רויטע קנעפלעך
ג טבת תשפ"ד 📝
קרעדיט: משה ארי' שניצלער
אז מ'גייט אריין אין שפילצייג געשעפט און מ'קויפט קלעי, playdough, קען מען מאכן פון דעם וואס מ'וויל, א טיש, א בענקל, א מנורה, א דריידל, א מצה, א ל"ג בעומר שיסער, א רעבישע קעדילעק, רעבישע פארענטשעס, ועוד ועוד.
א מענטש איז א קלעי, וואס מ'קען אויספארעמען אדער צום גוטן אדער צום שלעכטן, פון ווען א מענטש איז געבוירן, ביז ווען ער איז שוין אין די עלטערע יארן איז אלץ דא זאכן וואס העלפן פארמירן די מח פון דעם מענטש.
די גליקליכערע פון צווישן אונז זענען די וואס נוצן א צדיק אויסצופארעמען אונזער מח.
למשל, איינער נעמט מוהרא"ש פאר אן עקזעמפל. אז מוהרא"ש האט עס געמאכט against all odds, איז א סימן אז איך קען עס אויך מאכן.
מוהרא"ש האט געזאגט ברבים אן א שיעור מאל אז ער איז געווען א ווילדער בחור, ער האט נישט געוואלט לערנען, און דעם רבינ'ס ספרים האט אים איבערגעדרייט מקצה אל הקצה. מוהרא"ש איז א סעמפל פון א סוקסעס סטארי, מוהרא"ש'ס בקיאות דארף מען נישט דערציילן, מ'קען עס זען אין זיינע ספרים. און נאך א זאך וואס מ'זעט ביי מהרא"ש, וואס נישט יעדער איז זוכה, אז ער האט איבערגעלאזט א impact, נישט סתם גערעדט עצות, נאר געמאכט א ענדערונג אין מענטשנ'ס לעבן, אויף בפועל ממש, אפילו נאך זיין הסתלקות.
א מענטש וואס קוקט א גאנצן לעבן אויף א צדיק קען זיך שיין אויספארעמען זיין מח און מצליח זיין אנצוקומען צו גרויסע דערגרייכונגען.
מענטשן מיינען אז איינער גייט נאך א צדיק און א צווייטער גייט נישט נאך א צדיק, נאר ער וואקסט פשוט פון זיך אליין, דאס איז נישט ריכטיג, יעדער ווערט אינפלוענסד פון אנדערע מענטשן, אדער פון א צדיק, אדער פון א שרייבער, אדער פון א זינגער, אדער פון א הערינג-איינטונקער, אדער פון א יארצייט-מעשה-דערציילער, אדער פון א פעטער, אדער פון א קאזין, אדער פון א ברודער, אדער פון א שוואגער. אסאך מענטשן זענען פארשטייט זיך אינפלוענסד פון זייער טאטע, און אזוי ווייטער.
ס'איז אויך דא אסאך מענטשן וואס זייער גאנצע קעפעלע ארבעט מיט opposite influence. ער האט איינעם וואס ווי אים וויל ער "נישט" זיין, קענסט מיין פעטער מענדעלע? יא, דער וואס גייט מיט די מצה שטריימל פון בלויז פופצן אינטשעס הויך.... נעבעך ער ווייסט נישט פון זיין לעבן צו זאגן, ער נעמט נעבעך נישט קיין חופה-גראמער ביי זיין זון'ס חופה, אוי האט מיין קאזין געהאט בושות ביי די חופה, ס'איז געווען אזוי נעבעכדיג, סתם פארשעמט זיין זון על לא דבר, ער גייט שוין צוויי מאל א וואך אויף טערעפי אויף זיך אויסצוהיילן פון די חופה-אן-א-בדחן-קאשמאר. ווי פעטער מענדעלע וויל איך "נישט" זיין. אויף ענגליש הייסט עס "עי. בי. עם." (עניטינג באט מענדעלע).
ס'איז דא אויך אזוינע וואס האבן נעבעך אפפאזיט אינפלוענס מיט זייער אייגענע טאטע..... אוי פארוואס בין איך געבוירן אין אזא נעבעכדיגע משפחה?! פארוואס האב איך נישט א מעטשינג סידור צו מיין תפלין בייטל?! וויאזוי וועל איך קענען מצליח זיין אין לעבן?! וויאזוי קען איך דאווענען אין א פלעינע סידור פון די שול?! איך דארף טערעפי!! העלפפפפ!!! העלפפפפ!!!!!!! ראטעוועט!!!!! מיין טאטע מאכט מיך דאווענען אין א שול-סידור!!!!! ראטעוועט!!!!
