א רענצל פון גשמיות און רוחניות צוזאמען
יט חשון תשפ"ד 📝
קרעדיט: משה ארי' שניצלער
שמילי איז א מצוין וואס יעדער טאטע וואלט זיך געוואונטשן.
אבער נישט סתם א מצוין, נישט נאר ער פרעגט אריין ביים פארלערנען די קושיא וואס תוספות גייט פרעגן, נאר כמעט יעדן טאג פאלט אים ביי א קושיא פון מהרש"א, א קאפ האט ער אזאנס אז אלע מגידי שיעורים זענען זיך מחי' צו רעדן מיט אים אין לערנען, אזש זיי פארגעסן אז ס'איז דא נאך תלמידים אין די כתה.
די לעבנס ביאגראפיע פון שמילי, אז מ'וויל עס דיסקרייבן אין קורצן איז עס בערך אזוי "מצוין, וואס פעלט אויס ברסלב, טשילער, אומאן, איך מיין נאר דיין טובה".
מיר וועלן עס מסביר זיין איר זאלט פארשטיין.
ביי די בר מצוה איז שמילי געווען א תמימות'דיגע שעפעלע, גארנישט געוואוסט מער ווי זיינע ד' אמות פון גמרא תוספות און מהרש"א.
זיין גרויסע ישיבה גדולה ברודער פון ניינצן יאר, דודי, וואס דער טאטע האט זיך נישט געקענט דערוועילן א שידוך פאר אים, פלעגט כסדר זיך אונטערלאכן פון זיין קליינע ברודער'ס תמימות, אוי ווען ער זאל וויסן אז ס'איז דא א וועלט, ס'טוט זיך, ס'לעבט זיך (דודי פלעגט כסדר זיך שאפן א קאר פון א חבר, צו קענען אריינרייסן אין די גוי'אישע געגנט און קענען געהעריג קויפן ציגערעטלעך ווי א מענטש, אן קיין "פרעשער"..... דער מנהל זאל אים נישט אזוי נאכקוקן, דודי האט אלץ געהאט אישו'ס מיט "פרעשער", פארוואס מוז איך גיין מיט א רעקל אין שול?! פארוואס בין איך נישט געבוירן ביי די "באדערענע" וואו ס'איז נישט דא די אומדערטרעגליכע רעקל-פרעשור.....)
שמילי פלעגט טראכטן אז די טעם פון א מהרש"א'ס קושיא שטייט אים בעסער אן ווי די גוי'אישע-געגנט-ציגערעטלעך פון זיין דיפרעסטע ברודער.
שמילי איז א תמים, אבער א תמים מיט טעם, א שמאלציגס, א קרעפטיגס, א ציפ אין בעקל.
ווען שמילי איז אריין אין ישיבה גדולה, האט מען געמאכט דעם דזשאב אויף אים (אזוי ווי אכט יאר צוריק מיט דודי, וואס איז געווען דער זעלבער תמים) ס'האט געשוועבט ארום אים א לופט פון זיך אויסלאכן פון די פאנאטישע וואס ווייסן נישט אז די גוי'אישע וועלט האט עכט וואס צו געבן, געווען בחורים וואס האבן זיך געקאכט אין בעיס-באל, בעסקעט-באל, פוט-באל, געווען אויך בחורים וואס האבן געהערט די טאלק-שוי'ס פון לימבוי, סעוועדזש און נאך (איך רעד בעיקר פון די ערליכערע בחורים פון יענע ישיבה, פון די נישט ערליכע וויל איך נישט יעצט רעדן אין דעם היינטיגן ארטיקל)
שמילי איז געווען א קלוגער, ער האט געוואוסט אז ער גייט נישט פארפאטשקענען די שפיל, ער גייט עס מאכן צו די פיניש-ליין, ער גייט ציען ביז די שידוך, חסידישע פיאות, חסידישע ציצית, חסידישע שיך, ער גייט נישט אויסזען ווי יענער חבר וואס האט פארשפילט זיין שידוך, ער קומט פון א כניאקישע שטוב און ער האט זיך אויפגעריסן מיט די לבוש און האט באקומען א כלה וואס איז נישט כניאקיש און נישט באלעבאטיש, נישט צו גאט און נישט צו לייט, נישט אראפצושלינגען און נישט אויסצושפייען, א שווארצע רעטעך געווייקט אין זויערקרויט.
