"גיוועזין א אידן מיטן נאמען פייטיל זלאטע'ס, פייטיל איז גאר א פיינער עמך איד, אלע קאנען איהם אין די שטעיטאלע קריקוטישוק ישוב'ניקעס ווי דארפסלייט צוגלייך, אלע האבן פייטלען זיער גיגעליכען…"
 
איך האב אייך אנגעהויבן פארליינען א מעשה פון א אלטע אידישע בוך, אבער איך זע אז אויב איך ליין נאך א צוויי שורות בלייב איך אנע ציינער… איך גיי נישט נעמען קיין שאנס צו ליינען פאר אייך ווייטער די בוך, ווארום… די בלעטער פונעם בוך זענען אזוי צוברעקלט אז באלד דערזע איך זיך מיט א הויפן ברעקלעך אין האנט, איך וועל האבן אן אנדערע מעשה צו פארציילן: "איינמאל איז געווען א ביכל, און פלוצלינג איז דאס ביכל פארוואנדלט געווארן צו א הויפן ברעקלעך…" איר ווילט דאך אבער וויסן וואס אזוינס עס שטייט אינעם בוך וועל איך עס אייך דערציילן.
איך האב טאקע נישט יעצט איבערגעקוקט די מעשה, אבער עס ליגט מיר טיף אייגעקריצט אין זכרון פון מיין יוגנט ווען מיין באבע פלעגט מיר דערציילן די מעשה פון דעם בוך. איך קען נישט זאגן אז איך האב אלעס פארשטאנען, אבער איך האב געפילט איר הארץ, די אמונה, תמימות און יראת שמים וואס זי האט אריינגעלייגט, זי האט געוואלט אין מיין קליין הערצעלע אריינפלאנצן די יראת שמים וואס זי האט צוגעזען אין דער אלטער היים.
***
פייטל זלאטע'ס האט געוואוינט אין א קליין דערפל קריקוטישוק אין ווייס רוסלאנד (א שאד צו זוכן אויף די מאפע… היינט עקזיסטירט שוין נישט אזא פלאץ ווי 'ווייס רולסאנד' אויף די מאפע, רוסלאנד האט שוין במשך פון אירע יארן רויט געמאכט אלע אירע טערעטאריעס) דער פייטל איז געווען א פרייליך בא'טעם'טער איד'ל, ער איז געווען באליבט ביי די אידישע איינוואוינער, און להבדיל די נישט אידישע איינוואוינער פונעם דערפל צוגלייך.
גערופן האט מען אים פייטל זלאטע'ס, נאך זיין מאמע זלאטע די צדיקות, יענע צייטן האט מען נאכנישט גערופן מענטשן מיט לעצטע נעמען, פלעגט מען צומאל רופן אויף די מאמעס נאמען.
פייטל איז געבוירן אויף דער עלטער צו ר' ארון לייב און די שטאט זלאטע אין טשעכנאוויץ, א קליין שטעטעלע אין פוילן, דארט איז ר' ארון לייב שטארק טעטיג געווען מיט דעם חסידיש'ן קלויז. ווען זייער פייטל איז געבוירן געווארן האבן זיי אים אויפגעצויגן מיט א זעלטענעם ווארימקייט, וואס נאר עלטערן צו אן איינציג קינד האבן געקענט. דארט האט ער געוואוינט, ביז צו זיין חתונה מיט זיין אשת חיל דוואשע פון קריקוטישוק.
פייטל האט געהאנדלט מיט גרינצייג וואס ער האט אליין געפלאנצט אין זיין פעלד אינדרויסן פון שטאט, אזוי איז ער געווען פארפלאגט מיט די ארבעט אין פעלד, דערנאך ווען עס איז געווען די סעזאן איז ער געווען פארנומען אין מארק מיט'ן פארקויפן זיינע פראדוקטן.
קיין גרויס עשירות האט אים דאס נישט געברענגט, עס האט אים קוים געקלעקט אויף צו דעקן זיינע חודש'ליכע אויסגאבן, פון אינדערפרי ביז אויף דער נאכט האט ער געארבעט שווער, זיך שלעפענדיג מיט זיין פויערישע טראגע אין די שווערע היצן, צו באארבעטן זיין פעלד כדי ער זאל קענען אהיימברענגען אביסל ברויט פאר זיין געזונדל.
