הקדמה
דא וועט איר בעזרת השם קענען מיטהאלטן א הערליכע פרעזענטאציע פון די לעבן פון מוהרא"ש זכרונו לברכה. מיר וועלן בעזה"ש דורכגיין זיינע אינגע יארן אין ירושלים עיה"ק, זיינע בחורישע יארן אין די בראנקס, ווי ער האט געטראפן א ברסלבע ספר, וואס האט געטוישט זיין לעבן. וואס עס האט פאסירט נאך זיין חתונה, ווען בחורים האבן אנגעהויבן צו קומען צו אים און געבעטן עצות און הדרכה.
מיר וועלן דורכשפאצירן פילע שטורמישע קאפיטלען פון דאס לעבן פון מוהרא"ש, וואס האט גענומען פאר זיך זיין ציל אין לעבן אריינצוברענגען די זיסע און געשמאקע לימודים פון הייליגן רבין צו יעדן איד אויף דער וועלט. מיר וועלן מיטהאלטן וואס עס איז אריבער אויף מוהרא"ש אין די זעכציג יאר וואס אלעס האט זיך געדרייט ארום דעם איינע מחשבה "וויאזוי קען איך העלפן נאך א איד זיך דערנענטערן צום אייבערשטן?"
 
קאפיטל א': מוהרא"ש'ס נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט
 
זיינע עלטערן
מוהרא"ש זי"ע איז געבוירן געווארן אין שטאט תל אביב אום כ"א אייר יאר ת"ש לפ"ק, צו זיינע הייליגע עלטערן הגה"צ רבי מנחם זאב שיק זצ"ל, דער טאקאיער רב, און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת מלכה ע"ה די טאכטער פון הגאון רבי חיים שלמה זלמן מאשקאוויטש זצ"ל, דער טאקאיער רב.
זיינע עלטערן זענען קורצליך פריער אנגעקומען פון אונגארן פון וואו זיי זענען אנטלאפן, נאכדעם וואס די מצב דארט איז געווארן אומדערטרעגליך.
 
אין ירושלים
מוהרא"ש'ס עלטערן האבן געזען אז תל אביב איז נישט א פאסיגע פלאץ וואו אויפצוציען אן ערליכער דור, האבן זיי זיך געצויגן קיין ירושלים עיה"ק, ווי פילע ערליכע אידן האבן געוואוינט.
ווען דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל אין יאר תש"ה, האט דער סאטמערער רבי געשטעלט מוהראש'ס טאטע אלץ ראש ישיבה פון "ישיבה יטב לב" וואס ער האט דאן געגרינדעט אין ירושלים.
ביי די דריי יאר אלט, איז מוהרא"ש אריינגעגאנגען אינעם באקאנטן ירושלימער חדר "תלמוד תורה עץ חיים", וואס איז געגרינדעט געווארן דורך הגאון רבי שמואל סאלאנט זי"ע.
 
די חדר יארן
אין כיתה ג' האט מוהרא"ש געהאט א מלמד א ברסלבער חסיד, רבי יעקב קאלמאנאוויטש ז"ל וואס מען האט גערופן "רבי יענקל מלמד", רבי יענקל איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי אברהם שטערנהארץ ז"ל (אן אייניקל פון הייליגן רבי נתן).
דער מלמד רבי יענקל פלעגט יעדן פארטאגס זיך מתבודד זיין אסאך שעות, און בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדן תלמוד עקסטער אז ער זאל מצליח זיין אין תורה און יראת שמים. 
ער האט טאקע זייער מצליח געווען מיט די תלמידים, וואס האבן געדענקט זייער גאנצע לעבן וואס מען האט געלערנט ביי אים, און קיינער פון זיי זענען נישט ארויס לתרבות רעה.
 
א מלחמה אין אלט שטאט
אין יאר תש"ח האט אויסגעבראכן די מלחמה צווישן די אראבער און די ציונים, די מצב אין גאסן פון אלט שטאט ירושלים איז געווארן שרעקליך, מען האט נישט געקענט ארויסגיין אויפן גאס, אפילו די חדרים זענען פארמאכט געווארן. דאן איז די גאנצע משפחה אוועק פון אלט שטאט, און זיך אויפגעהאלטן אין א קליין האטעל אין צענטער פון שטאט.
 
די עבודה פון צדיקים
דארט האט מוהרא"ש געזען די הייליגע עבודה פון פילע צדיקים וואס זענען געקומען דארט זיך אויפהאלטן, ווי הרב הקודש רבי מרדכי חיים זי"ע דער סלאנימער רב, דער פריערדיגער תולדות אהרן רבי זי"ע, און זיין שווער דער בעל שומרי אמונים זי"ע.
אויך האט מוהרא"ש געהאט די געלעגענהייט צו זען אין ירושלים דער ירושלימער רב רבי יוסף צבי דושינסקי זי"ע, הגה"ק רבי זעליג ראובן בענגיס זי"ע ראב"ד ירושלים, און דער גרויסער מתמיד רבי גרשון לפידות זצ"ל.
 
סיפורי צדיקים
מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט צו הערן סיפורי צדיקים. ביים עלטער פון צוועלף יאר, איז זיין מלמד געווען דער גרויסער ירושלימער מגיד רבי שבתי יודעלעוויץ ז"ל, וואס האט זייער אויפגעפלאמט די תלמידים מיט זיינע זיסע מעשיות און משלים.
 
ווער און וויאזוי איז מען א צדיק?
ווען מוהרא"ש פלעגט הערן מעשיות פון צדיקים, פלעגט אים אבער קוועטשן צוויי זאכן. איינס, פארוואס האט דער אייבישטער אויסגעוועלט דווקא אין די נשמות אז זיי זאלן זיין די צדיקים? איז עפעס דא פראטעקציע ביים אייבערשטן? און צווייטענס, מען פלעגט פארציילן ווי די צדיקים האבן "געזען אין הימל" - מוהרא"ש פלעגט טראכטן: "וויאזוי גייט מען ארויף אין הימל?", די צוויי קשיות האבן אים שטארק געדרוקט אין זיינע אינגע יארן.
 
