קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
 
 
איך שטיי געשמאק מיטן טלית אויף די פלייצע, מיינע פינגער פארן אדורך די ציצית, ס'איז חנוכה ס'איז א פרייליכע צייט, איך בין גוט אויפגעלייגט. שטיי איך דארט אויף מיין פלאץ אין שול און א חבר מיינער לייגט אראפּ זיין טלית זעקל נעבן מיר און באגריסט מיך מיט א ווארימע גוט מארגן און פרעגט מיר:
 
וואס זאגסטו, זאל איך מיך גיין מאכן א קאווע אדער זאל איך היינט זיין א ברסלב'ער?
 
מיין אוטו רעפּליי האט גראד געענטפערט אז זיין א ברסלב'ער האט נישט צו טון מיט קאווע, אויב רעדסטו צום אייבערשטן, דו לערנסט יעדן טאג תורה דיינע שיעורים כסדרן, ביזט מכבד די ווייב, דו לערנסט דעם רבינ'ס ספרים קענסטו זיך פאררופן א ברסלב'ער און זאגן אז דו ביסט א ברסלב'ער אבער פון נישט טרינקען קאווע פארן דאווענען ווערט מען נישט קיין ברסלב'ער....
 
שכח אייבערשטער אז פונקט אין יענע טעג איז געווען א שיעור פון דער ראש ישיבה וועגן די זאך פון טרינקען קאווע פארן דאווענען. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט מעולם לא שתה אפילו מים לפני התפלה, דער הייליגער רבי האט אפילו וואסער נישט געטרינקען פארן דאווענען. דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז ער פרובירט נישט צו טרינקען אויב קען ער, אבער א מענטש איז נאר א מענטש און צומאל מאכט זיך אז ס'נעמט צייט ביז מ'איז גרייט צו דאווענען דארף מען האבן כח, ס'ווענדט זיך יעדער ווי אזוי ער שפירט זיינע כוחות אויב קען מען גלייך זיך שטעלן דאווענען און נישט טרינקען קאווע און דאווענען געשמאק איז אסאך בעסער, אבער אויב שפירט זיך א מענטש שוואך דאן קען ער יא טרינקען.
 
יענער געבט א שמייכל און זאגט: יא יא גערעכט ביסטו, אויב פאלגט מען נישט דעם רבינ'ס עצות און מ'פירט זיך נישט ווי אזוי דער רבי האט אונז געלערנט האט מען טאקע נישט מיט ברסלב...
 
א צווייטער אידל וועמען איך קען, גייט מיר דורך און זאגט א ווארימע גוט מארגן און פרעגט מיר: נא וואס זאגסטו עפעס גוטס?
 
שכוח אייבערשטער אז איך קען זיין פרייליך! ביסט שוין היינט געווען פרייליך פרעג איך אים?
 
נישט סתם! ענטפערט ער, און ער הייבט אן דורכגיין אלע ברכות און פרעגט מיר צוריק: האסט שוין געזאגט היינט שכוח אייבערשטער אז דו האסט געעפנט די אויגן און אויפגעשטאנען? דו ווייסט וויפל מענטשן האבן ליידער דאס נישט באוויזן היינט?
 
און אזוי איז ער דורך אלע ברכות, האסט שוין געדאנקט דעם אייבערשטן אז דו ביסט נישט אין תפיסה? דו ווייסט איך האב א חבר וואס מ'האט אים יעצט אריינגעשליידערט פאר פופצן יאר!!! האסט שוין געזאגט שכח אייבערשטער אז דו קענסט זיך דרייען אויף די פריי?
 
האסט שוין געזאגט שכח אייבערשטער אז דו ליגסט נישט פארווארפן אין עפעס א שפיטאל? דו ווייסט וויפיל אידן ליגן נעבעך אויף א שפיטאל בעטל און ווייסן נישט וואס דער טאג גייט זיי ברענגען?
 
ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקן וואס דער ראש ישיבה האט לעצטנס דערמאנט ביי איינע פון די שיעורים אז א בחור איז אים געקומען זאגן אז ס'איז אים איינגעפאלן גאר לייכטע וועג ווי אזוי זיך צו קענען האלטן רואיג און פרייליך אפילו ווען ביי אים אין שטוב ווערט אנגעצויגן.
 
ער זאגט אז יעדעס מאל וואס זיינע עלטערן שרייען אויף אים אדער זידלען אים טראכט ער 'בעסער דאס ווי די שיינע זיסע שטילע רחמנות'דיגע 'גוט מארגן ווי אזוי פילסטו' פון א נורס אין שפיטאל וואס מאכט זיך שמייכלען זיס…'
 
פארשטייט זיך אז דער לימוד איז נישט דווקא פאר א בחור, נאר דאס איז זייער א שטארקע עצה ווען אימער אויף וועלכע מצב א מענטש גייט אדורך און באקומט בזיונות צו אין שטוב אדער אין די ארבעט אז ס'גייט שווער דו כאפּסט אריין מ'רעדט נישט שיין צו דיר געב א זאג: שכח אייבערשטער אז איך ליג נישט אין עפעס א שפיטאל בעטל וואו מ'רעדט שיין, שכח אייבערשטער אז איך בין געזונט און איך קען זיך באוועגן און אז מ'רעדט נישט שיין צו מיך... אויך נישט געפערליך... אלץ בעסער ווי דעם שיינעם גוט מארגן פונעם קראנקן שוועסטער...
 