ס'איז דא וואס רופן עס בעק פייער, שמעק פייער, ס'מאכט נישט אויס די נאמען, יעדער האט עפעס אן אבסעסיע, יעדער האט א זאך וואס ער וויל צו דעם אנקומען נאו מעדדער ווהאט, יעדער האט עפעס א זאך וואס מ'רופט אין אמעריקע, keep your eyes on the prize. האלט דיין אויג אויף די לעצטע זאך וואס דו ווילסט באקומען, למשל אויב דו זאגסט משניות וועסטו נישט וועלן קוקן נישט גוטע זאכן, אויב דו וועסט זאגן גמרא וועסטו האבן ברייט פרנסה, אויב דו וועסט רעדן שיין צו דיין ווייב, וועט דיין קינד נישט האבן קיין אפפאזיט אינפלוענס קעגן זיינע עלטערן און קעגן אידישקייט.
אבער דאס איז קלאר, אז יעדער מענטש האט עפעס א "אינפלוענסער" וואס ער ווערט נשפע פון יענעם, ביודעים אדער בלא יודעים.
שלום'קע איז געווען א טייערע תמימות'דיגע נשמה, זיינע עלטערע ברודערס זענען געווען גאר גאר שארף, זייערע קעפעלעך זענען געווען געשליפן און געריבן, שלום'קע'ס אינגערע ברודערס זענען געווען מער אויף די לאצי'דיגע זייט, די גאנצע קלאס האט געמאכט פון זיי דאס גענאר, דער באס-רבי וואס האט געגריסט א זיסן גוט מארגן ביי די טיר פון די באס פלעגט טרייבן פון זיי ליצי ליצנות ווען מ'האט זיך אייגעדרייט בי די קארנער און די עלטערן האבן שוין געענדיגט ווייזן "בייביי" "איי לאוו יו סאו מאטש"
שלום'קע איז געווען נישט פון די שטארקע מוחות וואס קענען טראכטן אליין. שלום'קע האט געהאט צוויי גרויסע אינפלוענסערס אין זיין לעבן, פעטער אהרן און פעטער חזקי, צוויי פארקערטע וועלטן. דאס איז די סיבה פארוואס זיין געטרייער געדולדיגער כתה מכינה לישיבה קטנה מגיד שיעור האט אים גערופן שלעמקע דילעמקע, על שם ה'דילעמע. יעדן טאג איז געווען א דילעמע צו ער זאל נאכגיין פעטער אהרן דער געשמאקער פעטער וואס איז א באלבאטישער איד און א בקי בש"ס און יעדער האט אים ליב, אדער פעטער חזקי וואס טשילט אויף כח, טאנצט אויף וואך נאכטס און בערטדעי פארטי'ס לייק נאו טומארראו.
פעטער חזקי האט א יוקאן דינאלי מיט גלאנציגע רעדער, און איז יעדן חול המועד אויף א העליקאפטער! ער מיט זיינע אכט טייטע buddies פארפאסן נישט קיין איין יאר פון גיין אויף קברי צדיקים אין האנאלולו און אלאסקא און סאן פראנציסקאו, מיט א קורצע וואקאציע אין נעוואדא זיך אויסצוטשוכען פון די שווערע אויסמאטערנדיגע "קברי צדיקים" רייזע.
(פרעגט נישט קיין קושיות צו ס'איז דא קברי צדיקים דארט וואו זיי גייען... רעד נישט אויף צדיקים!)
פעטער אהרן איז א קלוגער איד, אלע זענען זיך שואל עצה מיט אים, ווער עס שמועסט מיט אים איז זיך מחי' פון זיינע עצות, א שטיק שכל, א שטיק בר דעת, ער לערנט זיבן אכט שעה א טאג, און זיין ריעל עסטעיט ביזנעס פארט שוין צוואנציג יאר על מי מנוחות.
שלום'קע האט א גרויסע דילעמע, איין טאג וויל ער זיין ווי חזקי און איין טאג ווי פעטער אהרן, אבער קיינמאל וויל ער נישט זיין ווי שלום.
