ער פאלגט נישט! איך האב עס יעדע מאל מיט אים, ער מאלט זייער שיין, אבער איך זאג דיר שוין איך גיי עס נישט ניצן, יא… איך פארשטיי… איך האב געזען, ער איז מורא'דיג, איך בין געזיצן אין באטראכט די בילדער, פארפאלן ער מאלט זייער גוט, איך האב אזוי געלאכט ווי ער מאלט אפ קרח מיט א קליין קאפעלע, מיט א געציפטע בארד, ער זיצט פארטיפט אין זיין סטעטו"ס, און די צוויי הונדערט און פופציג אזעלכע ריפארם ראביי'ס שטייען ארום מיט זייערע גרויסע סמארט פאוינ'ס. ער האט טאלאנט, פאר דעם האב איך אים טאקע גענומען, אבער איך קען נישט אזוי ארבעטן, ער ווייסט נישט ווי אזוי צו פאלגן, ער מאלט די בילדער לויט זיין קאפ, ער פרעגט נישט פאר ער מאכט עפעס.
ניין ניין… זאג אים אז עס קען זיין אז מען וועט עס נאך ניצן, אז ער וועט עס אביסל צופיצן קען מען עס ניצן פאר א אנדערע סדרה, דאס בילד וואלט געווען גוט פאר פרשת ויצא קומענדיגע יאר, ווען מען דארף אראפצומאלן עשו. ביי עשו דארף עס זיין א בילד, וואס ברענגט ארויס ליצנות פון די וואס מאכן ליצנות פון ערליכע אידן, פון די וואס גייען אויף נייע מאדערענע וועגן, אזוי ווי מיר זענען צוגעוואוינט 'א עשיו הרשע', ער האלט די הענט אין טאש, ער זיצט מיט א גרויסע סמארט פאון, די אלע זאכן וואס מען דארף אריינלייגן יראת שמים אין די קינדער. אדער קען מען עס ניצן ביי די פרשה פון לבן, די קינדער זאלן באקומען דעם לימוד וואס עס מיינט א 'לבן הארמי' פארשטייסט?
זאג אים אין מיין נאמען וואס איך האב דיר געזאגט. יא יא… די בילדער זענען מורא'דיג, אבער זאג אים זייער קלאר, ווי אזוי עס איבערצומאכן, ער זאל אפמאלן קרח ווי א מלאך אלוקים צבאות… ער זאל זיין אנגעטון פונקט ווי משה, מיט א שמיץ אריבער… אויב מאלט ער אפ משה רבינו מיט א שטריימל, ווייסע זאקן, און א ברייטע גראטל, דארף ער מאכן קרח מיט א זילבערנעם שטעקן און א פעלץ, מיט א ערנסטע מינע אויפן פנים. אויב מאלט ער מרס אקער'ס סטייל, א שיינעם מיטל-מזרח'ישן טיכל פאר משה רבינו, דאן מוז ער מאלן קרח און זיינע רבנים די זעלבע וועג, מסודר? וועסט אים איבערגעבן? איך מוז גיין צו די קינדער, יא שכוח, די אנדערע זאכן וועל איך דיר רופן שפעטער, אבער דאס בילד ברענט מיר יעצט, זיי האבן א דע"ד ליי"ן ווי שפעט זיי קענען דרוקן די בילדער ביכל פאר יעדע סדרה, איך וויל נישט אז עס זאל ווערן שפעט, עס מוז זיין גרייט אין צייט, הצלחה זיי געזונט.
