א שטורעם איז אנטשטאנען אינעם לאברעטאריע פון פארשער וואס באפאסן זיך מיט שטודירן פלאנצונגען, פרוכט, גרינצייג, ניס, און דאס גלייכן, עס איז וויכטיג צוצוגעבן אז די פאלגענדע אויפדעקונג האט פאסירט אינעם זעלבן איינהייט וואס האט מיט צוויי צענדליגע יאר צוריק סוקסעספול ערצייגט און אריינגעברענגט די סיעדלע"ס פרוכט - אין די פרוכט און גרינצייג מארקעט - דאס האט שוין ווי כמעט איבערגענומען דאס גאנצע הארוועס"ט אינדוסטריע, ווי מיר אלע זענען עדות אז מען קען שוין זעלטן היינט געפינען סיי וועלכע געוויקסן וואס פארמאגן אין זיך קערנדלעך.
 
אונזער געשעעניש איז פארגעקומען בשעת א רוטינע שטודירונג, ווען עס איז בטעות אויסגעמישט געווארן די נישט ריכטיגע קעמיקאלן, און ווי פארשטענדליך האט מען נאכנישט געוויסט אז דאס האט פאסירט, אבער ווען עס איז דערנאך אראפגעשיקט געווארן צום ספעציעלן פארעם, ווי זיי טוען פארפלאנצן די פרישע פרוכט פון זייערע עקספערימענטן, האט זיך ארויסגעשטעלט צו יעדנ'ס וואונדער אז עס איז ארויסגעוואקסן א נייע מין ניסל, די פארמער האבן נישט געקענט צוזיך קומען ווען זיי האבן אנגעהויבן זען ביי די מאנדל ביימער - וואס ווי באקאנט טוען די מאנדל ביימער גאר שנעל ארויסשפראצן - אז עס איז ארויסגעוואקסן גרייטע מאנדלען אנע שאלאכץ דערויף, קוים קענענדיג פארדייען וואס זיי האבן דא מיטגעהאלטן, זענען זיי ווידער שאקירט געווארן ווען זיי האבן געזען דאס זעלבע חזר'ט זיך איבער ביי די פינאטס, ווי אנשטאט וואקסן שיין פארפאקט אין אינטער ערדישע זעקלעך, אין א בחינה פון 'קויפט איינס און באקומט דער צווייטע בחינם', אנשטאט דעם זענען זיי שיין געוואקסן אנטבלויזט, צענדליגער פינאטן אויף דער זעלבער צווייג. 
 
ארויסגעשטעלט האט זיך עס אז דאס איז געווען די ארבעט פון א יונגער סטודענט, א פרישע קאלעגע אינעם לאבראטאריע וואס האט פארנאכלעסיגט זיין ארבעט, און האט בטעות אריינגעמישט די נישט ריכטיגע געמיש, און אזוי ווי רוב נייע ערפינדונגען ווערן ערצייגט בטעות - איז ער אויך אויפגעקומען מיט א נייע חידוש אין עולם ה'געוויקסן.
 
עס האט זיך באלד אנגעהויבן א רייץ צווישן די עקספערימענטן, וואס הייסט… א נייע וועלט… ביז יעצט האט מען געוויסט פון קערל-לאזע פרוכט און גרינצייג, אבער דא איז אנטוויקלט געווארן א נייע דערהער, מען האט אנגעהויבן שפעקולירן פון פארשידענע געוויקסן וואס מען וואלט בענעפיטירט אז מען דארף זיך נישט מוטשען זיי אפצושיילן, איך זאג נישט אז ביי באנאנע'ס וואלט עס געווען די בעסטע געדאנק, אבער מאראנצן אן שאלאכטץ, אפגעשיילטע עפל גרייט אויפן בוים, טענדזשרינען ראוי לברכה, גראדע נישט אזא שלעכטער פראדוקט… סערווירן פרייטיג צו נאכטס ביים שלום זכר, זיך נישט ברויכן מוטשען זוכן דעם עפענונג, ומתן שכרו בצידו די גערוך פון די פריש אפגעשיילטע קלעמענטינען וועט דיך נישט באגלייטן א גאנצן שבת... עפעס א קלייניקייט.
 
