאכט עס, איך ווייס… עפעס האט ער דארט גע'דרשנ'ט… קדום ווייקט ער די פלייש אין וויין, און נאכדעם פרעגלט ער די בונדלעך… פרעג מיך נישט, איך האב אויך נישט פארשטאנען וואס ער רעדט, אבער איין זאך איז זיכער, גוט איז עס געווען.
מיטוואך אינמיטן טאג באקום איך א קאל פון אים, ער וויל מאכן אזא קליינע גרענ"ד אפענונ"ג פאר די נאנטע חברים, ער האט מיך געבעטן איך זאל אריבערקומען, איך בין געגאנגען, איך זאג דיר איך האב נישט חרטה געהאט, עס האט זיך געגאסן דארט, דער עולם האט זיך מחיה געווען, ער האט סערווירט נאך זאכן, אבער דער עולם האט פון גארנישט געוואלט הערן, נאר פון די טשולנט.
דאנערשטאג איז געווען די גרענ"ד אפענונ"ג פאר די פאבליק, איך האב אים געהאלפן אנגרייטן די עווענ"ט, האסט נישט קיין אנונג וואס דארט האט זיך אפגעטון, מען האט געשטראמט פון אלע עקן שטאט, ער האט זיך נישט גערישט אויף אזא עולם, נאך א מזל אז איך האב אריינגעכאפט א צוויי דריי טעלער'ס פאר דער עולם איז אנגעקומען, ווייל ביים סוף איז נישט געווען קיין לעק, וועסט נישט גלייבן, קיין לעק איז נישט געבליבן.
בקיצור איך זע אז די עסט שוין טשולנט פאר א צוויי דריי וואכן…!
נישט קיין צוויי דריי וואכן, מאך עס נישט מער ווי ס'איז, היינט איז דינסטאג, פאריגע וואך דינסטאג האב איך געגעסן ביי אים טשולנט פאר נאכטמאל, מיטוואך איז געווען די פארטי פאר די נאנטע חברה, דאנערשטאג איז דאך געווען די גרענ"ד אפענונ"ג, שוין, פרייטאג איז דאך פשוט טועמי'ה טשולנט, פרייטאג צונאכט'ס?! פרייטאג צונאכט'ס… איין מינוט, איך דארף מיך דערמאנען… יא פרייטאג צונאכט'ס האב איך טועם געווען אביסל טשולנט, שבת אינדערפרי ווייסט'עך, זעמיר געווען ביי שמעונ'ען, ער האט דאך געמאכט באווארפן פאריגע וואך, ווען איז טאקע די חתונה? נישט פערצופאל היינט? עניווע"י די קידוש דארט איז געווען נעקס"ט לעווע"ל, עס איז געווען צו האקן, האסט פארזוכט פון די טשולנט? עס איז געווען פיינע נייעס, שבת אינדערהיים ביי די סעודה, ווי קען איך פארשעמען מיין ווייב'ס טשולנט.
איין מינוט זאג מיר נישט אז זונטאג האסטו אויך געגעסן טשולנט פאר נאכטמאל.
יא, זונטאג נאכט האב איך אויך געגעסן טשולנט, הע, ממש יום שכולו שבת, זונטאג, אודאי, וואס דען, ווי קען איך פארלאנגען מיין ווייב זאל גיין אפקאכן א פרישע נאכטמאל ווען עס איז נאך דא שריים פון שבת.
איך זע שוין א גאנצע וואך ביסטו אויף טשולנט… אז איך נעם פון דיר א בלא"ד טעס"ט וועט ארויסקומען טשולנט…
וואס טוט זיך עפעס אויסערדעם? יעצט איז דאך דיין סיזען, ניין? די ביזנעס גייט דיר שוין בעסער פון אמאל?
איין מינוט איך מיין אז מ'רופט מיין נאמען. אונז וועל מיר נאך רעדן א צווייטע מאל. גוט צו וויסן, אז איך דארף אמאל א גוטן טשולנט גיי איך אריין צו יוחנן, ער איז אפן א גאנצע וואך? שוין עניווע"י הצלחה, זיי רופן שוין מיין נאמען, איך בין שוין נעקסט אריינצוגיין צום דאקטער, איך האף עס וועט נישט נעמען לאנג, זיי געזונט.
****
שפעטער אינמיטן טאג קום איך צוריק צום דאקטער'ס אפיס אפנעמען די רעצעפטן פאר די מעדעצינען וואס ער האט פארשריבן פאר מיין קינד, איך זע מיין חבר'ס הוט און רעקל הענגט נאך און די וועיטינ"ג רו"ם אויף די זעלבע פלאץ ווי ער האט עס אויפגעהאנגען אינדערפרי, עס איז אינטערעסאנט, ווילסט מיר זאגן אז ער איז נאך אלס דא זייט דעמאלט?