א גוט פערדל האט ער יא פארמאגט, דאס האט אים געהאלפן פירן זיינע פרוכט און גרינצייגן אין שטאט אריין, און מיט איר איז ער געגאנגען אויסער'ן שטאט צו דער ארבעט.
די אויסערליכע אויסקוק פון פייטל זלאטעס איז גארנישט געווען עפעס ספעציעל, גארנישט מער ווי נאך עפעס א דארפס איד, אבער גאר ווייניג האבן געוויסט אז אונטער דעם פשוט'ן דארף'ישן פייטל ליגט באהאלטן א סוד, אונטער דעם פראסטן פויערישן פעלץ איז באהאלטן א העכערער סארט איד, טייל די וואס האבן יא אביסל געוויסט האבן גאר געהאלטן אז ער איז פון די גאר געהויבענע למ"ד ווא"ו צדיקים.
שטילערהייט האט ער געדינט דעם אייבערשטן אן דעם וואס ער זאל ציען א פרעמדע אויג, עטליכע שעה איידער'ן עלות, דאס גאנצע שטעטל איז נאך פארזינקען אין א טיפן שלאף, אבער פייטל זיצט שוין מיט זיין תהילימ'ל,  ער גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן "גאטעניו! עד מתי! ווילאנג נאך וועלן מיר זיך מוטשענען אין דעם ביטערן גלות" אזוי האט זיך פייטל צוקרעכצט צווישן די קאפיטלך תהילים.
ליידער האט פייטל - ווי פיל ארימע דארפס קינדער - נישט זוכה געווען צו לערנען ביי א מלמד, דאס האט אים פארשווערט זיין עברי, אבער האט נישט אוועקגענומען די געוואלדיגע געשמאק ווי ער האט געשלינגען מיט דארשט יעדעס קאפיטל, זיין תהילים מיט זיין געבראכענע עברי א ווארט נאך א ווארט, ניטאמאל פארשטאנען וואס אזוינס ער זאגט, אבער פייטלס תמימות'דיגע תהילים האט גע'רעש'ט אין אלע וועלטן, ערליכע אידן האבן מעיד געווען אז די פשוט'ע קאפיטלעך תהילים פון פייטל זלאטע'ס האט אריינגעברענגט א ברכה אין אלע אידישע געשעפטן אינעם גאנצן געגנט ארום.
זיין דאווענען האט אויסגעזען פשוט, צופיל לערנען האט מען אים אויך נישט געזען, פארנאכטס צווישן מנחה אין מעריב איז ער געזעצן צווישן אלע דארפסלייט, אויסגעהערט די שיעור משניות וואס דער רב האט פארגעלערנט.
אין א געווענטליכע טאג נאך דער ארבעט איז פייטל אהיימגעקומען, אויסגעמאטערט פון די גאנצע טאג ארבעט, פארדינענדיג קוים אפאר גראשן. זיינע מידע ביינער האבן זיך געבעטן פאר אביסל שלאף, אבער פייטל גייט נישט שלאפן איידער ער מאכט זיכער אז זיינע קליינע קינדער גרייטן נעגל וואסער ביים בעט, ער לאזט זיך אראפ צו זיי, אויף זייער שטייגער זיצט ער און זינגט מיט זיי אינאיינעם קריאת שמע שעל המיטה, וואס ווערט באגלייט מיט א מעשה פון א צדיק, דערנאך לייגן זיך די קינדערלעך אין דעם איינציגן שטוב פון דאס ארימע הייזקע, אויף די פעקלעך שטרוי וואס דינט זיי אלס מאטראצן צו שלאפן.
הערשט דערנאך האט ער זיך געזעצט מיט זיין אשת חיל צו דאס ארימע סעודה'לע, אביסל הארטע ברויט מיט ציבאלע, אין א גוטן טאג האט ער זיך נאך געקענט ערלויבן אביסל פוטער מיט גרינצייג, דאס איז שוין געווען א רייכע מאלצייט… דאס ארימקייט האט ארויסגעשריגן פון יעדעס ווינקל, אבער אלעמאל זענען זיי געווען צופרידן מיט וואס דער אייבערשטער האט זיי געשאנקען.
