די פרשה פון די וואך מיט אנדערע ברילן - מקץ תשפ"ג
כט כסלו תשפ"ג 📝
נא! נישט די ברילן… געב מיר עפעס א צווייטס… נע… איך בין נישט קיין זינגער… אה! דאס איז שוין עטוואס בעסער… אבער, נאכאלץ נישט די ריכטיגע, לאמיר זען נאך עפעס… אקעי! דאס איז גאנץ כמעשה’דיג… וואס נאך האט איר עפעס…?
מיר געפינען זיך נישט אין ברילן געשעפט, און מיר נעמען אייך נישט יעצט צום גלעזער סוחר… עס איז פשוט אריבער צוויי אזעלכע שיינע סדרות, וישב און מקץ, איך פיל עפעס ווי די פרשה שרייט ’דרשינו’, ווען איך לערן די סדרות פיל איך ווי עס וועקט מיך אויף עפעס גאר א באקאנטע מעשה. אין די שפת המדינה וואלט מען עס אנגערופן "איט רינגס עה בעלל…"
איך שפיר אז עס איז פשוט די ברילן וואס מען דארף צופאסן מען זאל האבן די ריכטיגע וויזיע וואס אזוינס דא טוט זיך אפ.
איז לאמיר א מיש טאן אפאר בלעטער צוריק צום אנהייב פון פרשת וישב.
יעקב באזעצט זיך אין לאנד כנען.
דאס זענען די איבערלעבענישן פון יעקב: יוסף פאשעט די שאף מיט זיינע ברודער, ער חבר'ט זיך מיט די קינדער פון די דינסטן.
יוסף האלט אין איין רעדן צום טאט'ן שלעכטס אויף זיינע ברודער.
יעקב האט ליב יוסף מער פון זיינע קינדער.
יעקב מאכט א שיין העמעדל פאר יוסף.
מען האלט אינגאנצן ביי פסוק גימל - און איך קען נישט כאפן וואס דא גייט פאר.
די תורה גרייט זיך צו דערציילן איבער דאס לעבן פון יעקב, אלה תולדות יעקב, נו! לאמיר הערן, וואס איז די לעבנס געשיכטע פון יעקב?! די ערשטע זאך איז: "יעקב קומט אן קיין ארץ כנען", גראד נאכן זיך אביסל מסדר זיין, שוין אויסגעפאקט די באקסעס… און… עס עקזיסטירט גארנישט, מען רעדט נישט פונעם היסטארישען באגעגעניש פון יעקב מיט יצחק וואס ער האט שוין נישט געזען איבער דרייסיג יאר, מען רעדט נישט פון קיין שום שטוב ווירטשאפט, מען רעדט נישט פון יעקב’ס קינדער, גארנישט! עס איז נאר דא איין איינציגע "העדליין נייעס" "יוסף חבר'ט זיך מיט די קינדער פון די דינסטן", מיט דעם הייבט זיך עס אן, און מיט דעם ענדיגט זיך עס, עס איז יעצט נאר דא איין איינציגע געשעהעניש יוסף בן שבע עשרה שנה והוא נער את בני בלהה ובני זלפה. אויסער דעם עקזיסטירט נישט קיין משפחה, קיין טאטע, קיין ברודער… גארנישט… ברעיקינג ניוז! יוסף שפילט זיך מיט די קינדער פון די דינסטן.
נאך נייעס…? יוסף רעדט שלעכטס אויף זיינע ברודער, און… זיין טאטע ליבט אים מער פון אלע ברודער.
איז וואס גייט דא פאר?