קיינער האט נישט געהערט די נייעס? אפילו אין טשיקאווע שטיבל האט מען נישט גערעדט דערפון? איך חלום? אדער עס איז סתם א וועג פון ארויסברענגען א פינטל… איז לאמיר לייגן אלע שפעקולאציעס אין א זייט, עס איז ממש משיח'ס צייטן, שאלאכטצלאזע ניסעלעך, א נייע וועלט. שטעל דיך פאר פסח אן קיין ניסל קראכער… 
 
אויב מען קען ערצייגן אלע סארטן פרוכטן און גרינצייג אנע שאלאכטץ… פרוכט מילא, איך ווייס נישט ווי א גרויסע אויפטו עס וואלט געווען, אבער ווען מען קוקט אויף די פארשידענע ערליי ניס… איך קען נישט קיין ניסעלעך אויף אויסענווייניג, אבער אדרבה געב א קוק אין פרידזשעראטאר אויף די טאץ פון געמישטע ניסעלעך וואס זענען פארבליבן פון חמשה עשר (2 בשבט בלע"ז), די אלע קומען יעצט שוין געשיילט, אבער וואס וואלט געווען שלעכט ווען מען קען גיין לכתחילה אריבער, זיי ווערן באשאפן אן די הארטע שאלאכטץ ארום?
 
די סייענטיסטן האבן זיך צוגעכאפט צו דעם ווי צו א געבראטענס, מען האט זיך שוין געגרייט צו פאמפן די נייע אייטעם, מען האט אנגעהויבן פאבריצירן קראנטע שטודיעס…! ווי אומגעזונט שאלאכטץ איז, און גלייכצייטיג ארויסגעהויבן די געוואלדיגע בענעפיטן פון שאלאכטצלאזע פרוכט און גרינצייג, עס איז אויפן פלאץ ערצייגט געווארן פולע שטודיעס אז אלע צרות קומען פון שאלאכץ, אזש דאס גאנצע גלאבאלע אנווארעמונג איז צו פארדאנקען די פולע פרוכט אפשיילונגען וואס וואלגערן זיך…
 
עס איז נישט געווען צו וועמען צו רעדן… זיי זענען געווען אזוי פאר'שיכור'ט פון זייער פרישער אויפטרעף אז וואס מען האט פרובירט זיי מסביר זיין איז אלץ געפאלן אויף טויבע אויערן, זיי האבן נאר געוואלט אריינברענגען דעם נייעם אור אין די וועלט… 
 
אבער נישט צו לאנג האט גענומען ביז ווען זיי האבן זיך אויפגעוועקט פון זייער שכרות, און נאכן פרובירן אריינצוברענגען דעם חידוש אין פראקטיק, זענען אלע פרוכטן אלע גרינצייגן און אלע ניסלעך שוין נישט געווען צום געפינען, די געוויקסן זענען ממש ווי אנגעגרייט פאר די חיות און פייגל אויף צו עסן.
 
עס האט זיך אויסגעשטעלט אז די שמחה זייערע איז געווען פריצייטיג, ווען מען איז געקומען צום קלויבן די ניסלעך איז שוין גארנישט געווען וואס אראפצונעמען, און ווי פארשטענדליך איז מיט דעם די סומאטוכע פון שאלאכצלאזע פרוכט געקומען צו אן ענדע נאך איידער עס האט זיך אנגעהויבן.
 
ביי די בני תורה איז אנטשטאנען אן ערנסטע פולמוס: לי יצירה עס וועט אויספאלן חמשה עשר בשבט אום שבת שירה קען מען יוצא זיין ידי שניהם מיט אזא פינאט בוים, מען וועט דאס איינפלאנצן גענוג אין צייט אז עס זאל וואקסן שבת שירה  - חמשה עשר, און די פייגלעך וועלן דאך קומען צו א גרייטע סעודה, אין אזא פאל וועט מען לכאורה נישט דארפן אויסלייגן פאר זיי קיין ברעקלעך, און גלייכצייטיג וועט מען האבן יוצא געווען דעם חמשה עשר.
 
נישט מיר נישט דיר, עס איז געווען א שטיקל קלאפ פאר דעם יונגן סייענטיסט, ער איז שוין געווען זיכער אז ער וועט באקומען דעם מעדאל פונעם יאר הונדערט… אבער אז עס האט זיך נישט אויסגעארבעט האט ער שוין יעצט נאר זיך געבראכן קאפ און פרובירט צו פארשטיין ווי אין דער וועלט דער פינטל פירט אונז יעצט שוין ווייטער, איך האף אז נישט ערגעץ אין איינע פון די ווייטע סטעיט’ס… אפשר גאר צום אומאידענטיפיצירטע לענדל (עגיפטן) אין אפריקע…. אדער צו א פלאץ פון געפארפולע שלענג…  און גראדע איך האב פאר אייך גאר פרישע נייעס דאס מאל איז דער פינטל דווקא ביי אייך אינדערהיים.
 
