רויע מאטריאל אין בעפארברייטונג צו אומאן
יג אלול תשפ"ב 📝
זאג… פארסט אויף אומאן? וואס הייסט, היי יאר אויך? מ’קען דען פארן? ס’איז דאך א שעת מלחמה דארט! איך הער אז די גרעניצן זענען פארשפארט!
איז לאמיר אביסל אנאליזירן דעם היי יעריגן ראש השנה אין אומאן.
* * *
קודם כל פותחים בכבוד אכסניה… אין נאמען פון ברסלב'ער חסידים איבער די גארער וועלט, טוען מיר זיך באדאנקען פון טיפן הארצן פאר די אידישע אויסגאבעס, אין אלע מיני פארעמען און שפראכן, אנגעהויבן פון צייטשריפטן, נייעס באריכטער, מאגאזינען, בילדער דזשורנאלן, געענדיגט ביי די פליג-בלעטער, אדווערטייזמענטס און קלאסיפיידס בלעטער למיניהם וואס טוען פארפלייצן טעגליך/וועכענטליך די מארקעט פון אידישע ליטעראטור.
מיר האבן באמת א געוואלדיגע הכרת הטוב צו די פאן טרעגער פונעם ארטאדאקסישן יהדות החרדית - וואס ברענגען אונז כסדר פשוט'ע און טריקענע נייעס, וואס זיי געבן כסדר איבער פון פארלעסליכע ערשט-האנטיגע נייעס קוועלער, בפרט אין די יעצטיגע טעג, וואס אידן איבער די וועלט געפינען זיך אין א שווערע דילעמע וואס צו באשליסן, ווען פון איין זייט ברענט פאר יעדן רעכט דענקענדער איד צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, און פון די אנדערע זייט קורסירן פילע קלאנגען איבער די סיטואציע אין אוקריינא, מיט איבער איר יעצטיגן קאנפליקט מיט איר שכינות’דיגער רוסלאנד, צו די צייט זענען מיר עדות אז איר נעמט אן אומפארטייאישע שטעלונג, און געבט אונז איבער דברים כהווייתן, נייעסן, אנאליזן און דעקלאראציעס אונז צו באווארענען איבער די געפארפולע און סכנה’דיגע מצב וואס הערשט אין די יעצטיגע טעג אין אוקריינא.
א ספעציעלער דאנק קומט זיך פאר די וואס ברענגען אונז א פרייע איבערזעצונג פון די דעקלאראציע וואס די סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן אין די ליכט פון די היי-יעריגע נסיעה קיין אומאן.
ווי וואלט דען א טיפישער ברסלב'ער אינגערמאן, וואס פארברענגט זיין טאג ביי דער ארבעט, ער לערנט, דאווענט, און ווען ער קומט אהיים זיצט ער אביסל און פארברענגט מיט די ווייב און קינדער, ווי זאל ער אין זיין לעבן אמאל אנקומען צו עפעס א פארשטיפטע מעלדונג פון די סטעיט דעפארטמענט איבער די סיטואציע פון אומאן אוקריינא.
אבער איידער מיר געבן איבער אונזער הארציגע דאנק ווערטער, קענען מיר נישט גיין ווייטער, מיר פילן זיך פארפליכטעט זיך צו באדאנקען פאר די אופן ווי אזוי די צייטשריפטן טוען דעקן יערליך אזוי שיין און פראפעסיאנאל די נייעס פון אומאן אוקריינא ביים הייליגע קיבוץ פון רבינ'ס ראש השנה. באמת אזא זאך וואלט שוין געמעגט פון לאנג ארויסגעברענגט ווערן, עס וואלט זיך אויסגעפעלט צו ווידמען א באזונדערע ארטיקל ספעציעל פאר דעם, אבער ווי זאגט דער וועלט: "בעסער שפעטער ווי איידער קיינמאל", איז אז מיר האבן יעצט די פענע אין האנט און מיר שרייבן איבער די געוואלדיגע טובה וואס די אידישע צייטשריפטן טוען אונז מיט'ן אונז איבערגעבן די נייעס פון אומאן - איז נישט מער ווי פאסיג צו ווידמען אפאר שורות ארויסצוברענגען אונזערע געפילן איבער די יערליכע דעקונגען אין די צייטונגען אויף א וועג אז דאס זאל געבן א גינסטיגע און פאזיטיווע בליק פאר אירע פילע טויזנטער ליינער.
