קרעדיט: משה ארי' שניצלער
 
 
די לעצטע שבת-מברכים-באזוך פון דער ראש ישיבה אין שטעטל האט זיך אנגעהויבן מיטוואך נאכט פרשת וישב.
 
די ערשטע מאל וואס איך האב געזען דער ראש ישיבה איז געווען דאנערשטאג. איינס אזייגער בין איך געווען אין די כולל אפיס וואס איז סטאנציאנירט אין די גרויסע קאמפלעקס פון קרן הדפסה היכל הקודש, איך בין ארויס פאר איין מינוט פון די כולל אפיס און געגאנגען צו דעם גרויסן באלעבאטישן לאנטש-רום וואס געפינט זיך דארט, אזוי צוריקגייענדיג פון די עס זאל צום כולל אפיס, הער איך די בעל קלינגט, אזוי בשעת איך הער די בעל קלינגען, בין איך פונקט אדורך וואו מ'קען זען דורך די גלאז ווער ס'שטייט ביי די טיר, איך זע דער ראש ישיבה איז דא! כ'האב געגעבן א פרישע דערקוויקנדע טיפע אטעם, אזוי ווי איינער גייט שבת נאכ'ן טשאלנט ארויס פון א אכציג דעגרי דיינונג רום צו א פופציג דעגרי לופטעלע אינדרויסן אויפ'ן פארטש.
 
דער ראש ישיבה איז אריינגעקומען אין הדפסה בילדינג, איך בין צוריק צום כולל אפיס, בערך פינף צען מינוט שפעטער האט דער ראש ישיבה אפגעשטאט א קורצע באזוך אין כולל אפיס, דער ראש ישיבה האט זיך נאכגעפרעגט אויף די פאנד רעיזינג אקטיוויטעטן, און וואס איך טו יעצט אויפ'ן מאמענט, כ'האב געזאגט אז יעצט רוף איך א איד א נגיד וואס האט געטון א שידוך מיט א קינד, כ'האב געזאגט פאר דער ראש ישיבה אז דאס איז איינס פון די פאנדרעיזינג מיטלען וואס מיר נוצן צו העלפן דעקן די כולל. (ביזדערווייל איז דאס פון די גאר קליינע איינקופטן, מ'ארבעט דערויף אז מ'זאל אנקומען צו מער מענטשן, און מער אויסשמועסן דעם צוועק אויף א מער פערזענליכע לעוועל).
 
אויף מיין טיש איז געווען א פעיפער-קאפ פון די קאמפיין פון באבוב-45, האט דער ראש ישיבה געפרעגט אויב איך האלט עס אויף מיין טיש עס נאכצומאכן, האב איך געזאגט אז ניין, איך האלט עס אויף מיין טיש צו געדענקען אנצורופן א חשוב'ן נדבן וואס האט שייכות מיט באבוב-45, א גרויסער בעל צדקה.
 
צווישן אנדערן האט דער ראש ישיבה געפרעגט, וויפל איז דער וועכנטליכער בודזשעט פון כולל, מיר זענען אריין אין אנדערן אפיס, וואו עס ווערט געפירט די כולל בוקקיפינג, און איבערגעקוקט די פונקטליכע נאמבער פון די וועכנטליכע בודזשעט, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מ'דארף מאכן "באנוס טשעקס" לכבוד חנוכה, א הונדערטער חנוכה-באנוס פאר יעדן אינגערמאן אין כולל, דער ראש ישיבה זאגט מיר, דו מוזט עס וויסן, אז מ'מוז ווייזן אפרישיעישן.
 
דער ראש ישיבה האט געשמועסט עטליכע מינוט מיט מיר און מו"ה אשר יעקב הי"ו, דער ראש ישיבה האט געזאגט וועגן די כולל "דאס איז נאר די אנהייב! דאס איז נאר די התחלה! עס וועט נאך זיין הונדערטער אינגעלייט אין כולל!"
 
אזוי אינמיטן שמועס האב איך באדאנקט דער ראש ישיבה פאר א מורא'דיג ווארט וואס איך האב געלערנט לעצטנס אין עצתו אמונה, "יעדע מחשבה וואס מ'טראכט נישט פון באשעפער איז דמיון" איך האב זייער אסאך חיזוק פון די טייערע מורא'דיגע ווארט.
 
