קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
 
טוביה, א בחור אין א ישיבה אין בארא פארק, ער איז נישט געווען דער גרעסטער מציון דייקא... אבער גאנץ דורכשניטלעך גאנץ א פיינער בחור - די שדכנים האבן געזאגט אויף אים ער איז צו גאט און צו לייט... ער האט נישט געמאכט קיין טראבל, ער האט פרובירט מיטצוהאלטן די סדרים אין ישיבה... אין לאנטש רום איז ער גראדע יא געווען מער פון די ראש המדברים ער האט אלץ געהאט זיסע חלומות, ער גייט חתונה האבן און ער גייט פירן און מאכן און איבערדרייען פרעעעג נישט.
 
באזונדער האט ער גאר שטארק ליב געהאט זיך צו בארימען מיט זיין רייכן פעטער ווען ער פלעגט נאר אמאל גיין צום פעטער אין שטוב פלעגט ער רעדן פון דעם די גאנצע וואך נאכדעם, ער האט פארציילט איבער זיינע גרויסע ביזנעסער און געשעפטן ער איז אזוי מעכטיג! ער פליט פאר וואקאציע נאר מיט א פּרייוועט דשעט... ער האט אזא מין קאר, הערסט?! דו קענסט דיך נישט פארשטעלן! אלץ פלעגט ער חלומ'ען "איין טאג גיי איך ארויסגיין פון די ישיבה ווענט ארויסגיין פון מיין טאטעס שטוב... אוי גיי איך דעמאלט ווייזן יעדן וואס איך קען ווארט נאר ווארט".
 
אזוי זענען זיינע בחור'ישע יארן דורכגעלאפן ער האט זיך געהאלטן אין די סיסטעם ער האט זיך גוט אכטונג געגעבן פון די משגיחים ער האט עס דורכגעשוויצט... ביז איין טאג רופט אים דער מנהל אין א זייט, ער איז שוין ניינצן א האלב דער מנהל זאגט אים אז זיין מאמע האט גערופן ער זאל אהיים קומען!
 
ער ווייסט נישט וואס צו טראכטן, ער ווערט אביסל נערוועז... איז יעדער געזונט? ער לויפט אהיים פארצווייפלט, אנקומענדיג אהיים זעט ער זיינע עלטערן זיצן ביים טיש מיט א ערנסטע מינע אויפן פנים זיי זאגן אים מ'דארף עפעס וויכטיג דורכרעדן... ווילסט בעסער דא אינדערהיים אדער ווילסט גיין אויף א שפאציר?
 
דער בחור פארצווייפלט און צומישט שמעקט עפעס... ער וויל שוין וויסן וואס גייט דא פאר... ער זאגט אז דא אינדערהיים איז אים גוט... די טאטע קלארט זיך אויס זיין האלז און הייבט אן מיט אן ערנסטע שטימע - מ'האט עפעס אנגעטראגן! ס'איז גאנץ א פיינע זאך די משפחה איז זייער פאסיג וכו' וכו' גרייט זיך אן אום 5:00 גייט זיין א בעשאוי!
 
דער בחור איז געכאפט אין שאק, אינעווייניג איז ער פרייליך אבער ער שעמט זיך ארויסצווייזן זיינע געפילן... ער מאכט זיך גרייט, ער מאכט שיין די פיאות דער טאטע זאגט אים עפעס א תורה איבער צוזאגן פארן מחותן...
 
ער זיצט שוין ביים בעשאוי און מיט א האלב שעמעדיגע שמייכל הייבט ער אן צו שמועסן... פופצן מינוט אריין אין די שמועס איז ער שוין באקוועם ער הייבט איר אן מסביר זיין זיינע פלענער, אז ער האט בעצם באהאלטענע טאלאנטן וואס קיינער ווייסט נישט, ער איז גרויסע מומחה אין ביזנעס... און די גאנצע זאך איז אפילו נישט קיין סתירה מיטן זיין אין כולל א יאר ווי אפּגעשמועסט...
 