ווי מיר אלע ווייסן איז דער נאמען פון הייליגן רבי'ן פארשעמט געווען אלע יארן איבער די וועלט, די פולע לשון הרע'ס, מחלוקת און הוצאות שם רע וואס מען האט ארויסגעלאזט אויפ'ן הייליגן רבי'ן און אויף זיינע הייליגע תלמידים, בפרט און די לעצטע דור ווי דער סמ"ך מ"ם האט אויפגעשטעלט א בלוט מחלוקת קעגן מוהרא"ש זי"ע און שפעטער קעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, זענען די באשרייבונגען אין די צייטונגען איבער ראש השנה אין אומאן ממש געווען כמים קרים על נפש עייפה, עס האט געדינט ווי א רעטונגס ברעט פאר ברסלב'ער חסידים, אזוי אז די וועלט האט באקומען א שטיקל השגה מהנעשה והנשמע אין די הייליגע שטאט אומאן אין דעם יום הדין הנורא פון ראש השנה.
די צייטשריפטן ברענגען טאקע פשוט נאך די נייעס, זיי ברענגען פשוט טריקענע בילדער, און ווי אויך פרייע איבערזעצונגען פון די לאקאלע מידיע און פון אנדערע פלעצער אלעס אריגינעל, טריקן און פשוט, אבער אלעס מיט'ן ציל צו פארהערליכן דעם רבינ'ס פארשעמטע נאמען.
מיר וועלן ברענגגן ממש געציילטע ביישפילן ווי איר וועט זיך אליין איבערצייגן די ווארהייט פון אונערע ווערטער.
א קליינער ביישפיל, ווי זאל א מענטש וואס איז קיינמאל בעפאר געווען אין אומאן וויסן אז עס געפינען זיך דארט די ריזיגע קאנטעינארס וואס מיר זענען געוואוינט צו זען אין אמעריקא און אין אייראפע פאר די פילע מיסט וואס זאמלען זיך אן, א מענטש וואס וויל וויילן די טעג פון ראש השנה אין אומאן, קומט אים באלד ארויף אין געדאנק: עס קומען זיך דאך צאם אזא ריזן עולם פון די גאנצע וועלט, ווערט דאך דארט אוודאי ריזיגע בערג פון מיסט, אפשר ווערט די לופט פארפעסטעוועט דערפון, אפשר וואלגערן זיך שמוץ אין די גאסן, דאס קען זיין אן אפהאלט פאר א מענטש צו גיין קיין אומאן.
איז איין קליינע דוגמא ווי אזוי א צייטונג האט מיט איין בילד - וואס רעדט מער פון טויזנט ווערטער - געשליכטעט דעם פראבלעם, זיי האבן געברענגט א בילד פון א ריזיגן קאנטעינאר פון מיסט אין אומאן! וואס באמת די ציל וואלט שוין געווען אויסגעפירט מיט דעם בילד אליין, אבער מען קען דאך נישט ממש מאכן ליצנות פון מענטשן, שרייבן א נייעס: מורי ורבותי עס געפינען זיך גארביטש קאנעס לרחצה אין אומאן, האט מען אפירגעזיכט א בילד פון א איד וואס האט עפעס פארלוירן אין די מיסט, (די בילד איז ווארשיינליך געכאפט געווארן דורך א איד וואס מאיזה סיבה שיהיה האט ער פארזען דעם קול קורא פון אונזערע רבנים אז מען טאר נישט האבן אין באזיץ די אלע נייע כלים, דער האט געכאפט א בילד און דאס פאבליצירט), אזא בילד האט דאך שוין עפעס א שטיקל פנים, דאס קען אריינגיין אין צייטונג אונטערן קעפל ”א ברסלב'ער חסיד מאכט התבודדות אין אומאן…”, די ליינער וועלן שוין פון זיך אליין כאפן אז דא מיינט מען נישט די התבודדות, דא וויל מען פשוט ווייזן פאר די וועלט אז עס איז דא א שטיקל סדר, זאכן ווערן קער גענומען אין אזא דריטע וועלט לאנד ווי אוקריינא.
