קרעדיט: נפתלי הירצקא וואללנער

 
אריינפיר 
מו"ה שאול גאנץ הי"ו שילדערט זיין אינהאלטסרייכע לעבנס געשיכטע פון אלס בחור זייענדיג דער סאמע ערשטער תלמיד פון דער ראש ישיבה שליט"א ביז ווי ער שטייט היינט אלס א חשוב'ער בעל הבית ווי ער ציט זיין פרנסה מיטן פארקויפן און אינסטאלירן קיטשנס אין הייזער און ער נוצט אויס יעדע איבריגע מינוט פאר תורה און עבודה.
 
ר' שאול טוט אויפוויקלען זיינע זכרונות וואס ברענגען ארויף אלטע געשמאקע מאמענטן ווי די עלטערע תלמידים דערמאנען זיך צוריק געשמאקע ספעקטאקלן און זיסע זכרונות.



א גוטן ר' שאול קודם שטעלט אייך פאר פאר די פרישע מקורבים ווער איז דאס ר' שאול גאנץ?
 
איך הייס שאול ב"ר יעקב משה גאנץ הי"ו איך בין העכער די דרייסיג קע"ה, איך האב געלערנט אין חדר ביי דער ראש ישיבה שליט"א, דאס ערשטע יאר וואס דער ראש ישיבה איז געווען מלמד - תשס"ה, און זייט דעמאלט בין איך אדוק ומקושר מיט דער ראש ישיבה שליט"א.



לאמיר צוריקמישן דעם זייגער מיט ניינצן יאר צוריק צו די צייט וואס דער ראש ישיבה איז געווארן אייער מלמד, וואס געדענקט איר פון יענעם יאר? 
 
עס איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד אז עס וועט זיין א נייער מלמד אין כתה ט', די זמן האט זיך אנגעהויבן חודש אלול מיט א געוואלדיגע פרישקייט, עס איז געווען זייער אינטערעסאנט די ערשטע שטיק צייט מיט דער נייער רבי, וואס  האט נאך דאן באהאלטן זיין ברסלב'ע אידענטיטעט פון אלע ארומיגע.
 
די ערשטע זאך וואס האט מיך געכאפט פון דער ראש ישיבה איז געווען פרייטאג פרשת נח, דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט זייער א שיינע טייטש אויף די סדרה וואס מען זאל קענען נאכזאגן אינדערהיים ביי די שבת טיש, אבער די וועג ווי אזוי דער ראש ישיבה האט עס אראפגעלייגט מיט אזא אפעטיט, מיט אזא זאפט, מיט אזויפיל געשמאק, אריינלייגנדיג אזא חיות אין אידישקייט, אזש אז איך געדענק מיך אהיימגיין יענעם פרייטאג פון חדר טראכטנדיג אז אפשר איז דאס דער מלמד וואס גייט טוישן מיין לעבן צום גוטן אויף אייביג!
 
איך געדענק פון יענע יאר אז דער ראש ישיבה האט זיך זייער אראפגעלאזט צו די תלמידים, איך פערזענליך בין אויך געווען זייער נאנט מיט דער ראש ישיבה, איך האב געקענט דערציילן פאר דער ראש ישיבה אלעס וואס ליגט מיר אויפן הארצן. אבער מיט דעם אלעם איז דער ראש ישיבה געווען זייער א שטרענגער מלמד, איך געדענק נישט נאך א מלמד אדער מנהל זאל זיין שטרענגער ווי דער ראש ישיבה, דער ראש ישיבה איז געווען דער שטרענגסטער מלמד וואס איך געדענק, אבער מיר האבן געשפירט אז דער ראש ישיבה האט אונז באמת ליב.
 
איך דערמאן זיך א מורא'דיגע מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט מיט מיר יענע יאר אין חדר, איך בין אלץ געווען א מיטלגארטיגער אינגל אין די לימודים, אבער ווען עס איז געקומען צו מידות טובות בין איך ממש געווען דער מציון, איך האב מיך זייער אנגעשטרענגט צו בלייבן אין די מציונים סטאנדארט, איך האב זייער אריינגעארבעט דערין, איך האב נישט פארפעלט קיין איין טאג פון אויפשטיין און די פריע פארטאגס שטונדן. איך פלעג לערנען און חזר'ן, ווייל חס ושלום וואס גייט געשען טאמער איך גיי נישט קענען ביי די פארהער, איך בין אלץ געווען אינטער גרויס דרוק.
 