זאלסט זיין א מנהיג ישראל
פארן בר מצוה איז מוהרא"ש אריין מיט זיין מאמע צו הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס האט אים אנגעווינטשן מיט א זעלטענע ברכה "זאלסט זיין א ירא שמים, און א מנהיג ישראל". 
 
א פשוטע בר מצוה מיט טייערע תפילין
כאטש וואס צוליב גרויס ארימקייט האט מען געפארוועט נישט מער ווי א קליינע בר מצוה מיט צוויי-דריי חברים. האט אים אבער זיין מאמע געקויפט מיט מסירת נפש, גאר טייערע מהודר'דיגע תפילין פונעם בארימטן סופר רבי יהודה ישכר בער ראטה ז"ל, וואס איז אים געווען גאר טייער.
 
אין וויליאמסבורג
נאכן ווארטן אפאר יאר, האט ער מיט זיין מאמע ענדליך באקומען פאפירן קענען צו פארן קיין אמעריקע. אום חודש אלול תשי"ג זענען זיי אנגעקומען קיין וויליאמסבורג, ווי זיי האבן זיך מסתופף געווען ביים הייליגן צדיק דער סאטמארער רבי זי"ע אין די ימים נוראים פון שנת תשי"ד. דאן האט מוהרא"ש געהערט דאס ווארט פון סאטמארער רבי "איין זאך האב איך מורא פארן בית דין של מעלה, אז איך האב נישט גענוג געטון פאר אונזערע ספרדישע ברודער". וואס איז אים אריין אין די ביינער.
 
ישיבה קטנה
אלץ יונגע בחור האט מוהרא"ש זי"ע געלערענט א האלבע יאר אין די נייטרא ישיבה אין מאונט קיסקא, דערנאך איז ער אריין אין ישיבה "ערוגת הבושם צעהלים" אין וויליאמסבורג. וואוינענדיג אין די בראנקס, פלעגט מוהרא"ש דארפן אויפשטיין זייער פרי פארטאגס, און נעמען די באן קיין וויליאמסבורג, וואס האט גענומען צוויי שעה.
דער מגיד שיעור דארט איז געווען הרה"צ רבי רפאל בלום זצ"ל, דער קאשויער רב.
 
קאפיטל ב': מוהרא"ש טרעפט א נייע אור
 
צוויי שעה אויפן טרעין
אויף די לאנגע וועגן פלעגט מוהרא"ש אלץ מיטנעמען א ספר אדער א מעשה ביכל וואס ער האט געטראפן אין ספרים שאנק ביי זיין טאטן.
אין איינער פון די טעג אנפאנג ווינטער שנת תשט"ז האט מוהרא"ש אין איילעניש צו כאפן דעם טרעין קיין וויליאמסבורג, געכאפט א ספר "משיבת נפש". דער ספר איז אנגעקומען צו מוהרא"ש'ס טאטע אין די הענט נאך אין ירושלים דורך א מפיץ, וואס האט עס אריינגעלייגט אין ספרים שאנק.
 
מען קען רעדן צום אייבערשטן
אויפן טרעין האט מוהרא"ש ארויסגענומען דעם ספר'ל פון טאש און אנגעהויבן אריינצוקוקן דערין, און האט געשפירט "דער ספר רעדט צו מיר!", אויך ווען ער איז שוין אנגעקומען אין ישיבה האט מוהרא"ש נישט געקענט אראפלייגן דעם ספר פון זיין האנט, ער האט במשך דעם טאג איבערלערענט דעם ספר עטליכע מאל.
 
וואס איז דאס ברסלב?
ער האט זיך נאכגעפרעגט ווער עס האט געמאכט דעם ספר און זיין ברודער הגאון רבי בנימין ז"ל האט אים געזאגט אז דאס איז א ברסלבער ספר, און האט אים צוגעוויזן די אנדערע ספרים וואס דער הייליגער רבי און רבי נתן האבן מחבר געווען, די ליקוטי מוהר"ן, ליקוטי הלכות, און אזוי ווייטער.
מוהרא"ש האט נישט גערוט ביז ער האט באוויזן צו לייגן זיין האנט אויף די אנדערע ספרים פון רבין, צו וואס ער איז געווארן צוגעקלעבט. און דא האט ער געטראפן די ענטפערס אויף זיינע שאלות וואס האט אים געדרוקט, מוהרא"ש האט געטראפן וואס דער הייליגער רבי נתן שרייבט אין ליקוטי הלכות הלכות ברכת השחר, אז מענטשן מיינען אז צדיקים ווערן נאר די וואס האבן א ספעציעלע הייליגע נשמה, אבער דער אמת איז - שרייבט רבי נתן - אז יעדער איד לויט וויפיל ער פלאגט זיך און שטארקט זיך מיטן רעדן צום אייבעשטן, אזוי ווערט מען א אמת'ע צדיק. און אויף זיין צווייטע שאלה וויאזוי גייט מען ארויף אין הימל, האט ער געזען אין ספר "השתפכות הנפש",  אז דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן, באקומט מען א ריינע מח, און מען ווערט דבוק אין אייבערשטן, ביז מען קומט אן גאר הויך.
 
תמימות ופשיטות
מוהרא"ש האט אנגענומען און געפאלגט יעדע הנהגה און עצה וואס ער האט געזען ביים רבין מיט א תמימות און פשיטות. מוהרא"ש פלעגט רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג אסאך שעות, וואס האט אים געברענגט צו ווערן א גרויסער מתמיד, אנדערש ווי ביז יעצט וואס ער האט נישט געהאט קיין געדולד צו לערנערן, און אזוי אויך האט עס אים געברענגט א קלארע און ריינע אמונה.
 
זאגן ח"י פרקים משניות
אזוי אויך זעענדיג דעם שיחה אין שיחות הר"ן סימן קפ"ה, האט ער גענומען אויף זיך דאס זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג מיט א מורא'דיגע עקשנות, און האט זיך נישט גערירט פון פלאץ ביז ער האט זוכה געווען צו ענדיגן.
 
