גוט אנגעדרייט!
י טבת תשפ"ד 📝
עס פעלט זיך אויס א דרייסקייט… ניין? אודאי וואס רעדסטו ער גייט אריין אין לייבן גרוב, עס איז נישט געווען קיין פשוטע החלטה, ער האט געוויסט אז עס קען זיין עס גייט קאסטן זיין לעבן, די לעבן פון זיינע ברודער, און עס קען ברענגען א סוף צו די גאנצע משפחה.
מצרים איז נישט געווען עפעס א קליין לענדל, און די משנה למלך דארט איז נישט געווען עפעס סתם א פאפיט, עפעס א פרעזידענט צו וואס מיר זענען היינט צוגעוואוינט, עס איז געווען ווען וועלט איז נאך געווען וועלט, פאר איין נישט ריכטיגע ווארט האסטו פארשניטן דיין לעבן. נו אבער יהודה האט גענומען די דרייסקייט, ער איז געווען גרייט על החיים ועל המוות, ער האט צוגעטרעטן צום מצרישע פירער מיט די שטרענגסטן טאן, ער האט אים קלארגעשטעלט אז דאס מאל מיינט ער ביזנעס. עס איז זיכער אז יהודה איז נישט געווען פארזיכערט מיט די אקט וואס ער האט געטון, אריינלייגן 'זיך' און 'זיינע ברודער' אין א מלחמה, אבער עס איז נישט געווען קיין ברירה, ער האט נישט געמאכט קיין חשבונות, ער האט אריינגעטאנצן דערין, און די פייער האט זיך אנגעהויבן, צוריק גייט עס שוין נישט, די רגע וואס האט ער געפאכעט מיט די פויסטן צום וועלטס פירער, איז ער געווען גרייט פאר א פולשטענדיגע קריג. און נישט א קריג מיט עפעס א קליין לענדל ווי שכם וואס דאס איז אויך נישט געווען קיין פיקניק, מען רעדט פון מצרים איינס פון די גרעסטע אימפעריעס אויב נישט דער סאמע גרעסטער.
מיר ווייסן שוין די סוף פון די מעשה אז עכט עכט איז עס נישט געווען קיין קעניג עכט עכט איז עס געווען יוסף, סאוי ווען מיר גייען צו צום פרשה זענען מיר העכסט רואיג, ווייל מיר ווייסן אז עס גייט נישט אויסברעכן קיין מלחמה עס גייט נישט זיין קיין קריג. עס איז דאס לעצטע שטרוי וואס האט נאך אנגעהאלטן יוספ'ן פון זיך אנטפלעקן פאר זיינע ברודער, דאס איז די גאנצע, אבער יהודה האט דאס נישט געוויסט. ווען עס האנדלט זיך ווען פון א ריכטיגע מושל בכיפה א דיקטאטאר, ווי די אנדערע וואס האבן געהערשט אין יענע צייטן, איז עס באמת א געוואגטקייט באמת א דרייסטקייט, יהודה מיט די שבטים זענען געווען גרייט אויף'עס סעגסטן, ער האט נישט געוויסט אז דא קומט א קליין נאדל וואס גייט באסטן דאס גאנצע באלאן, ער איז דא געשטאנען גרייט מיט אלע ברודער צו ווערן גע'הרג'עט און אריינצוגיין אין א ערנסטע קאנפראנטאציע מיט מצרים.
מיר קענען זיך פראבירן אויסצו'דמיונ'ען וואס עס וואלט טאקע געווען ווען די מעשה איז טאקע אזוי ביז אהער, אבער עס איז באמת א קעניג וואס האט זיי געוואלט צופיקסן, און דא קומט יהודה ארויף און שרייט אז ער איז גרייט אויף קריג, וואס וואלט געווען די ריאקציע, מען וואלט אפשר איינגעשפאנט די מיליטער, עס וואלט זיך אנגעהויבן שלאכטן, אדער וואלט מען אנגעהויבן פארהאנדלונגן, קוק אהער למעשה האט ער גע'גנב'עט פון קעניג, מען קען עס נישט אזוי אריבערלאזן, בקיצור ווי אזוי עס וואלט זיך ווען געקענט אויסקאכן ווייסן מיר נישט, און מיר קענען נישט וויסן, מען קען עס נישט צוגלייכן צו סדום וואס זיי האבן זיך געגרייט זיי האבן געהייסן מל'ן זיך, און נאכדעם ווען יעדער איז געווען שוואך האבן זיי אויסגע'הרג'עט די גאנצע שטאט, אין פארגלייך צו א שטארקע לאנד וואס עס איז גאר נישט געווען אראנדזשירט, מיר וועלן לאזן דעם עולם דמיונ'ען ווי אזוי דאס וואלט זיך געקענט אויסשפילן.