דאס איז איין קליינע דוגמא פון א בילד וואס געוויסע צייטונגען האבן פארשפרייט כדי צו פארגרינגערן פאר אינגעלייט און בחורים וואס ווילן פארן צום רבי'ן, דאס זאל נישט זיין פאר זיי קיין מניעה.
אזוי קומען כסדר צו פון יאר צו יאר ווי דער ראש השנה ווערט געדעקט מיט אזעלכע קלייניקייטן, אבער די קלייניקייטן קען זיין זייער בייהילפיג און גרינגער מאכן פאר א מענטש צו מאכן זיין רייזע קיין אומאן אויף ראש השנה.
צי ווען זיי ברענגען בילדער פון די טאנצערייען וואס קומען פאר דארט אין און ארום דעם מקום קדוש, ווי מען זעט צווייפלהאפטיגע מענטשן מיט אויפשריפטן פון דברי גנאי ובזיון אויף צדיקי אמת. און זיי שרייבן אונטער די בילדער, "ברסלב'ער חסידים זענען שוין אנגעקומען קיין אומאן", איז דאס חס ושלום נישט אויף חוזק צו מאכן פון די הייליגע קיבוץ פון ראש השנה, עס איז פשוט ממחיש צו זיין די געוואלדיגע רחמנות פון הייליגן רבי'ן, אז מה דאך אזעלכע פארשוינען קען דער רבי פאררעכטן קען ער דאך מיך זיכער פאררעכטן.
שטעל זיך פאר ווען זיי ברענגען נאר בילדער ווי די הונדערטער טויזנטער אידן שטייען ביים ציון און גיסן זיך אויס דאס הארץ צום טאטן אין הימל, אם אבן הוא נימוח, אדער פון אידן וואס פילן אן די הונדערטער בתי מדרשים לענגאויס אומאן און ניצן אויס די צייט מיט לערנען און דאווענען תשובה און תיקון המעשים, וואלט דאך געקענט משמע זיין אז אומאן איז א פלאץ בלויז פאר בני עליה, מוזן דאך די צייטשריפטן ברענגען אזעלכע בילדער וואס ברענגען ארויס מער די אנדערע חלק פון אומאן, די שוואכע סארט, דאס זאל געבן א שטופ פאר איינער וואס איז נישט משכמו ולמעלה, אז די אלע תיקונים וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט פאר דעם וואס קומט צו אים אויף ראש השנה, מיינט אויך אים.
מיר ברענגען פשוט קליינע דוגמאות איר זאלט כאפן ווי אזוי די קאפ פון א צייטונג שרייבער ארבעט… נישט.
נאך א קליינע דוגמא וואס דורך די קורצע אנאנסן אין די צייטונגען זענען שווערע פראבלעמען געשליכטעט געווארן, מיר ווייסן דאך אז עס קומען זיך צאם הונדערטער טויזנטער אידן אין אומאן אויף ראש השנה, ווען א מענטש הערט אזא זאך קען ער פארלירן זיין באלאנס, די קאפ הייבט אים אן שווינדלן ווי… איך וועל פארן אויף אומאן? איך וועל דאך צעדריקט ווערן צווישן אזויפיל מענטשן, אפגערעדט פון מיט נעמען קינדער, עס איז דאך ממש סכנת נפשות, זיי קענען דאך חלילה פארלוירן ווערן צווישן אזא גרויסע מאסע, דערפאר וועט איר זען אז די צייטונגען וועלן אלעמאל פארמינערן פונעם ריכטיגע צאל מענטשן וואס האבן געוויילט אין אומאן, וואס פעלט אויס צו מאכן איבריגע קאפ וויי פאר א איד וואס זוכט א תיקון פאר זיין צעבראכענעם זעהל ביים גרויסן רופא נפשות דער הייליגער רבי ז"ל, דערפאר וועלן די שרייבער זיך אלעמאל צוריקהאלטן פון שרייבן די אמת'ע ציפערן פונעם ציבור מענטשן וואס האבן געוויילט ראש השנה אין אומאן. פשוט דערפאר צו געבן א געשמאק און א רואיגקייט פאר א מענטש, ער זאל וויסן עס איז נישט קיין מקום סכנה, איר וועט זען אז א יאר וואס עס האבן זיך באטייליגט הונדערט טויזענט אידן פון איבער די גארער וועלט, אבער אין די צייטונגן וועלן געמאלדן ווערן: ”איבער פערציג טויזנט האבן זיך באטייליגט אין אומאן ראש השנה”, דאס געבט באלד א דערלייכטערונג פאר א מענטש, אז די געדרענג איז נישט ממש אזוי געפערליך, דאס איז דאך פשוט אזוי, ווייל דער זעלבער ליינער זעט דאך אז ביי די גרויסארטיגע רבי'שע חתונות און מסיבות ווערט באריכטעט אין די צייטונגען די זעלבע גרויסע צאל פון מענטשן וואס האבן זיך באטייליגט אין אומאן האבן זיך באטייליגט ביי די חתונות, און ער זעט אז פערציג און פופציג טויזענט מענטשן איז בכלל נישט אזא גרויסער עולם, דאס געבט אים די רואיגקייט צו מאכן די נסיעה קיין אומאן ראש השנה.