די גאר געהויבענע עבודה האט זיך אנגעהויבן ערשט אין די שפעטע נאכט שעה'ן, אלעס איז איינגעהילט אין א טויט שטילקייט, פייטל זעצט זיך אויף דער ערד, צינדט אן א קליין לעכטל, ער נעמט ארויס זיין קליין ביכעלע פון טאש, א שטראם פון טרערן הייבן אן גיסן פון זיינע אויגן: "אוי טאטע זיי מיר מוחל" זיצט ער מיט'ן קליין ביכעלע, דארט האט ער אפגעשריבן אלעס וואס עס אויף אים אריבער דעם טאג, "אוי געטעניו!" בעט זיך פייטל ווי א קינד, "זיי מיר מוחל, אפשר האב איך גערעדט א שטעכעדיג ווארט צו א צווייטן איד" ער דערמאנט זיך "אוי טאטע וואס וועט זיין מיט מיר, ווער ווייסט צו איך האב געגעבן א איבעריגע קוק, פארגעב מיט גאט, עס קומט דאך אויס צו ארבעטן אין מארק מיט קונדן אמאל א איבריג ווארט צו א פרעמדע פרוי, אפשר א איבריג שלעכטע קוק אויף א דינסט, אוי טאטע זיסער זיי מיר מוחל, איך בין ארויסגעלאפן פון שול וועלנדיג כאפן נאך קונדן, רבונו של עולם ווי האב איך פארגעסן אז דו ביסט א זן ומפרנס, איך האב טאקע דערלייגט יענעם טאג מער ווי איך האב פארדינט". א שטיין קען צוגיין פון פייטל'ס קרעכצן ביי זיין חשבון הנפש, דאס לעכטל צאנקעט, עס קען זיך דאכטן ווי ער ווארפט זיך אינאיינעם מיט די ווידוי פון פייטל'ן… אינאיינעם מיט זיין חשבון הנפש טוט ארויפגיין די רויעך פונעם אויסגעלאשענעם ליכטל, פייטל ליינט קריאת שמע און שפארט זיך צו פאר די איבערגעבליבענע פאר שעה ביז עס טאג'ט, צו שעפן פרישע כוחות פאר נאך א טאג פון דינען דעם אייבערשטן.
***
ביי די צייט וואס מיין באבע האט געהאלטן ביי די חלק פון די מעשה בין איך שוין געווען טיף פארזינקען אינעם עולם החלומות, אבער איר מעגט זיכער זיין אז איך האב גע'חלום'ט פון פייטל…
עס ליגט מיר איינגעבאקן דאס בא'חנ'ט בילד אין יענעם אלטן ביכל, ער מאלט אזוי שיין אפ דעם פייטל, שטריכן פון תמימות איז אויסגעגאסן אויך זיין פנים, מיט'ן דאשיק, איינגעהילט אין זיין פויערישן פעלצל, ווען מיט די גרויסע טיפע שטיוול שלעפט זיך אין די גרויסע שנייען מיט א זאק קארטאפל אויף די פלייצע.
אויך היינט חלום איך פון צייט צו צייט פון פייטל, גירסא דינקותא איז גאר א שטארקע זאך, עס קומט מיר אלעמאל אין געדאנקט: "אוי ווי נעמט מען דעם אמאל? אוי דער גליקליכער אמאל! אמאל זענען געווען ערליכע אידן! אמאל די פשוטע עמי הערצים זענען געווען צדיקים נסתרים, אוי די טריפה'נע אמעריקע! ווי נעמט מען די תמימות פון די אמאליגע אידן? די פארצייטישע חן, די פשוטע אידן פון אמאל וואס האבן שווער געארבעט צו שפייזן זייער געזונדל אבער זייער הארץ האט געבענקט צום אייבערשטן, אוי דער גליקליכער אמאל… א צייט וואס וועט שוין מער קיינמאל צוריקומען, דאס איז געבליבן אינדערהיים, עס איז געבליבן אין אונגארן, פוילן, און גאליצע, די איינציגע אנדענק פון יענע גאלדענע צייטן זענען די אלטע פארגעלטע בלעטער פון די ביכער וואס טוען באשרייבן דאס אמאליגע שטעטל'ישע לעבן מיט אזא פארצייטישע חן, אוי ווי ברענגט מען צוריק דעם אמאל…"
***
מ'האט דאך געשמועסט אז עס קומט שוין נארמאלע ארטיקלען! עפעס אויף די פרשה! שוין ווייטער א מעשה מיט א באבע, א באבע מיט א מעשה, וואס גייט שוין ווייטער פאר, שוין ווייטער נישט 'צום פינטל'...