יעקב זוכט נחת
יעקב קוקט זיך אום, מ'איז ענדליך אנגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה, מען איז צוריק אין כנען, יעצט דארף מען זען ווער פון די קינדער איז גרייט זיך שמוציג צו מאכן, ווער איז גרייט ארויסצוגיין פון זיין וועג צו העלפן א פארשעמטן, א צובראכענע, עס איז נישט דא קיין צייט פאר קיין כיבודים, פאר קיין מעשיות, גארנישט, עס איז דא איין זאך, יעקב קומט צו "ארץ 'מגורי' אביו" ער זוכט ווי מען קען ווייטער ברענגען אידן צום אייבערשטן, 'מגורי' טייטש דער מדרש, מגיורי אביו, ער זוכט ווי ער קען ווייטער פארכאפן… מענטשן, זיי מגייר זיין און מאכן טראכטן 'עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט', דאס איז געווען די יסוד היסודות ביים זיידן אברהם, און דאס איז געווען די הויכפונקט ביים טאטן יצחק, און יעצט זוכט יעקב ווער גייט ווייטער טון די הייליגע - ביטער שווערע - ארבעט אזוי ווי זיין זיידע אברהם און זיין טאטע יצחק האבן געטון.
יעקב אטעמט אפ
אה! עס איז דא עפעס נחת… יוסף שטארט ארויס צווישן זיינע ברודער מיט די איינציגסטע און וויכטיגסטע זאך, "והוא נער את בני בלהה ואת בני זלפה" עס איז העדליין אין די פרשה, יעקב אטעמט אביסל אפ, ער קען זיך אביסל בארואיגן, עס איז דא איינע פון די קינדער וואס האט געכאפט וואס דער עיקר איז יעצט, עס איז דא א יוסף וואס עס ברענט אים אויפצוהייבן נשמות ישראל.
דיסקלעימער!
איידער מיר טרערן אריין אין די פרשה, מוזן מיר חזר'ן גאר א וויכטיגע זאך: מיר האבן נישט קיין אנונג בכלל ווי אזוי מיר הייסן! און חס ושלום אז מיר זאלן אריינרעדן אין אזא הייליגע טעמע, די הייליגע טאטעס די "שבטי ק-ה עדות ישראל", אבער וואס יא?! מיר דארפן נעמען די הייליגע פרשה, און זען וואס מיר קענען ארויסנעמען פאר זיך, "שבטי ק-ה" די פרשה פון די הייליגע שבטים, "עדות לישראל" דאס דארף זיין א עדות פאר אונז אידישע קינדער ווי אזוי מיר זאלן זיך פירן.
יוסף קרענקט די הנהגה פון זיינע ברודער
יוסף קומט כסדר צו זיין טאטן, עס קרענקט אים, עס טוט אים וויי, ער וויינט פון טיפעניש פון זיין הארץ, וואס גייט פאר מיט די ברודער, ער דערציילט פאר זיין טאטן: "די הייליגע שבטים, זענען טאקע די גרויסע בעלי מדריגה זיי דינען דעם אייבערשטן מיט מסירת נפש, אבער פארוואס דערווייטערן זיי איינער וואס איז נישט נישט אין זייערע מדירה? פארוואס זענען דא צווישן אונז טייל וואס שפירן זיך צווייט קלאסיג?" "והוא נער את בני בלהה ואת בני זלפה" (רש"י) לפי שהיו אחיו מבזין אותן והוא מקרבן, יוסף קען דאס נישט צוקוקן, ער האלט עס נישט אויס ער האלט אין איין אויסגיסן זיין ביטער הארץ פאר זיין טאטן איבער דעם וואס די ברודער דערווייטערן די הייליגע נשמות. ויבא יוסף את דבתם רעה אל אביהם.