ס'איז געווען א איד אין רוסלאנד וואס איז אים געבוירן א אינגעלע, לויפט ער צום שכן פרעגן, וואס זאל איך שרייבן אין די בערט סערטיפיקעט? צוויי יאר פריער? אדער צוויי יאר שפעטער? אויב איך שרייב אז ער איז געבוירן צוויי יאר פריער, וועט ער אפשר פריער קענען ארויספארן פון די רוסישע גן עדן, אויב איך שרייב צוויי יאר שפעטער וועט ער האבן מער צייט זיך צו ספראווען מיט'ן איינרוקן אין די ארמיי, פרעגט דער שכן, אפשר שרייבסטו אז ער איז היינט געבוירן? זאגט ער, אה, דאס איז מיר נישט בייגעפאלן.... דו ווילסט זיין ווי דעם און ווי יענעם, אפשר ווילסטו שוין איינמאל זיין ווי דו?! אפשר איז "שלום'קע" אויך א געלונגענער מענטש און ס'לוינט זיך צו זיין ווי ער?! אה, דאס איז מיר נישט בייגעפאלן.
שלום'קע'ס זון איז שוין צוועלף יאר, מ'האט שוין באשטעלט תפלין. היינט גייט מען באשטעלן די תפלין בייטל מיט די עכטע הויטעלע פון די עכטע קיעלע, איך בין מער נישט קיין לאצי, מיין זון גייט שעפן קאנפידענס פון ארומגיין מיט א האריגע פעלעכלדיגע תפלין בייטל, און די קאלער גייט זיין פורפל מיט פינק מיט לייט-אראנדזש! איך גיי נישט געבן פאר מיין זון א לאצי'דיגע לעבן!
ווען שלום קומט אויפפיקן די קאנפידענס בייטל איז פונקט געווען אין געשעפט פעטער אהרן, באשטעלט פאר זיין אינגסטן זון א שטילע איידעלע בייטעלע, שלום'קע פילט אביסל נישט אין פלאץ.
פעטער אהרן האט עס, מיט די טשילערס וועל איך נישט אנקומען, פעטער אהרן האט א בעסערע לעבן ווי אלע מיינע טשילער חברים.
שלום'קע האט שנעל געטוישט פון זיין נעוויגעיטער צו א האנדא אדיסי, זיינע טשילער חברים האבן געטריבן שפאס פון אים פאר דריי וואכן, און האבן אים נישט מיטגענומען דאס יאר אויף די "קברי צדיקים" רייזע אין פאנאמא.
שלום'קע האט זיך צוריק געבעטן ביי די טשילערס און געקויפט א טויזנט דאלערדיגע העמעדל פון דאלטש ענד גאבאנא מיט רויטע קנעפלעך צו ווייזן אז ער איז עכט יא א נאטורליכער טשילער, און מ'זאל אים מיטנעמען נעקסטע יאר ביי די קברי צדיקים רייזע אין יאהאנעסבורג.
דעם ערשטן טאג מיט די ווייסע העמד מיט די רויטע קנעפלעך, איז ער געגאנגען צו זיין חבר דודי'ס וואך נאכט, ס'איז געווען א גרויסע שמחה, די ערשטע קינד נאך לאנגע יארן פון ווארטן. ער זיצט און טשילט מיט די חברה, וויסקי מיט וואדקא עד לב השמים, אוי לאמיר זינגען שבחים, פארן מלך מלכי המלכים, אוי פאר דיר פאר דיר, אוי נאר פאר דיר, אנת הוא מלכא..... ער האט נישט געוואוסט אז דודי'ס שווער איז שוין צוואנציג יאר א חברותא מיט פעטער אהרן, זיי האבן שוין דורכגעלערנט גאנץ ש"ס צוזאמען, פעטער אהרן קומט אריין און שלום'קע פילט זיך אביסל פארשעמט צווישן די ליידיגע ביר פלעשלעך. מארגן צופרי הייב איך אן לעבן אזוי ווי פעטער אהרן.
איך האב אן עצה פאר דיר! מאך נישט נאך קיינעם! לעב נישט פאר יענעם! מאך דיך אליינס נאך! דיין נשמה איז א שטיק אייבערשטער! דיין נשמה איז די חשוב'סטע זאך אין די וועלט! דיין נשמה בענקט צום אייבערשטן! מאך נאך דיין נשמה, און בענק צום אייבערשטן! זאג עס ארויס מיט די מויל! הייליגער באשעפער, וואס וויל איך זיין?! ווי וועם וויל איך זיין?! אוי באשעפער שיק א רפואה שלימה אויף מיר און אויף מיין קעפעלע אמן סלה! באשעפער העלף איך זאל האלטן פאוקוס! העלף איך זאל נישט ארומשווימען אין עולם הדמיון! באשעפער העלף איך זאל געפעלן נאר פאר דיר! הייליגער באשעפער ס'איז דאך אזוי שווער צו לעבן פאר מענטשן! געב מיר א געזונטע גראדע מח! הייליגער באשעפער נאר דו קענסט מיר העלפן!