איין מינוט די יונגעלייט וואס דרייען זיך דא ארום זענען דאך זיינע קינדער, איך האף אז עס איז נישט עפעס ערנסט, און, הצלה איז יעצט אנגעקומען זיי גייען אריין אין צימער פונעם דאקטער, א קאפיטל תהילים קען נישט שאטן, למנצח מזמור לדוד יענך….
איך ווייס נישט פונקטליך וואס עס גייט דארט פאר, איין זאך זע איך… עס טוט זיך א גאנצע איבערקערעניש אינעווייניג, עפעס האלבע'טע ווערטער האב איך אויפגעכאפט, עס איז נישט FDA עפראוו"ד… מען קען זיי קלאגן… ווי אזוי לאזט מען צו א דאקטער טון זאכן אויף די אייגענע האנט.
וואס גייט פאר דארט, טאטע אין הימל.
איך באמערק איינע פון זיינע קינדער, ער ווייסט אז איך בין א גוטע חבר מיט זיין טאטן, לאמיך אים א פרעג טון.
וואס גייט פאר? עס איז עפעס ערנסט? וואס איז געשען מיט דיין טאטן?
דער זון הייבט מיר אן דערציילן: "מיין טאטע איז געקומען פאר א רוטינע באזוך, ער האט אנגעהויבן נעכטן נאכט צו שפירן מילדע בויך קרעמפן, איך האב אים געזאגט ער זאל קודם גיין צום לאקאלן דאקטער אפשר וועט ער אים געבן עפעס עס זאל זיך בארואיגן".
דער זון דערציילט מיר ווייטער: "היינט צופרי האב איך שוין אינגאנצן פארגעסן פון די מעשה, איך ארבעט ביי א קאנסטראקש"ן סיי"ט, איך האלט אינמיטן דער ארבעט, ווען איך באקום א פאון קאל פונעם דאקטער'ס אפיס איך זאל שוין אריבער קומען, איך האב מיך אזוינס דערשראקן, איך האב אלעס געלאזט פליען און געקומען צו לויפן, איך בין אנגעקומען דא, מיין טאטע איז געווען בלאס ווי די וואנט, דו קענסט דיך נישט פארשטעלן ווי אזוי ער האט אויסגעזען, איך האב גערופן הצלה, איך בין געגאנגען צום אפיס פרעגן צו זיי ווייסן וואס דא גייט פאר. זיי האבן זיך גע'טענה'ט אהער און אהין, איך האב געמאכט אזעלכע קולות, אז אויב זיי זאגן מיר נישט זאפארט וואס אזוינס האט פאסירט מיט מיין טאטע רוף איך פאליציי.
זיי האבן מיך געבעטן זיצן, ביזדערווייל האט הצלה באהאנדלט מיין טאטע, ער האט נישט אויפגעהערט צו ברעכן, זיי האבן מיך געהאלטן אין איין בארואיגן אז ער איז אין א סטאבילע צושטאנד.
בקיצור א מעשה, די סטעף האבן מיר געזאגט אלעס פונקטליך וואס עס האט פאסירט היינט, דיין טאטע איז אריין געקומען, ער האט זיך אפגערעדט אויף מילדע בויך ווייען, דער דאקטער האט אים אונטערזיכט, און געזאגט אז ער האלט אז עס איז נישט קיין ערנסטע זאך, עס וועט גאר שנעל אריבער גיין, דער דאקטער האט אים געגעבן א ספעציעלע טיי וואס דארף כלומר'יש העלפן פאר בויך קרעמפן, און דא האט אלעס אנגעהויבן גיין בארג אראפ, מיין טאטע איז געווארן בלאס, ער האט אנגעהויבן ברעכן, ער האט גע'חלש'ט, ער האט אנגעהויבן אזוי שלעכט שפירן ממש יעדע מינוט איז עס געווארן ערגער.
איך ווייס נישט ווי אזוי א דאקטער נעמט א אחריות צו געבן אייגענע רעצעפטן פאר א פאציענט, איך זאג דיר ער איז א פשוט'ער שוסטער, איך האב שוין לאנג געהאט א חשד אויף אים, איך ווייס נישט ווער ס'האט אים איינגערעדט אז ער איז א דאקטער, איך האב גערעדט צופרי מיט מיין טאטן, ער האט געהאט אביסל בויך וויי, יעצט באטראכטן זיי די אפציע פון אים אריינפירן אין עמערדזשענסי רום, ממש ווי די גמרא זאגט: 'טוב שברופאים לגהינום'. טיי געבט ער?! ער איז אינגאנצן משוגע געווארן?!
