מ'קען עס נישט אדוכלאזן! מ'דארף איבערדרייען א וועלט!
 
מ'דארף אויפשאקלען די אידישע וועלט, און ארויסגעבן דעם גאנצן אמת קליפ און קלאר! מיר לאזן זיך סתם טרעטן! ס'איז נאו זשאוקס, מ'דארף זיך אננעמען פארן כבוד פונעם ראש ישיבה, ס'איז א שפיל מיט פייער!
 
יענקי מאך דיר א קאווע און בארואיג זיך אביסל, יעדער דא אין קאווע שטיבל פארשטייט דיר זייער גוט, אבער איך מיין דו רעדסט פון היץ, אפשר ווייל דיין קאווע איז געווען צו הייס…
 
שלומי איך זע דו הייבסט נישט אן צו פארשטיין וואס דא גייט פאר, איך האלט עס ממש נישט אויס, יעדע מאל קומט מען אפיר מיט נייע לשון הרע'ס אויפן ראש ישיבה וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, ס'עסט מיר אויף לעבערדיגערהייט, ס'באדערט מיר זייער שטארק.
 
שלומי דו קענסט נישט געבן א מאך אוועק יענקי מיט איין ווערטל, מיר האט עס אויך אזוי געבאדערט אז מ'איז יעצט אויפגעקומען מיט א פרישע זאך אראפצורייסן דעם ראש ישיבה, וואס קען מען טאקע טון דא?
 
הערשי און שלומי איך פארשטיי בכלל נישט וויאזוי ענק שטייען אזוי רואיג אנגעלאנטערהייט און ענק שלויכן פיינע ווארימע קאווע, ווען אין די דרויסנדיגע וועלט באשמוצט מען דעם ראש ישיבה מיט אזעלכע מיאוסע און נידעריגע אויסגעטראכטע זאכן, און דו זאגסט נאך איך זאל מיך בארואיגן!!!
 
קול דאון, רילעקס, איך מיין דו ביזט שוין גענוג לאנג אין היכל הקודש יענקי, צו וויסן אז אזוי גייט עס, יעדע שטיק צייט קומט דער סמ"ך מ"ם מיט אן אנדערע טאקטיק וויאזוי צו באשמוצן דעם פלאץ, דאס איז עס, פעיס פעקט - זאגט מען אין ענגליש.
וואס גיימער טאקע טון דא?
 
אפשר ארויסגעבן א רייכע ארטיקל מיט אלע דעטאלן, און ארויסשרייבן דעם אמת'ן מציאות, אויפדעקן דעם פרצוף פון די פארשוינען וואס בארעדן דעם ראש ישיבה, מ'וועט דאס צושפרייטן ביי די גרעסטע פאפולערסטע אידישע מאגאזינען וואס איז היינט דא אויף די אידישע מארקעט, אז מער וועלן זיך נישט דערוואגן צו רעדן קיין איין ווארט זייער גאנץ לעבן.
 
קען דאס זיין די עצה צו אונזער פארפלאנטערניש?
 
אז מ'וועט פון זיי מאכן סדר
און אנלערנען די ביינער
און אריינגעבן א לעקציע א פיינער
אז וואגן זאל זיך קיינער
וועט עס צומאכן זייער מיילער?
פון אויסטראכטן לשון הרע'ס געמיינער?
 
די גוי'אישע מידיע קומט כסדר ארויס מיט נייע קוריאזע געדאנקען וויאזוי צו באשמיצן אידן מיט די שענדליכסטע מעשים רחמנא לצלן, קומט מען נאכדעם ארויס מיט גרויסארטיגע פראפעסיאנאלע ארטיקלען אויפצואווייזן די ריינע אמת אויף די גאנצע וועלט.
 
איז דאס די איינציגסטע מהלך???
 
לאמיר זען וואס זאגט דער הייליגער רבי, וואס איז אונזער עצה? וואס איז דער ריכטיגער מהלך?
 