***
עס איז נישט אויף די פרשה?? פיין איז עס אויף די פרשה! זאג נאר וועלכע פרשה גייט די וואך… איך האב דאך מיט דיר יעדע וואך אן אנדערע פרשה… 
נו נו! איך הער וואס דו זאגסט, יעצט הער דו מיין ווייטאג, איך האלט אז עס בכלל נישט גערעכט די וועג ווי אזוי ער לייגט אראפ א מעשה, איך וועל דיר צעלייגן די גאנצע מעשה אויף קליין געלט! פיין… איז הארך אויס.
 
עס איז אראפגעקומען די ניצוץ פון די נשמה פון פייטל אין יארע צוויי טויזנט מיט איינס (2001) למספרם, ביי די ברית האט מען אים א נאמען געגעבן 'מרדכי דוב בער', ער מוז שוין היינט תשפ"ב זיין א אינגערמאנטשיק פון איין און צוואנציג יאר, די חברים רופן אים רופט אים 'מאטי', און… מיר גייען גלייך צו צו די מעשה…
 
מאטי וואוינט אין א שטאט וואס הייסט בארא פארק, ער איז באליבט ביי אלע, ער האט אלעמאל א גוט ווארט צו זאגן פאר יעדעם איינעם.
מאטי ארבעט שווער א גאנצן טאג, ער פארקויפט פיצא, קיין גרויס עשירות טוט אים די פיצא געשעפט נישט ברענגען, עס קלעקט אים קוים צו קענען דעקן די חודש'ליכע הוצאות, פון אינדערפרי ביז אויף דער נאכט ארבעט ער ביטער שווער, מיט זיינע גרויסע פויערישע שטיוול שלעפט ער זיך פונעם אויוון, צו די קאסטומערס, זייענדיג אנגעטון מיט די פארשמירטע שירצל, ווען אונטער דעם איז ער געקליידעט מיט א פויערישע פארגרעבטע קאלירטע פאולע"ר שור"ט.
א פיינעם קאר האט מאטי יא פארמאגט, דאס האט אים פארגרינגערט דאס קומען און גיין צו דער ארבעט, ווי אויף פלעגט ער דעליווערן דערמיט זיינע סחורות. 
די אויסערליכע אויסקוק פון מאטי איז גארנישט געווען עפעס ספעציעל, נישט מער ווי נאך א פשוט'ער איד, אבער גאר ווייניג האבן געוויסט אז אונטער דעם פשוט'ן פארגרעבטן מאטי ליגט באהאלטן א סוד, אונטער דעם פראסטן קאלירטע פאולע"ר שור"ט טוט זיך באהאלטן א העכערער סארט איד, טייל האבן אים גאר געהאלטן אז ער איז פון די געהויבענע למ"ד ווא"ו צדיקים.
שטילערהייט האט ער געדינט דעם אייבערשטן אן דעם וואס עס זאל ציען א פרעמדע אויג, עטליכע שעה אין טאג אריין, דאס גאנצע שטאט ווירבלט מיט געשעפטן, אבער מאטי זיצט אין פיצא געשעפט מיט זיין תהילימ'ל מיט זיין משניות, שטילערהייט גיסט זיך מאטי אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אויף זיין שפראך ער דערציילט אים אויס אלעס וואס עס גייט אויף אים אריבער.
ליידער האט מאטי - אזוי ווי פולע אנדערע קינדער - נישט זוכה געווען צו לערנען, ער איז טאקע געזיצן אין חדר, אבער ער איז געווען פון די 'שוואכע', מאטי איז געזיצן שטיל אין כיתה, ער איז אלעמאל געווען אין די אונטערשטע רייע, דאס האט אים פארשווערט דאס עברי, און זיין פארשטאנד אין לערנען, דאס האט אבער נישט אוועקגענומען די געוואלדיגע געשמאק פון זיין תהילים און משניות וואס ער האט געזאגט צווישן איין קליענט און צווייטן, זיין געשמאק מיט וואס ער האט כסדר ארויסגעכאפט אפאר ווערטער צום אייבערשטן, דאס האט גע'רעש'ט אין אלע וועלטן, ערליכע אידן האבן מעיד געווען אז די פשוטע קאפיטלעך תהילים, די משניות, די דיבורים צום אייבערשטן פון מאטי'ן טוט אריינברענגען א ברכה אין אלע אידישע געשעפטן אינעם גאנצן געגנט ארום.