ויהי היום פיר חדשים אריין אין זמן בין איך פארשלאפן מיט גאנצע צוואנציג מינוט, איך האב אנגעהויבן זיך צו יאגן מיט א משונה'דיגע פלינקייט, מיט א בהלה בין איך געלאפן אין בית המדרש. אריינקומענדיג אין בית המדרש באגעגן איך גלייך דער ראש ישיבה, א סקרוך איז מיר דורכגעלאפן אין די ביינער… דער ראש ישיבה אבער שמייכלט און זאגט מיר: "שאולי עס איז גארנישט געשען, ביסט נאר א מענטש, דו מעגסט אויך אמאל קומען שפעט"!
 
 די ליבליכע ווערטער אין די דאזיגע מינוט האט אזוי אריינגעדרינגען אין מיינע ביינער, דער ראש ישיבה האט מיט די פאר ווערטער מיר ממש געראטעוועט, עס האט אוועקגענומען די אלע דרוק וואס איך האב ביז דאן געטראגן ווי א שווערע לאסט ווי איך האב מיך געדארפט אהערשטעלן ווי א מציון, ביז היינט שטייט מיר נאך פאר די אויגן די ליבליכע שמייכל אין יענע מאמענטן פון דער ראש ישיבה שליט"א. 
 
ווי איך געדענק האט דער ראש ישיבה קיינמאל נישט דערמאנט די ווארט "ברסלב", קיין ווארט פון "דער ברסלב'ער רבי" דורכאויס יענע גאנצע יאר, אלעס האט דער ראש ישיבה נאכגעזאגט בשם צדיקים, פונעם בעל שם הקדוש, פונעם מגלה עמוקות.



ווען האט איר אפגעמאכט אז איר בלייבט מיט דער ראש ישיבה אויך נאכדעם ווען ער איז שוין נישט אייער מלמד? 
 
יענע זומער תשס"ה האט דער ראש ישיבה זייער אסאך פארברענגט מיט די תלמידים. איינמאל האט דער ראש ישיבה פארציילט אז ווען ער איז געווען א בחור האבן עטליכע בחורים זייער ליב געהאט איין מגיד שיעור, האבן זיי אפגעמאכט אז זיי גייען בלייבן מקושר מיט יענער מגיד שיעור. אזוי ווי איך האב זייער ליב געהאט דער ראש ישיבה האב איך באשלאסן אז איך בלייב אויך מיט דער ראש ישיבה זאל זיין וואס זאל זיין.
 
ווען איך בין אריין אין ישיבה אין שיעור א' איז שוין נישט אויסגעקומען צו טרעפן דער ראש ישיבה אזוי אפט,  ביז איך בין געוואויר געווארן אז שבת נאכמיטאג זיצט דער ראש ישיבה אין א געוויסע בית המדרש, בין איך דארט אהינגעגאנגען, דער ראש ישיבה האט מיר געשאנקען גאר א ליבליכע שמייכל פיל מיט הנאה און קענטיגע קורת רוח, ער האט מיר געגעבן צו שפירן אז איך בין דא אנצוהאלטן א קשר און מיך ווייטער לערנען די זיסע תורה וועג, יענע יאר האב איך טאקע גאר אסאך מקבל געווען פון דער ראש ישיבה.
 
ווען איך פלעג טרעפן די קינדער וואס האבן געלערנט ביי דער ראש ישיבה יענע יאר, האב איך מיר שטארק נאכגעפרעגט וואס האט דער רבי היינט געלערנט, געזאגט אדער געשמועסט, טראצדעם וואס זיי זענען געווען א כתה אינגער, און פאר א ישיבה בחור פאסט דאך שוין נישט צו רעדן מיט א יונגל פון כתה ט', איז מיר דאס נישט אנגעגאנגען, ווייל אז זיי הערן אויס פון איין רבי זענען זיי דאך מיינע ברידער'ס.
 