משמש זיין צדיקים
אלץ בחור אין ישיבה האט מוהרא"ש זוכה געווען צו זען און באדינען פארשידענע צדיקים וואס ער האט זיך אסאך אפגעלערנט פון זייערע הייליגע וועגן, צווישן זיי דער נאוואמינסקער רבי זי"ע, און דער רבי רבי דוד יצחק אייזיק, דער סקאליער רבי זי"ע, און דער צאנז-קלויזענבורגער רבי זי"ע.
טראץ פארשידענע מניעות וואס ער האט געהאט אויסצושטיין פאר פארשידענע ריכטונגען, האט ער זיך געשטארקט אין ווייטער געגאנגען מיט זיין הייליגע עבודה.
 
א נדר צו פארשפרייטן די ספרים
מוהרא"ש האט זיך זייער געפלאגט צו טרעפן פארשידענע בענדער פונעם הייליגן ספר "ליקוטי הלכות", ער האט עס ארומגעזוכט אין יעדע ספרים געשעפט וואס עס איז נאר מעגליך געווען, און כאטש ער האט צום סוף מצליח געווען עס צו טרעפן, האט ער צוגעזאגט צו זיך אז ווען דער אייבישטער וועט אים העלפן און ער וועט חתונה האבן, וועט ער דרוקן אלע ספרים פון הייליגן רבין, און עס פארשפרייטן אויף די וועלט פאר קאסט פרייז.
 
ראש השנה ביים קיבוץ
אין יאר תש"כ האט ער זיך צום ערשטן מאל באטייליגט ביים קיבוץ פון אנשי שלומינו אויף ראש השנה. דער מנין איז דאן באשטאנען אין דער ברסבלער בית המדרש אין דער איסט סייד, ווי עס האבן זיך באטייליגט נישט מער פון פופצן מענטשן. און טראץ די פילע שווערקייטן פון אלע זייטן, אויסערדעם וואס ער האט נישט געהאט וואס צו עסן און וואו צו שלאפן, אבער איז געווען זייער פרייליך צו מקיים זיין דעם רצון פון רבין.
דארט האט זיך מוהרא"ש באקענט מיטן ברסלבן חסיד הרה"ח רבי בנימין זאב חעשין זצ"ל, פון וועם מוהרא"ש האט אסאך מקבל געווען דאן.
 
אין ישיבה פון רבי משה
נאך ראש השנה, איז מוהרא"ש אריין אין ישיבה "תפארת ירושלים" פון הגאון רבי משה פיינשטיין זי"ע, ווי מוהרא"ש האט געלערנט זייער פלייסיג א גאנצן טאג מיט א מורא'דיגע עקשנות, וואס גארנישט האט אים נישט געקענט אוועקרוקן פון זיין ספר.
 
מוהרא"ש ווערט א חתן
כ' סיון תשכ"א איז מוהרא"ש געווארן א חתן. די כלה איז געווען א טאכטער פון רבי אשר ישעיה ראטענבערג זצ"ל דער קאסאנער רבי.
די חתונה האט מען באשטימט אויף חודש שבט תשכ"ב. צוליב די גרויסע הערצה וואס הגאון רבי משה פיינשטיין האט געהאט אויף דעם בחור דער גרויסער מתמיד פון ישיבה מוהרא"ש זי"ע, איז רבי משה ארויס פון זיין וועג, און זיך געקומען משתתף זיין ביי די חתונה.
 
נסיון העוני
נאך די חתונה איז מוהרא"ש אריבערגעגאנען שווערע נסיונות פון ארימקייט, עס איז געווען צייטן וואס עס איז ממש נישט געווען וואס צו עסן. מוהרא"ש האט נישט געוואלט אפלאזן זיינע שיעורים וואס האבן אים אנגעפילט דעם טאג, און איז געגאנגען נאך געלט פון טיר צו טיר צו קענען קויפן עסן און באצאלן רענט.
גייענדיג נאך געלט איז אים אויסגעקומען צו זיך באקענען מיטן הייליגן צדיק הרה"ק רבי אברהם יושע העשיל זי"ע דער קאפישניצער רבי, אזוי אויך מיט הרה"ק רבי מרדכי שלמה דער באיאנער רבי זי"ע.
 
קאפיטל ג': מוהרא"ש איז מפיץ דעם רבי'ן
 
אשר בנחל
אין יאר תשכ"ד האבן זיך פלוצלינג אנגעהויבן צו ווענדן צו מוהרא"ש בחורים און אינגעלייט און אים געבעטן ער זאל זיי העלפן אין עבודת השם, מוהרא"ש פלעגט זיי פרעגן "ווער שיקט ענק? פארוואס קומט עטס צו מיר?" אויך האט אים אנגעהויבן אנצוקומען בריוו מיט שאלות.
ערב חנוכה תשכ"ד האט מוהרא"ש אנגעהויבן צו שרייבן בריוו פון התחקות וואס פון דעם איז ארויסגעקומען די פילע בענדער "אשר בנחל".
 
דער ברסלבע בית המדרש אין בארא פארק
ביז דאן איז דער איינציגסטער ברסלבע בית המדרש אין גאנץ אמעריקע געווען אין דער "איסט סייד", וואס האט אנגעהאלטן פון יאר תשט"ו ביז תשכ"ד, וואס דאן איז דער געגענט געווארן אויסגעשפילט, מוהרא"ש האט דאן געהאלפן גרינדן דעם ברסלבן בית המדרש אין בארא פארק אויף די זעכצנטן עוועניו קארנער פיר און פערציגסטער סטריט. נאך פארשידנע פינאנציעלע שווערקייטן איז מען אריבער צום זעכצנטער עוועניו קארנער צוויי און פופציג סטריט וואס מען האט גענוצט עטליכע יאר, ביז מען האט געקויפט דער בית המדרש ברסלב אויפן זעכצנטער עוועניו קארנער פינעף און פופציגסטער סטריט, וואס איז נאך אפן ביזן היינטיגן טאג.
מוהרא"ש פלעגט דארט פארלערנען א שיעור אין ליקוטי מוהר"ן יעדע מיטוואך נאכט. אזוי אויך פלעגט מוהרא"ש אליינס רייניגן דאס בית המדרש, אן דעם וואס קיינער זאל וויסן דערפון.
 