בקיצור איך האב בכלל נישט דאס געמיינט מיטן אנהייבן דעם שמועס... איך האב סך הכל געמיינט די נקודה לאמיר זיין פרייליך טו זיך אן א שמייכל און זאג שכח אייבערשטער! אבער ס'גאנץ פיין געווען אנצוהייבן דעם טאג מיט דעם אינדשעקשאן.
 
צום סוף געבט מיר דאס אידל א פיר אויס מיט א מורא'דיגע ווארט פון הגאון רבי אביגדור מילער זצ"ל.
 
ער זאגט מיר אז ער האט אמאל געהערט אויף א טעיפּ פון ר' אביגדור ווי ער זאגט אז מענטשן לייגן נישט צו קאפּ צו יעדער קלייניקייט וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז נאר חסדים, ער האט געפרעגט איינע פון די אנוועזנדע דארט: האסטו שוין היינט געזאגט שכח אייבערשטער פאר די לאך פונעם קנעפל?
 
ווער מיינסטו האט באשאפן דעם לאך אז דער קנעפל זאל האבן וואו אריינצוגיין? דאס איז איין שטיק חסד השם, וואלסטו זיך אן עצה געגעבן אן קיין קנעפּל? די הויזן וואלט דיר געהאלטן אין איין פאלן, די העמד וואלט נישט געווען מסודר, האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט און באשאפן א קנעפל מיט א לאך צו מאכן דעם מענטש לייכטער, אויף דעם דארף מען דאך אויך דאנקען דעם אייבערשטן!!!
 
דער מעשה האט מיך צוריק געטראגן צו אן ענליכע מעשה פון הגאון רבי אביגדור זצ"ל. איך בין געווען א בחור אין די יארן און אזוי ווי אסאך בחורים בין איך געווען זיכער אז פאר יעדן איז דא א שידוך נאר נישט פאר מיך... איך וועל שוין זיכער קיינמאל נישט חתונה האבן. און אזוי ווי אסאך אנדערע בחורים וואס טראכטן אזוי, האב איך אויך געהאט א בוך מיט ראיות פארוואס יעדער וועט זיכער חתונה האבן נאר נישט איך!
 
דעמאלט האט מיר א איד (מיין צוקונפטיגע שווער) זייער שטארק מחזק געווען און מיך פארציילט די גרויסקייט פונעם אייבערשטן וואס דארפסטו געבן עצות דעם אייבערשטן? וואס דארפסטו זארגן זאכן וואס האבן נישט מיט דיר?
 
האט ער מיר דעמאלט געזאגט אז רבי אביגדור פלעגט זיך אלץ ארומדרייען מיט א מאראנץ קערנדל אין טאש און ווען ס'פלעגט קומען צו אים א מענטש צובראכן פלעגט ער ארויסנעמען דעם קערנדל און פרעגן פאר דעם מענטש אפשר קענסטו מיך מסביר זיין ווי אזוי פון דעם קערנדל קען וואקסן א בוים? ס'האט דאך נישט קיין שכל!
 
וואס איז דאס א קליינטשיגע קערל וואס ליגט אין יעדער מאראנץ עטליכע פון דעם און ווען מ'לייגט דאס אריין דער ערד וואקסט א בוים, ווי אזוי קען דאס זיין?
 
נאר דער אייבערשטער איז אזוי גרויס און זיין רחמנות ליגט אין יעדער קלייניקייט וואו א מענטש קוקט איז ער ארומגענומען מיט חסדי השם און דער אייבערשטער האט א קלארע חשבון ווי אזוי ער פירט דער וועלט איז וואס פעלט אויס צו זארגן?
 
דער ראש ישיבה פארציילט אז אמאל איז איינער אריינגעקומען צו מוהרא"ש זצ"ל און געזאגט פאר מוהרא"ש אז ער האט קשיות אויף די אמונה ער וויל מוהרא"ש זאל אים ענטפערן.
 
זאגט אים מוהרא"ש זייער גערן אבער קודם וויל איך דיר פרעגן אפשר קענסטו אהערקומען א מינוט? דער איד שפאצירט צו מוהרא"ש פרעגט אים מוהרא"ש אפשר קענסטו מיר זאגן ווער גייט אין דיר?
 
א שטיק פלייש קען גיין? א טויטע מענטש קען זיך נישט באוועגן, וואס מאכט אז דו זאלסט קענען גיין? ווער זעט אין דיר? ווער רעדט אין דיר?
 
דער מענטש האט נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן, זאגט אים מוהרא"ש דער הייליגער באשעפער ליגט אין דיר ער זעט אין דיר ער הערט אין דיר ער מאכט יעדע סעקונדע דו זאלסט זיך קענען באוועגן און דו קליין קעפעלע האסט קשיות??
 
שכח אייבערשטער אז מיר זענען זוכה צו לעבן אין א פלאץ ווי דער ראש ישיבה האלט דאס אין איין אריינלייגן אין אונז דער ריינע אמונה וויסן אז אין שום מציאות בלעדיך יתברך כלל דאנקען דעם אייבערשטן יעדע מינוט אויף אזוי פיל גוטס מיט וואס מיר זענען ארומגענומען דאנקען דעם אייבערשטן אויף די זכות אז מיר קענען זיין אין היכל הקודש און נישט קריגן אויפן רבי'ן.
 
אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!