ער וויל מיך נאך איינרעדן אז ער האט אים געגעבן סתם א טיי, ער האט מיר געזאגט דארט ווערטער, איך קען עס ניטאמאל נאכזאגן, קאמילן טיי? האסט שוין אמאל געהערט פון אזא טיי? איך ווייס אליין נישט וואס דאס איז, איך מיין אז ער האט זיך צומאלן אפאר גראזליך ביי זיך אין הויף און דאס געמאכט פאר א טיי… און מיט דעם שטאפט ער אן זיינע פאציענטן.
***
ווער געדענקט נאך די איכה ניגון וואס מען פלעגט זינגען אין קעמפ…
דינסטיג ברויט מיט טשולנט… מיטוואך טשולנט מיט ברויט… דאנערשטאג א פרישע באגע"ט מיט טשולנט… פרייטיג טשולנט פאר טועמי'ה… פרייטיג צונאכטס פשוט אביסל טעימה קלה א טעלער טשולנט לכבוד שבת… שבת ביים קידוש א שטיקל מזונות מיט טשולנט… שבת ביי די סעודה טשולנט מיט א קאלט גלעזל ביר… זונטאג פאר נאכטמאל א פיינעם טשולנט.
אלעס איז בסדר, אלעס איז פיין, אלעס איז גוט, אלעס איז וואויל. געגעסן א גאנצע וואך טשולנט, און גארנישט… פלוצלינג! מאנטאג אינדערפרי האט ער געטרינקען א טיי, קיין איין טשולנט בונדל האט ער נישט אריינגענומען… בלויז א פשוט'ע טיי געטרינקען, און… ער חלש'ט, ער איז בלאס, שוואך, קראנק, ער ברעכט, ממש כלות הנפש.
מוז דאך זיין… אז די טיי איז עפעס געווען פאר'סמ'ט. והא ראי' (מיט'ן גמרא ניגון…) ווילאנג ער האט געגעסן די טשולנט, איז דאך אלעס גוט געווען, ער האט זיך גוט געשפירט, איינמאל ער האט געטרינקען דעם טיי, טאקע דארט האט זיך אנגעהויבן אלע פראבלעמען.
***
מיר טרעפן זיך פול מאל אין א מצב ווען די סימפטאמען פון אונזערע פארדרייטע אויפירונגען קומען ארויס, פיל מאל קומט עס ארויס אויף גאר א ווייטאגליכן אופן, אזש די טעותים וואס מיר האבן געמאכט אין לעבן פראסקענען אין פנים.
מענטשן קענען צומאל נישט קוקן אויף די ווייטאגליכע מציאות אין פנים אריין, עס איז זייער שווער צו מסכים זיין און זאגן "יא, איך האב געמאכט א טעות, יא, איך גיי אויף א פארדרייטע וועג".
דא קען מען זייער שטארק דערקענען די מידות פון א מענטש, א מענטש וואס האט נישט אויסגעארבעט זיינע שלעכטע מידות, וועט ענדערש זוכן איינעם צו באשולדיגן אין זיינע פראבלעמען, ווי איידער מודה זיין על האמת און נעמען די שולד אויף זיך.
אבער פול ערגער איז, ווען מען טוט גאר באשולדיגן נישט קיין אנדערן ווי דעם דאקטער וואס געבט זיך איבער מיט געטריישאפט צו היילן די וואונדן וואס זענען ארויסגעקומען אין רעזולטאט פון דיינע פארדרייטע פירונגען, אזא איינער מוז האבן גאר פארדארבענע מידות.
