די שטרענגע שפיגל
ו טבת תשפ"ג 📝
קרעדיט: ישראל דוד העסקעל
מיין גוי האט מיר אויסגעשפילט… און דא קלינגט מיר איינער אריין אז מ'האט אריינגעדרילט און א פייפ און ס'איז חורבן, ער טענהט אז איך בין שולדיג... צו אלע צרות איז מיין קאר געגאנגען שלאפן, יעצט רופט מיר יענער שוין די צענטע מאל היינט... וואס זאל איך אים זאגן? איך ווייס אז ער איז בעצם גערעכט אבער מיינע הענט זענען געבינדען… איך קען אים נישט העלפן. יעצט שטיי איך דא, וועלטס שלימזל, און איך קען נישט טרעפן מיינע שליסלעך, איך בין אנגעפאטשט פון קאפ ביז פוס, בקיצור דער אייבערשטער האט מיר פיינט!
באָאָאָם!
אוי האבן מיינע אויערן וויי געטון פון דעם!
דער אייבערשטער האט דיך פיינט? ביזט אינגאנצן משוגע געווארן? דער אייבערשטער איז דאך נאר גוט, דער אייבערשטער האט דיך אזוי ליב! האסט שוין היינט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר? האסט דיך שוין איינמאל אפגעשטעלט היינט בעטן דעם אייבערשטן "טאטע העלף מיר?"
אויש! איך האב פארגעסן דו ביזט א ברסלב'ער… איך האב גארנישט געמיינט... איך האב סתם געזאגט... מ'קען מער נישט רעדן מיט דיר... אקעי איך גיי פון דא, ביי!
איך גיי מיר מיין וועג, אזוי שפאצירנדיג אין מיין אפיס בילדינג גוט פארטראכט, געב איך זיך א שטעל אפ פארנט פון די שפיגל און איך קוק טיף אריין, מיין מחשבה איז געפלויגן צו די הערליכע מוסר'דיגע ארטיקל פון צום פינטל פרשת נח וואו ער האט הערליך שיין אראפגעלייגט זיין חול המועד באזוך אין טור גארטן, ווי אזוי צום סוף איז ער אנגעקומען צו די שטייג פון די שרעקעדיגסטע חיה! וואס? א שפיגל! יא דו מענטש קענסט זיין די שרעקעדיגסטע חיה!
איך שטיי און איך קוק טיפער און טיפער אין די שפיגל, קען עס זיין אז איך קוק יעצט דא אויף די וועלטס גרעסטע שרעקעדיגסטע חיה? איך שמייכל זיך אזוי אונטער, איך וויל לאכן אבער דאס איז עכט! אפשר ביזטו דער שרעקעדיגסטע חיה! וואס שיידט אפ וועלכע מענטש איז די שרעקעדיגסטע חיה, און ווער איז דער באזוכער וואס באטראכט אים מיט נייגער?
חז"ל זאגן אז יעדן טאג גייט ארויס א בת קול און איז מעורר אידן צו תשובה טון! האט דער ראש ישיבה נאכגעזאגט פון דער בעל שם טוב, אז דער הייליגער בעל שם טוב פרעגט, א בת קול הערן דאך נאר צדיקים, וואס האט מען פון דעם אז ס'גייט ארויס א בת קול וואס דער צדיק וואס זינדיגט נישט הערט? ס'וואלט לכאורה געדארפט זיין פאר מענטשן וואס זינדיגן אז זיי זאלן עס הערן???
ענטפערט דער בעל שם טוב אז דער בת קול איז טאקע פאר מענטשן וואס זינדיגן און דאס קומט צו יעדן אויף אן אופן פון א התעוררות צו טון תשובה!
וואס איז אבער מיט דער מענטש וואס הערט די בת קול און מאכט זיך נישט וויסנדיג, ער פארט ווייטער און שטעלט זיך גארנישט אפ טראכטן, אלעס איז ביי אים 'פונקט', 'ס'האט זיך…' אזא מענטש איז לכאורה די שרעקעדיגסטע חיה!
