קרעדיט: משה ארי' שניצלער
 
  
וואס קען זיין שענער און בעסער ווי "פרישקייט"? מוהרא"ש פלעגט אונז אלץ דערמאנען אז "אין חסידות כתחילתו".
 
ביי די הערליכע שיעורים דאנערשטאג נאכט, פלעגט מוהרא"ש אסאך רעדן פון די כח פון התחדשות פון הייליגן רבי ר' זושא זי"ע. מוהרא"ש האט געזאגט אז דער הייליגער רבי ר' זושא האט נישט פארלוירן קיין האר פון די ארגינעלע "פרישקייט" פאר גאנצע צוויי און צוואנציג יאר! מבהיל הרעיון! די מח דערהייבט פשוט נישט צו טראכטן ווי אזוי ס'קען זיין אזא זאך, אבער אונזערע מוחות קענען נישט פארשטיין אסאך זאכן פון אסאך צדיקים.....
 
יעדע מאל איך טרעף א נייע מקורב וואס האט ערשט יעצט אנגעהויבן צו שפירן די זיסע לעכטיגע טעם פון זאגן משניות און גמרא, אדער פילן די דערלייכטערונג וואס באהערשט דעם מח ווען מ'געט א זאג "הייליגער באשעפער! נאר דו ווייסט וואס דרוקט מיך! איך בעט דיר מאך מיר גרינגער" פילט עס ווי איינער דערווארבט זיך א קאלט גלעזל וואסער נאכ'ן שפרייזן א וואך אין א ברענעדיג-הייסע מדבר, אונטער א גליענדע זון, וואו א וואלקן באווייזט זיך נאר איינמאל א יאר.
 
לעצטע וואך מיטוואך הער איך דעם עולם דערציילן איינער דעם צווייטן מיט דערהויבענע ברעמען און גלאנציגע צועפנטע אויגן "האסט געהערט? ס'איז דא א נייע שרייבער אין קרית ברסלב בלעטל!!"
 
שוין, איך האב שוין נישט קיין מנוחה..... איך מוז זען פון וואס מ'רעדט.....
 
למעשה, מיטוואך איז שוין געווארן שפעט ביינאכט, כ'האב מיך נישט געקענט קיין עצה געבן.
 
דאנערשטאג לויף איך מיט איין אימפעט צום קיאסק לעבן מיין הויז, איך מוז זען וואס טוט זיך מיט דעם נייעם שרייבער אין בלעטל! איך גיי עס שוין ארויספרינטן! למעשה, געב איך א טראכט, אז ס'איז שוין יא אזוי, אז ס'איז שוין יא דא א נייע שרייבער אין בלעטל, לאז עס שוין זיין מיט'ן גאנצ'ן שמאלץ...... לאמיך נישט זיין ווי די מענטשן וואס טרינקען זיסע אראנדזש דזשוס אין א זילבערנעם בעכער, קאלטע ביר אין א האט קאפ, הייסע קאפי אין א פלעסטיק קאפ, הערצאג נאפא וועלי אין א מארטיני גלעסס, אייס קרים אויף א פעיפער טעלער, מאטיאש הערינג אויף א דזשעק ענד דזשיל קוקי, איז, גיימיר נ-י-ש-ט ליינען דעם מעכטיגן ארטיקל אויף א ווייסע, אכט און א האלב ביי עלף אינטש פאפיר! ניין! און ניין! מ'גיימיר ווארטן ביז דאנערשטאג נאכט נאך די ראש ישיבה'ס שיעור, מיט געדולד וועל מיר שטיין ביים פיר קאנטיגן טישעלע פון אונזער טייערער חבר אלי ציג נ"י, מ'וועל מיר אריינווארפן א פינעווער אין ס'שווארץ קעסטעלע, און מ'וועל מיר האבן אין באזוץ דעם "ריכטיגן" קרית ברסלב בלעטעלע וואס איז אקארשט געווארן געדרוקט אין קרית ברסלב ליבערטי, און טאקע אויף די סארט הארטע קריספי קראנטשי גלאנציגע פאפיר וואס פארלאנגט מ'זאל מוזן לייגן דעם צווייטן פינגער אויף די באנעצטע לעפצן על כל דף ודף.
 