זיין דאווענען האט אויסגעזען פשוט, צופיל לערנען האט ער מען אים אויך נישט געזען, פארנאכט'ס צווישן מנחה אין מעריב איז ער געזעצן און אויסגעהערט די שיעור וואס דער רב האט פארגעלערנט.
אין א געווענטליכע טאג נאך דער ארבעט איז מאטי אהיימגעקומען, אויסגעמאטערט פון די גאנצע טאג ארבעט, פארדינענדיג קוים אפאר דאלער. זיינע מידע ביינער האבן זיך געבעטן פאר אביסל שלאף, אבער מאטי גייט נישט שלאפן איידער ער מאכט זיכער אז זיינע קליינע קינדער גרייטן נעגל וואסער ביים בעט, ער לאזט זיך אראפ צו זיי, אויף זייער שטייגער זיצט ער און זינגט מיט זיי אינאיינעם קריאת שמע שעל המיטה, וואס ווערט באגלייט מיט א מעשה פון א צדיק, ער העלפט זיין ווייב לייגן שלאפן די קינדער.
הערשט דערנאך זעצט ער זיך צו א פיינעם געשמאקן סאפער מיט זיין ווייב, יעדן טאג עסט ער מיט געשמאק א רייכע נאכטמאל וואס זיין ווייב שטעלט אין צו, דאס ארימקייט האט ברוך השם נישט ארויסגעשריגן פון יעדע ווינקל, זיי האבן פארמאגט א שיין הייזקע און אלעמאל זענען זיי געווען צופרידן מיט וואס דער אייבערשטער האט זיי געשאנקען.
די גאר געהויבענע עבודה הייבט זיך אן יעדע נאכט נאכ'ן ענדיגן דעם פיינעם סאפער, ווען מאטי זעצט זיך אין דיינינג רום אויף די קויטש צומאל מיט א משניות, צומאל מיט א גמרא, ער ענדיגט זיינע שיעורים וואס ער האט נאכנישט עספיעט צו ענדיגן דארכאויס דעם טאג, ביי די זייט זיצט זיין ווייב מיט די טעלעפאן אויף די אויער, ווען זי לייגט צאם די וועש, און קוועלט נחת פון איר מאן, אלעס איז איינגעהילט אין א שטילקייט, מאטי זיצט איינגעזינקען אין זיין באקוועמען פאטעל ער צינדט אן די לעקטער… (אמאליגע לעכט איז היינט לעקטער…) ער נעמט ארויס זיין קליין ביכעלע פון טאש? נישט זיכער איך מיין אז ער האט נישט קיין ביכל, ער פראבירט צו געדענקען אלעס וואס עס איז געווען היינט, ער זאגט פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס עס איז אריבער אויף אים במשך פונעם טאג: "אייבערשטער זיי מיר מוחל אפשר האב איך גערעדט שטעכעדיג צו אן ארבעטער, אייבערשטער וואס וועט זיין מיט מיינע אויגן? איך בין דאך מיט קאסטומער"ס פרויען, פיל מאל אויסגעלאסענע גויטע'ס א גאנצן טאג, דער יצר הרע שלעפט גיב נאר איין קוק, אייבערשטער איך וויל זיין גוט, העלף מיר, אייבערשטער איך בין ארויסגעלאפן פון שול וועלנדיג כאפן נאך קאסטומערס איך האב פארגעסן אז דו געבסט פרנסה, איך האב טאקע דערלייגט יענעם טאג מער ווי איך האב פארדינט". מאטי ענדיגט זיין הייליגע עבודה, ער ליינט קריאת שמע און טוט אן נאכט קליידער, ער לייגט זיך אריין אין זיין באקוועמען בעט ער גייט שלאפן א הייליגע שלאף, ווען זיין מויל שאקלט זיך זאגנדיג "שכוח אייבערשטער, איך בעט דיך אייבערשטער", אזוי שלאפט ער איין, זיין נשמה גייט ארויף =, און זיין גוף רוהט זיך אויס פאר נאך א טאג צו דינען דעם אייבערשטן.