אלס איינער וואס דרייט זיך אין ברסלב ביי דעם גרויסן רופא נפשות דער הייליגער רבי, און זיינע גרויסע תלמידים; מוהרא"ש זי"ע און דער ראש ישיבה שליט"א, קען איך עדות זאגן אויף פולע פעלער וואס איך האב מיטגעהאלטן פון דער נאנט ווי מענטשן האבן געגעבן א פעלערהאפטיגע חינוך פאר זייערע קינדער, און ווען די סימפטאמען האבן זיך אנגעהויבן ארויסצוזען אויפן קינד, איז ער געקומען ברענגען דאס קינד צום גרויסן דאקטער די תלמידים פון הייליגן רבי'ן, טאקע איידער ער האט געברענגט דאס קינד, האט אויסערליך זיך נאך גארנישט אנגעזען אז עפעס גאר ערנסט גייט פאר מיט'ן קינד. און צומאל זענען די סימפטאמען שוין יא ארויסגעקומען נאך זייענדיג אונטער'ן מאמעס פארטוך, אבער עס איז נישט געווען אזוי מערקבאר, די ביטערע מחלה וואס דאס קינד האט געהאט, איז נאך געווען פארשלייערט אונטערן שיינעם וואלענעם טלית קטן, הונטער'ן בא'חנ'טן חסידיש'ן וועסטל, אונטער די שיין געביגלטע ישיבה כאלאט. אבער ווען דער דאקטער האט אנגעהויבן עפענען די וואונדן, און דאס אייטער וואס האט זיך באהאלטן אונטער די וואונדן האבן אנגעהויבן ארויסקומען, דאס שמוץ וואס איז געלעגן באהאלטן אונטער דעם אנשטעל פון א שיינעם זיידענעם בחור, האט אנגעהויבן ארויסקומען. פלוצלינג ווערט די האר פארדרייט, די צוויי שיינע לאקעלעך פיאות ווערן פלוצלינג פארשווינדן, דאס קאפעלע ווערט ליידער ווייניגער ווי א כזית… פלוצליג זעט זיך דער פאטער אין א ים פון זאלץ וואסער, ער זוכט ווי מ'קען פטר'ן די מרור… ווי מען קען ארויפשמירן אויף איינעם די פארשימלטע טשולנט וואס ער האט אומוויסנדיג אליין פארקאכט.
מיר שטויסן זיך אן כסדר הערנדיג אזעלכע אויסדרוקן:
"עס קומען אריין 'ענקערע' יונגעלייט דאווענען ביי 'אונז' זיי גייען זייער פראסט אנגעטון, פארוואס קען מען נישט אביסל פארלאנגען פון זיי, איר האט דאך יא עפעס א שטיקל השפעה אויף די אלע שוואכע עלעמענטן, פארוואס קען מען זיי נישט זאגן עפעס א ווארט".
"איך זע זיי כסדר 'ענקערע' בחורים זיי קומען ביינאכט צו מיר אין געשעפט, זיי קומען מיט אזעלכע גרויסע טשופ'ס, מיט די גרויסע טעלעפאנען, איר וואלט דאך געמעגט זאגן עפעס א ווארט".
"איך הער אז די נשים דארט ביי 'ענק' גייען מיט די פארשידענע מינים ממינים שונים, די לאנגע שייטלען, מיט די געשמירעכצער. שוין, איך זאג גארנישט… אני את נפשי הצלתי, איך האב נאר געזאגט וואס איך האלט, איר קענט ווייטער טון ווי איר פארשטייט".
אדער: "איך זע 'ענקערע' תלמידים זייער נישט איידל ווי אזוי זיי פירן זיך אויף, שוין, מ'טוט דאך אויף מיט זיי, ס'איז א מורא'דיגע זאך, אבער אפשר דאך קען מען עפעס פועל'ן ביי זיי, זיי זאלן זיך נישט פירן ממש אזוי פראסט, איך פארשטיי אז דאס איז 'ענקער' שיטה אין חינוך, מען וויל אכטונג געבן נישט צופיל זאגן פאר די קינדער, אבער מען דארף דאך - ווי נישט ווי - אראפשטעלן עפעס א גבול…"
***
צומאל וועט א טאטע וואס האט געשיקט זיין זון אדער טאכטער דא, שוין וויסנדיג וואסערע תכשיט ער פארמאגט, אבער אין גאס האט מען נאכנישט געוויסט וואספארא סחורה דאס איז, און אזוי ווי ער איז געקומען צום ראש ישיבה זיך היילן, פלוצלינג, די וואונדן האבן אנגעהויבן צו פלאצן, די ווייטאג הייבט אן ארויסצוקומען, און פארשטייט זיך אז עס ברענגט נישט קיין כבוד פאר די משפחה, יעצט קומט אים אויס גרינגער ארויפצושמירן אלעס אויפן דאקטער, ער איז גאר בא'עוולה'ט געווארן.