מיר טרעפן זיך זייער אסאך מיט דעם שאיפה, מיט דעם דמיון, עס וויל זיך אונז זייער, נישט מער און נישט ווינציגער ערצייגן שאלאכצלאזער געוויקסן, נישט כאפענדיג אז מיר געפינען זיך אין די שיך פונעם אומערפארענער סטודענט.
 
עס איז אינדערפרי… א שווערע דעפרעסיע ליגט אויסגעשפרייט אין אלע ביינער… פארוואס האט די זון אויפגעשיינט היינט… די וואלקענעס באדעקן אויף צו להכעיס דעם שיין פונעם זון, עס האט נישט קיין זון אויפצושטיין.
היינט? היינט איז דאך א יומא ד'פגר'א, א געפייגערטע טאג, אבער מיט אלע מפרשים, אדרבה קוק אין די מפרשים וואס זיי שרייבן אויף יומא דפגרא… פשוט א געפייגערטע טאג.
אזא טאג איז שוין נישט געווען זייט… איך ווייס נישט ווען… (אויב איך מעג אייך דערמאנען? זייט נעכטן…) די קינדער צעווילדעוועט, פאלגן נישט נאך צען מאל הייסן, דאס ווייב איז נישט אין די בעסטע גיסטע, און פון מיר שמועס איך נישט…
וואס איז די מעשה דא? וואס איז די ענין פון די אלע טעג? וואס גייט פאר דא? ממש פארקערט ווי מען האט געלערנט אין חדר… קודם די לינקע… און נאכדעם די אמממ… די רעכטע? עס איז דא בכלל אזא זאך… איך דארף אנהייבן אלעס מיט די לינקע פיס.
 
א קליינע דוגמא פון מיין היינטיגע טאג, האסט אמאל געהערט דעם אויסדרוק 'פאר יעדע דאלער וואס איך האב פארדינט היינט האב איך דערלייגט צוויי', עס איז א שיינע וויץ וואס מען קען דערפון לאכן, אבער נישט ווען עס איז היינט טאקע ביי מיר.
 
 
פארהאן טעג וואס איז רוטין, עס איז געהעריג, זייט וויסן! אז געווענטליך אזא טאג איז נישט דא קיין גרויסע מוציא וואס ארויסצוכאפן דערפון, דאס זענען די נארמאלע טעג, דערנאך זענען דא טעג וואס באהאלטן אין זיך אזעלכע פיינע פרישע זאפטיגע פירות, עס איז דא אזויפיל ארויסצונאשן פון די טעג, אז מען מוז באשאפן א שאלאכץ א רינג און ארום, עס איז טאקע הארט, עס איז טאקע שווער צו האקן און קייען שטרוי ביז מען דערזעט זיך אריין אינעם טאג, צומאל לאזט מען אזא טאג אפשימלען, טאקע דערפאר ווייל מען איז מאכטלאז מוטלאז זיך צו נעמען אויפקראכן די הארטע שאלאכץ ארום דעם ניס, אוי איז דאס אן עבודה, אבער צופיל ברירות זענען נישט דא, מען מוז באהאלטן די טייערע טעג פון די נישט גוטע.
 
דאס איז מיט טעג וואס א הארטע שאלאכץ טוט זיי ארומנעמען, אבער פיל אינטרעסאנטער איז ווען דאס געשעהט ביים מענטש.
זאג מיר נישט… דער קינד איז אנגעקומען ביי דיר אין כיתה? אך, א רחמנות, עכטע שווערע נאטור… דאס קינד וואס אלע באצייכענען אלס א שווער קינד. 
דו ארבעטסט צוזאמען מיט אים? דו גייסט אריין גלייך אין גן עדן… דער יונגערמאן וואס אלע באצייכענען אלס א שווערע מענטש.
דער? פרעג בעסער נישט, דער איז נעבעך ביטער אריינגעפאלן, ווייסט וואסערע פרוי ער האט באקומען… די פרוי וואס אלע ווייסן… וואף… אזא ביטערע פרוי…!
 