שרייב!
איין נאכט האט זיך מוהרא"ש געחלומט ווי דער רבי מיט רבי נתן שמועסן, און דער רבי זאגט אים "שרייב שרייב, איך וועל דיר מגלה זיין שיינע זאכן!"
מוהרא"ש האט זיך דאן גענומען שטארק אין די ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינס ספרים, ער האט געדרוקט דעם ספר "מכניע זדים", "משיבת נפש", און כדי דאס צו קענען באצאלן, האט ער זיך פארדינגען צו ארבעטן אינעם דרוקעריי.
צוליב וואס ער האט געדוקט די ספרים אזוי ביליג האט זיך אנגעהויבן א מחלקות קעגן מוהרא"ש, אבער מוהרא"ש האט זיך געשטארקט און ארומגעגאנגען פארשפרייטן די ספרים פאר פעניס ממש, אזוי אויך האט ער אויסגעלערנט נאך חברים אזוי צו טון.
זייענדיג געדרוקט אין געלט איז אים אונטערגעקומען א געלעגענהייט צו ווערן א מלמד אין חדר, ווי ער האט זייער מצליח געווען, און האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין די תלמדים.
 
די ערשטע מאל ביים ציון אין אומאן
אום חודש תמוז תשכ"ו האט זיך געמאכט א געלעגענהייט פאר מוהרא"ש זיך אריבערצוכאפן צום הייליגן ציון פון רבין אין אומאן, אויף וואס מוהרא"ש האט זייער אסאך מתפלל געווען, טראץ די פילע שטיינער וואס זענען אים געשטאנען אין וועג, האט מוהרא"ש מצליח געווען אנצוקומען צום און זיך משטטח זיין ביים הייליגן ציון ווי ער האט געבעטן דעם אייבערשטן זאל אים העלפן איבערקומען אלע שווערקייטן.
 
ברסלבע חסידים אין ארץ ישראל
פון דארט איז מוהרא"ש געפארן קיין ארץ ישראל, ווי מוהרא"ש האט באגעגענט דעם גרויסן צדיק רבי לוי יצחק בענדער ז"ל, וואס האט אים זייער מקרב געווען, און מוהרא"ש האט גאר אסאך גערעדט מיט אים און מקבל געווען פון אים שיחות און תורות וואס זענען געווען מקובל ביי אנשי שלומינו. וואס מוהרא"ש האט אלעס אפגעשריבן.
אויך האט זיך מוהרא"ש דעמאלטס געטראפן מיט הרה"ח רבי שמואל הורוויץ ז"ל א פייערדיגע ברסלבע חסיד, וואס איז געווען דבוק אין אייבערשטן. פון וועם מוהרא"ש האט אסאך מקבל געווען.
אזוי אויך האט מוהרא"ש אסאך גערעדט מיט הרה"ח רבי גדליה אהרן קעניג ז"ל.
אום שנת תשכ"ט איז מוהרא"ש נאכאמאל אנגעקומען צום הייליגן ציון פון רבין.
אין די יארן תש"ל תשל"א האט מוהרא"ש געשריבן זייער אסאך ספרים.
אום ראש השנה תשל"ב איז שוין געווען א גרויסע קיבוץ פון אנשי שלומינו, פילע נייע מקורבים האבן זיך משתתף געווען.
אום זומער תשל"ג איז ארויסגעקומען צום ערשטן מאל דער ערשטער באנד פון ספר "אשר בנחל".
אום ראש השנה תשל"ד, איז געווען דער ערשטער מאל אין אסאך יארן וואס עס איז געווען א מנין פון אנשי שלומינו אין אומאן.
 
קאפיטל ג: היכל הקודש
 
מען קויפט א בנין
אין יאר תשל"ד האט מוהרא"ש געקויפט דעם בנין פון ישיבה ומתיבתא היכל הקודש.
אום ווינטער תשל"ה האט מוהרא"ש געדרוקט די ספרים "שמירת הזמן", "סדר דרך הלימוד", "ארך אפים" מיט גרויס מסירת נפש.
ראש השנה תשל"ו האט זיך מוהרא"ש משתתף געווען ביים קיבוץ הקדוש אין ירושלים עיר הקודש.
ערב שבועות תשל"ו איז ארויס פון דרוק דעם ספר "מקור השמחה", אויך האט מוהרא"ש איבערגעדרוקט אלע רבינ'ס ספרים דעם יאר.
אויף שבת חנוכה תשל"ז איז געעפענט געווארן דער בית המדרש "מתיבתא היכל הקודש חסידי ברסלב" אין בארא פארק.
 
אומאן ראש השנה
מוהרא"ש, הערנדיג אז עס אפשר דא א מעגליכקייט צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה תשל"ח האט מתפלל געווען און געטון אלעס וואס מעגליך עס דורכצופירן. דערפאר איז מוהרא"ש געפארן מיט א גאנצע גרופע אנשי שלומינו קיין וויען עסטרייך, און זיך איבערגעגעבן פאר אייבערשטן, און האט צום סוף מצליח געווען נאר צו זיין ערב ראש השנה ביים הייליגן ציון, אבער די פאליציי האט זיי געכאפט ערב ראש השנה און צוריק געשיקט.
אום חשון תשל"ט איז ארויסגעקומען לאור עולם דער הייליגער ספר "שפת הנחל" א פירוש אויפן ספר הקדוש ליקוטי מוהר"ן.
 