בכלל וועט איר זען אז די צייטונגען ווילן זיין דאס מערסטע אקוראט ווען זיי דעקן נייעס, דו וועסט קיינמאל נישט זען אין א צייטונג אזעלכע ווערטער "מיר האבן געשאצט אן עולם פון כך וכך מענטשן" מען וועט דאך באלד זאגן אז דאס איז אן אויסגעטראכטע נומער, די צייטונגען וועלן אלעמאל זיכער מאכן איבערצושמועסן מיט די פאליציי און הערן וואס זיי שאצן, די פאליציי האט דאך זיכער נישט קיין נגיעה צו געבן א איבערגעשאצטע נומער, דערפאר וועט איר אלעמאל זען די קעפלעך פון די צייטונגען: "ריזיגע מאסן האבן זיך פארזאמלט, די פאליציי שאצט…"
נחזור לענינינו לאמיר נישט פארקריכן פונעם ענין פון אומאן ראש השנה, אבער… איידער מיר טרעטן צו צו באהאנדלען די אלע פראגעס וועגן אומאן, ערלויבט אונז א ווארט איבער די שרייבער פון די אלע מאגאזינען.
***
ווער זענען די שרייבער
איר טראכט אודאי, ווער זענען די שרייבער פון צייטונגען? מסתם זענען זיי סתם פשוט'ע אידן, פראסטע מענטשן. ווילן מיר אייך מודיע זיין, די שרייבער פון די אידישע צייטונגען זענען אידן יראים ושלימים, מדקדקים בקלה כבחמורה, אינגעלייט וואס תורתן אומנותם, ווען עס קומט צו אזא הייליגע ארבעט פון שרייבן ארטיקלען פאר אידישע קינדער, מיינט איר אז דאס קומט ארויס מכרס מלאה? ווי אזוי קען מען דען פיטערן אידישע קינדער מיט לופט, מיט הוילקייט? די שרייבער גייען אין מקוה בעפאר זיי געבן איבער דעם דבר השם פאר אידישע קינדער (דאס איז דאך זיכער… אויב נישט פון וואו ווייסן זיי די נייעס…) זיי זענען מהרהר בתשובה, זיי זענען זיך מתבודד פאר'ן שרייבן, זיי בעטן דעם אייבערשטן אז עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול מתחת ידיהם.
און כל המחובר לטהור טהור, זיי נעמען אלע נייעס פון א מקור נאמן, נישט פון די אלע כלים וכלים שונים פון די אינטערנעט; אלע נייעסן, ארטיקלען, השקפות חינוך וכדומה ווערן געברענגט פון א לויטערע ערליכע קוואל, וואס יסודתם בהררי קודש.