אויף די קומענדיגע זמן האב איך געדארפט א שטיקל טויש בין איך אריין אין א ישיבה מחוץ לעיר מיט א דארמיטארי, מען איז נאר אהיימגעקומען איינמאל אין פיר שבתים.
 
למעשה איז דער שריט געווען א גרויסע טעות, עס האט מיר זייער וויי געטון ווייל איך האב מיך זייער אהיימגעבענקט, איך האב מיך זייער אויסגעוויינט פאר דער ראש ישיבה אויף מיין גורל אז איך מוז יעצט בלייבן אין יענע ישיבה ביז סוף זמן, האט מיר דער ראש ישיבה געזאגט פארוואס האסטו מיר נישט געפרעגט בעפאר? איך וואלט דיר קיינמאל נישט גע'עצה'ט אז דו זאלסט אוועקפארן פונדערהיים אזוי אינג? עס איז געמאכט פאר קינדער וואס קומען פון נישט געהעריגע שטובער.
 
דעמאלט האב איך מחליט געווען אז ביי יעדע זאך וואס איך וועל נאר טון וועל איך מיר שואל עצה זיין מיט דער ראש ישיבה, איך האב גענומען דער ראש ישיבה פאר מיין מורה דרך.
 
ווען זענט איר למעשה געוואויר געווארן אז דער ראש ישיבה האט שייכות מיט "ברסלב"?
 
איך האב אלץ געוויסט אז דער ראש ישיבה טראגט א סוד איבער זיין פערזענליכקייט און וויל נישט עס זאל ארויסרינען, איך פלעג זייער שטארק מוטשען דער ראש ישיבה זאל מיך אויסזאגן. איינמאל האט מיר דער ראש ישיבה געזאגט אז ווען איך ווער אכצן יאר גייט ער מיר אויסזאגן די סוד.
 
למעשה האב איך גאר שטארק געמוטשעט דער ראש ישיבה זאל מיר פארציילן, עס איז דאן געווען די ערשטע יאר וואס דער ראש ישיבה איז געווארן מנהל אין די ישיבה, בין איך דאן צוריקגעגאנגען לערנען ביי דער ראש ישיבה אין שיעור ב' ישיבה קטנה.
 
איינמאל איז אויסגעקומען אז דער ראש ישיבה האט מיר געפרעגט צו איך האב שוין געהערט פון א געוויסער ברסלב'ער משפיע אין בארא פארק, איך בין געווארן זייער נייגעריג האב איך געענטפערט: "יא, איך האב שוין געהערט עפעס וועגן א ברסלב'ער משפיע פון בארא פארק".
 
 די נעקסטע טאג זאגט מיר דער ראש ישיבה אז בנוגע וואס מיר האבן נעכטן גערעדט זאלסטו וויסן אז דער איד איז א אמת'ער צדיק וואס זעט מסוף העולם ועד סופו ממש, עס איז דא רבי'ס וואס זעען גארנישט, זיי שטעלן אהער א פנים ווי זיי זעען העכערע זאכן, אבער דער איד וואס מ'רופט אים "מוהרא"ש" איז פונקט פארקערט, ער איז באמת א צדיק יסוד עולם און מ'זעט נישט גארנישט אן אויף אים פון אינדרויסן, אבער ער איז דער צדיק וואס ברענגט אריין א לויטערע אמונה און קיום התורה והמצות מיט א שמחה של מצוה בכל תפוצות ישראל.
 
אהיימגייענדיג פון יענע שמועס האב איך געשפירט אז עס איז זייער פיין פאר דער ראש ישיבה, אז ער האט א רבי פון ווי ער נעמט אזעלכע חיזוק וואס עס גיסט אויך איבער פאר מיר, אבער איך דארף נישט יעצט נאכטאנצן דער ראש ישיבה, מיר איז גוט דער ראש ישיבה, און עס מאכט מיר נישט אויס פון ווי דער ראש ישיבה נעמט די אלע גוטע זאכן, אזוי האב איך דעמאלטס געטראכט.
 