נאכדעם איז דער ראש ישיבה געגאנגען צו אנדערע צימערן אין דעם אפיס קאמפלעקס, איך בין צוריק אין די כולל אפיס, נאך עטליכע מינוט, האב איך געדארפט ארויסקומען עפעס נעמען פון לאנטש רום, זע איך ווי די ראש ישיבה שטייט לעבן די אפיסעס פון מו"ה יואל נ"י פון מכון עצתו אמונה, און מו"ה משה נ"י פון "קול ברסלב" און דער ראש ישיבה קוקט אויף מיר, האלטענדיג צוויי בריוון פון עצתו אמונה, דער ראש ישיבה פרעגט מיט א וואונדער, "דאס איז צו שארף?" און דער ראש ישיבה זאגט מיר איך זאל עס ליינען, הויך, אויפ'ן קול, איך האב עס געליינט. איין בריעף איז געווען וואס האט דעם טיטל "גיי נאך געלט און ברענג עס אין אפיס פון די מוסד צו צאלן מלמדים" און די אנדערע איז געווען וועגן רעדן שיין אינדערהיים (ביידע האב איך אוועקגעלייגט אינדערהיים און אויפגעשריבן "דער ראש ישיבה האט מיר דאס געגעבן אין די הענט אריין און געהייסן פארליינען פאר די ארומיגע").
 
נאכדעם איז דער ראש ישיבה אראפ צו די פרינטינג רום, וואו די צענדליגער מאשינען קנאקן ארויס די הייליגע ספרים וואס שרייען אויף די גאנצע וועלט, דו קענסט אנהייבן א נייע בלעטל אין לעבן, דער אייבערשטער נעמט דיך צוריק יעצט די מינוט, פארגעסן וואס איז געווען, די הערליכע ארבעט ווערט אנגעפירט מיט גרויס געניטשאפט דורך מו"ה נחמן נתן הי"ו און זיינע מיטהעלפערס.
 
איך האב זיך געיאגט אהיים, צו קענען נעמען מיין קליינעם זון צו די ערשטע חנוכה'דיגע מנחה מעריב, (די גרעסערע קינדער האט דער באס אראפגעלייגט גלייך פון חדר צום בית המדרש) אריינקומענדיג אין שול האבן מיך באגעגנט א כוואליע פון פושקעס וואס האבן געקלאפט און געפאדערט מיט א עזות דקדושה אז איך זאל געבן אפצאל-געלט צו קענען צוקומען צום ספרים שאנק צו נעמען א סידור און זיך זעצן אויפ'ן ארט צום דאווענען.
 
די פושקע יאווערייען און קלאפעראציע האט מיך דערמאנט פון שיטת רבינו הקדוש מ'סאטמאר זכותו יגן עלינו, אז עס איז א טובה פאר א ערליכע קהילה צו בעטן פון די חברי הקהלה ווי מער צדקה, אז מען בעט מער, געבט דער עולם מער, און אז דער עולם געבט מער, באקומט דער עולם מער און מער פון הימל. (מיט דעם קען מען אפשר פארענטפערן די קושיא וואס אלע פרעגן, וויאזוי קען היכל הקודש ברסלב מצליח זיין? וואו נעמט מען אזוינע געלטער? די תירוץ איז פשוט, אין שטעטל איז דא הונדערט און פופציג משפחות מיט פופצן גבאי צדקה, וואס שאפן געלט פאר פופצן צוועקן, דער עולם אין ברסלב געבט אסאך צדקה, במילא קומט צוריק נאך, און מ'געבט נאך, און ס'קומט נאך, און אזוי ווייטער און ווייטער).
 
נאך מנחה מעריב בין איך געגאנגען קוקן ביי דעם שמש'ס שענקל צו ער האט שוין די נייע מנורה-בענקל, און צו כ'האב גענוג וואטע און גלעזלעך, דריידלעך און קנויטלעך, צינדער'ס און בינדער'ס, זאגער'לעך און וואג'עלעך און טשאקלעד-געלט וואס מ'לעקט און סע'melt. נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיינע קליינע קינדער קוקן דער ראש ישיבה'ס חנוכה לעכט צינדן.
 