מען זעט טאקע די פירות דערפון, די געוואלדיגע יראת שמים מיט וואס אונזער דור איז ספעציעל געבענטשט געווארן, עס איז בלתי שום ספק אז דאס איז צו פארדאנקען אונזערע טייערע קארעספאנדאנטן, רעדאקטארן, און שרייבער וואס זענען זיך מקדש בקדושה עליונה, וויסנדיג וואסערע אחריות זיי האבן, אז מיט זייערע ארטיקלען טוען זיי פיטערן די יוגענט פון שלומי אמוני ישראל, וואס דארפן זיך דארט אנזאפן מיט יראת שמים.
דערפאר איז דען א וואונדער אז א טאטע וואס פירט זיין הויז על פי דרך המסורה לנו מדור דור, גייט אריין אין געשעפט און ליידיגט אפ צען צוועלף שריפט-ביכלעך פון די פאליצעס אן אפילו קלערן א מינוט: דאס גייען מיינע קינדער ליינען? ווער ווייסט וואס פארא גיפט עס ליגט דערין? ווער ווייסט וואסערע השכלה עס ליגט צווישן די שורות? ווער ווייסט וואס דער שרייבער טוט פאר'ן שרייבן און נאכן שרייבן? ווער ווייסט מיט וואסערע טריפה'ענע השכלה'ישע גוי'אישע און אפיקורסי'שע ביכער דער שרייבער האט זיך אנגעליינט? ווער ווייסט צי ער גלייבט בכלל אינעם אייבערשטן? אבער פוק חזו מאי עמא דבר, ישראל אם לא נביאים הם בני נביאים הם, מען זעט דאך באשיינפערליך ווי אידן יראים ושלימים פילן זיך אן די וואגאנען ביים מאכן דעם שבת ארדער מיט די פילע ליין מאטריאל וואס מיר זענען געבענטשט געווארן אינעם היינטיגן פינסטערן דור, אן אפילו איין מינוט טראכטן; דאס איז אלעס א דאנק די אינטערווענץ פון אונזערע רעדאקטארן און קארעספאנדאנטן וואס ווייסן די הייקלקייט פון די ענין וואס ליגט דערין, די כח וואס א שרייבער האט איבערצוגעבן פאר זיינע ליינער, און זיי מאכן זיכער און געבן אכטונג אז אלע זאלן זיין אידן וואס זענען משכמם ולמעלה, אנשים מורמים מעם, וואס מען קען בלינדערהייט מיט פארמאכטע אויגן געבן פאר די צאן קדשים דאס צו ליינען, און דארט איז דאך טאקע וואו עס ווערט איבערגעגעבן די לויטערע מסורה וואס ווערט אונז איבערגעגעבן מדור דור, מען קען ממש זאגן אכשר דרא, אה! אזא שיין דור איז נאכאנישט געווען, ווי אונזערע קינדער ווערן אנגעפילט מיט אזויפיל אמונה און יראת שמים, וואס זיי שעפן פון די פולע בלעטער וואס ערשיינען אין די אידישע מארקעטס.
דאס האבן מיר נאר געשריבן בדרך אן א הקדמה, ווי חז"ל זאגן 'זכר צדיק לברכה' אז מען דערמאנט א צדיק דארף מען אביסל ארויסהייבן זיין שבח, און פארקערט 'שם רשעים ירקב' אז מען רעדט פון נישט אן ערליכער, דארף מען אביסל מאריך זיין מען זאל וויסן פון וועמען זיך אכטונג צו געבן.
דערפאר האבן מיר געפילט פאר א פליכט אביסל ארויסצוברענגן, זען ווער זענען אונזערע צייטונגען, ווער זענען זייערע שרייבער, און אביסל איבער וואס זייערע מאטיוון זענען.
***
חלק ב'
יעצט גייען מיר צו צום הייקעלן ענין פון 'אומאן ראש השנה', קודם וועלן מיר ברענגען אן איבערטייטשונג פון די סטעיט דעפארטמענט'ס דעקלאראציע, דערנאך וועלן מיר ציען מסקנות איבער וואס מיר טוען היי יאר.