שמילי איז א פארשטענדליכער, ער גייט מאכן זיכער אז ער פאסט זיך אריין אין א רייכע, באלבאטישע, קלאסישע, אויבערשטע-פון-שטייסל'דיגע, צו גאט און צו לייט'ישע משפחה.
א פיפיגער איז ער געווען און דער שידוך איז געשען, אלע האבן געזאגט עדות אז ער האט גוט געטראפן, די כלה האט געהאט די טייערסטע קליידער פון די גאנצע גרעיד, זי האט גוט געקענט אלדזשעברא, קאלקיולאס, טריגאנאמעטרי, פיזיקס, טעיבל אוו עלעמענטס און נאך אסאך זאכן וואס קומט נישט צוניץ אין לעבן.
נאך די חתונה האט ער געלערנט צוויי יאר אין בית המדרש "יומי דפגרא בכל יומי" ווי ער האט דורכגעטון מיט גרויס חריפות אלע וועלטס קאנפליקטן, ער האט געהאלטן איין אויג אויף אוקריינע און איין אויג אויף ארץ ישראל, אז אויב אין א ליאדע מינוט וועט מען אים רופן פון די יו-ען פרעגן אן עצה צו ענדיגן דעם קאנפליקט, זאל ער נישט דארפן זיך ספראווען, נאר גלייך קענען ענדיגן די בלוט-פארגיסונג אין איין אויגן-בליק.
זיין עיקר קלארקייט אין די ענינים איז געווען פאר'ן דאווענען, אויב האט ער געדאוונט אום עלעווע פארטאגס, האט ער שוין נישט געהאט דעם זעלבן קלארן מח פאר די סארט האקעלע ענינים.
ס'איז געווען כמעט א ענין פון פיקוח נפש ער זאל נישט דאווענען פאר פינעווע, ווייל טאמער ער וועט האלטן אינמיטן קריאת שמע ווען מ'רופט אים פון ווייסן הויז פרעגן זיין מיינונג, קען דאס נאך זיין חלילה א גורם אז פוטין זאל ווייטער אנגיין מיט זיין בלוט-דורשטיגקייט, און דאס מוז מען פארמיידן, במילא מוז מען בלייבן ביי דעם אז אויב "שמילי מצוין" דאווענט פאר דרייע, פירע, פינעווע, איז עס א שאלה פון גורם זיין א דריטע וועלט מלחמה.
שוין ברוך השם פינף אזייגער, אוי וואו איז מיין תפלין?! וואו בין איך געווען נעכטן? איינער קען מיר בארגן תפלין? ביסט א געלינקטער? א גערעכטער? אוי'ש וועגן דיר איז געווארן שפעט! פארוואס ברענגסטו מיר נישט דיין תפלין?! שנעלער! אוי מיין ווייב קאלט שוין! פארוואס קאלט זי מיך אינמיטן לערנען?! פארוואס לערנט מען נישט די מיידלעך אין סקול וועגן די שרעקליכקייט פון ביטול תורה?! און בכלל וואס וויל זי? די בעיבי האט געמאכט שמוציג? ס'איז נישט כבוד התורה אז אזא מצוין זאל זיך אפגעבן מיט א בעיבי וואס האט געמאכט שמוציג!