***
ווען איך האב געלערנט די רש"י אלס קינד אז קרח איז ארומגעגאנגען די גאנצע נאכט ליצנות מאכן פון משה רבינו, האב אין מיך אויסגע'משל'ט עפעס א 'קויראך' (מיט א R…) אנגעטון מיט געלעכערטע דזשינ"ס, ווען א צינישע שמייכל איז אויסגעשפרייט אויף זיין פנים, ער דרייט זיך ארום שיכור מיט א ליידיגע ביר באטל אין האנט, און עס לויפן אים נאך א באנדע צולאזטע יונגען, און שרייען "מוישע, העי", איך האב נישט געקענט טראכטן עפעס אנדערש, ווי אזוי דען קען אויסזען א מענטש וואס מאכט ליצנות פונעם רבן של ישראל משה רבינו, ווי אזוי קען אויסזען א מענטש וואס מאכט ליצנות פון כלל ישראל, דאס זעלבע מיט דתן און אבירם - איך זאג דיר ווי אזוי איך האב געטראכט אלס קינד - מיט שפיציגע נעזער, מיט יענע צייט סטייל מאדערנע שטריימלעך, שפיציגע שיך, קורצע בעקיטשע'ס, און די איבריגע קענסטו אליין פאנטאזירן.
דאס לעבן האט מיך אבער אנדערש געלערנט, איך האב צוגעזען אין לעבן מערכות וואס אויבן אויף האט עס אויסגעקוקט ווי דער ערליכער, דער דעת תורה, דער העכערע סארט פון כלל ישראל שלאגט זיך קעגן די קלות'דיגע און שוואכערע סארט, אבער זייער סאך מאל האט זיך ארויסגעשטעלט, אז ווען זאכן האבן זיך אביסל געזעצט האט מען געזען אז עס איז געווען ריין פאליטיק, און ווען איך בין געקומען צו מוהרא"ש האב איך מיך עס נאך מער איבערצייגט, אונזער גרויסער רבי מוהרא"ש זי"ע איז געווארן גע'רודפ'ט פון אנשי שם קרואי מועד, מענטשן וועמען די וועלט האט אנגעקוקט ווי 'זיי' זענען די ערליכע אידן, און מוהרא"ש איז חס ושלום פון די שוואכע, אבער אז מען קוקט היינט צוריק זעט מען, ווער זענען געווען די חולקים אויף מוהרא"ש, נישט מער ווי אפאר ליידיגע יונגען, ממש די מעשה פון קרח וכל עדתו האט זיך איבערגעשפילט, רשעי ישראל האבן געקעמפט קעגן דעם צדיק ומנהיגם של ישראל.
און אזוי איז געווען אין אלע דורות, איז עס נישט קיין געלעכטער אז דער רשע אחאב האט געשריגן אויף אליהו הנביא 'האתה זה עוכר ישראל', לאמיר זען ווער שרייט, און אויף וועמען שרייט ער… וויפיל מאל פלעגט מוהרא"ש חזר'ן די מעשה אז ווען דער הייליגער סאטמאר רבי זי"ע איז געקומען קיין אמעריקע, יענע תקופה האט ער נאכנישט געהאט קיין אייגענע מקוה, פלעגט ער פארן מיט הרה"ח ר' דוד הויער ע"ה צום מקוה אין דער פוילשע שטיבל אויף דיווידזשן עוועניו. איינמאל ווען דער רבי איז געגאנגען אין מקוה, האט מען אים נאכגעשריגן 'עוכר ישראל', אזוי בכל דור ודור פארשטעלט זיך דער סמ"ך מ"ם אין א טלית שכולו תכלת… און קומט ארויס מיט א פרומען פנים קעגן די אמת'ע צדיקים. 
מוהרא"ש זי"ע פלעגט נאכדערציילן ביי די שיעורים פרשת קרח, וואס ער האט געהערט פונעם סאטמאר רבי זי"ע, אז דער הייליגער ישמח משה זי"ע האט געזאגט, אז זיין נשמה איז אראפגעקומען דריי מאל אויף דער וועלט, איין מאל איז עס געווען ביים דור המדבר, אין די צייט פון די מחלוקת פון קרח אויף משה רבינו. זיין אייניקל דער הייליגער ייטב לב זי"ע האט אים געפרעגט: "נו, אויף וועלכער זייט איז דער זיידע געשטאנען?" ער איז געווען זיכער אז זיין גרויסער הייליגער זיידע איז מיטגעשטאנען מיט משה רבינו! אבער דער ישמח משה האט געענטפערט: "ניין, איך בין געשטאנען אין די זייט, איך האב מיך נישט געמישט" און ער האט געזאגט פארן אייניקל: "ווען דו זאלסט וויסן וואסערע גרויסע צדיקים און רבנים זענען אלס מיטגעשטאנען מיט קרח, קעגן משה רבינו, וואלסטו דיך נישט געוואונדערט אויף מיר". דער הייליגער ישמח משה איז געשטאנען אין די זייט, און דאס איז שוין אויך געווען א מדריגה, אז ער האט זיך נישט געמישט, אזוי שטארק איז געווען די בילבול המוחות יענע צייטן.