***
פארשטייסט מיין ווייטאג?
וואס איז?
נאר פייטל זלאטע'ס און זיינע פשוט'ע חברים קענען זיין ל"ו צדיקים?
נאר אז מען האט א 'פערדל' מיט א ארימע 'הייזקע' קען מען זיין א צדיק נסתר?
פייטל מיט די אמאליגע פויערישע קליידער איז א באהאלטענער צדיק, וויל ער איז פון די מרא דחושבנא, איז פארוואס היינט אז א יונגערמאן גייט מיט פויערישע קליידער (קרי) - פאולע"ר שור"ט (כתיב) איז ער פון די שוואכע?
וואס איז? ווייסע סניקערס איז נישט אזוי ספוק"י ווי גראבע פויערישע שיך?
און אז ער איז געבוירן אין יארע צוויי טויזנט און עס איז דא לעקטער, איז עס שוין נישט קיין חשבון הנפש, עס מוז זיך צאנקענען דאס ליכטל מיט א דערהויבענע העכערקייט?
אוי! אוי ווי פאלטש! אוי ווי מען לייגט אראפ מעשיות, אלעס כדי מיר זאלן זען "דאס איז נישט פאר מיר" עס איז געווען אמאל א קרעטשמע, מיט א פריץ און א מאשקע, מיט א דארף, מיט א אמאל, אוי פארדרייט מען מעשיות.
איר ווייסט ווער די ל"ו צדיקים פון די מעשה ביכלעך זענען געווען, דאס זענען געווען די אמאליגע טשילער'ס, דאס זענען געווען די אמאליגע באמע'ס, די זענען געווען בקצה המחנה, זיי האט מען אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, אזוי ווי מען שליסט אויס היינט די שוואכע עלעמענטן די פארגרעבטע די מגושם'דיגע.
די אמאליגע צדיקים נסתרים איבער וואס איר ליינט די שפאנענדע אטעם פארכאפענדע געשיכטעס, זיי זענען געווען פראסטאקעס, זיי האבן געארבעט א גאנצן טאג אין פעלד, מיט גוי'אישע קנעכט אין דינסטן וואס האבן גערעדט ניבול פה, דאס איז געווען די אלטע ווערסיע פונעם היינטיגן 'סמארט פאון', נאר די למ"ד ווא"וו צדיקים האבן געהאט א פילטער… אויף די אויגן… אכטונג געגעבן נישט צו קוקן אויף זייערע דינסטן (די אלטע ווערסיע פון סעקרעטערי'ס, אויב נישט ערגער) קיינער האט נישט געוויסט צו ער טראכט נישט און טוט נישט קיין עבירות… 
***
סדנא דארעא חד הוא, מה שהיה הוא שיהיה, אין דער אלטער היים איז געווען דער פרומער לומד’ישע … קלויז, די וואס מיר רופן היינט 'באהאלטענע צדיקים', זענען געווען דארט באטיטלט 'אפענע רשעים', זיי זענען געווען די שוואכע, זיי זענען געווען בקצה המחנה, זיי זענען געווען די נידריגע עלעמענטן.
יא! איר זענט גערעכט, אמת! דאס האט געהאט א שווערע אפעקט אויף זיי, דאס אז מען האט זיי אפגעסטעמפלט אלס באמע'ס, דאס האט פאראורזאכט אז זיי זאלן זיך טאקע דרייען מיט אמת'ע נידריגע עלעמענטן, ווען נישט דער בעל שם טוב ותלמידיו וואס האבן זיי געזאגט ווי חשוב זיי זענען אפילו זיי פאסן נישט אריין אין די סיסטעם.