צדיקים ביי מוהרא"ש
אויף שבת פרשת בשלח איז הרה"ח רבי גדליה אהרן קעניג זצ"ל פון צפת איינגעשטאנען ביי מוהרא"ש, און האט שטארק מחזק געווען מוהרא"ש ווייטער אנצוגיין און דרוק און פארשפרייטן די הייליגע ספרים.
פרשת כי תבא תשל"ט איז דער הייליגער רימניצער רבי זי"ע איינגעשטאנען אין די געגענט פון בית המדרש היכל הקודש, און האט געדאווענט און זיך געטובלט אין די מקוה און אויפגענומען מענטשן ביי מוהרא"ש אין בית המדרש.
אנפאנג יאר תש"מ איז מוהרא"ש געפארן אויף א לענגערע נסיעה קיין ארץ ישראל מיט די גאנצע משפחה, ווי מוהרא"ש האט מתפלל ביי פילע ציונים און מקומות הקודשים אין ארץ ישראל. אזוי אויך האט ער זיך געטראפן און אסאך גערעדט אין עבודת השם מיט הרה"ח רבי לוי יצחק זצ"ל, און הרה"ח רבי שמואל שפירא זצ"ל.
דער רבי רבי משה מרדכי דער לעלובער רבי האט געהערט אז דער מחבר פון ספר הקדוש "פעולת הצדיק" איז אין ארץ ישראל, האט זייער געבעטן מוהרא"ש צוליב וואס ער האט נישט געקענט ארויסגיין פון בעט צוליב זיין געזונט צושטאד זאל קומען צו אים. און זיי האבן אסאך גערעדט אין עניני עבודת השם.
אין יאר תש"מ האט מוהרא"ש געשריבן אסאך נייע ספרים, צווישן זיי "נר להצדיק" אויף חנוכה, "ברית שלום" אויף ברית מילה, און "שמירת הברית", און נאך אסאך קונטרסים און ספרים.
 
קאפיטל ד': דער ברסלבער שטאט יבנאל
 
תלמידים אין ארץ ישראל
מוהרא"ש האט דאן שוין געהאט אסאך תלמידים אין ארץ ישראל בפרט אין אשדוד. איינער פון די חשובע תלמידים איז דאן אריבער וואוינען אין יבנאל.
 
א ברסלבע שטאט
ביי איינע פון די באזוכן אין ארץ ישראל איז מוהרא"ש אריבער צו אים אין יבניאל, און מוהרא"ש איז זייער געפאלן דאס פלאץ. זינט דאן פלעגט מוהרא"ש כסדר באזוכן יבנאל, און א צייט שפעטער האט ער געזאגט פאר די תלמידים אין ארץ ישראל זיי זאלן זיך אריבערציען קיין יבניאל ווייל ער וויל דארט מאכן א ברסלבע שטעטל.
די איינוואוינער אין יבניאל האבן זייער שיין אויפגענומען די פרישע איינוואויער, און ביז א יאר האבן שוין דארט געוואוינט איבער הונדער ברסלב'ע חסידים.
מוהרא"ש האט געבויעט דארט פאר זיך א הויז און אונטער דעם א שול, אזוי אויך האט ער געבויעט מוסדות פאר די קינדער, און אלע געברויכן פאר א קהילה.
אין די תקופה האט מוהרא"ש א גאנצן טאג נאר געטראכט פון יבנאל, מוהרא"ש האט געזאגט אז עס שטייט אין חז"ל אז משיח וועט קומען די ערשטע צו שבט נפתלי, יבנאל איז אין שבט נפתלי און משיח וועט קומען די ערשטע קיין יבנאל.
 
מקוה מלכה
יעצט האט מוהרא"ש אויפגעבויעט די בארימטע "מקוה מלכה", עס זענען געווען זייער אסאך מניעות פאר דעם מקוה. און מיט א אומגעהויערע מאס פון תפילות און מסירת נפש האט מען מצליח געווען און געבויט די מקוה. מוהרא"ש אליינס איז געווען דער ערשטער זיך צו טובלען אין דעם מקוה. מוהרא"ש האט געזאגט אויף דעם מקוה אז "ווער עס טובלט זיך דארט וועט האבן קינדער".
עס זענען דא טוינטער מעשיות בלי גוזמה פון אידן וואס זענען דארט געהאלפן געווארן מיט קינדער. איינע פון די באקאנטע מעשיות איז געווען מיט א פאר פאלק וואס דער דאקטער האט זיי געזאגט "אויב וועט וואקסן האר אויף מיין האנט פלאך וועסטו האבן קינדער". מוהרא"ש זיי געגעבן א ברכה, און זיי האבן געהאט צוויי קינדער.
 
ספרדישע אידן
מוהרא"ש האט ספעציעל מקרב געווען די ספרדישע אידן, מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט זייער אמונה פשוטה, און תמימות, און זענען זייער גוטע כלים צו דינען דעם אייבערשטן. 
מוהרא"ש האט זייער אסאך געטון פאר די ספרדישע אידן אין ארץ ישראל, עס האט אים זייער וויי געטון ווי די ערב רב האבן אויסגריסן מיט די גרעסטע מאס רציחה דאס אידישקייט פון די טייערע ספרדישע אידן, און האט געזאגט  "איך וויל ברענגען א מיליאן ספרדישע אידן קיין אומאן!"
 
דער גרויסער שול אין יבנאל
מוהרא"ש האט זייער געוואלט בויען א שיינע גרויסע שול אין יבנאל, וואס מ'זאל קענען זען ביז טבריה, אבער אויך פאר דעם איז געווען גאר אסאך מניעות. עס האט גענומען איבער צוואנציג יאר ביז מוהרא"ש האט זוכה געווען צו שטיין ביים חנוכת הבית. ווי ער האט דאן געזאגט "עס האטס נישט קיין אנונג וויפיל תפילות עס ליגן אריינגעלייגט אין דער בנין אז זאל קענען געבויעט ווערן".
 
קאפיטל ה': דער ראש ישיבה ווערט נתקרב
 
חסידישע ניגונים
דער ראש ישיבה האט געהאט א חבר מו"ה יודל טירנויער הי"ו, וואס האט געלערענט ביים קארלסבורגער רב ז"ל און זיי פלעגן אסאך פארברענגען אינאיינעם. בפרט פלעגן זיי אסאך רעדן איבער שיינע חסידישע ניגונים, וואס עפענען אויף דאס הארץ.
 