***
לאמיר זיך צומאכן די אויגן און קוקן אויף די פרשה פון קרח מיט נייע ברילן, ווי אזוי עס וואלט אויסגעזען בימים ההם בזמן הזה; חסידי ומעריצי קרח, גייען ארום מיט א געוואלדיגע ברען, מען טוט באאויפטראגן כלל ישראל אז עפעס גאר א וויכטיגע אסיפה גייט פארקומען, מען גייט ראטעווען דעם דור, יעדער איינער מוז זיך משתתף זיין, עס וועט זיין בהשתתפות אלע גדולי הרבנים.
עס איז פאררופן געווארן א אסיפה מטעם ראשי סנהדרין און אלע אנשי שם קרואי מועד, עס זיצן דארט די הויפטן פון די סנהדרין. שטעל דיך פאר ווי עס וואלט געווען געדעקט אויף די פאדערשטע זייט פון אלע היימישע צייטונגען און מאגאזינען. די רבנים זיצן און בליקן אריין אין א ספר, מען שושקעט זיך שטילערהייט, יעדער איינער זאגט א מיינונג ווי אזוי מען קען ראטעווען די דור, רבנים רינגס און ארום דעם פיל שטאקעדיגן אויבנאן מיט ערנסטע פנימער. קרח קומט אריין, די גאנצע זאל שטעלט זיך אויף און מען ווארט ביז קרח קומט אן צו זיין פלאץ און זעצט זיך אראפ, קרח פארפירט א תורה'דיגע שמועס מיט אלע רבנים און מען הייבט אן דן זיין אויף די געוואלדיגע קלות וואס קומט ארויס פון די פסקים פון משה. מען קען שניידן די ערנסטקייט אין די לופט, אלע שטייען מיט פארכט פאר קרח, יעדער וויל הערן דעם דבר השם, קרח איז א הימל מענטש, ער זיצט און איז דן אלע מכשולות וואס זענען ארויסגעקומען דורך די פסקים פון די צוויי בני עמרם משה און זיין ברודער אהרן, קרח פארטראכט זיך אביסל און דערנאך ברענגט ער ארויף פארשידענע ביישפילן; פארוואס זאל מען נאר לייגן א קליין בענדל פון תכלת פאר די הייליגע מצוה פון ציצית, אויב די תכלת טראגט אזא גרויסע חשיבות אין הימל, פארוואס זאל מען נישט באפעלן אז אלע זאלן זיך אנטון אין א טלית וואס איז אינגאנצן פון תכלת, פארוואס זאל מען אלעמאל זוכן די גרינגע וועג, פארוואס זאל מען זיך זוכן גרינגער צו מאכן, קען דען זיין אז די הייליגע פייעריגע תורה זאל זיין אזוי פשוט.
נאך א ביישפיל ברענגט קרח ארויף; די מצוה פון מזוזה, פארוואס לייגן א קליין פרשה'לע ביים אריינגאנג פון טיר, פארוואס זאל מען נישט באפעלן א מצוה אז יעדער איד מוז האבן א בית מלא ספרים, א גאנצע הויז פול מיט ספרי תורה. אלע האבן געהערט בכובד ראש די דעת תורה, אלע האבן צוגעשטימט צו די טענות פון קרח, די אסיפה איז געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה, אלע זענען זיך צוגאנגען מיט פרישע קבלות, מען גייט אננעמען פון היינט און ווייטער די פסקים פון קרח, די תורה וואס בן עמרם האט געגעבן איז עפעס זייער קלות'דיג, אזא תורה קען מען נישט געבן פאר די עם הנבחר, מען מוז עס מאכן עפעס מער א דערהויבן, מען דארף זען ווי מ'קען צולייגן חומרות און פרישות, דאס אויסדערוועלטע פאלק, די קינדער פונעם אייבערשטן זאלן ליגן אזוי אין ארציות אין גשמיות, מען דארף זען ארויפברענגען כלל ישראל צו עפעס העכערס.