ווען שמילי זעט ווי ס'קומט אריין א ברסלב'ע מפיץ הייבט ער אן קראכן מעכטיגע וויצן, ביסט פרייליך? לאמיר זען כאפ א טענצל! זיי זיך נישט מייאש! טאנץ נישט אראפ פון וויליאמסבורג בריק! הא הא הא הא! הא הא!....... וואס זאגט עטס צו מיין ברסלב'ע פרענד?! כא כא כא !.......
ס'פליען וויצן אויף דעם מפיץ וואס האט גארנישט קיין שלעכטס געטון פאר אונזער שמילי דער וועלטס מצוין.
וואס שטייט דא? אז מ'דארף רעדן זיס צו די ווייב? פשי הא! דו קענסט נישט מיין ווייב..... כא כא כא! די אנדערע מענטשן אין די זייט קייכן פאר געלעכטער פון שמילי'ס מעכטיגע וויצן.....
אקעי.... מ'טאר נישט פארשעמען א איד..... זייטס מיר מוחל...... דא האט איר פופציג צענט!..... אבער נאר אויב איר זאגט ארויס מיטן מויל אז איר זענט מיר מוחל..... עכט בין איך ברסלב..... איך לערן ליקוטי מוהר"ן.... נאר נישט די קונטריסים...... מיין קאזין האט געזאגט אז מ'האט נישט געהאלטן דערפון...... ס'איז נישט אזוי פשוט..... מ'דארף וויסן.....
אקעי געטס מיר נישט קיין טשעינדזש..... האלטס די גאנצע דאלער...... איי לאוו יו.... איי לאוו ברסלב......
אקעי וואו איז די תפלין?! נו ! ס'ווערט שפעט!
זיין ווייב קאלט אים דערמאנען אז מ'דארף איינקויפן זאכן פאר די טריפ קיין קאליפארניע מארגן פיר אזייגער פארטאגס (מ'גייט זיך אויסרוען, דערפאר הייבט מען אן דריי דרייסיג פארטאגס).
זיי רייסן אריין אין די "מאלל", מ'גייט קויפן מעכטיגע סאן-גלעסעס און זאלן אלע שונאים פלאצן...... א נקמה אין די "פרעשער" מענטשן.....
אויך נישט פארגעסן א בעיס-באל קעפ (מ'גייט עס אנטון פארקערט, אזוי ווי אין הארלעם, זאל יעדער קראכן, א סוף מיט די לחץ, טיילטס מיר נישט איין וואס צו טון! די "באדערענע" זענען נישט קיין אידן?!)
אוי איך מוז דאך קויפן הויזן! די כולל-הויזן לאזט מען נישט אריין אין יענע האטעל, מ'מוז קומען מיט "געהעריגע" הויזן, אין קאלעפארניע גייט קיינער נישט מיט אזא יאנטשי הויזן, אין קאליפארניע גייט יעדער "נארמאל" "געהעריג", נישט אזוי ווי דא ביי די "יאנטשי'ס" "כראזלס" וואו איך בין געבוירן, אוי פארוואס בין איך נישט געבוירן ביי "נארמאלע" קאליפארניע מענטשן?!
מארגן נאכמיטאג, מ'טשעקט אריין אין האטעל, סאנ-גלעסעס, בעיסבאל קעפ, "געהעריגע" הויזן, א מחי'!
גיימיר אביסל זען די נייעס, אינדערהיים וואו איך וואוין מיט די "פרעשור מענטשן" לאזט מען נישט זען קיין נייעס, דא אין קאליפארניע קען מען טון וואס מ'וויל! יעי!!! יעי!!! יעי קאליפארניע!!!!!
אויש!!! זאג מיר נישט! וואו איז..... וואו איז...... כ'האב עס געברענגט? פארגעסן? יא פארגעסן? נישט פארגעסן?
פארוואס האט זי נישט געפאקט מיין תפלין?! פארוואס????!!!! זי האט דאך געפאקט די גאנצע רענצל!!!! פונקט דעס האט זי נישט געקענט אינזין האבן? וואס איז די מעשה מיט די פרוי????!!!!!
