זיי זענען אנטלאפן… אוי געוואלד ווער? פארוואס? די קאפ האט מיר כמעט געקראכט, הערנדיג די שלעכטע נייעס.
 
געווען איז דאס אין מיין שנה ראשונה יאר ווען איך מיט מיין ווייב האבן פארוויילט קרוב צו א יאר אין קליוולאנד, דער ביקור חולים האט אונז צוגעשטעלט און איינגערישט א שיינע באקוועמע דירה, מיט אלע צוגעהערן, מיר האבן זיך וואלאנטירט ארויסצוהעלפן אין די דערנעבענדיגע שפיטאל ווי עס האבן ליידער געוויילט פולע אידן, אונזער ארבעט איז געווען זיך אומצוקוקן אויף די פאציענטן זיכער מאכן אז זיי באקומען אלעס וואס זיי דארפן. מיט די צייט זענען מיר שוין געווען ווי בני בית דארט, מיר האבן געוויסט זייערע געברויכן און מיר האבן זיי כסדר מחזק געווען און ארויסגעהאלפן מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס. אלע מיני פאציענטן זענען דארט געווען, געווען זענען אזעלכע וואס זענען געווען דארט נאר פאר א קורצע צייט, וואס מיר האבן זיך אפגעגעבן מיט א געטריישאפט, אבער בעיקר האבן מיר זיך אריינגעלייגט צו ארבעטן מיט די פאציענטן וואס האבן געוויילט דארט פאר א לענגערע צייט, און עס האט זיך מער אויסגעפעלט מען זאל זיך אריינלייגן אין זייער מצב.
 
יענעם סוכות, בין איך אויפגעשטאנען איך בין געגאנגען דאווענען, עס איז געווען גראדע א ווארימע שיינע זוניגע טאג, איך האב מיר ארויסגענומען די גמרא מיט א גלאז קאווע, יעדע שטיק צייט צוגעביסן נאך א שטיקל קאצקע, און ממש הנאה געהאט פונעם דעם יום טוב'דיגען שטימונג. די טאג האט זיך אנגעהויבן זייער שיין, אבער נישט צו לאנג האט עס אנגעהאלטן, ווען פלוצלינג האט די וועטער זיך געגעבן א דראסטישע טויש, עס האט אנגעהויבן בלאזן א שטארקע ווינט, און דערנאך איז געקומען א גאס רעגן. איך האב שנעל פארמאכט די שלאק, אזוי טראכטענדיג צו מיר אויב איך זאל בלייבן אין די סוכה, אדער זאל איך אריינגיין אין דיינונג רום פארזעצן דאס לערנען. די וועטער האט מיר אריינגעברענגט אין אזא פארכמורעטע גיסטע, איך בין געווען זיכער אז היינט וועט זיין א רואיגע טאג, גראדע האב איך פונקט דאן געהאלטן ביי די גמרא אין מסכת סוכה אז אויב עס רעגנט סוכות איז דאס ווי א קנעכט ברענגט א גלאז וואסער פאר זיין האר און דער האר גיסט אים עס צוריק אין פנים אריין, דאס מיינט אז דער אייבערשטער איז נישט צופרידן פון אונז. בקיצור עס איז געווארן פון א פרייליכע חול המועד'יגע שטימונג צו אזא שטיקל אנגעצויגענקייט, אבער נישט דאס איז געווען וואס האט צושטערט מיין יום טוב.
 
צושטערט מיין יום טוב האט גאר די טעלעפאן רוף וואס איך האב דאן באקומען פון ביקור חולים מיט שלעכטע נייעס איבער צוויי פאציענטן, וואס מיר האבן גוט געקענט. די צוויי פאציענטן זענען געווען בערך די זעלבע יארגאנג, ווי אויך האבן זיי געהאט גאר א ענדליכע מחלה, וואס פארלאנגט זיך לענגערע טריטמענט'ס, לכבוד דעם זענען זיי געווען אין די זעלבע שטוב איינער נעבן צווייטן.
 
נאך גאר א שטארקער צופאל אין וואס די צוויי האבן זייער געענדלט איז געווען אז זיי זענען ביידע געווען שווערע פאציענטן, פונעם ערשטן טאג וואס מיר זענען אריין אין שפיטאל האבן איך זייער שטארק געברויכט ארבעטן אויף מיינע מידות זיי צו קענען באדינען… אבער דאס האט נישט אפגעהאלטן פון זיי געבן די בעסטע קער וואס עס האט זיך אויסגעפעלט. די דאקטורים האבן שוין געוויסט אז ווען זיי האבן שוועריקייטן מיט איינע פון די פאציענטן האבן זיי זיך פארבינדן מיט מיר אדער מיט מיין ווייב, מיר האבן געהאט גאר א גוטע שפראך ווי אזוי זיי צו בארואיגן און מאכן פאלגן וואס דער דאקטער האט געהייסן. נישט אלעמאל איז עס אנגעקומען גרינג, פול מאל האבן זיי אויסגעשפילט דעם דאקטער מיט נישט נעמען די מעדעצינען, פארלעשן די מאשינען וואס טוט אפדעיטן זייער מצב. אין די צייטן זענען מיר געווען זייער בייהילפיג ווען מיר האבן שיינערהייט געבעטן און אונטערגעקויפט די פאציענט אז ער זאל  נישט זיין קיין אויבער חכם.
 