ער פארציילט איר וואסערע חיים טובים עס ווארט איר אפּ... ער איז רעאליסטיש ער זאגט איר קלאר, פון אנהויב גייט עס זיין שווער... ס'נעמט צייט ביז מ'זעט רווחים אבער סוף הכבוד לבא...
 
זי איז זייער אנטציקט, אזא כאריזמאטישער בחור ידו בכל... ער קען אלעס און ער ווייסט אלעס און ער האט אזעלכע קלארע פלענער פשיהא!
 
דער בחור איז א חתן געווארן אין א מזל'דיגע שעה! זיין ברידער האט געברענגט די ציגארעטלעך ווי פריער אפגעשמועסט... ס'געווען א לחיים, נעקסטע וואך גייט זיין די תנאים... אלע גרייטן זיך... נאך די תנאים זעצט מען זיך צוזאמען די משפחות אויסארבעטן אלע וויכטיגע זאכן לקראת די חתונה. דער חתן ווייסט שוין וועלכע זינגער און שפילער ער וויל... ער פארשטייט אז זיין טאטע קען זיך נישט ערלויבן א קווייער... ער איז א מענטש, ער פארלאנגט עס נישט, אבער וועגן דעם בעט ער זיין טאטע אז זיין "עכטע" שטריימל זאל כאטש זיין א שיינע טייערע! 
 
די הכנות גייען אן פעסט, ער איז שוין אויפן וועג צום קלאודינג אויפפיקן די חתן פעקעדש... ער דארף נאר נאך איינמאל צוריקגיין צום שטריימל סוחר... ער האט שוין די קליינע הזמנות אין טאש פאר אלע זיינע חברים ער איז פולקאם גרייט! 
 
ער שטייט שוין אונטער די חופה ער קנאקט דעם גלאז ס'הילכט אפ א מזל טוב! ער איז חתונה געהאט! די שבע ברכות זענען שנעל דורכגעפלויגן ער טרעפט זיך שוין אינעם קאווע שטיבל פונעם כולל... איינער א לינקער האלט פון ביידען אבער רוב עולם איז מיט טראמפ, ער איז מחליט יא! איך וועל קענען דא אויסהאלטן א יאר... 
 
ער פוילט זיך נישט, ער שפרינגט גראד אריין... בין הסדרים קען מען מיט אים נישט רעדן, ער איז ביזי ס'קומט ריזיגע געשעפטן ס'גייט זיין אזוי מעכטיג! 
 
קודם שפארט ער אפּ אביסל ער הייבט אן אוועקלייגן וויפיל געלט ער קען נאר ער האט א נאז פאר פראפערטי... איין זונטאג נאך כולל דינגט ער א קאר ער פארט אראפּ קיין נוארק ניו דשערזי דארט זענען "די חברה" יעצט משקיע ער הייבט זיך אן באקענען מיט די מארקעט ער רעדט שוין פון פיקס ענד פליפּ, אויף די שפראך קוקט ער זיכער אויס מעכטיג.
 
ער הייבט אן אביסל האנדלען ער איז אביסל מצליח אבער נישט דאס איז וואס ער זוכט, ער זוכט די ריכטיגע סחורה, די מיליאנען... ער מאכט חשבונות, ער דרייט זיך מיט א פארקנייטשטע שטערן. דארט סוף גאס איז דא א לאַט אויב קען איך אויף דעם לייגן א האנט קען מען דארט דעוועלאפּען א ריזיגע קאמפלעקס און מסתמא איז עס שפּאט ביליג און די לאקאציע איז אויך גאנץ פיין... ער הייבט זיך אן נאכצופרעגן אויף דעם שטח, יא די בעלי בתים זענען גרייט צו פארקויפן פאר נישטיגע פינף מיליאן! 
 
ער טראכט צו זיך 'איך האב טאקע נישט די געלט אבער אויב קען איך עס צוזאמען שטעלן אוי גייט דא זיין רווחים!' 
 