יעקב אטאמאטיש ליבט יוסף מער פון אלע ברודער, ווייל פונקט ווי עס קרענקט פאר יוסף קרענקט דאס פונקט אזוי פאר יעקב, דאס איז די גאנצע זאך וואס לעכערט די הארץ פון יעקב - "נאו מעען לעפט ביהיינד" מען קען זיך נישט ווארפן מיט קיין אידישע נשמות - דאס איז דאך די 'מיטל פונקט' וואס אלעס דרייט זיך ארום דעם, דאס איז די גאנצע וואס האט געברענט פאר'ן זיידן אברהם, אברהם איז געגאנגען וואנדערן צו טרעפן א 'עובר ושב' א מענטש וואס ווייסט נישט אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, און אריינגעשיינט אין אים אריין א נייע גייסט, דאס איז די 'גולת הכותרת' פונעם 'מלכות אבינו' איך האב נישט די ריכטיגע ווארט צו באצייכענען די נאמען פונעם 'חסידות'... די נאמען פונעם 'מלכות'... אזוי ווי היינטיגע צייטן האט יעדע חסידות יעדע מלכות… א שפיגעלע, א הויך פונקט וואס דאס יז זייער עיקר… דאס זעלבע איז געווען ביי אונזערע אבות, ביי אבהרם ביי יצחק, אלע האבן געהאט איין ציל מאכן, פארוואנדלען דעם 'אלוקי השמים' דעם הימלישן אייבערשטן אים מאכן 'אלוקי הארץ' מענטשן וואס זענען אויף דער ערד… אין דער ערד… און טיעף אין דער ערד… ביי זיי איז אויך דא פלאץ ביים טאטן אין הימל.
צאמגענומענע שיינע פיאות… רבי'שע קליידער…!
יעקב הייבט אויף יוסף איבער זיינע ברודער, יעקב מאכט אים שיינע קליידער, יעקב וויל אז יוסף זאל גוט אויסנעמען ביי מענטשן. ווייטער יוסף אליין געבט אויך אכטונג אויף זיין אויסזען, ער מאכט זיך שיין זיינע פיאות, ער שטעלט זיך אהער, "והוא נער" זאגט אונז די תורה - ער טוט זאכן וואס זענען נישט לויט זיין מדריגה, ער לאזט זיך אראפ, ער שמועסט מיט מענטשן נייעס, זאכן וואס זעען אויס שטותים, על דא ועל הא, עס זעט אויס ווי עס אינטערעסירט אים נער'ישקייטן, קינדערישע זאכן, אבער זיין קאפ איז איין זאך "את בני בלהה ואת בני זלפה", ווי אזוי קען מען אריינברענגען אין די ברודער וואס זענען גע'לעיבל'ט: 'קנעכט'... ווי אזוי קען מען זיכער מאכן אז זיי פילן זיך א חלק פון כלל ישראל, אפילו זיי זענען נישט קיין בעלי מדריגה, אפילו זיי זענען קינדער פון דינסטן, ער מאכט א היימישע אטמאספער, ער מאכט זיי שפירן אז ער איז פונקט ווי זיי, עס אינטערעסירט אים די אלע זאכן וואס אינטערעסירט זיי, און אזוי ברענגט ער זיי צום אייבערשטן.
יעקב זארגט אויך פאר דעם! יוסף…! א מפיץ…! א מפיץ מוז האבן א 'כתונת פסים', א מפיץ מוז זיין 'מסלסל בשערו', אזוי אז א מענטש זאל זען: "אה! "דאס איז א קינד פון יעקב", "ווי אים וויל איך אויסקוקן", "איך וויל אויך גיין אין די וועגן פון די מענטשן".
די פרשה באקומט עפעס א אנדערע דערהער, אבער מיר האבן נאכנישט אנגעהויבן.
די ברודער, די שבטים האבן נישט קיין א-א-אנונג וואס דער יונגסטער ברודער וויל דא האבן, פאר זיי אין די אויגן קוקט עס אויס ווי ער ברענגט אראפ אידישקייט, מען מאכט גרינג אידישקייט, נו! פעך מסלסל בשערו, זיי קענען נישט סובל זיין דעם יוספ'ן, "וואס איז די מעשה מיט דיר", "וואס ביסטו פארנומען מיט מיסיאנערישע זאכן", זיץ איין, שפרינג נישט, ברענג נישט דא אן קיין בני השפחות, לאז מנוחה, ווער עס וויל זיין ערליך, ווער עס וויל דינען דעם אייבערשטן מיט אן אמת זאל קומען אין בית המדרש, און… ברענען, פלאקערן, טראסקענען, רייסן שטיקער פון זיך! א שוואכע כאראקטער, איינער וואס קען נישט לעבן מיט א העכערקייט, מיט א דביקות צום אייבערשטן, איינער וואס האט נישט קיין השגות אין רוחניות אלוקות, ער באגרייפט נישט דעם שכל אלוק(לייג א פינטל אינטערן קוף)י, אזא איינער זאל מוחל זיין, זיך זוכען א צווייטער מקום, מיר האבן נישט קיין בית לפליטות, ווילסט זיין מיט יעקב זאלסטו דיך צושטעלן מיטן גאנצן שטורעם!