די טעג ארום ראש השנה זענען געווען גאר אנגעצויגענע, מיר האבן כסדר באקומען רופן פון די דאקטורים אז זיי האלטן מער נישט אויס פון די שפיצלעך וואס די שפיטאל מאכט מיט פון די צוויי, עס ווערט ערגער פון טאג צו טאג. מיר האבן פראבירט צו זיין מער אנוועזנד די צוויי וואכן, צו האלטן מער א ווארימע און רואיגע שטימונג דארט אין שפיטאל, אבער דאס האט פאסירט מוצאי ערשטע טעג יום טוב, איך בין כסדר געווען אריין און ארויס פון שפיטאל אבער ביים זמן האב איך באקומען א טעלעפאן קאל פון די הויפט דאקטער אז דאס וואס עס איז היינט געווען איז ממש אומדערהערט און איך זאל שוין אריבערקומען.
 
איך האב שנעל געמאכט הבדלה און אריבערגעלאפן, אבער פון אינדרויסן האב איך שוין געהערט אז דאס איז עס… די קולות וואס איך האב ארויסגעהערט פון יענעם שטאק איז געווען עפעס וואס איך האב נאך נישט געהערט. איך האב דערקענט די שטומע פונעם הויפט דאקטער, ער איז געווען גערעכט, איך האב אויך געוויסט די שווערע ארבעט וואס ער לייגט אריין אין זיי כדי זיכער צו מאכן אז זיי ווערן געהיילט. איך בין אנגעקומען נאנט צו די שטוב, האב איך געהערט קולי קולות, ער האט געשריגן מיט אזא רחמנות, ער האט זיך געבעטן: איינער איז דא ווייל מען וויל ענק עפעס שלעכטס טון? עס איז דא א גאנצע שטאב וואס נעמען קער אז איר זאלט ווערן געזונט! ער האט געקוויטשעט מיט די העכסטע טאן, די וועֳרטער האב איך נאך אספיעט צו הערן: אויב די געימס דא גייען זיך נישט אויפהערן וועלן מיר אייך ארויסווארפן ווי הונט פון דעם שפיטאל… דער דאקטער האט צוגעהאקט די טיר. יענע רגע האב איך אריינשפאצירט… איך האב שווער געאטעמט… סיי פון לויפן און סיי פון פארלוירענקייט… יעדער איז געווען רויט, די דאקטער פון שרייען, איך פון בושה צו דארפן דא יעצט פארהאנדלן צווישן די צוויי. איך האב געעפענט א שפאלט אין טיר איך האב מיך איבערגעבליקט מיט די אויגן פון די פאציענטן, דער אמת… איך האב מיך געפריידט אז ענדליך האט מען זיי געשטעלט אין פלאץ, מער פון אריינקוקן מיט א ווארימע שמייכל האב איך נישט געקענט, איך האב פארלאזט דאס פלאץ מיט א געמישטע געפיל.
 
און דאס האט פאסירט דעם קומענדיגן טאג… אויף אלעס האב איך מיך געֳרישט אבער נישט אויף דאס… די נאכט איז אריבער, און… דאן אזוי אינמיטן שפעקעלירן צו איך גיי צוריק אין סוכה אדער איך זאל אריינגיין אין שטוב צוליב די רעגן, איז אריינגעקומען די טעלעפאון רוף פון שפיטאל, מיט א ליארעם: "זיי זענען אנטלאפן פון שפיטאל". מיין קאפ האט נאך געבאמבערט פון די נייעס… אבער מיט א קורצע צייט שפעטער איז געקומען א מער מילדענע טעלעפאן רוף, איך האב אביסל אפגעאטעמט, ברוך השם, נאר איינער פון זיי איז פארשווינדן דער אנדערע איז געבליבן.
 
עס איז אריבער א טאג, איך בין געווען זיכער אז דאס איז נאר א שפיל, איך האב געווארט אויף עפעס א רמז, אבער גארנישט! איך בין כסדר געגאנגען קוקן צו עס איז דא עפעס נייעס, אבער גארנישט… איך האב אריינגערופן דעם ביקור חולים, זיי האבן געזאגט אז עס איז נישט דא וואס צו טון, זיי האבן פראבירט מיט אלע וועגן צו קאנטעקטן דעם פאציענט, אבער יענער איז פאר'עקש'נט ער קומט בשום אופן נישט צוריק זיך היילן דא זאל זיין וואס זאל זיין.
 