ער דערמאנט זיך פון זיין רייכן פעטער, ער באשטעלט אן אפוינטמענט ער זעצט זיך אראפּ, א פיפיגער צונגל האט ער פארמאגט און ער הייבט אן ווייזן נומערן און ברענגען בלו פרינטס ער האט פיקטשערס אלעס קוקט אויס אזוי געוואלדיג! 
 
תכלית, אויב דער פעטער קען מיר בארגן צוויי אהאלב מיליאן קען מען שוין גראד זיך נעמען בויען און דארנאך וועט מען נאך נעמען א פעסטע מארגעדש ס'איז אזוי פארזיכערט.... ממש... 
 
דער פעטער האט הנאה פון זיין פלומעניק ווי ער טאנצט אריין אינעם עולם המסחר... און למעשה צוויי א האלב מיליאן פאר אזא גרויסער עושר מיינט דאך גארנישט ער פילט עס ניטאמאל ער האט א גוט הארץ ער שרייבט אים אויס א טשעקל פון צוויי א האלב מיליאן דאלאר! מיט א זמן הפרעון פון צוויי יאר דעמאלט גייט זיך אנהייבן פעימענטס פון הונדערט טויזנט דאלאר א חודש ביז די חוב איז אפּגעצאלט. 
 
דער אינגערמאן טאנצט ביזן דאך ער קען נישט גלייבן אז ס'איז אים געלונגען ער בטל'ט נישט קיין צייט ער גייט גראד צום קלאוזינג, די לאט איז זיינס, אבער קודם א נייע קאר, אז ער האט יעצט צוויי אהאלב מיליאן דאלאר קען ער זיך ערלויבן א שיינעם גרויסן קאר... ער פיצט זיך אביסל צו ער איז שוין א גרויסער ביזנעסמאן היינט.
 
מ'הייבט אן ארבעטן אבער ס'שטעלט זיך ארויס איז די ערד אויף דעם לאט איז זייער הארט און מ'דארף האבן גרעסערע מאשינען און ס'גייט נעמען אסאך לענגער... 
 
שוין, נישט געפערליך, גם זו לטובה... אבער ס'האט זיך נישט אפּגעשטעלט דא, אפאר שכנים האבן אריינגעגעבן א קלאגע אז זיי ווילן א שטילע געגנט און ער בויעט א ריזיגע קאמפלעקס זיי זענען בשום אופן נישט מסכים! 
 
אזוי איז ער אריין אין קאורט און ס'האט זיך אנגעהויבן שלעפּן און שלעפּן און דערווייל צאלט ער א ריזיגע מארגעדש און שטייערן אבער מ'קען נישט בויען ווייטער... 
 
אזוי גייט דורך א יאר און א האלב... די לאט האלט נאכנישט אין ערגעץ ער האט שוין אפאר חדשים נישט געצאלט מארגעדש איין טאג באקומט ער א בריוו פון די באנק אז אויב צאלט ער נישט נעמען זיי צו די לאט און עס גייט פארקלאוזשער! 
 
ער עפענט א לוח ס'ווערט אים שווארץ פאר די אויגן נעקסטע חודש דארף זיך אנהייבן די פעימענטס פאר'ן פעטער און ער שטייט בעירום ובחוסר כל, ער איז שוין שולדיג פון אלע זייטן ער זעט נישט קיין וועג ארויס, ביינאכט קען ער שוין נישט שלאפן ער איז פשוט נישט ביי זיך באלד קומט דער טאג וואס ער דארף זיך טרעפן מיטן פעטער אפּגעבן דאס געלט ער קען נישט ער שפירט ווי ער האלט עס מער נישט אויס... 
 
דער פעטער זיינער איז געווען זייער א קלוגער ער האט שוין געשמעקט אז עפעס טויג נישט ער האט זיך אנגעהויבן נאכפרעגן ביי זיינע קאנטאקטן אין די הויכע פענסטער וואס די מעשה איז מיט'ן דעוועלאפמענט? און מ'האט אים געזאגט ס'איז א גרויסער אנזעץ די שטח גייט פארקלאושער! 
 