און על אחת כמה וכמה אז איך בין דער, וואס קיינער ווייסט טאקע נישט, אבער איך ווייס דאך יא ווער איך בין… א שווערע הארטנעקיגער, ממש א הארטע ניס, מיט קיינעם קום איך מיך נישט אדורך, מיט מיר אליין זיכער נישט, דער איינציגער מיט וועם איך פארשטיי מיך איז מיט מיין יצר הרע! על מה עשה השם ככה, אהוי איך בין אזוי פארלוירן, אוי אהוי פארוואס בין איך בכלל געבוירן, אלעס שוין פרובירט, און גארנישט זיך גערירט…
 
געדענק! דאס האט מען אזוי געמוזט מאכן פון הימל, ווייל עס ליגט טאקע דארט, דארט אין די שווערע טעג, אין די שווארצע מינוטן, אין די הארטנעקיגע פערזאנען, דארט ליגן באהאלטן אזוינע אוצרות, חס ושלום ווען עס ווערט געבוירן אלעס כשורה מיט גרינגע נאטורן, אוי ווי וואלסטו נעבעך פארפארן, דאס האט דער אייבערשטער געמוזט אזוי באשאפן, כדי עס זאל זיין שווער פאר די נישט גוטע, זיי וועלן זען אזא מין משנה הבריות וועלן זיי אלע זאגן, פיין לאז אים פאר ברסלב, לאז אים פאר די 'גוטע', זאלן זיי זיך פארענען מיט דעם הארטער ניסל, אזוי קען מען ארויס'קעש'ן פון דארט די ריכטיגע פיינע זאפטיגע פירות וואס טוט זיך פארקערפערן אונטער די הארטע שאלאכטץ.
 
עס איז פונקט פארקערט ווי דו האסט געטראכט ביז יעצט, עס איז נישט: ווייל דער איז א משונה קרן וועגן דעם לאז אים גיין צו די גוטע! ניין ווייל ער געהער צו די גוטע וועגן דעם האט מען אים באהיטן פון אריינפאלן ביי די נישט גוטע!
נו? האסט נישט געטראכט אזוי?!   
 
ויעמד העם מרחק ומשה נגש אל הערפל אשר שם אלקים זאגט דער הייליגער רבי, דער פאלק ווען זיי זעען א וואלקן, שטייען זיי פון דערווייטענס, עס איז נישט, עס איז נישט פאר מיר, אבער משה דער צדיק, ער גייט דווקא אריין אינעם וואלקן, ער ווייסט דעם סוד אז דייקא דארט, דארט איז דער אייבערשטער באהאלטן.
די טעג וואס זענען ארומגענומען מיט א שווערע געדיכטע נעפל, די נשמות וואס זענען ארומגעמען מיט א שווערע דיקער שאלאכטץ, דאס איז בלויז דערפאר ווייל עס ליגט דארט עפעס גאר זאפטיג, עפעס וואס די חיות און פויגל קענען ארויסרייסן פון דארט.
 
דא מאכט זיך אבער דער עיקר פראבלעם, דער מענטש איז אויך געווענטליך כח-לאז און צו שוואך צו גיין שיילן דעם הארטן ניס, ווען נישט וואס מיר זענען אנגעקומען צום הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים וואס לערנען אונז וויאזוי מיר קענען אראפנעמען א שיכט (לעיעע"ר בלע"ז) נאך א שיכט פון דיקע שאלאכטץ.
 
איך מיין אז איר זעט אז עס פעלט דאס פינטל, עס איז א הערליכע משל און א הערליכע נמשל אבער ווי וואס ווען, יעמוד יעמוד יעמוד… ביסט מכובד נעם דיר די ניסל מיטן שאלאכטץ מיטן וואלקן מיט אלע סייענטיסטן און קענסט מיר זאגן וואס מען קען טון מיט דיין נייע ערצייגטע ווארט 'שאלאכטץ דאט קאם'.
 
אה! הייליגע באשעפער האסט מיר געגעבן די טאג איך האב נישט קיין אאאאאנונג וויאזוי מען טרעפט דאס גוטס אין אזא ביטערע טאג.
גאט אין הימל האסט מיך באשאנקן מיט א קינד/ווייב/מאן וואס איז דאך אזא מין גוטסקייט… אבער איך ווייס נישט וויאזוי מען טרעפט דאס גוטס דארט.
טאטע זיסער דו האסט מיך באשאפן מיט אזא גוטע מתנה, עס מוז זיין אז עפעס זאפטיג ליגט אין מיר אבער איך זע נאר א פארהארטעוועטע פארראסטערטע דיקע שאלאכץ, אפשר גאט אין הימל זיסער באשעפער ווייזטו מיר עפעס א קליין שפאלט אין דעם דיקן שאלאכץ איך זאל נישט גיין אין קבר אריין אזוי ווי איך בין געקומען.
 
אה! א שיינער ניסל קראכער… א אלטער קראכער… אבער א גוטער קראכער… א ווירקזאמער!