יוסף’ס פארדריסליכער טעות
יוסף האלט אין די ערשטע פאזע פון זיין לעבן, "יוסף בן שבע עשרה שנה", ער איז נאך יונג, ער ווייסט נישט אז מען טאר נישט חס ושלום אריינגיין אין קיין ויכוחים, ער ווייסט נאכנישט אז א עובד השם, איינעם וואס די לעבן גייט אים פאראויס, ער האט נאך - "דערווייל" הערסט? דערווייל! - נישט קיין נסיונות, צו אזא איינעם קענסטו נישט רעדן, יוסף איז נאך יונג מיט ווייניג ערפארונג, ער מאכט א פארדריסליכער טעות, ער גייט… 'מסביר זיין' ער גייט… 'זיי זאגן', ער גייט… 'זיך טענה'ן', ער גייט… 'אויפווייזן'.
ביי אים איז עס געווען אזא זיכערע זאך, מען קען דאך ראטעווען די וועלט מיט די לימודים, ער מוז זיי ערקלערן די פשוטע פוינט: אז מען מוז אקצעפטירן יעדן איד ווי אזוי ער איז, עס ברענט אין אים א פייער! עס איז אזא שאד, קוק ווי לעכטיגע אידישע קינדער פון אונזערע אייגענע ברודער גייען א גאנג! א שאד א שאד! א שאד אז מיינע ברודער זאלן אפסטעמפלען מענטשן… 'ער? ער איז דאך א שוואכער!', 'דער? דער איז דאך א שגץ!' ער פרובירט צו כאפן א שמועס, זיי מסביר זיין: "דאס זענען נישט קיין שקצים", מיר מאכן זיי פאר שקצים, מיט דעם וואס מיר קוקן אויף זיי שלעכטס טוען מיר זיי דערווייטערן פונעם אייבערשטן… אבער "ולא יכלו דברו לשלום" פון די אלע ויכוחים איז מען נאר אנגעקומען צו אנגעצויגענקייטן, צו רייבערייען.
יוסף געבט נישט אויף
אבער עס רייסט אזוי אינעם הייליגן צדיק "יסוד" עולם, פארוואס זאל מען נישט אנגרייטן קינדער, פארוואס זאל מען טראכטן: "איך בין מסודר", "איך בין העכער פון די אלע זאכן", "איך קען נישט דורכפאלן", פארוואס זאל מען נישט זיין אנגעגרייט פאר זיבן מאגערע יארן… ווען אומגעראכטענע נסיונות שפראצן ארויס, פארוואס זאל מען נישט אנגרייטן קינדער, לאמיר שוין זאגן אז דו ביסט טאקע העכער, דו ביסט טאקע שטארק, דו ווערסט נישט נתפעל פון נסיונות, אבער - גאט אין הימל - מען קען דאך אזוי נישט אויפציען קיין קינדער, מען מוז דאך זיי געבן צו הערן אז עס איז דא א דאו"ן סיי"ד אין לעבן, עס זענען דא קראנקע מענטשן וואס קענען צוגרינד לייגן דיין לעבן, עס זענען דא נסיונות וואס פריער אדער שפעטער וועט מען זיך דארפן ספראווענען דערמיט אין לעבן.
א נייע זאך… מ'דארף געבן ליבשאפט…!
