פרישע מקורבים
יא חשון תשפ"ד 📝
קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
ניין איך מיין עס אמת'דיג אויב גייסטו עס שוין יא באשרייבן שרייב כאטש כאטש א געהעריגע הספד אזוי ווי ביי מצוה טאנץ... איך וועל איבערנאכט קענען ווערן א ותיקין איד וואס האט א חברותה אין ש"ס, בשעת'ן לויפן אויף צענדליגע הצלה רופן, זייענדיג אויך א גרויסער עניו. אויף מיין זיידע האט עפעס א רבי געזאגט 'מע אה אה פשיהא' און ווייסט דאך אזוי נישט מיר נישט דיר פארטיילט טויזנטער אויף צדקה...
כאפסט וואס איך זאג?! שרייב עס געהעריג, די גאנצע מצוה טאנץ נוסח... הא הא הא...
***
זאג נאר דו פלעגסט אפשר גיין הפצה ביי עווערגרין פינף יאר צוריק?
יא און איך גיי נאכאלץ!
אהא דו ביסט עס, יעצט כאפּ איך...
וואס? ווער איז מקורב געווארן דורך מיר? לאמיר הערן עפעס א גוטע סיפור התקרבות.
הער א מעשה:
א שנה ראשונה אינגערמאן, קוים געעפנט א באנק אקאונט, מ'לעבט נאך פון די פאר חתונה טשעקלעך און מ'הייבט אן דאס לעבן אביסל ענדליך צו שפילן הויז... אבער עכט.
גייט זיך דער פרישע אינגערמאן אויף א מיטוואך פארנאכט צום גרויסן עווערגרין גראסערי אין מאנסי צו מאכן די שבת ארדער, ער שפירט זיך אין די לופטן האבנדיג זיין אייגענעם שאפינג ליסטע, ס'איז אזוי עקסייטינג. ער קומט אן גראסערי כאפט א וועגעלע און הייבט אן שפאצירן די גרויסע ברייטע איילס פונעם געשעפט.
די וועגעלע ווערט פולער און פולער, אלעס וואס די אויגן פארלאנגט פארט גראד אריין באגלייט מיט א געשמאקע 'לכבוד שבת קודש', נישט פארגעסנדיג נאך איין מאל ארומצולויפן דעם גאנצן געשעפט מאכן זיכער אז ער האט גארנישט פארפאסט חלילה קיין גוטע אייטעמס אדער גאר עפעס א ספעשל...
ער שטעלט זיך אין ליין צו באצאלן און הייבט אן באטראכטן דעם ריזיגן הויפן אינעם וועגעלע, ס'ווערט אים נישט גוט, "אייבערשטער העלף איך זאל דאס קענען באצאלן…" ענדליך זיין רייע, ער ענדיגט אפּלאדענען דאס גאנצע מעשה, דער קעשיר זאגט אים וואס קאסט און ער הייבט אן קראצן אלע טאשן, נאכן צוזאמען שטעלן זיינע סינגלס מיט עטליכע קוואדערס, ניקלס און פעניס האט ער עס געמאכט!
יעצט שפאצירט ער ארויס מיט א וועגעלע פון פינעף באקסעס מיט כל טוב וטוב לכבוד שבת קודש און פרובירט עס צו באלאנסירן אויפן וועג צו זיין קאר, ווען פלוצלינג קומט איינער צו צו אים:
אנטשולדיגט אפשר ווילט איר געבן עפעס פאר צדקה?
אפשר? זיכער!
דער אינגערמאן נעמט ארויס זיין פרישע דעביט קארד, איר נעמט א קארטל?
יא זיכער, וויפיל?
דער אינגערמאן מאכט זיך א שנעלע חשבון איך גיי אים דא מטריח זיין מיטן קארטל איך קען נישט סתם חוזק מאכן ער גייט נאך דארפן צו צאלן פראצענט אויך, שוין זאל זיין א פינעווער!
א גרויסן שכח תזכה למצוות, דא האט איר א שיינע מתנה!
א שיינע מתנה?! פששש מיין לאקי טאג, וואסערע מתנה טיילט דער אידל אויס? א קונטרס'ל 'שלום אין שטוב', ס'קוקט אויס שיין, ס'פארט אריין אין טאש "שכח גוט שבת".
גראד זיך געגאנגען גרייטן אויף שבת קודש ס'נעמט דאך צייט צו קענען אנגרייטן א שבת פון פינעף אייער באקסעס פאר א שנה ראשונה קאפּל...
שבת איז אריבער מעין עולם הבא' דער אינגערמאן האט זיך געשפירט קעניג אויפן וועלט' ער זינגט די ניגונים וואס ער האט ליב, ער רעדט און שמועסט פון טאפּיקס וואס אים געפעלט, ער זיצט אויבן אן ווי קעניג אויפן שטוהל' ענדליך א מענטש פאר זיך...
זונטאג צוריק אין כולל...