***
דער סוף פון קרח וכל עדתו ווייסט דאך יעדער, אז קרח מיט אלע צוויי הונדערט און פופציג רבנים זענען פארזינקען געווארן אין דער ערד. מוהרא"ש איז דאס מסביר אז דאס איז געווען מידה כנגד מידה, זייער בליק איז געווען אז די תורה איז נישט אזוי פשוט, די פשוטע ציצית די פשוטע תפילין מיט דעם קען מען זיך נישט פרייען, מען דארף עפעס העכערס, די תורה איז מער הימליש פון וואס משה רבינו האט עס אראפגעברענגט, וועגן דעם זענען זיי אלע איינגעזינקען אין דער ערד, צו ווייזן, אז די תורה איז פאר ערד מענטשן, פון שאול תחתית פון דארט קען מען זיין א איד, זיי מוזן שרייען און מודה זיין משה אמת ותורתו אמת ואנחנו בדאים, משה איז אמת, און זיין תורה איז אמת און מיר זענען פאפער'ס.
***
לאמיר מיטנעמען די פרשה פון קרח, לאמיר נעמען די לימוד פאר זיך, דער ראש ישיבה לערנט אונז קליינע מענטשעלעך אז ס'איז זייער שעדליך צו נעמען א צד אין סיי וועלכע מחלוקת, 'בפרט' ווען עס איז 'לשם שמים'.
דער ראש ישיבה שרייבט אינעם הייליגן ספר עצתו אמונה מורא'דיגע ווערטער:
געדענקט וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בְּמָקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דער שטן געפונט זיך דארט וואו מען קריגט זיך; דאס איז זיין זאך, ווי מען קען מאכן מחלוקת. דערפאר דארף מען אנטלויפן פון מחלוקת ווי פון פייער, "בפרט ווען דער יצר הרע קומט מיט א שלייער פון לשם שמים, דאן איז דאס זייער מסוכן, ווייל אזוי כאפט ער אריין אפילו די ערליכע אידן" ער רעדט זיי איין אז עס איז א מצוה צו טשעפען א צווייטן, צו רודפ'ן א צווייטן.
 
מיר דארפן קלאמערן נאך צדיקים און גדולי ישראל וואס ווייזן אונז די וועג ווי אזוי זיך צו פירן, זיי לערנען אונז פון וועמען זיך אכטונג צו געבן, די צדיקים די לוחמי מלחמות השם זיי טוען די ארבעט פאר אונז, אויסצוקלארן פאר אונז את הדרך אשר נלך בה.
אבער וואס טוט זיך מיט די קרח וואס איז אריינגעזיקען אין אונזערע מוחות, אין אונזערע הערצער, איך האב געמיינט אז קרח איז אריינגעזינקען אין דער ערד, דערווייל זע איך אז ער האט זיך באקוועם געמאכט ביי מיר און הארץ, איך הער דעם בת קול, יא יא דער בת קול… קרח איז דא, אנגעטון ווי א ווייסע מלאך, מיט א וויכטיגע טענה, לשמחה מה זו עושה, וואס ביסטו אזוי פרייליך היינט, האסט געהיטן שבת? האסט געלייגט תפילין? האסט א מזוזה? הע, לאכט ער מיט א ביטול, מיט דעם פרייסטו זיך, ביסטו א שומר שבת מיט אן אמת'ער אמת? האסטו דען אינזין די ריכטיגע כוונות פון תפילין? וואספארא ווערד טראגן שוין תפילין וואס אזא זינדיגער מענטש ווי דו טוט אן.