דאס איז די מעלדונג
נאך א לענגערע באריכט איבער די מצב אין אוקריינא, און ווי אזוי זאכן קענען זיך טוישן צום גוטן אדער צום שלעכטן, ווי אויך אז יעדע געגנט איז באפולמעכטיגט צו איינפירן פארשידנארטיגע געזעצן לויט ווי זיי זעען די סיטואציע, געבן זיי ווייטער איבער, אויב איר זענט נאך אלס אויסן צו רייזן קיין אוקריינא און אינגנארירן די ווארענונגען פון די סטעיט דעפארטמענט, דעמאלט נעמט אין באטראכט אנצוגרייטן די פאלגנדע זאכן:
א. מאכט זיכער צו שרייבן א צוואה, און באשטימט די צוגעפאסטע וואס זאלן באקומען די רעכט אויף אייערע נכסים.
ב. גייט איבער א דעטאלירטע פלאן מיט אייערע נאנטע, איבער איינצלהייטן וואס אנבאלאנגט אייערע קינדער, ווער עס איז באפולמעכטיגט איבער זיי, ווער עס באקומט לעגאלע קאסטעדי אויף זיי, דאס זעלבע איז מיט שטוב-חיות און פעטס, און אנדערע נכסים ווי מטלטלין, זאמלונגען, און ווערטפולע מאלערייען. ווי אויך גייט איבער די לויה איינצלהייטן און דאס גלייכן (דא קענט איר אריינשרייבן ווער עס זאל מספיד זיין וכדומה, וועלכע בלומען מען זאל לייגן איבער אייער ארון, אין וועלכע בית החיים מען זאל אייך לייגן וכדומה).
ג. געבט איבער אייער וויכטיגע אינפארמאציע, וויכטיגע דאקומענטן, לאגין אין פעסווארד פאר אייערע נאנטע (הערה: מאך זיכער אז די פארמעקסט בעפאר, זאכן וואס דיינע נאנטע ברויכן נישט זען) כדי זיי זאלן האבן א וועג ווייטער צו פירן דיינע געשעפטן אין פאל דו קערסט זיך נישט צוריק צו די פאראייניגטע שטאטן.
ד. לאז איבער די. ען. עי. סעמפלס ביי דיין לאקאלע דאקטער, כדי עס זאל זיין צו די האנט פאר דיינע נאנטע אויב עס פעלט זיך אויס.
ה. טו איינשטעלן א פריוואטע סעקיוריטי פלאן, מיט א צוזאמארבעט פון די מענטשן ביי וועם דו שטייסט איין, אדער נעם אין באטראכט די אפציע פון זיך דורכרעדן מיט א פראפעסיאנאלע זיכערהייט ארגאניזאציע.
ו. עפנט א פארבינדונג וועג פאר אייער משפחה כדי זיי זאלן קענען האבן אן איבערזיכט אויף די מצב פון אייער זיכערהייט.
ז. מאכט זיכער איר פאלגט נאך די סאציאלע מידיא, איר זאלט זיין אפדעיטעט מיט די נייעס.
ביז דא איז א פרייע איבערזעצונג פון וואס די סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן כדי אונז צו פארזיכערן אויף דעם קומענדיגע ראש השנה,
פארגעסט נישט אז דאס איז די זעלבע סטעיט דעפארטמענט וואס האט אונז געראטעוועט פון די מגיפה פון קאווי"ד מיטן אונז פארשליסן אין אונזערע היימען פאר לאנגע חדשים, מיטן פארארדענען צו פארשפארן אלע עפנטליכע פלעצער, און צומאכן אונזערע שולן, חדרים, מיידל שולעס. דאס אלעס האט אפגעשטעלט די פארשפרייטונג פונעם שרעקליכן קאוויד מגיפה.
אבער מיר האלטן אז די דעקלאראציע וואס די סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעשטעלט איז אונטערגעשאצט, מען זעט אז עס איז געשריבן געווארן דורך א גוי'אישע קאפ, נישט נעמענדיג אין באטראכט די פילע זאכן וואס פאר א איד וואלט עס באלד איינגעפאלן ביים זיך נעמען צו אזא רייזע. מיר וועלן אויסרעכענען אויפ'ן שפיץ גאפל טייל פון די זיכערהייט מאסנאמען וואס דארף גענומען ווערן אין בעפורצוג צו אונזער רייזע צום ציון פונעם הייליגן רבי'ן אין אומאן אוקריינא אויף ראש השנה תשפ"ג.