איז יעקב, די שבטים, בנימין, יהודה זענען אלע אויף די העכסטע אלערט, מען איז אריין אין די שווערסטע סיטואציע וואס איז נאר מעגליך זיך פארצושטעלן, מען זעט נישט די וועג ארויס, עס זעט אויס ווי בנימין בלייבט אין מצרים, אדער א קריג, אדער איך ווייס נישט וואס, די צרה איז עד לב השמים. יעקב ווארט יעדע מינוט מיט ציטער אינדערהיים צו הערן וואס עס האט זיך אויסגעקאכט פון דעם צודרייטן מושל וואס האט זיך אנגעטשעפעט אין זיינע קינדער, בנימין איז אין תפיסה, די שבטים זענען קאמפס גרייט אנטקעגן א לאנד.
א שטילע קול שרייט ארויס "אני יוסף - איך בין יוסף", דאס איז עס די גאנצע באלאן האט אויף איין רגע געפלאצט, אלעס איז געווארן אויס, אלע פלענער אלע גרעדעכצער, אלעס אלעס איז פלוצלינג אנטרינען געווארן, עס איז אויס נערוועז אויס קריג, די פויסטן זענען פלוצלינג פארשווינדן געווארן, די פלענער זענען אראפ פון טיש, גארנישט! גארנישט! אני יוסף נו! דאס איז עס! איר קענט צאמפאקן אלע פעק איר קענט שוין גיין, עס איז א שפיל די גאנצע זאך.
העלאו! וועק דיך אויף דאס איז א לעקציע פאר דיר פאר דיין לעבן, די זיצט ביי דיר אינדערהיים מיט ציטער מיט שרעק, וואס גייט דא זיין? שלום בית איז נישט דא, קינדער זענען פארכאפט ביי די נישט גוטע, דער יצר הרע האט מיר בא'גנב'עט אלעס אלעס, איך זע נישט קיין שום האפענונג חוץ אויב איך גיי טון עפעס גאר דראסטיש, איך מאך פלענער פון דא ביז ווייסעך ווי, אויב גייט זיין אזוי גיי איך טון אזוי, און אויב גייט זיין אזוי גיי איך טון אזוי, און אויב ביידע גייען זיך נישט אויסארבעטן, די מח ארבעט פיבערהאפטיג, ווי אזוי גייט מען שליכטן די שרעקליכע קריזיסן פון אלע זייטן, וואס איז די עצה דא? עס ברענט, עס פלאקערט, עס זעט אויס ווי עס איז סוף וועלט
זאלסט וויסן אז יעצט קענסטו זיך רישן "אני יוסף", נישט "אני יוסף", "אני השם" איך בין דא, רעד צו מיר בעט פון מיר, איך בין דא, עס איז נישט קיין סיטואציע בכלל, עס זעט טאקע אויס געפעעערליך, אבער מיט איין ווארט "אני השם" איך בין דער אייבערשטער, איך בין דא, מיר קענען רעדן מיר קענען שמועסן, עס איז נישט אז עפעס א פרעמדער שטייט דא אונטער די גאנצע זאך, וואס דו דארפסט יעצט פלאנירן א אטאקע דו דארפסט פלאנירן עפעס שרעקליך, עס איז איך, דער אייבערשטער וואס מיר קענען זיך, מיר זענען גוטע פריינט, פלוצלינג פלאצט די לופט באלאן קראכט, עס איז אויס.
אבער אינטערסאנט איז אז די מעשה האלט אין איין געשען נאכאמאל, אויף אזוי פיל פארשידענע אופנים, אז יעדע מאל עקסטער זעט עס אויס ווי יעצט איז טאקע שוין נישט אונטערגעשטעלט, יעצט איז טאקע נישט דא קיין וועג ארויס. דערמאן דיך אני יוסף, יא! איך בין אונטער אלעס, איך האב גענומען יוסף ער איז נישט אין תפיסה, ער איז ביי זיין געליבטע ברודער, און איר האט נישט צוטון מיט קיין שרעקליכע מושל פון מצרים, איר האט דא א ליבע ברודער וואס האט געמאכט א שיינע שפיל.
דאס איז יעדע מאל ווען א מענטש האט א שוועריקייט זאל ער וויסן די ישועה איז נישט פון אונטן נישט אין די זייט און נישט אויבן און נישט אונטן עס איז אין פארענט פון דיר, עס איז דא, יא! דא! דאס וואס זעט אויס ווי די צרה דאס איז די גאנצע ישועה, דער אייבערשטער איז אין דעם אונטער דעם, ער ווארט ער קוקט אריין אין די צרה צו דיר, ער ווארט אז דו זאלסט ארויסרעדן א ווארט צו אים: "הייליגער באשעפער טאטע איך קען נישט, איך ווייס אז דאס איז א אונטערגעשטעלטע שפיל פון דיר אבער איך קען נישט מער, עס איז צו א שרעקעדיגע שפיל, איך וויל דו זאלסטיך שוין באווייזן און זאגן איך בין עס! האב נישט מורא! באשעפער אז דו האסט מיך ליב זאג מיר אצינד".
הוי אני יוסף