שפעטער נאך עטליכע יאר האב איך באמערקט אז אלע תלמידים פון דער ראש ישיבה גייען אויך צו מוהרא"ש און אז מוהרא"ש איז ממש אזא צדיק ווי דער ראש ישיבה האט עס מיר אראפגעלייגט, האב איך אויך אנגעהויבן גיין צו שיעורים און הערן פון מוהרא"ש הערליכע עצות אין לעבן.
 
איך האב אויך אמאל געהאט א מופת ביי מוהרא"ש; עס איז געווען אין אומאן ערב ראש השנה תשע"ב ביי פדיון נפש, מוהרא"ש האט מיר דאן געווינטשן בזה הלשון: "זאלסט האבן א שנה טובה, מען זאל הערן ביי דיר גוטע בשורות, אין דעם יאר ווערסטו א חתן". איך זאג אמן און איך וויל שוין גיין ווייטער, אבער מוהרא"ש געבט מיר א שלעפ צוריק "דו הערסט? די יאר ווערסטו א חתן" איך בין ארויס פון דארט נבהל ונשתומם, איך האב ביז דאן קיינמאל נישט געהערט אזא קלארע הבטחה פון מוהרא"ש.
 
עס איז דאן געווען נאכדעם וואס מוהרא"ש האט צוגעזאגט די באקאנטע הבטחה פון פערציג טעג מסכת תענית צווישן חמשה עשר באב און ראש השנה, און איך האב געלערנט פערציג טעג מסכת תענית מיט מסירת נפש ממש טראצדעם וואס איך האב גאנץ א שטייטע חיתוך הדיבור, דעריבער האט עס מיר געקענט נעמען אזא זעקס זיבן שעה דורכצוזאגן מסכת תענית!
 
עס איז געווען טעג וואס איך בין געווען אויף ביז די עלות צו ענדיגן מסכת תענית, און איך האב ברוך השם זוכה געווען צו ענדיגן די גאנצע פערציג טעג. מיינע חברים וואס האבן געפאלגט מוהרא"ש האבן אנגעהויבן ווערן חתנים איינער נאכן צווייטן און איך האב נאך גע'בחור'ט… אבער נאכן באקומען אזא קלארע הבטחה יענע ערב ראש השנה האב איך מיך זייער געפרייט.
 
עס איז אדורך תשרי, חשון, כסלו, און גארנישט האט זיך גערירט ביי מיר, נאכמער בין איך געווארן צובראכן ווען עס איז אנגעקומען די בריוו פון מוהרא"ש די ערשטע זונטאג פון שובבי"ם, ווי מוהרא"ש שרייבט דארט אז ווער עס איז נאכנישט געווארן קיין חתן איז א סימן אז ער האט נישט געהאט אזא שטארקע אמונה, און איך האב דאך געלערנט מיט אזא מסירות נפש. אבער איך האב באשלאסן אז איך הייב אן נאכאמאל פערציג טעג מיט די זעלבע אמונת צדיקים ווי לעצטע מאל… ברוך השם אז יענע סוף וואך בין איך געזיצן ביי א בעשוי און א וואך דערויף ביים לחיים / ווארט בשעה טובה ומוצלחת!...
 
ווי מיר ווייסן האט איר געהאט א גרויסע חלק אין העלפן בויען די ישיבה אינעם יאר תשע"א ווען מען האט זיך אריינגעצויגן אין 27 סקילמאן, וואס קענט איר פארציילן פון דעמאלט? 
 
מיין ארבעט איז געווען צו פעינטן די בילדינג, וואס אגב איז דאס געווען די ערשטע מאל וואס איך האב געהאלטן א פעינט בארשטל אין די הענט. ווי אויך האט מיר דער ראש ישיבה געגעבן נאך ארבעט, ווי למשל פלאמבינג ארבעט, פאררעכטן די דאך פונעם בנין, די מאלדינגס אין ישיבה און נאך.
 