מאכט זיכער אז איר האט בודק חמץ געווען און ריין געמאכט אייער לאקער אין בית המדרש, אין פאל עס פארציט זיך די רייזע ביזן זמן בדיקת חמץ.
אויב לאזט איר איבער א הויזן ביי אייך אין שטוב מאכט זיכער אז די מאנדזשעטן (קאפ'ס בלע"ז) זענען גוט אויסגעברעקלט, זיך פארשפארן די עגמת נפש פון עס פארקויפן אין חמץ.
שטעלט א פארלעסליכער שליח וואס זאל פארברענען אייערע קנויטן פון חנוכה, אום זאת חנוכה.
מאכט זיכער ביים גבאי פון אייער מוסד אז ער פארזיכערט אייך אז איר זענט אויפגעסיינט צו האבן א טעי"ם אין דעם קומענדיגן טשערעדי קאמפיין פאר די מוסדות.
מאכט זיכער אז איר האט גענוג געשניטענע נעגל פאר ווי לאנג עס וועט זיך אויספעלן, איר זאלט קענען פארברענען יעדן ערב שבת ביז די קריג גייט אריבער.
מאכט זיכער מיט אייער לאקאלע שמש אז אייער זייף און שעמפו וואס וואלגערט זיך אין מקוה (אויב איז נאך דא דארט גענוג זיך אפצוזייפן פאר לכל הפחות איין שאוער) אז דאס ווערט געלייגט אויף א זיכערע פלאץ וואו עס זאל נישט פארלוירן גיין.
מאכט זיכער איידער איר פארט ארויס אז עס שטייט קעסטלעך וואסער, אשר יצר פאפיר און טישוס, ביי די אריינגאנג צו אייער הויז.
בעט דער גראסערי מאן זאל אייך אוועקלייגן אן איינצלנע פון יעדע אויסגאבע וואס ערשיינט יעדע וואך, כדי ווען איר קומט צוריק זאלט איר וויסן אין וואספארא סכנה איז זענט געווען.
פארשטענדיגט אייך מיטן לאקאלן שמש פון אייער בית מדרש אז אין פאל פון א קידוש, שלום זכור וואכנאכט וכדומה, זאל ער אינזין האבן צוצושטעלן א געהעריגע מכובד'יגע זאך, וועגן באצאלן דארפט איר נישט זארגן עס איז דאך א שמיטה יאר…
ווי אויך מאכט זיכער אז מען דערקענט נישט אז איר פעלט פונדערהיים דורך די פאלגנדע זאכן:
לאזט איבער א הוט אויף אייער גמרא אין בית vמדרש, אויב איז עס צו אויפפאלנד אז עס ליגט דארט אויך ביינאכט, דינגט איינער זאל דאס אראפנעמען ביינאכט און צוריקלייגן אינדערפרי.
מאכט זיכער אז עס קלעבט א צעטל ביי די קאווע - כאטש איין מאל א חודש - א זאת נדבת פון אייער נאמען.
געבט איבער פאר א באגלייבטער שכן וואס גייט סיי ווי פארביי אייער קאר, ער זאל צאמנעמען די טיקעטס, עס זאל נישט ארויסרופן וואונדער ווען די פארקינג טיקעטס וועלן פארשטעלן די פענסטער פון אייער קאר.
אויב לאזט איר איבער עלטערע קינדער אינדערהיים (בעיקר טעכטער, ווייל די זון וועלן דאך מיטגיין קיין אומאן) מאכט זיכער זיי איבערצוגעבן דאס וויכטיגקייט פון טון שידוכים וואס זאל זיין לפי כבוד המשפחה, באין ברירה, אין ערגסטן פאל זאלן זיי כאטש וויסן אז אזא שידוך גייט נישט אין די טעגליכע בלעטל מיט'ן נאמען פונעם מחותן.
דינגט א באגלייבטער מענטש וואס זאל האבן עקסעס צו אייער סטעטוס, ער זאל אינזין האבן צו פאוסטן כסדר נייע סטאטוסן, מען זאל נישט כאפן אייער אפוועזנהייט.