היכל הקודש אין וויליאמסבורג
אין יענע תקופה האבן תלמדי היכל הקודש אין וויליאמסבורג זיך אנגעהויבן אביסל זיך צוזאם קלויבן. 
אין יאר תשס"א האט מען זיך אנגעהויבן צוזאם געקומען ביי אנשי שלומינו אין די הייזער.
און אין יאר תשס"ג האט מען געעפענט די ערשטע מאל א קליין בית המדרש'ל אין א סטארעדזש פון א געשעפט ווי מען האט געפראוועט אינאיינעם שלש סעודת.
 
ברסלבע ניגונים
איין טאג האט ר' יודל געזאגט פארן ראש ישיבה, אז ברסלב האט דא נישט ווייט פון זיין הויז א בית המדרש'ל ווי ער וועט קענען הערן די שיינע ברסלבע ניגונים, וואס האט זייער געצויגן דעם ראש ישיבה.
 
די ליפן שאקלען זיך
אויך האט מען אין יענע תקופה גערופן אמאל דעם ראש ישיבה'ס זיידע דער קארלסבורגער רב זצ"ל צו א שמחה אין שטוב פון מוהרא"ש, דער ראש ישיבה האט דאן משמש געווען זיין זיידע, און האט דעמאלטס געהאט די געלעגענהייט צו זען מוהרא"ש צום ערשטן מאל, און קוקענדיג אויף מוהרא"ש האט ער געזען ווי ווי מוהרא"ש "רעדט צום איבערשטן" א גאנצן צייט, זיינע ליפן שאקעלן זיך אן אויפהער.
 
דער מפיץ רבי נתן יאקאבאוויטש
אנהייב זומער תשס"ד איז דער גרויסער תלמוד פון מוהרא"ש דער מפיץ רבי נתן יאקאבאוויטש שליט"א ארומגעגאנגען און פארשפרייט די הייליגע ספרים ווי ער טוט שוין פאר די לעצטע דרייסיג יאר, אבער דעמאלטס האט דער אייבישטער צוגעפירט אז ער אנגעטראפן דעם ראש ישיבה און אים פארגעשלאגן צי ער דארף א שיינע ספר, דער ראש ישיבה אבער האט אים געבעטן א טעיפ פון ברסלבע ניגונים. דער מפיץ רבי נתן, האט איבערגעדרייט זיין גאנצע קאר, ביז ער האט געטראפן אונטער אלע זיינע באקסעס א טעיפ פון ברסלבע ניגונים, און מיטגעגעבן דערמיט פארן ראש ישיבה א קליין ספר'ל "אשר בנחל חלק כ"ז".
 
א ספר אין בוזעם טאש
יענעם זומער האט דער אייבישטער צוגעפירט אז דער ראש ישיבה איז געווארן א כיתה ט' מלמד אין א קעמפ, דארט האט ער געטראפן אין זיין בוזעם טאש דער ספר'ל, און כאטש ער האט דאן נאכנישט געוויסט ווער עס האט עס געשריבן, איז ער איז געווארן ממש ווי צוגעקלעפט צום ספר. דער ראש ישיבה האט איבערגעלערענט דעם ספר גאר אסאך מאל. בעיקר - זאגט דער ראש ישיבה - האט אים געכאפט זעענדיג וואס מוהרא"ש שרייבט דארט פיל מאל אז כאטש מ'לעבט דא אויף דער וועלט, מ'עסט מ'שלאפט, קען מען אזוי אויך זיין אן אמת'ער ערליכע איד און א גרויסער צדיק.
נאך יענעם זומער האט דער ראש ישיבה צוביסלעך אנגהויבן קומען שטילערהייט אין ביהמ"ד היכל הקודש ביי שלש סעודות. און כאטש ער האט דאן געהערט פון די גרויסע וויכטיגקייט ביים רבין צו קומען אויף ראש השנה, האט ער עס נאך יענעם ראש השנה נישט געקענט אויספירן.
 
מלמד אין חדר
אין יאר תשס"ה איז דער ראש ישיבה געבליבן א מלמד אין וויליאמסבורג, כאטש דער ראש ישיבה האט נישט געהאט קיין חשק, האט דער מוסד אים בשום אופן נישט געוואלט ארויסלאזן, זעענדיג ווי דער פרישער מלמד בלאזט אריין אין די תלמדים א נייע חיות. די קינדער לעבן און וואקסן און שטייגן אויף א מורא'דיגע פארנעם. 
דאן פלעגט דער ראש ישיבה זיין א מלמד אין די פארמיטאג שעות, און נאכמטאג פלעגט ער לערנען אינעם קארלסבורגער כולל.
ווי מער דער ראש ישיבה האט געלערענט דעם הייליגן רבין ספרים איז אים זיין הארץ געווארן מער אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, און האט אריינגעגעבן דעם פלאם און די חיזוק פון די הייליגע ספרים אין די קינדער. די קינדער האבן צום ערשטן מאל אין זייער לעבן אנגעהויבן צו הערן אזעלעכע זאכן ווי דער אייבישטער ווארט אויף יעדן איד, מען קען רעדן צום אייבערשטן אויף פלעין אידיש, די גרויסע כח פון זאגן משניות, די עצה פון מעביר סדרה זיין אנגעהויבן פון אנהייב וואך. מען האט געזען ווי די קינדער האבן אנגעהויבן ליב צו האבן די תורה, און זיך פרייען מיט אידישקייט.
יענעם יאר האט מוהרא"ש אנגעהויבן קומען קיין וויליאמסבורג אין די מוצאי שבת מברכים'ס, ווי דער ראש ישיבה האט צום ערשטן מאל געהערט שיעורים פון מוהרא"ש, און דערנאך האט שוין דער ראש ישיבה אנגעהויבן צו פארן יעדן ליל שישי קיין בארא פארק צו די בארימטע שיעורים פון מוהרא"ש.
 