ס'איז געווען זייער שיין צו זען ווי דער ראש ישיבה געבט זיך אפ מיט חינוך הילדים אזוי ווי דאס איז די חשוב'טע און וויכטיגסטע (קענסט יענע מענטש וואס די געלט איז די עיקר און חינוך איז די טפל? אין ברסלב איז חינוך אזוי ווי ביי יענעם געלט, און די געלט איז אזוי ווי ביי יענעם די חינוך) און אלעס מיט א געשמאקקייט און זיסקייט, נישטא קיין זכר פון אנגעצויגנקייט און בייזעראציע, לויטער פרייליך, בלויז אנגענעם, די קינדערלעך האבן אלע געשיינט מיט א שמייכל פון אויער צו אויער.
 
דער ראש ישיבה האט אונז אנגעוואונטשן און געבענטשט די קינדער.
 
נאכדעם זעמיר אהיימגעגאנגען צינדן די הייליגע חנוכה לעכט, ס'האט געשמעקט פון די היימישע דעלישעס פעטיגע חנוכה מאכלים, מען האט געהערט די איידעלע גערויש ווי די אויל אינעם פענדל טוט מיט די גרעסטע מאס געטריישאפט אפפרעגלען די פאטעיטע-אייער-געמיש (מיר האבן אויפגעפאדערט דעם דייעט דאקטער אז ער איז מחוייב צו נעמען א "געצווינגענע אורלויב" אויף צוויי וואכן), כ'האב געלאזט מעלדן אין קיך אז אויב עס פאדערט זיך איינער זאל פארזוכן די חנוכה מאכלים, קען איך עס טון מיט גרויס איבערגעגעבנקייט. איך האב טאקע א ביזי סקעדזשול, אבער איך וועל א טובה טון און אריינשטופן צייט צו פארזוכן פון יעדן מאכל באזונדער.
 
נאכ'ן צינדן די ערשטע ליכטעלע האמיר געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה איז געקומען צו אונז אויף א קורצן באזוך, ס'איז געווען זייער געשמאק, שכח אייבערשטער פאר דעם הערליכן באזוך.
 
ניין אזייגער איז געווען די "וועכנטליכע אינגעלייט שיעור" אין שטעטל, דער ראש ישיבה האט גערעדט זייער שטארק וועגן רעדן שיין אינדערהיים, און נישט חלילה ווארפן א פחד.
 
פרייטאג צופרי האט דער ראש ישיבה געדאוונט אין ישיבה היכל הקודש ברסלב ד'קרית ברסלב המתנהלת על ידי מו"ה יוסף שניטצלער הי"ו.
 
פרייטאג צו נאכטס האט דער ראש ישיבה געדאוונט קבלת שבת פאר'ן עמוד. בעניני נגינה איז געווען דריי חידושים דעם שבת, איינס איז געווען די נייע ניגון ביי לכה דודי, די צווייטע חידוש איז געווען אז דער ראש ישיבה האט צופרי ביי הלל דריי מאל גענוצט דעם ניגון פון "קה אכסוף". די דריטע חידוש איז געווען וואס דער ראש ישיבה האט צום ערשטן מאל גענוצט ביי "לך אזבח זבח תודה" דעם שטיקל "ופרצו חומות מגדלי" פון ר' יוסעלע ראזנבלאט ע"ה.
 