* * *
אוי! פון די אלע ווערטלעך האבן מיר אינגאנצן פארגעסן אז עס קומט א יום הדין ווי מען גייט אונז דן זיין אויף יעדע פרט פון די קומענדיגע יאר.
נו, ווי קענען מיר טאקע וויסן וואס צו טון ווען פון איין זייט האבן מיר א יאר וואס קומט און מיר דארפן א גוטע לויער וואס זאל אונז קענען פארטיידיגן פון אלע אונזערע מקטריגים.
פון די אנדערע זייט הערן מיר אז עס איז דא א קריגס צושטאנד אין אוקריינא
פון איין זייט הערן מיר אז מיר זענען אלע אויסגעשטעלט יעדן טאג צו סכנה'דיגע זאכן, עס טוען זיך זאכן וואס מיר האבן אליינס בייגעוואוינט אין די לעצטערע יארן.
פון די אנדערע זייט הערן מיר אז דער אייבערשטער הערט אויס תפילות נישט קיין חילוק וואו מיר געפינען זיך.
פון די אנדערע זייט הערן מיר אז דער רבי נעמט זיך אונטער צו פארטיידיגן אונז מיט אונזער משפחה פון אלע דינים וואס קומען אויף די וועלט.
פון איין זיין הערן מיר די נייעס, אז עס איז געפערליך, און שרעקליך.
פון די אנדערע זייט א טאג וואס מיר פארגעסן צו הערן די נייעס זעען מיר אז אלעס איז רואיג און גוט.
פון די אנדערע זייט זעען מיר אז מענטשן פארן יעדן טאג, קומען און גייען, די לעבן גייט אן ווי געהעריג.
פון איין זייט זאגן דאך די נייעס קוועלער אז היי יאר זאל מען נאכגעבן און נישט פארן.
פון די אנדערע זייט הערן מיר פון די רבנים און דיינים אז עס איז בכלל נישט קיין מקום סכנה, איז פארוואס זאלן מיר נישט פארן.
ווי אזוי וועלן מיר מאכן די ריכטיגע החלטה? איז דאס בעסטע זאך איז צו פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, און דארט זיך אויסגיסן די הארץ ביים רבינ'ס ציון אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו א ריינע מח און די אלע בהלות און נייעס'ן זאלן נישט מאכן אויף אונז קיין שום רושם, און איינרייסן דארט אז מיר זאלן באקומען א געזונטע נערוון סיסטעם און נישט נתפעל ווערן פון יעדן ליידיגער מענטש, נאר מיר זאלן זיין שטארק מיט די ווערטער פון צדיקים.
נו? מיר וועלן זיך זען אי"ה און אומאן? וואס איז די שאלה?
א רגע נאר… וואו לויפסטו… דער עיקר פעלט דאך… דאס איז זיכער נישט קיין רויע מאטריאל, און דאס איז דאך זייער וויכטיג צו וויסן: אן תפילה, איז דארט וואו דו ביסט, ביסטו אין א סכנה, און מיט תפילה סיי וואו דו זאלסט נישט זיין ביסטו נישט אין א סכנה, איז לאמיר ארויסגיין פון די סכנה’דיגע פלאץ וואו מיר געפינען זיך, און אין איין רגע זיין באשיצט אונטערן אייבערשטן: אייבערשטער! גאט! טאטע! עס איז מיר אזוי ענג, עס איז מיר אזוי ביטער, צוויי לענדער האבן זיך אריינגעזעצט ביי מיר אין מח ביידע טענה’ן אז איך געהער צו זיי, אייבערשטער עס איז נישט קיין דזשאוק, דו ביסט מיין טאטע, דו האסט מיך באשאפן, דו ביסט מיין איינציגסטע האפענונג! ראטעווע מיך! ראטעווע מיך! ראטעווע מיך! ווייל איך טראג עס נישט אריבער, איך בין א פארלוירענער! א פארפאלענער! עס פליען אטאמישע וואפנס ביי מיר אין מח, איך עקספלאדיר יעדע רגע! איך בין אין דיינע הענט, וואטש מיך, העלף איך זאל נישט מורא האבן פון גארנישט נאר פון דיר.
אההה! א מחיה! שפירסט נישט ווי דו ביסט ארויס פון סכנה?