רבי נתן איז אמאל געקומען צום הייליגן רבי'ן און ער זעט דער רבי זיצט און וויינט בדמעות שליש, רבי נתן געט א פרעג דעם רבי'ן: "רבי פארוואס וויינט איר אזוי?" זאגט אים דער הייליגער רבי: "איך וויין אויף דעם וואס מען האט אויסגעטראכט אויף מיר אזאנע לשון הרע'ס און מען בארעדט מיר מיט די ערגסטע זאכן". רבי נתן האט געטראכט צו זיך, איך פארשטייט נישט פארוואס דער רבי וויינט אזוי, וועם אינטערעסירט בכלל וואס יענער רעדט און וואס יענער זאגט, אבער שפעטער ווען רבי נתן האט געהאט אויף זיך גרויסע מחלוקת, און מען האט אויף אים גערעדט כל דבר אסור, האט ער געזאגט אז ער פארשטייט שוין פארוואס דער רבי האט דעמאלט אזוי געוויינט, ווייל ער האט געזען וויפיל מענטשן וואלטן געקענט מקורב ווערן און וויסן פון די הייליגע עצות און לעבן א חיים טובים, און נאר וועגן די אלע לשון הרע'ס ווילן נישט מענטשן הערן די חיזוק און לערנען די הייליגע ספרים.
 
ביי אונז שפילט זיך איבער די זעלבע מעשה, דער הייליגער רבי האט אונז געברענגט א מתנה "מחלוקת", און מען זעט אז געוויסע מענטשן זענען דאס מקיים מיט די גאנצע שטארקייט, מען רעדט אויף ברסלב כל דבר אסור, יעדע מאל מיט א פרישע אויפגעטראכטע מעשה, אויסגעזויגן פון פינגער, אן קיין הענט און פיס, אדער נעמט מען עפעס א מעשה, און מען לייגט צו דעם צו נאר איין קליינע ליגענט און דער דריטער לייגט צו נאך איין קליינע שטיקל צו די מעשה, ביז די מעשה באקומט שוין א לאנגע לאנגע בארד, און דער עולם גלייבט און מען נעמט עס אן.
 
אונזער עצה איז צו טון וואס דער הייליגער רבי האט געטון ווען מען האט גערעדט אויף אים, און דאס איז בעטן דעם אייבערשטן "הייליגער באשעפער העלף אז אידישע קינדער זאלן נישט מקבל זיין די לשון הרע'ס וואס מען רעדט אויף דעם הייליגן פלאץ, און זיי זאלן יא וועלן אויסהערן די חיזוק פון רבי'ן, און די גאנצע וועלט זאל שוין אנערקענען אז עס איז דא איין איינציגע באשעפער וואס פירט די גאנצע וועלט, און נאר צו אים קען מען זיך ווענדן ווען מען האט א צרה". דאס האט אונז דער רבי אויסגעלערנט צו טון, דאס איז אונזער עצה.
 
איך דערמאן מיך נאך א מעשה וואס קומט דא גוט אריין; רבי נתן איז אמאל געקומען צום רבין און דער רבי האט דאך גערעדט אזעלכע הארציגע שיינע דיבורים מען האט געשפירט אזא לעכטיגקייט אז דער אייבערשטער איז דא און ער הערט מיר אויס אלעס וואס איך רעדט צו אים, שפעטער ווען דער רבי האט געענדיגט רעדן האט רבי נתן געוואלט ארויסלויפן אין די גאסן און שרייען "רבותי דא געפונט זיך אזא רבי מיט אזאנע גוטע עצות אין לעבן, קומט אהער און הערט אויך אויס דעם רבי'ן, מאכט זיך נישט נאריש, וועקט אייך אויף פון טיפן שלאף".
 
דער רבי האט גלייך געכאפט וואס ער טראכט יעצט און ער גיבט זיך א רוף אן צו רבי נתן "שטיי דא, וועסט נישט פועל'ן".
 
די זעלבע זאך שפילט זיך איבער ביי אונזער מעשה דא, מיר ווילן אויסשרייען פאר די גאנצע וועלט אז דאס איז אויסגעטראכטע מעשיות אויסגעזויגן פון פינגער, אבער עס גייט נישט העלפן גארנישט, מען קען קיינעם נישט אויפווייזן, ווייסט וואס מען קען יא טון? דאס וואס דער ראש ישיבה האט געזאגט נאכדעם וואס מען האט געווארפן פאשקעווילן אויף אים אין די גאסן.
 
יארן צוריק נאכדעם וואס מען האט געעפענט די ישיבה איז געווען א שטיק צייט וואס מען האט געווארפן אין די גאסן פאשקעווילן אויפן ראש ישיבה, די בחורים זענען געווען צוהיצט אזוי ווי דיר, זיי האבן געוואלט איך ווייס נישט וואס טון, האט זיי דער ראש ישיבה דעמאלט געזאגט: ווילסט מיר העלפן? ווייסט וויאזוי דו קענסט מיר העלפן יעצט? זעץ זיך אריין אין בית המדרש און הייב אן זאגן משניות, מיט דעם וועסטו מיר העלפן.
 
יא מיר ווייסן שוין פונקטליך וואס מ'דארף טון.