"ויראו אחיו כי אתו 'אהב' אביהם מכל אחיו 'וישנאו' אתו" וואס איז די נייע שפראך וואס איז דאס ליבשאפט שוין ווייטער… עס איז דא עבודת השם, עס איז דא העכער'ס, און שוין… וואס איז די נייע שפראך פון וואס יוסף האט אריינגעברענגט, מען האט אלעמאל געוויסט אז מען דארף רייסן שטיקער פון זיך, מען דארף מאנען פון די קינדער, מען דארף זיי מאכן פילן ווי זיי האבן נאכנישט אנגעהויבן, זיי דארפן וויסן אז זיי זענען וו-וו-ווייט וו-וו-וו-ייט וו-וו-וו-ייט פון די אבות, קינדער דארפן וויסן אז עס איז נישט מעגליך צו אנקומען צו זיין א ערליכער איד (סיי"ד נאו"ט: זיי זענען אויפגעוואקסן צוגעזען די עבודת השם ביי לבן, ווי דער הייליגער רבי טייטשט, לבן איז דער ווייסער מלאך המשחית, דער פרומער רשעות'דיגער מלאך, זיי האבן נישט צוגעזען די מסורה פון אברהם און יצחק) און דא קומט מען מיט נייע ווערטער פון געבן ליבשאפט?
יוסף בעט זיך - אפשר דאך - הערט אויס מיין חלום!
יוסף זוכט זיך עפעס צו רייצן מיט זיינע ברודער?? ער זיכט צו דערציילן חלומות? האסט געהאט א שיינע חלום? פאק איין! און אפילו עס איז א חלום אז די ברודערגייען זיך ביקען פאר דיר, און אפילו עס איז א אמת'ע חלום, וואס איז די ענין פון דאס דערציילן, נאכלויפן די ברודער און זיך רייצן מיט זיי? חס ושלום יוסף וויל זיי פשוט דעליווערן די וויכטיגע פוינט, עס בלוטיגט אים דאס הארץ, ער זעט ווי ס'פאלן שטיקער פון כלל ישראל, אידישע קינדער פרובירן נאכצולויפן דעם שנעל לויפעדיגע באן און זיי פאלן נעבעך מאכטלאז, חלשות, טויט, נישט קענענדיג דעריאגן דעם 'אמת'ן' ערליכער איד, דעם 'אמת'ן עובד השם (אובד מיט אן אלף, א פארלוירענער), יוסף פרובירט איין מאל און נאכאמאל, אבער מען צורייסט זיינע ספרים, וואס דארפסטו אויפקלערן, וואס דארפסטו רעדן א נידריגע שפראך, ווער לייגט נישט קיין תפילין? ווער היט נישט קיין שבת? ווער ארף די קרי 'בני השפחות' כתיב 'שקצים'? זאלן זיי זיך גיין צו אלע רוחות! א נייע מעשה, קירוב!
ער בעט זיך ביי זיינע ברודער: "שמעו נא איך בעט מיך ביי אייך, הערט אויס החלום הזה אשר חלמתי" ער קען נישט גיין ווייטער, עס קרענקט אים, ער מוז זיי געבן א חלום, א משל, א מעשה, זיי זאלן פארשטיין אז די וועג פון גיין בחומר הדין, פון מאנען, פון נישט זיין צופרידן פון זיך, דאס האט נישט קיין קיום.
קוקט אן אייערע בינטלעך, אייערע חידושי תורה, (א תורה איז א צאמשטעל, א בינטל, א קשיא פון דא, א ראי' פון דארט, און א תירוץ פון א דריטע פלאץ) אייערע בינטלעך - עס איז שיינע בינטלעך - אבער סוף כל סוף וועט ער נישט קענען אויסהאלטן פון די שווערע נסיונות, ער וועט מוזן צום סוף קומען און הערן מיינע חידושי תורה, וואס איז אריינגעפלאכן ווערטער וואס גיסן באלזאם אז אפילו דו ביסט טיף אין דער ערד ביסטו נאך אלץ חשוב ביים אייבערשטן, נישט יעדן טאג שיינט די זון, אמאל כאפט מען א פליק, און אויב מען איז נישט גרייט דערפאר פאלט מען.