איך זע אז ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן אויף די גלאנציגע גלאססי מאגאזין! איך גלייב נישט וואס איך זע!
 
מ'רעדט דא פון די ריכטיגע סחורה! אונזער טייערער שרייבער ישראל דוד הסקל נ"י איז אריבער אלע ערווארטונגען!
 
אוי הייליגער באשעפער, העלף אז ישראלי זאל שרייבן יעדע וואך! לאמיר אלע צוזאמען מאכן א מעשה פון תפלה!
 
ישראלי, דו מוזט פארשטיין, נישט נאר איז דיין שרייבעראציע פון העכסטן סארט, נאר ס'איז אזוי ארגינעל! אזוי נשמה'דיג! אזוי נישט צוגעפוצט!
 
וואס מיינט נשמה'דיג? נשמה איז טייטש אז מ'נעמט די אינעווייניגסטע באהאלטענע וויכטיגע נקודה, און מ'ברענגט דאס ארויס מיט ווערטער אז מ'זאל זיך קענען פארטראכטן דערין.
 
נאר אויסער דעם האסטו אויך בארירט זייער א ווייכע פלאץ אין מיין הארץ, די וועג ווי דו ברענגסט ארויס ווי דו ביסט ערשט יעצט א קורצע צייט צוריק געוואר געווארן אז מ'קען זאגן משניות און רעדן צום אייבערשטן און פילן די זיסע טעם אז אלעס איז גוט, אלעס איז זיס, ס'איז דא א באשעפער וואס זארגט פאר די גאנצע וועלט, האסטו מיך דערמאנט פון די ערשטע מאל וואס איך בין געווען ביי אונזער גרויסן רבי'ן, מאורינו ומדריכינו, מוהרא"ש זי"ע.
 
אוי, די בענקשאפט נאגט, די טרערן פליסן, די הארץ רייסט, די מח שטעלט זיך אפ, איך קען נישט פארגעסן דעם בילד!
 
ס'איז געווען שנת תשנ"ז, איך בין געווען א חתן, אפשר א חודש פאר די חתונה, אדער אביסל מער, איך זע קלאר דעם בילד ווי איך שטיי לעבן מוהרא"ש, ביי די טיר פון זיין צימער אויפ'ן ערשטן שטאק, גלייך נאך די הויפט אריינגאנג פון די גאס, דארט, אויף די לינקע זייט, האט מוהרא"ש געהאט א שטוב וואס האט אויסגעזען אביסל אזוי ווי א קליינע דיינונג-רום-סטייל שטוב, מיט צוויי פענסטערס צו די גאס, אין שטוב איז געווען אזוי ווי א דיינונג רום טיש מיט זעקס בענקלעך, די גאנצע שטוב איז געווען אנגעפאקט מיט ספרים שענק אויף אלע פיר זייטן, פון די ערד ביז'ן דאך, די פענסטערס צום גאס איז געווען פארשטעלט פון ספרים שענק, אויך אויפ'ן טיש איז געווען אסאך ספרים.
 
מוהרא"ש שטייט אזוי ביי די טיר, פאר'ן אריינגיין, און איך געב אים א זאג אז איך בין א חתן און איך וויל הערן עפעס גוטע עצות אויף נאך די חתונה.
 
מוהרא"ש, דער חכימא דיהודאי, וואס האט געקוקט אויף יעדן איד אזוי ווי א דיימאנט, א אוצר וואס איז באשאפן פון באשעפער אליין, פאר גאר א וויכטיגע צוועק, געט א קוק אויף מיר און זאגט: איך וועל דיר זאגן דריי זאכן, אז דו וועסט דאס טון וועסטו האבן א גוטע לעבן, איינס, מ'רעדט נישט צו א ווייב אויף אירע עלטערן. צוויי, מיט וויכוחים קומט מען נישט אן, מ'טענה'ט נישט מיט א ווייב. דריי, מ'דארף נישט פארציילן פאר די ווייב אלע דורכפעלער און שוואכקייטן.
 