די מעשה אבער איז גארנישט אזוי פשוט' ווייל דער אינגערמאן קען גערן באשטיין צו לערנען אבער דער ראש הכולל האט מחליט געווען אז יענער אינגערמאן איז גאר א פאסיגע חברותה פאר דער אינגערמאן.
יענער אינגערמאן איז בעצם גאר א גרויסע מתמיד, און בעצם גאר א חשובע אינגערמאן, און בעצם גאר א גוטע קאפּ, און בעצם פארמאגט ער אן אויסטערלישע זיכרון, און בעצם איז ער גאר א גרויסע למדן, און בעצם קומט ער יעדן טאג אין צייט, און בעצם לערנט ער שעות רצופות, און בעצם פארמאגט ער א טיפע הבנה, און בעצם האט ער א מהלך ווי אזוי מ'וואלט ווען געדארפט בעצם לערנען....
אבער למעשה….
למעשה איז ער א פעקל פלייש וואס דינט ווי א פערפעקט היט האלטער.
דער אינגערמאן ווייסט נישט וואס טוט מען דא מיט דער חברותה וואס האט שוין באוויזן צו מאכן שניי פון דריי קאווע גלעזלעך מיט א פערדע אויפן וועג... ער קען זייער גוט זאגן יאאאא מיט דער גמרא ניגון נאכאמאל נאכאמאל יאאאא אבער א דופן עקומה!
דער אינגערמאן פרובירט אביסל צו לערנען אליין, אבער אין א לומד'ישע גמרא כולל וואו מ'לערנט יש נוחלין און מ'קוועטשט אויס יעדער שורה אין תוספות מהרש"א קען מען דען לערנען אליין? נישט מעגליך!
הייבט ער אן חלומ'ען אויפן וואנט און באטראכטן אלע חברותות ווי אזוי זיי לערנען. שוין דורכגעקוקט דעם קול הציבור פינעף מאל, ווייסט שוין פון אויסנווייניג ווער ס'גייט מאכן א וואכנאכט און ווי אויך וואס די אויסקוק איז פאר די נעקסטע צוויי וואכן... יעצט גייט ער אראפ אין בעיסמענט קוקן אין די שמחה זאל פונעם בית המדרש זען אפשר איז געבליבן עפעס גוט צו עסן פון די נעכטיגע שמחה...
בקיצור ער ווערט משוגע פון ליידיג גיין. ביז אזוי גולמ'ענדיג אויפן מפתח הספרים אין חדר שני כאפט ער זיך אז ער האט עפעס א מתנה פון איינעם אין טאש א קונטרס!
מיט צוגענוגלטע אויגן שלינגט ער שורה נאך שורה אזעלכע זיסע עצות אזעלכע פשוטע שכל ס'איז דאך מורא'דיג!
נעקסטע וואך ביים שאפינג אויפן וועג ארויס זיכט ער שוין אויף דער געלט גייער ווייל ער דארף האבן נאך א מתנה'לה ס'איז דאך געווען א מחי' די פריעדיגע, ער טרעפט אים נאכאמאל אויפן וועג ארויס געבט אים גראד א פינעווער און בעט זיך אפשר האט איר נאך א שיינע קונטרס?
אוודאי! דא האסטו קענסט דיר אויסוועלן...
דער אינגערמאן נעמט דריי שטיק גייט אהיים און ווייסט ביי זיך אז די קומענדיגע וואך איז שוין כולל מסודר... אוי האט ער זיך מחי' געווען מיט די זיסע עצות ממש א מחי'...
****
ניין חשובע מפיץ די מעשה האט זיך נישט געענדיגט אז ער איז מקורב געווארן צו קהילת היכל הקודש, בכלל נישט, ער ווייסט נישט אז ס'איז דא א מוהרא"ש, א ראש ישיבה, א קהילה מיט מוסדות, ער האט באקומען א זיסע קונטרס מיט לעכטיגע עצות און זיך מחי' געווען זיין לעבן מיט דעם!
און דאס איז די עיקר הפצה וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז. דו ברויכסט קיינעם נישט ברענגן אהער, מיר זוכן נישט צו בויען א חסידות, זאל יעדער בלייבן וואו זיי זענען, אבער דו קענסט מחי' זיין נאך א איד אין זיין חסידות אין זיין קהילה אן דעם וואס ער זאל אפילו וויסן אז ס'עקזעסטירט א ראש ישיבה, קען ער זיך מחי' זיין און אויפלעבן פון די זיסע עצות פונעם רבין.
אז ס'איז דא נאך א איד וואס גייט רעדן צום באשעפער ווייל דו האסט אים געגעבן א קונטרס, נאך איינער וואס גייט אנהייבן 'זאגן' משניות ווייל האט פון דיר באקומען א ספר'ל, נאך א איד וועט מחוזק ווערן ווייל ער האט פון דיר באקומען א גליון, דאס איז הפצה, אפילו דו זעסט נישט ווי דו ברענגסט 'פרישע מקורבים'.