איך פאר קיין אומאן
ראש השנה תשס"ו האט דער ראש ישיבה באשלאסן "איך פאר קיין אומאן אויף ראש השנה, זאל זיין וואס זאל זיין!".
 
מנהל אין ישיבה
זעענדיג די גרויסע הצלחה וואס דער ראש ישיבה האט געהאט אלץ מלמד, האט דער רב פון די קהלה געבעטן דעם ראש ישיבה זאל ווערן די מנהל פון זיין ישיבה, פון די אנדערע זייט האט די חדר בשום אופן נישט געוואלט אויסלאזן דעם ראש ישיבה פון צו זיין א מלמד, אזוי איז געווארן אז דער ראש ישיבה איז געבליבן א מלמד פארמיטאג, און נאכמיטאג איז ער געווען מנהל אין די ישיבה.
די ישיבה האט אנגעהויבן באקומען גאר א גוטע נאמען, עס האבן אנגעהויבן צוקומען נאך און נאך בחורים.
 
ישיבה תפארת התורה
ערב יום כיפור תשס"ט האט דער ראש ישיבה באקומען בריוו פון מוהרא"ש אז עס איז צייט זאל עפענען אליינס א ישיבה, און עס מוז נישט הייסן ברלסב, אבער ער זאל לערנען מיט די בחורים אויפן וועג פון הייליגן רבין.
די ישיבה - וואס מוהרא"ש האט א נאמען געגעבן "ישיבה תפארת התורה" איז דורכגעגאנגען אסאך גלגולים און פלעצער - אבער דער צד השוה איז געווען, אז אין די נייע ישיבה האט מען געלערנט אויפן וועג פון הייליגן רבין אזוי ווי מוהרא"ש האט עס איבערגעגעבן. און אזוי זענען נתרבה געווארן ספסלי ביהמ"ד ווען אסאך בחורים מבקשים זענען געקומען לערנען.
זומער איז די ישיבה געווען געווען אין בארא פארק, מוהרא"ש איז דעמאלס געקומען די ערשטע מאל אין ישיבה און געזאגט פאר די בחורים א שיינע שיעור התחזקות.
אויף זומער האט זיך די ישיבה אריבערגעצויגן צו א קעמפ אין סוואן לעיק, ווי מוהרא"ש איז צוויי מאל געווען אויף א שבת, און געגעבן עטליכע שיעורים פאר די בחורים.
 
א תהלים מיט א ליקוטי מוהר"ן
ביי איין שבת האט דער ראש ישיבה געהאלפן מוהרא"ש זיך אויספאקן, און איז געווארן איבעראשט זעענדיגט אז דער גרויסער צדיק מוהרא"ש נעמט מיט מיט זיך אויפן וועג א "תהלים מיט א ליקוטי מוהר"ן".
 
תלמוד תורה היכל הקודש
אסרו חג פסח תש"ע האט דער ראש ישיבה געזען אז עס איז וויכטיג צו עפענען א תלמוד תורה פאר די אינגלעך, מוהרא"ש האט באגלייט די גאנצע זאך, און אנגעווינטשן פארן ראש ישיבה, און געזאגט אז ווען מ'עפענט, איז נישטא קיין וועג צוריק, מען קען נישט פארמאכן.
אנשי שלומינו האבן זייער שטארק צוגעהאלפן דעם פרישן חדר מיט אלעם וואס מעגליך, מען האט געקאכט לאנטש, און געהאלפן מיט די טראנספארטאציע. ווען מען האט געקויפט דעם ערשטן חדר באס וואס איז געשטאנען דערויף "מוסדות היכל הקודש וויליאמסבורג" האט מוהרא"ש געזאגט אז יעצט איז מקויים געווארן וואס ער האט געזאגט פארן גבאי פונעם ברסלבע שול אין ווילאמסבורג מיט פופציג יאר צוריק ווען ער האט זיך אפגערעדט אז מען פלאגט זיך מיט מנין, "עס וועט קומען א צייט ווען עס וועלן ארומפארן אין די וויליאמסבורגע גאסן ברלבע חדר באסעס".
 
מיינע דיבורים
איין טאג האט מוהרא"ש געטראפן א בחור פון ישיבה תפארת התורה ביי אים אין ביהמ"ד אין בארא פארק, ווי ער הערט עפעס אויס אויפן טעלעפאן, מוהרא"ש האט אים אים געפרעגט "וואס הערסטו?", האט ער געזאגט אז ער האלט מיט א שיעור פון ראש ישיבה דורכן טעלעפאן, מוהרא"ש האט אים געבעטן דעם טעלעפאן, און נאכן הערן אפאר מינוט האט מורא"ש זייער הנאה געהאט און געזאגט "עס איז ממש מיינע דיבורים!"
איין מאל האט מוהרא"ש געזאגט פאר ראש ישיבה, "נעם יעדע שיעור וואס איך געב און מאך דערפון טויזנט דרשות"!
 
בית פיגא סקול
תשרי תשע"א האט מוהרא"ש געשריבן דעם באקאנטן היסטארישן בריוו פארן ראש ישיבה ער זאל עפענען א סקול פאר די מיידלעך.
דער ראש ישיבה, וואס האט זיך נאך זייער געפלאגט מיט די פרישע ישיבה, די פרישע חדר, האט אבער געפאלגט מוהרא"ש מיט מסירת נפש אין אריינגעשפרינגען אין דעם פראיעקט פון עפענען א ברסלבע סקול.
 