"והנה אנחנו מאלמים אלמים בתוך השדה והנה קמה אלמתי וגם נצבה והנה תסבינה אלמתיכם ותשתחוין לאלמתי".
אבער די ברודער כאפן נישט וואס ער וויל דא, וואס איז דא די נייע דרך אין עבודת השם, אה דו ווילסט ווערן מפורסם… דו ווילסט באקומען נאך חסידים… וועגן דעם רעדסטו אזא שפראך… זיי שרייען אויף אים: "דו פאר דיר קענסט טון וואס דו ווילסט אבער מיר וועלן זיך נישט בייגן פאר דיר, נא נא נא נא! דו ווילסט קויפן חסידים? פיין! אבער נישט אונז! המלוך תמלך עלינו אם משול תמשל בנו".
פאלשע התחדשות האט נישט קיין קיום!
יוסף זעט אז עס גייט נישט, אבער ער געבט נישט אויף, מען גייט דעליווערן די מעסידזש, עס איז דא א צווייטע חלום, די צווייטע איז נאך שטערקער פונעם ערשטן, מען רעדט שוין נישט פון קיין שטרוי, מען רעדט פון צדיקים, די זון, די לבנה, די שטערנס, די הויכע פלאנעטן, די גרויסע באלייכטונגען, די צדיקים, והנה השמש והירח והכוכבים משתחווים לי, אפילו צדיקים מוזן אויך אנקומען צום לימוד פון הייליגן רבי'ן, אויב דו לערנסט מיט א יונגעלע, אויב געבסטו דעם געפיל פאר א פרישע בר מצוה בחור, דו גייסט יעצט אנהייבן דיין לעבן, דו גייסט איינעמען די וועלט, דו גייסט נאר פאלגן דעם יצר טוב, עס איז א פרישקייט, עס איז א נייע לעבן. ווי לאנג קען אזא זאך אנהאלטן? איך ווייס נישט! ביי יעדעם איז עס אנדערש. אבער צום סוף וועט עס אונטערפאלן, אזא וועג קען נישט האבן קיין קיום, נאר מיין בינטל בלייבט שטיין, א חידושי תורה, א שיעור, א ווארט, א בריוו וואס געבט אנצוהערן: "געב נישט אויף", "דו ביסט נישט פארפאלן", "ווי דו ביסט, דארט איז דער אייבערשטער", "דו ביסט נישט קיין שוואכער", "הייב אן פון יעצט", "אביסל איז אויך גוט", "טו וויפיל די קענסט יא", "רייס נישט קיין שטיקער פון זיך", "אז דער יצר הרע האט דיך געכאפט - אדער אז דער יצר הרע גייט דיך איין טאג כאפן, נישט געזארגט, דער צדיק האט לימודים פאר דעם" "קענסט אנהייבן פון יעצט", יוסף גיסט באלזאם אויך פאר צדיקים, ער גרייט אן א באדן פאר יעדעם איינע, ביי אים איז נישט דא אזא ווארט: "ער דארף נישט קיין חיזוק", "ער איז א צדיק", "ער איז נאך א יונגעלע א בחור'ל", יוסף ווייסט אז טאקע יעצט אפשר איז אלעס בסדר אבער מען מוז זיין אנגעגרייט פאר א 'אפשר'.
און די דיבורים נעמען נאך די ברודער מער ארויס פון די כלים, וואס?! מילא די שוואכע, אבער וואס דארפסטו פארכאפן זיידענע יונגעלייט, פארוואס דארפן יונגע בחורים וויסן אז עס איז דא אזא זאך אז מען קען דורכפאלן, די ברידער האבן אים נאך מער פיינט, זיי ווילן נישט הערן די שפראך, "ויוספו עוד שנא אתו על חלמתיו ועל דבריו".