איך טראכט צו מיר, איך ברענג אהער דא יענעם צו די שפיגל און איך זאג אים קוק! ניין טיפער.... נאך טיפער... וועק דיך אויף פון שלאף! געב דיך א גוטן קוק אן, א גאנצן טאג ביזטו פארנומען ארומלויפן, ארלעדיגן, מסדר זיין, פיקסן, צוברעכן, בענטשן, שעלטן, קיין איין רגע שטעלסטו זיך נישט אפ קוקן אין שפיגל ווי אזוי דו קוקסט אויס... האסט ארויסגערעדט א דיבור צום אייבערשטן? האסט געעפנט א ספר? האסט געלייגט תפילין?
געב דיך א גוטן קוק אן! מ'לעבט אין אזא בהלה... לעצטע וואך פרייטאג צונאכטס בין איך געזעצן מיט אפאר אידן און איך האב נאכגעזאגט א געדאנק וואס איך האב געהאט אויף די פרשה. מ'זעהט אין די פרשה אז יוסף הצדיק, קיינער האט נישט געהאלטן פון אים, ער איז געווען אינגאנצן אפגעפרעגט, אין חרם פארווארפן אין מצרים, "יעדער איינער" האט פארשטאנען אז פון אים דארף מען שטיין ווייט, ער איז נישט קיין אונזעריגער... עד כדי כך אז מ'האט אים פארקויפט אויף מצרים... אבער ביי יוסף שטייט די גאנצע צייט והשם עמו דער אייבערשטער איז די גאנצע צייט געווען מיט אים, אין די קליפת מצרים האט ער געדינט דעם אייבערשטן און איז געווען דבוק אינעם אייבערשטן...
זעהט מען פון דעם אז נישט דווקא דארט ווי "יעדער איינער" איז, אדער דארט ווי "יעדער איינער" האלט... איז די ריכטיגע פלאץ, אמאל קען זיין אז דווקא דארט ווי מ'האט נישט געהאלטן... דווקא דארט געפונט זיך דער אייבערשטער!
רופט זיך אן עפעס א מר בר רב אשי א מורא'דיג גוט ווארט: "דו ווייסט ווי אזוי איך ווייס וועלכע פרשה גייט די וואך? איך האב געפרעגט די גוי וואס רייניגט די שול!"
פארשטייט זיך אז מיר האבן געהאט נאכדעם א פיינעם שמועס, איך האב אים מסביר געווען אז אלע פעסטע טשילערס זענען שוין היינט מעביר סדרה יעדן טאג און מ'קען זיין זייער קאאל און טשילד אוט און יעדע וואך ענדיגן די פרשה...
אבער פארוואס? פארוואס כאפט ער נישט א בליק אין די שפיגל אנשטאט קוקן אויף מיר? דו ווילסט מיר געפעלן? דו ווילסט מיר ווייזן ווי פעסט דו ביזט? וואס איז מיט דיך? שטעל דיך ביי א שפיגל נישט צו זען ווי קיוט דו ביזט, נאר קוק טיפער וואס טוט זיך אין דיר? גענוג מיט וואס וועט יענער טראכטן אויף מיר... וואס טראכסטו אויף דיר? אפשר מאך דיר א קליינע חשבון הנפש וואו אלט דו ביזט, וואו ביזטו שוין אנגעקומען מיט דיינע שאיפות...
ביי שלש סעודת טוט זיך א שווערע שמועס! דער עולם איז זייער צוקאכט, איין מחותן הייבט אן דעם שמועס אז סענטערפיסעס ביי א שבת שבע ברכות איז א נייע מחלה שלא כתובה בתורה!
און אלע שטימען צו! ווער האט געגלייבט, אלע זענען איינשטימיג אז אלעס ביז די סענטערפיסעס איז געהעריג "נארמאל"!