[איך וויל דאס אביסל איבערגיין, מוהרא"ש האט דאך געזאגט פאר די ראש ישיבה, פון יעדע דרשה וואס דו הערסט דא קענסטו מאכן טויזנט דרשות, יעדע מאמר פון מוהרא"ש קען מען פון דעם מאכן שיינע מטעמים אז אפילו א קינד פון דריי יאר זאל עס פארשטיין.
 
איינס, אז א אינגערמאן האט א זאך פון זיין שווער וואס שטערט אים, קען ער נישט זאגן פאר זיין ווייב אז איר טאטע איז א אומ'יושר'דיגער מענטש, עס וועט פשוט נישט ארבעטן, און ס'וועט נאך ארבעטן אויף פארקערט, קיין שום פרוי קען נישט הערן פון איר מאן א נעגעטיוו ווארט אויף איר טאטע מאמע. אזעלכע זאכן דערציילט מען פאר א ערליכ'ן רב אדער פאר א ערלעכ'ן חבר. פאר די ווייב זאגט מען נאר אז איר טאטע איז א געשמאקער בא'טעם'טער מענטש.
 
צוויי, מיט וויכוחים קומט מען נישט אן, אויב א יונגערמאן וואינט, למשל, אין בארא פארק און ער וויל מופן קיין לעיקוואד, קען ער נישט "אויפווייזן" פאר זיין ווייב אז מ'מוז מופן אויף לעיקוואד, ער קען איר בעטן, ער קען איר זאגן וואס ער האט ליב אין לעיקוואד, אבער "אויפווייזן" ארבעט נישט.
 
דריי, אויב דער מענעדזשער אין ארבעט זאגט פאר'ן אינגערמאן דו טויגסט אויף גארנישט, דארף ער דאס נישט דערציילן פאר די ווייב, ותן לחכם ויחכם עוד, אז איינער האט נסיונות מיט שמירת עיניים וכדומה, דערצייל עס דעם אייבערשט'ן, נישט דיין ווייב.]
 
ווען איך האב געהערט די ווערטער פון מוהרא"ש האב איך זייער שטארק געפילט אז דא רעדט מען צו די זאך, ווייניג דראמא און אסאך אויף אהיימצונעמען. מ'האט גלייך געפילט אז מוהרא"ש איז די פארקערטע פון א רעבע'לע וואס די עיקר איז אז "אונזערע" ברענטשעס זאלן ווערן פארגרעסערט און פארבערייטעוועט. מוהרא"ש'ס ברענטשעס איז געווען אז דו זאלסט אהיימגיין און האבן א זיסע לעבן.
 
די אנדערע זאך פון מוהרא"ש וואס ער האט געפאדערט פון אלע וואס זענען געקומען צו אים, דאס זאגן משניות און גמרא, דאס ליגט מיר נישט אזוי שטארק אין זכרון אז מוהרא"ש זאל עס זאגן פאר מיר דירעקט פון אנפאנג, אבער איך געדענק קלאר די פלאקער אין ברען וואס איך האב באקומען צו אנקומען וואס מער.
 
ברוך השם, דער אייבערשטער האט מיר געמאכט א גרויסע נס אז איך האב זיך צוגעכאפט צום רבינ'ס דרך הלימוד ווי א מענטש וואס עסט נישט פאר צען טעג כאפט א שטיקל ברויט, איך האב גלייך אנגעהויבן ווי א תם, גענומען א גמרא ברכות און אנגעהויבן דף ב' מיט די תמימות פון א אפשערן יונגעלע וואס לעקט דעם אלף אויף די רבי'ס שויס.....
 