יעקב בייסט זיך די ליפן
יעקב שטייט אין די זייט, ער בייסט זיך די ליפן, ער ווייסט אז יוסף איז די עצה פאר כלל ישראל, אן יוסף איז א שאד צו רירן א שטיינדל, אויב האסטו נישט די חיזוק פונעם צדיק איז נישט דא קיין קיום פאר כלל ישראל, דער איינציגסטער וואס קען פארלענדן אלע שרי עשיו איז יוסף, "והיה והיה בית יעקב אש ובית יוסף להבה ובית עשו לקש", אבער פון די אנדערע זייט אויב וועט ער זיך אננעמען פאר יוסף וועט עס נאכמער ארויסרופן בייז בלוט אויף אים, אהא! דו האסט אונטערגעקויפט דעם טאטן אויך. דא קומט ארויס פלוצלינג א נייע קארטל, אה! דער טאטע איז שוין אלט, און דו זיצט ביים טאטן אין שטוב, דו האסט אים שוין אויך היפנעטייזד אז די גאנצע וועלט איז פול מיט תועבה און נאר ווער עס לערנט דיינע ספרים ווערט געראטעוועט, יעקב זעט עס וועט נישט העלפן יעצט קיין אננעמען, עס איז דא איין עצה אביסל צו בארואיגן די געמיטער עס זאל נישט ממש ארויסגיין פון קאנטראל, יעקב מאכט קולות אויף יוסף, בלית ברירה מוז מען זיך פארמאכן דאס מויל, "ויגער בו אביו ויאמר לו מה החלום הזה אשר חלמת".
יעקב האט געזען די מצב, דא גייט זיך גארנישט טוישן, די סיסטעם פון די קינדער פון ישראל די קינדער פון יעקב עד סוף כל הדורות גייט גיין מיט דעם מענטאליטעט, פארווייטאגטערהייט ווארט יעקב אז כאטש נאך ווען עס וועט שוין זיין אזויפיל קרבנות, נאך ווען כלל ישראל וועט שוין זיין צופליקט, נאך כלל ישראל וועט שוין 'פעיסן פעקט', די ווייטאגליכע מציאות פון לעבן וועט פאטשן אין פנים, מען וועט איבערגיין א פרשה פון יהודה מיט תמר, א פרשה מיט מצרים, און דעמאלטס ואביו שמר את הדבר יעקב מוז שרייען אויף יוסף, יעצט מוז מען זיך צומאכן די אויגן, עס איז נישט דא צו וועמען צו רעדן, די בני עלי' פארשטייען עס נישט, און וועלן עס נישט פארשטיין, ליידער וועט מען דארפן צאלן דעם טייערן פרייז, הוי! ואביו שמר את הדבר, הלוואי - טראכט זיך יעקב - זאל מען כאטש דעמאלטס איינזען אין די הייליגע לימוד וואס יוסף לערנט, הלוואי זאל מען זיך שוין בוקן ביז צו דער ערד - אנשטאט זיך דעמאלטס ווייטער באהאלטן די פנים אין זאמד - און אננעמען דעם לימוד פון יוסף הצדיק.
דער טאטע האט נישט געהאלטן דערפון
אבער אזויפיל איז שוין געבליבן, עס איז געבליבן שוין די מימרא הענגען אין די לופן, יעדער האט געוויסט צו זאגן: "דער טאטע האט נישט געהאלטן פון יוסף, דער טאטע האט דאך ברבים געשריגן אויף אים…!"
יא! און אזוי איז עס טאקע געווען, די מעינסטריעם, די סיסטעם איז ווייטער געגאנגען, מען דארף רייסן פון זיך, מען דארף מאנען פון זיך, מען דארף זיך אפשיידן פון די וועלט, און כלל ישראל ווערט נעבעך איינס איינס אויסגעלאשן.
פארזעצונג קומט אם ירצה השם