איך וועל קומען ברענגען שידוכים
יענעם זומער זומער האט דער ראש ישיבה געזאגט פאר מוהרא"ש אז עס גייט נישט קיין שידוכים אין ישיבה, האט מוהרא"ש געזאגט פארן ראש ישיבה "איך וועל קומען חמשה עשר באב אין ישיבה, און ברענגען שידוכים".
יענעם חמשה עשר באב איז מוהרא"ש אריבערגעקומען אין קעמפ, און געזאגט א שיינע שיעור פאר די בחורים. ביים סוף פון שיעור האט מוהרא"ש געזאגט אז ווער עס וועט זאגן יעדן טאג גאנץ מסכת תענית פאר פערציג טעג ביז ראש השנה וועט טרעפן זיין שידוך. מער האבן די בחורים נישט געדארפט הערן, עס איז נישט געווען צו וועם צו רעדן אין ישיבה, אלע זענען געזעצן איבערגעבויגן שעודת אויף שעות איבער די גמרא מסכת תענית, און זיכער געמאכט אז מען ענדיגט יעדן טאג דעם מסכת.
מוצאי ראש השנה תשע"ב האבן זיך אנגעהויבן די שידוכים, הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א איז געווען דער ערשטער חתן, און פון דעמאלסט און ווייטער האט זיך אנגעהויבן א פלייץ פון שידוכים איינער נאכן צווייטן.
 
דער בנין אויף סקילמאן
מ'האט זייער שטארק געזוכט דעמאלסט א געהעריגע פלאץ פאר די מוסדות. ביז מ'האט געטראפן דעם יעצטיגן פאלץ אויף 27 סקילמאן סטריט, מוהרא"ש איז געקומען עס קוקן, און נאך פארן איבערבויען, האט ער געזאגט פאר ראש ישיבה אז ער זעט ווי עס שוין אויסגעוואקסן, עס איז צו קליין. וואס לויט די דעמאלטסיגע השגות האט מען עס נישט פארשטאנען, אבער היינט זעט מען טאקע ווי מיט קוים עטליכע יאר שפעטער איז עס שוין טאקע צו קליין.
 
קרן הדפסה
אויף שבת חנוכה תשע"א האט מען באנייט דעם בנין אויף סקילמאן, וואו מען האט אויך צוגעלייגט דארט א "הדפסה צימער" וואס איז זיך צואוואקסן היינט אין דעם גרויסן "קרן הדפסה היכל הקודש", די ריזיגער אימפעריע וואס האט שוין געדרוקט ביזן היינטיגן טאג מיליאנען ספרים, קונטרסים און גליונות. אזוי אויך האלטן זיי אויף דעם גאר פאפולערן "ברסלב סענטער" וועבסייט, וואס באקומט טאג טעגליך טויזנטער באזוכער פון איבער די גאנצע וועלט.
מוהרא"ש ווען ער האט געזען דעם הדפסה צימער מיט די פרינטינג מאשינען, איז געווען זייער פרייליך און געזאגט אז "רבי נתן וואלט זיך מחיה געווען מיט אזא מאשין!"
מוהרא"ש איז אסאך מאל געקומען באזוכן אין ישיבה ביי פארשידענע געלעגענהייטן, צו שיעורים, צו שמחות, און געגעבן שיעורי התחקות.
 
הפצה
פון דא און ווייטער איז די הפצה געגאנגען אויף אן אומגלויבליכע פארנעם. יעדער איינער האט גענומען די הפצה צו א שטאפל ווייטער, מען האט אנגעהוין מאכן א גליון, וואס פון דעם איז עס ארויסגעוואקסן שפעטער צו פילע הערליכע גליונות.
מען האט אנגעהויבן צו פארשפרייטן די "חיזוק יומי" מעסעדזשעס וואס גייט איבער די גאנצע וועלט צו צענדליגע טויזנטער אידן, און ווערט איבערגעטייטשט צו עטליכע שפראכן.
פון האט זיך די הפצה פארשפרייט מיט יעדן טאג מער און מער.
 
קאפיטל ו': מוהרא"ש'ס פטירה
 
איך וועל פארשפרייטן מוהרא"ש
ווען מוהרא"ש איז ארויף לחיי העולם הבא יענעם שווערן דאנערשטאג איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צו מוהרא"ש'ס מיטה אין צוגעזגט פאר מוהרא"ש אז ער וועט פארשפרייטן מוהרא"ש אויף די גאנצע וועלט.
 
דער ציון הקדוש אין יבנאל
מ'האט באערדיגט מוהרא"ש אין יבניאל אויפן פלאץ וואס ער האט זיך אויסגעוועלט ביים לעבן. טויזנטער אידן קומען כסדר צו פארן צום הייליגן ציון אין יבניאל, און זאגן עדות אויף די גרויסע התעררות לתשובה וואס מען שפירט ביי דעם הייליגן פלאץ.
 
טרעפן א שידוך
אזוי אויך קומען פילע בחורים און מיידלעך צו פארן, און זאגן אויס תהלים לזכות פון מוהרא"ש און פועלן שידוכים, ווי מוהרא"ש האט געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור און יעדע מיידל וואס וועלן אויסזאגן גאנץ תהלים פאר זיין זכות, זאגט ער צו אז ער וועט זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט צו טרעפן זיין שידוך".
דער ראש ישיבה קומט יעדעס יאר מיט די בחורים צום הייליגן ציון, און פועלט גרויסע ישועות, בפרט מיט שידוכים.
 
די ירושה פון מוהרא"ש
מוהרא"ש האט אונז אבער נישט איבערגעלאזט, ווי ער שרייבט אין זיין צוואה, האט ער אונז איבערגעלאזט מיט א גאר גרויסע ירושה זיינע הייליגע ספרים, און די עצות און חיזוק פון מוהרא"ש באגלייט אונז ביזן היינטיגן טאג, ווען די תלמידים לערנען די הייליגע ספרים, און געבן עס איבער ווייטער פאר נאך און נאך אידן.
היינט געפינט זיך אין יעדע אידישע שטאט אין די וועלט א שול היכל הקודש, אזוי אויך זענען שוין דא פינף חדרים פאר אינגלעך, און עטליכע מיידל סקולס פון היכל הקודש, ווי די קינדער פון קליינערהייט, לערנען און חזר'ן די ריינע אמונה מיט געטרייע איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס, וואס זענען תלמידי היכל הקודש.
 
מיר האבן נישט פאפאסט מוהרא"ש. ווי דער ראש ישיבה זאגט אייביג "דארט ווי מען רעדט די דיבורים פון מוהרא"ש, פון רבין און פון רבי נתן, דארט געפינען זיי זיך"!