(א עקסטערע זאך, איך דערמאן זיך ווי מיינע קינדערלעך זענען געזעצן ביי די דריי יאר אויף מוהרא"ש'ס שויס און ער האט זיי געשניטן אפאר הארעלעך פון פארנט, מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ער הייבט אן צו שערן ביי די פלאץ וואו מ'לייגט תפילין, כ'קען נישט גלייבן ס'איז שוין איבער צוואנציג יאר פון ווען מוהרא"ש האט געמאכט חאלאקע פאר יוסעלע נ"י און היינט איז ער שוין מגיד שיעור פון כתה ט' און מנהל תלמוד תורה היכל הקודש, קרית ברסלב, ליבערטי, נ.י. – אבער לאמיר נישט אוועקגיין פון ענין)
 
כ'האב פשוט נישט געקענט אראפלייגן די גמרא, אזוי ווי כ'האב געזען ווי די בלעטער רוקן זיך האב איך אנגעהויבן צו גלייבן די ע-ר-ש-ש-ש-ט-ע מאל אין מיין לעבן אז איך גיי ענדיגן ש"ס! יא! איך! איך זע שוין די וועג!
 
מוצאי שבת פאר מיין חתונה האב איך זוכה געווען צו ענדיגן מסכת ברכות! די ערשע מאל אין לעבן וואס איך האב באוויזן צו ענדיגן א מסכת!! די פילינג וואס איך האב דעמאלטס געהאט קען מען נישט באשרייבן!! כ'האב געמאכט א שיינע סיום פאר די משפחה, מיר האבן שיינע בילדער פון דעם הערליכן אומפארגעסליכן סיום.
 
אזוי שנעל ווי איך האב געענדיגט די ערשטע מסכת, האב איך געהאט די "אהא מאמענט", כ'האב געוואוסט אז דאס איז עס, כ'האב שוין א תירוץ אויף אלעם! די תירוץ איז נאך איין דף! און נאך איין דף! און נאך איין דף! איך האב אזוי שטארק געברענט צו ענדיגן ש"ס וואס שנעלער, כ'בין געווען פשוט פאר'שיכור'ט פון זאגן גמרא, כ'האב אין מיין לעבן נישט געפילט אזא זיסע טעם!
 
עס איז ממש א שאד, ווייל ווען מענטשן וואלטן געפילט די טעם פון זאגן בלעטער גמרא, וואלט עס יעדער געטון.
 
ווילסט וויסן וועגן פארשטיין? אז מ'זאגט אסאך קומט מען אן צו פארשטיין סאך מער ווי מענטשן מיינען.
 
אז מ'זאגט דורך ש"ס איינמאל, צוויי מאל, דריי מאל, שפאלט זיך די קאפ, מהייבט אן פארשטיין א שטיקל דא, א שטיקל דארט, עס איז א פשוט א שאד נישט צו פרובירן.
 
איך בעט דיך, טייערע ישראלי, זיי נישט ברוגז אז איך האב דיך באדאנקט אזוי ברבים פאר דיין הערליכע ארטיקל.... אויב דו ביסט פון די טיפ וואס גלייכט נישט די סארט זאכן קען איך מיך פארענטפערן מיט א ווארט פון די ראש ישיבה.
 
די ראש ישיבה זאגט אלץ פאר די בחורים אין ישיבה אז ס'איז א נס אז זיי קענען דא זיצן און הערן די דרשות, ווייל דער זעלבער באשעפער וואס האט געמאכט אז הונדערטער טויזנטער אידן זאלן הערן די דרשות, האט געקענט מאכן אז די ראש ישיבה זאל רעדן אין א פארמאכטע שטוב און אריין רעדן אין טעלעפאון אז מ'זאל עס קענען הערן ביז יענע עק וועלט, נאר ס'איז פשוט א נס וואס די אייבערשטער האט גוזר געווען אז פופציג בחורים זאלן קענען דא זיצן און זיך מחי' זיין מיט די דרשות פון אמונה.
 
שוין א פאר וואכן וואס איך וויל עפעס שרייבן אין בלעטל, אבער, ווייסטעך, קוים וואס מ'קומט אן, אבער יעצט בין איך געווארן אזוי איבערגענומען אז ס'איז דא מער שרייבערס, ס'קומט צו מער כוחות, פרישע כוחות, האב איך געמוזט ווידמענען אן ארטיקל לכבוד ישראלי, איך אנערקען אז ישראלי האט זיכער געהאט נאך פארשידנס צו ארלעדיגן און נאכאלץ גענומען די מי אונז מהנה צו זיין, קומט אים א מעדאל! די ארטיקל איז אין יור האננער!!