אוי! געבט אן עלטערער איד א קרעכץ, "ס'קאסט דאך אזוי פיל חתונה צו מאכן... און ס'דא אזוי פיל גיטין ר"ל אזוי פיל אינגע פארפעלקער טיילן זיך ליידער…" איז דער קלוגער פארשטענדליכער אידל אין דעם קופקעלע אויפגעקומען מיט א מוראדיגע בליץ וואס וועט שיסן צוויי פייגל מיט איין שאס איין גאר גאר קלוגע עצה וואס וועט לייזן אלע פראבלעמען! הערט: "מ'גייט שפענדן אויף די חתונה נאכט בלויז צוויי אלפים, דער חתן באקומט א צייטווייליגע קוטשמע... און די חתונה נאכט ווערט געפראוועט אין די קלענסטע זאל, זיי מופן אריין אין א פיצעלע סטודיא אפארטמענט, אלעס גייט זיין אזוי ביליג ווי ס'קען זיין און נאכדעם אויב גייט אריבער צוויי יאר און זיי טיילן זיך נישט, דעמאלט גייט מען מאכן די "גרויסע" חתונה! דעמאלט גייט מען אים קויפן א "געהעריגע" שטריימל פאר זעקס אלפים, אזוי אויב גט'ן זיי זיך גייט עס קיינעם נישט אן…"
מ'האט "כמעט" נישט געשפענדעט קיין געלט... דאס איז די איינציגסטע עצה!!!! אלע שטימען מיט! יא דאס איז די עצה!
איך וויל שנעל לויפן ברענגען דעם שפיגל וואס זאגט נאר אמת... און עס שטעלן פארנט פון דעם איד וואס דרש'נט פערל ווערטער און גאר קלוגע עצות און אים זאגן, קוק! געב דיך א גוטע טיפע קוק אן! וואס איז מיט דיר ווען איז חתונה מאכן פאר פופציג אלפים געווארן "נארמאל"? ווען איז אזוי פיל גיטין געווארן סטאנדארד אז אזוי קומט עס שוין און מ' קען שוין מילא גארנישט טוהן?
דאס איז די איינציגסטער וועג? יא, איך ווייס ער האט געמאכט א דשאוק... איך ווייס אז אמת'דיג ווייסט ער אויך אז דאס גייט נישט פאסירן... אבער וואס יא, וואס איז יא זיין ערווארטונגען און מציאות? אז ער געבט זיך אונטער? ער פארשטייט אז ס'שוין אזוי געווארן און וואס קען מען טוען און אזוי איז עס...
ווער פירט דיר? ווער איז דיין מחליט אז דו קענסט ארויסרייסן פון דיין מויל אז דער אייבערשטער האט דיר פיינט! אפילו נאר פאר א דשאוק... אבער וואס טראכסטו ווען דו קוקסט אין שפיגל? וואס טראכסטו ווען נאר דו הערסט? וואס האסטו פון דאס אלעס אויב איז דיין קעפל פארלאשן? וואס האסטו פון דעם אויב טראכסטו נישט?
אפשר זאלסטו געבוירן ווערן אן א מח און ווען מען וועט זען נאך א פאר יאר אז מ'קען דיר טראסטן מיט א מח וועט מען עס דיר דעמאלט געבן... דאס איז דיר שוין נישט איינגעפאלן קלוגער איד... הע?
אז א מענטש האט סייעתא דשמיא און ער קומט אן אין א פלאץ וואס גיבט שכל וואס לערנט דעם מענטש טראכטן, דארף מען בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו נוצן די שכל און פאלגן די עצות, אז נישט ח"ו קוקט מען אויס ווי א בלויזע הינטל, ווי א שרעקעדיגע חיה... מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין זיך צו זען און זיך פארבעסערן און נישט ווערן פארבלענדט...
יואליש קרויס פון ירושלים האט אנגעמערקט א מוראדיגע זאך: פרשת וישב איז געווען א בילד פון אפאר יאר צוריק אין די קרית ברסלב בלעטל אין די קאלום "ווער זענען זיי" פון די ישיבה אין די טעג פון חנוכה. זייער א שיינע בילד מיט דער ראש ישיבה אינמיטן. האט ער אנגעמערקט אז אין די בילד איז דא 36 בחורים וואס 27 וואס ער ווייסט האבן שוין חתונה געהאט און איינער איז א חתן!
זעט מען פון דעם אז אויב נעמט מען די שכל און עצות און מ'פאלגט וואס א צדיק זאגט קומט מען צום סוף אן!
אוי ואבוי פאר דעם אויבער חכם וואס איז אלס קלוגער וואס פארשטייט אלס בעסער וואס מאכט נאר א דשאוק ער האט גארנישט געמיינט אוי איז דער א שרעקעדיגע חיה.