די חידוש איז געווען אז דער ראש ישיבה האט געגעבן טראסט און שטארקייט פאר אונז קליינע בחורים וואס ווייסן אפילו נישט אז מען קען האלטן א האמער אין די הענט, וואס נארמאל געבט מען נישט פאר א אינגער בחור אזא ארבעט ווייל מען טראכט אז לכאורה קען ער נאכנישט דאס טון, אבער דער ראש ישיבה האט פארשטאנען אז די בחורים קענען דאס באווייזן, און מיר האבן דאס טאקע באוויזן, וואס דאס האט אונז גאר שטארק אויפגעבויעט פיזיש און גייסטיש.
 
היינט ווען איך האב שוין אליין מענטשן אינטער מיר, ווי למשל מיינע אייגענע קינדער, פרוביר איך אויך אריינצולייגן אין זיי די שטארקייט אז "דו קענסט יא, דו טויגסט יא, דו קענסט דאס באווייזן, גיי אן".
 
איינע פון די נסיעות פונעם ראש ישיבה קיין ארץ ישראל, האט איר געהאט די זכי' מיטצוהאלטן, וואס קענט איר פארציילן איבער דעם?
 
ברוך השם אז איך האב געהאט די זכי' מיטצוהאלטן א שיינע נסיעה מיטן ראש ישיבה אין יאר תשע"ב. עס איז געווען גאר א פיינע נסיעה וואס ליגט מיר נאך גוט אין די ביינער, מען איז ארומגעפארן ביי אסאך מקומות הקדושים, שבת איז מען געווען אין יבנאל, מוהרא"ש האט אונז איינגעלאדנט צו זיין ביי זיין דירה, עס האט געהאט אלע טעמים.
 
מען האט פארברענגט דארט מיט מוהרא"ש, מוהרא"ש האט גערעדט צו אונז און זיך זייער אראפגעלאזט, ער האט אונז צוגעשטעלט עסן מכל טוב וטוב.
 
איך געדענק א אינטערסאנטע זאך פון די נסיעה, וואס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ; מען איז ארומגעפארן אין ארץ ישראל מיט אפאר קארס, פארשטייט זיך אז יעדער האט געוואלט האבן א זכי' צו זיין אין די קאר פונעם ראש ישיבה. איך בין בטבע איינער וואס שטופט זיך נישט אריין, איך דריי נישט איבער, במילא ביי מיר האב איך געוויסט אז לכאורה וועל איך נישט זיין אין דעם קאר.
 
למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז דער ראש ישיבה מיט זיין גרויס חכמה און רחמנות האט פארשטאנען אז איך גיי מיך נישט אריינשטופן, האט ער יעדע מאל מיר אריינגעשיקט אין זיין קאר.
 
פאר מיר איז דאס געווען גאר א גרויסע געווינס, ווייל איך בין דעמאלט געווען א חתן פאר די חתונה, און דאס איז געווען פאר מיר א גוטע געלעגענהייט צו קענען זיין מיטן ראש ישיבה און מקבל זיין ווי מער הדרכה פאר די חתונה.
ווי אויך האט מיר דאס גאר שטארק אויפגעבויעט און געוויזן אז דער ראש ישיבה פארשטייט יעדן איינעם און זעט אז יעדער תלמיד זאל באקומען דאס וואס ער דארף באקומען אלס א תלמיד. 
 
אלס דער סאמע ערשטער תלמיד פון דער ראש ישיבה וואס וואלט איר געוואלט איבערגעבן פאר די ליינער ?
 
איך קען נישט זאגן פאר א צווייטן ווי אזוי זיך צו פירן אבער איך קען זאגן פון מיין קוק ווינקל, אז א יעדע מאל וואס מען קומט צו דער ראש ישיבה זאל מען קומען מיט א פרישע התחדשות גרייט צו קענען מקבל זיין, מיט ריינע אויגן גלעזער מיט א טיפע אויער אנצונעמען יעדע ווארט, נישט אז מען זאל מיינען אז איך בין שוין פון די עלטערע תלמידים דארף איך שוין נישט די שיעורים און די בריוון, מען טאר נישט זיין אלט מען דארף זיך כסדר אויפרישן.
 
א גרויסן יישר כוח פארן אוועקגעבן פון דיין טייערע צייט און פארציילן אביסל זכרונות פון די ערשטע יארן. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן גרויס שפע און הצלחה אין אלע ענינים.