ווען די מקורבים צום בעל שם טוב זי"ע זענען געשטאנען אינדרויסן פונעם בעש"ט'ס בית המדרש, און די לומדים, די העכערע פון כלל ישראל זענען דארט פאריבער פארפירענדיג  אין א תורה'דיגע שמועס, האבן זיי פארקרימט מיט די נאז… און מיט א עובד'יש שמייכל, זיך אנטערגעלאכט, "הע, דאס זענען דאך פון שרוליק'ס חברה". לעומת זה האבן די צדיקים אריינגעלייגט א עזות דקדושה אין זייערע הייליגע תלמידים וואס לויט די מענטשליך אויג האבן זיי אויסגעקוקט פראסט, און זיי האבן זיך נישט דערשראקן פון די 'העכערע סארט', זיי האבן געטון זייערע עבודות וואס זייערע רבי'ס האבן מיט זיי געלערנט געזאגט תהילים, משניות, עין יעקב, זיי האבן אויסגעשמועסט צום אייבערשטן יעדן טאג יעדע נאכט אלעס וואס זיי האבן געטון, און אין די זעלבע צייט זענען געווען טייל וואס האבן אויסערליך אויסגעקוקט ווי שיינע אידן זענען נעבעך געזינקען אין עבירות, זענען פשוט'ע פראסטע אידן געוואקסן מיט גרויסע מדריגות. מיר ליינען היינט ל"ו צדיקים, מיר כאפן נישט אז מיר קענען זיין די זעלבע ל"ו צדיקים, מיר קענען זיין די צדיקים נסתרים, וואס א חילוק צו די האסט א איינגעדארט פערדל אדער א פול"י לאודע"ד קאר. א פויערישע דארפישע תמימות'דיגע דאשיק און אויבערראק אדער א קילע קאלירטע פאולער שורט. א ארומע הייזקע מיט צובראכענע שויבן ביים עק שטאט, צו א פאלאץ אינמיטן שטאט. אויסגעדארטע שפיצן אין שטריימל אדער א גוט אויסזענדע פרעכטיגע שטריימל, די נפקא מינא איז ווער עס געבט איבער זיין טאג צום אייבערשטן, דער איז דער צדיק.
***
די גאנצע זאך וואס איך זאג דיר דא שטייט די וואך אין מדרש; דער הייליגער מדרש אויפן פסוק ויאמר בלעם אל מלאך השם חטאתי’ ווען דער רשע בלעם האט געזען עס איז עק וועלט, דער מלאך גייט אים שטעכן מיט זיין שווערד, זאגט דער מדרש, ’בלעם איז געווען א קלוגער רשע’, ער האט געוויסט דע מעדזשי”ק ווארט, ’חטאתי’ ’איך האב געזינדיגט’ וואס אויב זאגט מען די ווארט ’חטאתי’ קען דיר קיין שום שלעכטס פאסירן, קיין שום מלאך קען אים נישט שלעכטס טון.
די ווערטער פונעם הייליגן מדרש צוברעכט אלע אונזערע נערישע געדאנקן, קען איך זיך מתוודה זיין פארן גיין שלאפן? קען איך דען שוין זייענדיג אין מיין בעט נאך א אפגע'שחט'ענעם טאג זיך מורמלען ’אייבערשטער חטאתי איך האב געזינדיג’? איז דען עפעס ווערט אזא תשובה? איז דען עפעס ווערט אזא חשבון הנפש? 
יא! אין מדרש שטייט נישט קיין איין ווארט וועגן א לעכטל, א ביכל, וועגן א קוואל פון טרערן, וועגן זיצן אויף דער ערד, אין די פינסטערניש פונעם נאכט, ניין, די אלע זאכן זענען גוט פאר דראמא, מאכן די געשיכטע ציענד… שפאנענד… באלערנד…  אבער אין ווירקליכקייט גייען מיר אלע מאכן פון היינט אן א חשבון הנפש וואס וועט שפאלטן הימלן מיר גייען זאגן: ’אייבערשטער חטאתי’ אייבערשטער איך האב געזינדיג’ אונזער 'חטאתי' ווי נישט ערנסט מיר מיינען עס יא/נישט איז זיכער נישט שוואכער פון דאס וואס בלעם האט געזאגט.
איר האט געוואלט עפעס אן ארטיקל אויף למעשה, איז זאגט שוין יעצט ’אייבערשטער איך וויל זיין וואויל’ איך גיי זיין וואויל איך האב א יצר הרע וואס לאזט מיך נישט מנוחה.
דאס איז שוין עפעס למעשה!