פרייטאג צו נאכטס נאך די באטע, בין איך ארויס פון שול, איך שטיי אזוי און קוק ווי דער ראש ישיבה רעדט צו דעם און צו יענעם, א שמייכל פאר א בחור, א חיזוק ווארט פאר א אינגערמאן, א דאנק ווארט פאר די וואס געבן זיך אפ מיט עניני הכלל, אזוי שטייענדיג אינדרויסן ביי די טיר, הייבט דער ראש ישיבה אן צו גיין ארויפצו צו די ראוד, אזוי האט דער ראש ישיבה שפאצירט מיט מיר, דער ראש ישיבה פרעגט מיך וואס האט מען גערעדט ביי די סעודה? האב איך געזאגט מ'האט פארציילט זאכן פון דער ראש ישיבה, נאכדעם האט דער ראש ישיבה גערעדט אז מענטשן הערן זיך צו צו מענטשן וואס רעדן פון מאדנע און פאסקודנע זאכן, און דאס הערן טויזנטער מענטשן, האב איך געזאגט אז וויפל ס'איז מיר נוגע איז עס בעיקר נאר דער ראש ישיבה וואס רעדט ווערטער וואס איז "אינטרעסאנט" און "אויספירבאר". האט דער ראש ישיבה דערמאנט איינער פון די ערליכע רבנים און געזאגט אז ער איז זייער א ערליכער איד אבער צו קענען העלפן מענטשן אז זיי זאלן האבן א זיסע לעבן מוז מען אנקומען צו די עצות פון רבי'ן. דער רבי לערנט אונז בעיקר וואס מ'האט צו טון דא אין פראקטישן טאג טעגליכן לעבן. (אין די ביזנעס וועלט רופט מען עס the here and the now)
 
מוצאי שבת קודש איז געווען א הערליכע מלוה מלכה, גערופן אויף ניין אזייגער. מיר האבן געהאט א גרויסן סורפרייז ווען דער ראש ישיבה האט ארויפגערופן מו"ה אברהם יושע הי"ו וואס האט אזוי שיין גערעדט און מסביר געווען פארן עולם אז דער בודזשעט פון דעם בית המדרש איז שוין א ערנסטער זאך און דער עולם ווערט געבעטן צו העלפן אז די שול זאל קענען אנגיין אומגעשטערט. די בודזשעט איז אכציג טויזנט דאלער א יאר, און דער עולם ווערט זייער שטארק געבעטן צו העלפן שלעפן דעם לאסט, יעדער וואס קומט אין שול נוצט דאך די לעקטער, הייצונג, קלינינג סטעף און נאך פארשידענע הוצאות.
 
די רעדע פון ר' אברהם יושע האט מיך צוריק געברענגט צו יארן צוריק, ווען ר' אברהם יושע איז אריין די ערשטע טאג אין די ברסלב'ע חדר, מיט מיינע קינדער און נאך עטליכע משפחות, גוטע פריינט האבן מיר דעמאלטס געזאגט אז ברסלב קען נישט מצליח זיין! "דו וועסט דיר קיינמאל נישט מוחל זיין די עוולה פון לייגן דיינע קינדער אין ברסלב" "דו הרג'עסט דיינע קינדער" ועוד ועוד.
 
וואוילמיינענדיגע מענטשן האבן נאכגעקוקט די ברסלב'ע קינדער אין די פראש-פארק אין בארא פארק און געלאפן צו עסקנים מיט א קראנטע באריכט אז די ברסלב'ע קינדער זענען דיפרעסט.
 
עטליכע יאר איז אדורך, איין מוצאי שבת קודש, זומער תשע"ד, אין "ערנפעלד'ס קעמפ", נאך די מלוה מלכה, יעדער גייט שוין צו זייער באנגעלוי, איך בין נאך געבליבן אויבן אויפ'ן בארג, כ'האב מיך נישט געיאגט אראפ צו גיין צו מיין באנגעלוי, מיין ווייב געט מיר א זאג, געב א קוק, ס'איז דא צוגאסט א משפחה פון קרית יואל...... שפעטער איז נתגלה געווארן אז ס'איז טאקע געווען דאס וואס מיר האבן געטראכט, ר' אברהם יושע'ס שווער איז געקומען אים זען, און וואס ווייטער? איך ווייס נישט פון גארנישט, כ'האב געהערט מאחורי הפרגוד וועגן דעם שידוך, אבער איך נעם נישט ערנסט די שמועה, ווען איך וועל דארפן הערן וועל איך הערן.
 
ס'איז אדורך א וואך צוויי און עס רופט מיך אן איינער פון מיינע נאנטע אז ס'גייט זיין א ספעציעלע פארברענג אויף א שיף אויפ'ן וואסער ארום מאנהעטן, ער האט פאר מיר א טיקעט און איך בין וועלקאם צו קומען דזשוינען די קראוד. לעולם וואלט איך נישט געזוכט צו גיין, אבער כ'האב געטראכט אלץ דרך ארץ, ער שאפט מיר א טיקעט, זאל שוין זיין א נאכטמאל אויך, און איך בין נאך א וותרן אויך, פאר'ן מסכים זיין צו קומען, וואס קען שוין זיין אזוי שלעכט.....
 