אין פרינציפ וואלט ער געצאלט שכר לימוד פאר זיין זון, אבער דאס וועט דאך אויפווייזן אז 'הוברר הדבר למפרע' אז ער איז גאר שולדיג אין די פראבלעמען פון זיין קינד, עס וועט ארויפקומען אויפן אויבערפלאך אז דאס זענען גאר 'זיינע' פירות, אין אזא פאל קומט אים בעסער אויס צו פירן א רוגזה און פראבירן… צו ווייזן פאר זיינע נאנטע, באקאנטע און גוטע פריינט אז דאס וואס זיין קינד זעט אזוי אויס האט ג-א-א-רנישט מיט די גוטע חינוך… וואס ער האט אים געגעבן, עס איז גאר דער דאקטער ווי ער האט אים געשיקט זיך היילן, דער האט גאר חרוב געמאכט זיין קינד…
אין די שיעורים, ווען דער ראש ישיבה שליט"א, וויל אונז אביסל אויסאיידלען די מידות, ער וויל אונז ווייזן ווי אזוי עס קוקט אויס א מענטש וואס האט נישט געארבעט אויף זיינע פארדארבענע מידות, זאגט ער כסדר סארקאסטיש: "א מענטש מוז האבן דריי זאכן וואס זאלן אים דערהאלטן ביים לעבן, צום ערשט דארף ער האבן לופט צו אטעמען, דערנאך דארף ער האבן ברויט און וואסער צו קענען עסן און טרינקען, און די דריטע זאך וואס ער דארף האבן צום לעבן, וואס איז אפשר גאר די וויכטיגסטע פון אלעם, ער דארף האבן איינער וועם צו באשולדיגן אין זיינע פראבלעמען… אן דעם קען ער נישט לעבן…
***
פרשת חקת ווערט גערופן 'חקת' צוליב וואס די מצוה פון פרה אדומה איז זייער א וואונדערליכע מצוה, א מצוה וואס ווערט אנגערופן 'חוק' א געזעץ, א מצוה וואס מען קען נישט פארשטיין. ווי אזוי ארבעט די מצוה פון פרה אדומה, מען נעמט א רויטע קוה, מען שחט עס, מען פארברענט עס, דער אש מישט מען אויס מיט ריין וואסער, און די אש טוט מען שפריצן אויף א טמא'נעם מענטש, און דער מענטש ווערט ריין.
וואס עס געשעט נאכדעם וואס דער מענטש ווערט ריין איז זייער וואונדערליך, דאס אפר הפרה טוט ריין מאכן דעם טמא'נעם מענטש, אבער… וואונדער איבער וואונדער דער כהן וואס שפריצט אויף אים, דער כהן וואס מאכט אים ריין, וואס נעמט אראפ פון אים די טומאה, דער כהן ווערט גאר טמא, איז דאס נישט א אינטרעסאנטע פלא'דיגע מצוה? יא! עס איז זייער אינטרעסאנט, עס איז זייער א וואונדערליכע מצוה, דערפאר ווערט דאס אנגערופן 'חוק', א געזעץ דאס הייסט א מצוה וואס מיר באגרייפן נישט מיט'ן שכל.
אבער אינטערעסאנט איז, אז היינטיגע צייטן וואס מיר האבן שוין נישט די מצוה פון פרה אדומה, אבער מיט דעם אלעם די וואונדערליכקייט פון די מצוה איז נאך געבליבן, מיר זענען עדות ווי דער ראש ישיבה שליט"א שטייט מיט מסירת נפש, מיט בזיונות און שפיכת דמים, ער קעמפט ווי א לייב אנטקעגן א גאנצע וועלט, פאר איין איינציגע סיבה 'לטהר טמאים' נעמען נשמות ישראל און זיי ארויסנעמען פון די טיפע בלאטע'ס וואס זיי זענען אריינ(געפאלן)געווארפן געווארן…
"תשתפכנה אבני קדש בראש כל חוצות… בני ציון היקרים המסלאים בפז" וויינט דער נביא אין איכה, טייערע בחורים, יונגעלייט, מיידלעך, ווייבלעך, נשמות פון אידישע קינדער, וואלגערן זיך נעבעך, טייערע בריליאנטן וואס איר האט אוועקגעווארפן, איר האט פארקאכט א טשולנט, אבער איר קענט שוין נישט שטיין דערנעבן, איר מוזט עס ארויסווארפן, די ערליכע אידן קריכן אריין אין די דזור"ע, זיי קלייבן אויס די בונדלעך און וואשן עס, רייניגן עס, אבער וואס געשעט פלוצלינג 'לטמא טהורים' די צדיקים די ערליכע אידן זיי ווערן גאר טמא.
זיצט זיך א איד פארקוטשקעט אונטערן טלית, און זינגט זיך מיט אזא געוואלדיגע נעימות, אוחח… מיט אזא דביקות, מען קען צוגיין פון מתיקות, 'לטהר טמאים, לטמא טהורים, באומר קדוש'.
צופעליג קען איך דעם איד, איך געדענק ווי אזוי ער האט אויסגעקומט ווען ער איז געקומען זיך 'לטהר טמאים', און איך טראכט צו מיר… האט ער אינזין די פירוש המילות? טראכט ער אויך דאס וואס איך טראכט?