דו זעסט דאך אליין, אז דו פאלסט און דו פאלסט, וואס איז די פאוינ"ט פון זאגן נאכאמאל און נאכאמאל "אייבערשטער איך וועל שוין פון יעצט זיין גוט", וואסערע מאנקי ביזנעס איז דאס, מ'טוט זיך וואס מען וויל, און מען טוט זיך תשובה? קרח שרייט… איך האב געמיינט אז ער שרייט "משה אמת ותורתו אמת", אבער וואס… וואס זענען שוין דיינע מצוות ווערד, וואספארא ווערד טראגן שוין די פאר ווערטער וואס דו רעדסט צום אייבערשטן, וואסערע חשיבות איז שוין אז איך וועל געבן איין מאל א קוק ווייניגער א שלעכטע קוק, כדי צו זיין א ערליכער איד דארף מען ברענען, דארף מען פלאקערן. דו גייסט היינט גיין אין שול דאווענען, פון וועמען מאכסטו לצנות, וועמען פאפסטו? האסט דאך נישט געדאווענט נעכטן, דאס איז דער קרח וואס פירט א מערכה מיט משה רבינו, קרח טענה'ט 'שלימות', 'הימל', 'פלאקער', אויב נישט איז עס גארנישט ווערד.
דא דארפן מיר זיך שטעלן אויף די זייט פון משה רבינו, דא דארפן מיר שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד צו קרח וכל עדתו וואס וויל אונז פארקויפן זיין אייגענע תורה, ער קומט צו אונז מיט א נייע תורה, די תורה איז א הימל זאך, די תורה איז פאר צדיקים, ווי קענסטו פשוטער מענטשעלע רעדן צום גרויסן באשעפער. 
לאמיר אויסהערן משה רבינו וואס לערנט מיט אונז אז תורה איז זיס, תורה און מצוות איז געשמאק, יא! כאפ ארויס אפאר ווערטער צום אייבערשטן. מיין שבת איז טייער, עס ברענט ווי א פייער, ווי אזוי איך קוק אויס, און אזוי, טריקענערהייט בין איך מקבל שבת, דאס איז די ווילן פונעם אייבערשטן, יא מיינע פשוטע סעודות שבת, יא מיין קליין מזוזה'לע, יא מיינע קליינע בענדלעך ציצית, נישט קיין חילוק ווי אזוי עס איז אנגעטון, חסידיש, עובד'יש  אדער באמ'יש, עס איז די הייליגע ציצית פון די הייליגע תורה, דאס איז וואס רעש'ט און באלייכט אלע וועלטן, יא! די קליין מצוה'לע וואס איך טו, ווי אזוי איך טו עס, דאס איז וואס עס ברענגט אזא נחת רוח פאר אונזער טאטן אין הימל.
האבן שלום בית מיט מיין ווייב, געבן גוטע ווערטער פאר מיין ווייב, דאס איז תורה, דאס איז יראת שמים, קרח וויל אריינלייגן אין מיר אז דאס איז קלות, כדי נאכדעם זאל ער מיר כאפן אין זיין נעץ פון עבירות, לא טוב היות האדם לבדו, דאס איז די תורה, חומרות און פרישות דאס איז קרח'ס תורה, אפאר דיבורים פון מיין מויל אזוי ווי עס זעט אויס, אויף דעם ווארט מען אין הימל, לאמיר זיך שוין אננעמען פאר משה רבינו און זיין תורה, לאמיר ארויסווייזן שטיצע פאר די אמת'ע תורה, לאמיר שוין יעצט זאגן צוזאמען די קינדערישע ווערטער: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין א איד, הייליגער באשעפער איך וויל מיך צוריק קערן צו דיר, הייליגער באשעפער ראטעווע מיך פון די פרומע יצר הרע, הייליגער באשעפער איך האב דיך ליב", מיט דעם פראטעסטירן מיר אז מיר זענען פון די מענטשן פון משה רבינו, מיר זוכן נישט קיין שלימות, מיר זוכן צו טון די רצון השם.
 
משה אמת ותורתו אמת