די שיף רייזע איז באשטאנען פון א מסיבה צו שאפן פאנדן פאר א צדקה צוועק, ס'איז געווען בערך א הונדערט, צוויי הונדערט מענטשן, די מוזיק איז געווען סאמטינג אוט אוו דיס ווארלד, גאר גאר געשמאק, די עסן איז געווען אויסערגעווענליך דעלישעס און מלכות'דיג.
 
די שיף האט געהאט צוויי שטאק, די אונטערשטע שטאק איז געווען א הערליכע לעכטיגע זאל וואו מ'האט געגעסן און געהערט די הערליכע מוזיק מיט באצויבערנדע וועלט בארימטע זינגערס, די אויבערשטע שטאק איז געווען די דעק, וואו מ'האט געקענט זיצן גרופן-ווייז און כאפן א לייכטע שמועסעלע בשעת דער האדסאן ריווער בלאזט אריין אין די לונגען א שטיק פרישקייט פון אטלאנטיק אושן.
 
די אויבערשטע שטאק איז געווען האלב אינגאנצן טונקל, מיט עטליכע צאנקענדיגע פענסי לעכטעלעך, און די אנדערע האלב איז געווען נאך מער טונקל, אן קיין לעכט, די לבנה האט אויך נישט געשיינט יענע נאכט, טונקל as in טונקל. זיץ איך מיר אזוי אויפ'ן דעק פון שיף, קיינער זעט נישט אז איך רעד צו אויבערשטן, איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל מיר העלפן מיט אלעס וואס איך דארף, כ'האב געהאט א גאנצע ליסט מיט זאכן אויף מיין "תפילה-צעטל", הייליגער באשעפער העלף מיר, באשעפער ווייז מיר אז דו הערסט מיך אויס, האסט מיר שוין אזוי סאך זאכן געהאלפן, בעט איך דיר העלף מיר ווייטער, מאך מיר לעכטיג אין די אויגן, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זען אז זאכן רוקן זיך, אזוי האט זיך מיין הארץ געעפנט, איך האב געהערט ווי מ'זינגט אונטן "אשא עיני אל ההרים" פון ר' שלמה קארלבאך ע"ה, אוי הייליגער באשעפער, נאר דו קענסט מיר העלפן, עזרי מעם השם!
 
פלוצלונג האט מיין טעלעפאון געגעבן א טרייסל, וואס איז? אברהם יושע איז א חתן! כ'האב אזוי געוויינט פאר שמחה אז ווער ווייסט צו דער האדסאן ריווער איז נישט געווארן העכער מיט א אינטש!
 
כ'האב מיך אזוי געפרייט אז דער אייבערשטער זאגט, יא! זאכן רוקן זיך! די מעסעדזש איז געווען קלאר! ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט!
 
אויף וויפל איך געדענק איז ר' אברהם יושע געווען די ערשטע שידוך אין אמעריקע וואס האט געפאלגט דאס וואס מוהרא"ש האט זיך געבעטן אז ביי א שידוך דארף מען קוקן וואס איז תכלית און נישט ווארטן ביז די עלטער מומע'ס שכנ'טעס טעראפיסט'ס קעצעלע'ס עצה-געבער זאגט אז דער בחור מעג שוין חתונה האבן ווייל ער איז שוין צוויי און צוואנציג און ער איז שוין גענוג מאטשור צו זאגן פאר זיינע חברים אז עפעס איז ראנג מיט זיין ווייב ווייל זי בעט אים ער זאל אהיימקומען העלפן האלטן די וויינעדיגע בעיבי.
 
ווען אברהם יושע האט זיך אויפגעשטעלט מיט זיין דרשה מוצאי שבת חנוכה האב איך שטילערהייט געבעטן דעם אייבערשטן, הייליגער באשעפער, וואס קען איך דיר באדאנקען פאר די ברסלב'ע חדר, הייליגער באשעפער איך בין דיר שולדיג מיין לעבן.