אבער ס'האט דאך גארנישט מיט איר!!!!
פארוואס האב איך געלאזט מיינע תפלין אין כולל????!!!!!
כ'האב מיך דערמאנט ביינאכט ביים פאקן, און כ'האב געטראכט איך וועל עס נעמען דריי אזייגער פארטאגס אויפן וועג צום עירפארט, און כ'האב פארגעסן.....
נאך א מזל זי איז נישט דא יעצט, זי איז געגאנגען אונטן אין לאבי ברענגען צוויי סאדע'ס מיט אייז, וואס טו איך דא?!!!!!
אפשר איז דא עפעס א חב"ד סענטער אין די געגענט?
האלא? דיס איז די חב"ד ראביי? איי קען קאם פוט אן תפילין?
יעס! עני טיים!
ער קען נישט טראכטן וואס צו זאגן פאר זיין ווייב..... הממממ איך גיי עפעס נעמען פון די קאר, ער רייסט אויף אכציג, ביז צוויי מייל אוועק, וואו ער זעט א טאוול "חב"ד סענטער"
ער טוט אן די תפלין מיט ציטערדיגע הענט, ער איז קיינמאל אין לעבן נישט געווען אזוי טראמאטייזד ווי יעצט!......
ער נעמט אראפ די טאמי הילפיגער בעיסבאל קעפ פון זיין קאפ, אין זיין גאנצע לעבן איז ער נישט געווען אזוי פארשעמט ווי היינט, ער לייגט ארויף דעם של ראש אויף זיין קאפ און זאגט "שמע ישראל" ווי א באדערענער.....
זיין קעפעלע קען גוט רעכענען, ער פארשטייט זיין בראך, ער שאצט גוט אפ זיין מצב, ער כאפט א בליק אויף די רויטע באדערענע תפלין בייטל, פון גרויס פארשעמטקייט פלאצט אים שיעור-נישט די אדערן אין מח.
ער האט אמאל געהערט אז א מענטש קען כאפן א זעץ אין לעבן, אבער אזא זעץ?!
אבער וואס טו איך "יעצט"....... וואו גיי איך פון דא? וואט איז מיי דיירעקשן אין לייף? וואס איז מיין גאול אין לעבן? וואו וויל איך אנקומען? און וואס איז די לעבן בכלל? וואס וויל איך? כ'האב נישט קיין אאאאאנונג!!
צוריק אין האטעל, די נייעס גייט הויך אויף די מאקסימום, יעי קאליפארניע! מ'קען זען די נייעס!!!!!
וואס איז מארגן מיט תפלין???? ווי אזוי בין איך אריינגעפאלן אין אזא מיאוס'ע קלאפאטע????!!!! אוי וואו איז די ענטפער צו מיין צוקנייטשטע מצב אין די מורא'דיגע געהעריגע פרייליכע קאליפארניע????!!!
אוי ווער טעקסט מיך? מיין קאזין הערשי מאכט א קידוש....... וואס האב איך מיט אים? ער טעקסט אלע זיינע קאזינס? וואס איז די מעשה מיט אים?! כ'טרעף אים נישט ווי גרויס די יאר איז..... איין מינוט, וועלכע הערשי איז דאס? אה דער ברסלב'ער... ער טעקסט מיך צוויי מאל א יאר, ווען ער האט א בעיבי און ווען ברסלב מאכט די מיליאן דאלער קאמפיין......
ברסלב'ע קאמפיין...... אה די וואס מאכן די חתונות אומזיסט...... נעבעך אזוי יאנטשי.... ווער קען געבן שכל פאר די ברסלב'ע חברה אז א חתונה קומט מיט פופציג אלפים חובות....... לאמיך געבן א קוק אויף די אינטערעסאנטע חברה..... כ'האב שוין לאנג נישט געלאכט.... געב א קוק! "בחורים! נאר זאגן משניות וועט דיר העלפן!!!"..... wow wow!!!! די חברה געבן נישט אויף!!!