דער פעטער האט געהאט א ווייעך הארץ, ער האט זייער שטארק געוואלט העלפן זיין פלומעניק אבער ער האט אים נישט געוואלט פארשעמען, איז ער איין צופרי געגאנגען און אריינגערוקט אין זיין פלומעניקס טלית בייטל פינף מיליאן דאלאר! אזוי ס'זאל זיין, ער זאל זיך קענען ארויסזען פון זיין פלאנטער. 
 
דער אינגערמאן אינגאנצן מיואש קומט אין שול דאווענען און ער קען עס נישט גלייבן, עפעס א מלאך האט אים דא אריינגעלייגט פינף מיליאן דאלאר! די קאפּ הייבט אים גראד אן לויפן וואס דארף איך מיין פעטער... איך האב פינף מעלאנעס איך גיי די געלט אינוועסטן און פאר מיין פעטער וועל איך שוין זאגן אין לי... און שלום על ישראל...
 
ס'גייט דורך צוויי וואכן ס'קומט די זמן הפרעון דער פעטער קלינגט אים "ביטע קום אריבער צו מיין אפיס…" ער מאכט זיך דעפּרעסט ער קנייטש גוט איין די קאפּ אזוי קומט ער אריין צום פעטער אין אפיס און הייבט אן קרעכצן "אוי דער פעטער זאל בעסער נישט פרעגן וואס איז אלס אויף מיר אריבער, די באנק האט אלעס צוגענומען און די שכנים האבן מיר אוועקגע'הרג'עט די גאנצע זאך... און די לאקאלע רעגירונגען אזעלכע רשעים כ'מיין אז ס'נאר ווייל איך בין א איד... בקיצור איך בין געבליבן אן קיין פרוטה אין טאש איך בעט דיר פעטער זיי מיר מוחל!"
 
דער פעטער קוקט אים אן "יא איך ווייס וואס דו ביזט אלס אריבער... אבער האסטו נישט געטראפן פינף מיליאן דאלאר אין דיין טלית בייטל????"
 
אוי די רויטע בושות אוי די חרפות!
 
וואס איז די נמשל?
 
די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט ער וויל זיין גוט ער וויל זיין וואויל אבער ער פלאנטערט ארום, יעדן טאג עפעס אנדערש, א צווייטע נסיון... ער פאלט נעבעך ער געבט זיך נישט קיין עצה! 
 
ביז די טאג קומט און מ'דארף צוריקערן די נשמה צום אייבערשטן, מ'קומט ארויף אויבן און מ'הייבט זיך אן בעטן ביים כסא הכבוד "וואס האב איך געקענט טון איך האב פרובירט אבער איך האב זיך נישט געקענט דערהאלטן... די נסיונות זענען געווען צו שווער…" 
 
גייט מען פרעגן דעם איד וואס הייסט? האסטו נישט באקומען אין דיין טלית בייטל קונטרסים און גליונות דיך צו מחזק זיין??? 
 
אוי די רויטע בושות!!! 
 
דו ביזט נאך געווען פארנומען אז מ'האט נישט געהאלטן און דאס טאר מען נישט עפענען... און אזוי האסטו אפּגעברענט דיין לעבן ה"י. 
 
די מעשה האט מיך מו"ה יואל טייטלבוים הי"ו פארציילט אז מוהרא"ש פלעגט זאגן: ווען א מענטש וועט ארויפקומען אויבן און מען וועט אים פרעגן פארוואס האסטו נישט געלערנט און געדאווענט, אויב וועט ער ענטפערן "איך בין געווען אזוי צובראכן", וועט מען אים צוריקפרעגן "פארוואס האסטו נישט געלערנט ספר אשר בנחל". פארשטייט זיך אז מען האט דאס אהערגעשטעלט מיט א שיינע מעשה ס'זאל זיין א פיינע ארטיקל, אבער די נקודה קומט פון מוהרא"ש.
 א גרויסן יישר כח ר' יואל פארן טראכטן פון מיר און מיך מזכה זיין צו קענען שרייבן מאטעריאל וואס וועט האפנטלעך ברענגען אידן נענטער צום אייבערשטן!