די צווייטע טאג חול המועד זענען מיר געזיצן אין א מיטינג איך מיין ווייב מיט די שטאב פון דאקטורים, איך האב געזען אויף דעם הויפט דאקטער אז ער איז זייער צושטורעמט, איך האב מיך געווערטלט מיט אים… וואס איז… דו וועסט יעצט האבן גרינגערע ארבעט… אפשר ביסטו בייז פארוואס דער צווייטער איז יא געבליבן,... ניטאמאל האט ער געשמייכעלט פון מיין אומגעלונגענע וויץ… עס האט אים אזוי וויי געטון וויפיל כוחות ער האט אריינגעלייגט אין דעם פאציענט, ביז מען האט שוין ענדליך געהאט א וועג מיט אים ווי אזוי אים צו היילן, און וויפיל פארשריט מען האט געזען ממש טאג נאך טאג, פארן דאקטער איז עס טאקע גרינגער געווארן זיך נישט צו דארפן ספראווען מיט די שווערע נאטורן פונעם פאציענט, אבער עס האט אים זייער וויי געטון אז דער פאציענט גייט צוריקפאלן, און ווער ווייסט צו מען וועט אים בכלל נאך קענען היילן פון דעם שטרעבליכן מחלה רח"ל.
 
איך האב געוויסט עס איז טאקע זייער שווער, אבער מען מוז אנגיין ווייטער. די צווייטן טאג חול המועד האב איך מיך געטראפן ווייטער מישן די בלעטער פון די גמרא, ווייטער מיטן קאווע ביי די זייט האב איך מיך אונטערגעזינגן די גמרא ניגון, אבער מיין קאפ איז נישט געווען דערביי, עפעס האט מיר מיין מח געזאגט אז די שטיקל גמרא ווי איך האלט יעצט איז א צאמשטעל מיט די גאנצע געשיכטע וואס עס האט זיך דא אפגעשפילט.
 
איך פראביר נאכאמאל און נאכאמאל צו קוקן אין די אותיות התורה איך איך זע שוין ווייטער די שטיקל גמרא, "געברעגט די פלעשל וואסער פארן האר און געכאפט דאס וואסער אין פרצוף". אזוי האב איך מיר אונטערגעזינגן דעם שטיקל גמרא נאכאמאל און נאכאמאל "געברעגט די פלעשל וואסער פארן האר און געכאפט דאס וואסער אין פרצוף".
 
איך טראכט צו מיר, וואס איז פשט? די גמרא וויל אונז פשוט אוועקנעמען די שמחות יום טוב? "זאלסט וויסן אויב ס'רענגט ביסטו ווי דער קנעכט וואס דער האר באשפריצט אים מיט וואסער"? שוין? דאס איז עס מיט דיר? געענדיגט?
 
וויפיל מאל אין לעבן טרעפן מיר זיך, ווי מען באקומט א גוטן שפריץ אין פרצוף אריין, איך האלט אינמיטן רעדן צום אייבערשטן, און עס קומט מיר אריין אין מחשבה עה! ווער הערט מיך אויס? איך זע איך בעט און איך בעט און גארנישט ריקט זיך, זאכן ווערן נאר ערגער. איך נעם מיך פאר זאכן זיך צו פארבעסערן אין לעבן און פונקט דעמאלט ווערט מיר אלעס שווערער. עס ווערט מיר פארוואלקענט עס הייבט אן רעגענען. זאכן הייבן מיר אן צו קיין פארקערט.
 
ניין! עס קען נישט זיין אז דאס איז פשט אין די גמרא אז דאס איז א פראסק אין וואס דער קנעכט באקומט פונעם האר: "גיי! איך דארף דיך נישט!" עס מוז דאך זיין אז עפעס איז געווען בעפאר דעם שפריץ, דער שפריץ איז זיך אים געקומען, יא! איך בין נישט צופרידן פון דיר! זיי דיך ביטע מסדר! וועק דיך אויף! 
 
איז דא צוויי פאציענטן, איין פאציענט ווערט חס ושלום ברוגז אויפן אייבערשטן, פארוואס און פארוואס און פארוואס. אבער דער צווייטער פאציענט בלייבט יא, ער ווייסט די שפריץ וואסער איז זיך מיר געקומען, איך גיי נישט אוועק פונעם אייבערשטן, איך גיי נישט אוועק ניין! אפילו אויב דו דארפסט מיך נישט באשעפער - האט מוהרא"ש געליארעמט אין אונזערע אויערן - אבער איך דארף דיך יא! באשעפער, איך גיי דיך סייווי נישט אפלאזן, קענסט רעגענען קענסט גיסן, איך ווייס אז אלעס איז א נסיון - זען צו איך וועל אפווישן מיין פנים פון די וואסער און פרעגן "יא אייבערשטער וואס קען איך פארעכטן". איך בין גרייט, דא האסטו מיינע באקן קענסט מיר אנגיסן, איך בין זייער פרייליך אז דו דערמאנסט מיך.
 
און אז איך הער א בת קול: "יעדער קען תשובה טון חוץ איך", גיי איך נאכאלס נישט אוועק פונעם אייבערשטן! באשעפער דו מוזט מיך נישט דארפן (אזוי קוקט עס מיר אויס) אבער איך דארף דיך.
 
יא! פול מאל כאפט מען א גוטס און פרצוף אריין עס איז שווער צו נעמען, אבער א קלוגער פאציענט ווישט זיך אפ די נאז און לאזט זיך ווייטער היילן.