בחורים! האלטס שבת! קוק נישט דיין פאון שבת! (אזא נעבעכדיגע ישיבה..... ווער לערנט דארט? מחללי שבת? "באדערענע"? וואס גייט דארט פאר?.....)
בחורים! לייגטס תפלין!!!! בחחחוררריםםם!!!! לייגטס תת--פפ--לל--ין!!!
שמילי כאפט א גלעזל וואסער..... ער איז דיזי..... זיין בויך איבלט...... זיין קאפ דרייט זיך..... ער פאלט אראפ.... נאך א מזל ער איז אראפגעפאלן אויף די בעט.... אזוי האט ער נישט געכאפט א זעץ פון אראפפאלן אויף דער ערד.... ער דעקט צו זיין פנים מיט די קושן און פלאצט אויס אין א יאמערליך געוויין.... ער האט אזוי נישט געוויינט פון ווען ער איז געווען צוויי יאר אלט און זיין מאמע האט אים פארלוירן אין די ריזיגע שאפינג מאלל.... און יעצט איז ער סאך מער פארלוירן ווי דעמאלטס.......
צוועלף חדשים שפעטער זענען זיי געפארן צו די זעלבע האטעל.
שמילי הערט די ברסלב'ע האט-ליין יעדן טאג, שוין געענדיגט צען מאל ששה סדרי משנה. ער האט שוין קרובים און ידידים וואס מיינען זיין טובה אז משניות איז נישט גוט פאר אים.
די טאג פון די נסיעה איז ער אהיימגעקומען אכט אזייגער צופרי, שוין געדאווענט מיט די זיבן אזייגער מנין, שוין געזאגט א פרק משניות א דף גמרא און אביסל חומש.
ער געבט א קיש זיינע הייליגע תפלין און לייגט עס אנידער לעבן די טאמי הילפיגער בעיסבאלל קעפ און די רעי-בען זון ברילן.
ער קוקט מיט א smirk אויף זיין שפאגל נייע דזשיווענטשי העמעדל וואס ליגט לעבן זיין טרעוול-משניות. לייף איז גוד. לייף איז יאמם.
ער זאגט שטילערהייט, הייליגער באשעפער העלף דער ראש ישיבה זאל ווייטער רעדן פון תפילין, אז נאך אידן זאלן געהאלפן ווערן אזוי ווי איך, הייליגער באשעפער, פאר וועם קען איך זאגן וואס ברסלב האט געטון פאר מיר?! זיי וועלן מיר אלע זאגן אז משניות איז נישט פאר דיר.... איך מיין דיין טובה.... כ'האב דיר נאר געוואלט זאגן אז איך וויל דיר גארנישט זאגן.... אבער ס'איז נישט אזוי פשוט.... הייליגער באשעפער, די יאר פאר איך קיין אומאן, כ'וועל זאגן אז איך גיי עס נאר פאר איינמאל אויסטשעקן, נאר פאר די עקספיריענס.......
די קאר סערוויס פייפט שוין.... אין א מזל'דיגע שעה גיימיר צום עירפארט.
שמילי לייגט די הענט אויף די מזוזה און זאגט: הייליגער באשעפער העלף איך זאל טראכטן פון דיר יעדע מינוט, העלף איך זאל האלטן די תורה אין יעדע צייט, אויף יעדע פלאץ, אין יעדע מצב, שכח אייבערשטער פאר די דרשה פונעם ראש ישיבה אז גשמיות מיט רוחניות איז איינס, אלעס איז דער אייבערשטער, אין קאליפארניע איז אויך דא דער באשעפער.
שמילי האלט אין איין הענט זיין באליבטע קליינע משניות און אין די אנדערע הענט זיין רענצל פון גשמיות מיט רוחניות צוזאמען.