קרעדיט נפתלי הירצקא וואללנער
 
 
יעצט ברענגען מיר אייך א שמועס מיט המפיץ הגדול מו"ה ר' דוד יענקל יאקאבאוויטש הי"ו, וואס איז א זון פונעם גרויסן מפיץ מו"ה ר' נתן יאקאבאוויטש שליט"א, לאמיר הערן פון אים וויאזוי עס גייט צו די הפצה ביי אים דארט אין ארץ ישראל.
 
א גוטן הרב ר' דוד יענקל.
א גוט יאר פאר דיר
 
פאר די אמעריקאנער עולם זענט איר נישט אזוי באקאנט אויב איר קענט זיך אביסל פארשטעלן פאר די טייערע ליינער ווער איז דאס ר' דוד יעקל יאקאבאוויטש?
איך בין א זון פון המפיץ הגדול ר' נתן יאקאבאוויטש שליט"א איך וואוין אין יבנאל עיר ברסלב עיר השמחה, ברוך ה' אז איך בין שוין געבוירן אין א שטוב וואס מ'האט געאטעמט היכל הקודש, דעם רבי'נס עצות און לימודים.
 
איר גייט מיט א חברותא אדער איר גייט אליינס?
על פי רוב גיי איך מיט א חברותא
 
ווער האט אייך אריינברענגט צו גיין הפצה?
איך האב געלערנט אין ישיבה ביי מוהרא"ש זי"ע, איך בין אריין אין ישיבה פאר ראש השנה און ביז פורים צייט בין איך נישט געגאנגען בכלל קיין הפצה, איך פלעג זיצן און לערנען פון די פריע פארטאגס שעות ביז די שפעטע נאכט שעות, ס'איז געווען א געשמאקע צייט דעמאלט.
 
ארום פורים צייט איז אנגעקומען אין די בנין הישיבה 10,000 שטיק פון די הגדה של פסח מיט די פירוש פון מוהרא"ש "אור זרוע" און מ'האט עס געדארפט גיין מפיץ זיין. מוהרא"ש האט מיר געבעטן איך זאל גיין צוזאמען מיט מיין ברודער ר' שלום יוסף נ"י מפיץ זיין די הגדות, איך האב פארשטייט זיך גלייך געפאלגט איך מיט מיין ברידער זענען געגאנגען יעדן טאג איבער די גאסן פון בארא פארק און וויליאמסבורג, און מיט די הילף פון אלע מפיצים האט מען אויף פסח געענדיגט אלע 10,000 הגדות. איך בין געווען זייער פרייליך אז מ'האט עס געענדיגט און יעצט קען איך צוריק זיין צום נייעם זמן ביי די גמרא אזוי ווי פריער.
 
למעשה אסרו חג פסח די ערשטע טאג פונעם זומער זמן נאך מנחה האב איך געטראכט אז די ישיבה האט זיך שוין אויף היינט געענדיגט און איך קען מיך שוין זעצן אין א ווינקל לערנען ביז די שפעטע נאכט שעות [עס איז וויכטיג צו באטאנען אז ביי מוהרא"ש אין ישיבה האט זיך ישיבה געענדיגט דריי אזייגער נאך מנחה און די איבריגע שעות ביז ביינאכט איז געווען געווידמעט צו גיין נאך געלט פאר די ישיבה און פאר הפצה] אבער מוהרא"ש קומט צו צו מיר און ער רופט זיך אן בזה הלשון: "נא גיי צוזאמען מיט דיין ברודער גייטס ווייטער" מיין גאנצע חלום איז מיר דאן צופאלן...
 
ווי גייט איר אלס הפצה?
איך גיי ווי אימער מ'קען, ביי הייזער, ביי באסעס, אויך ביי געשעפטן און רעסטוראנטן. אבער בעיקר גיי איך אסאך ביי די אינטערסעקשענס.
 
אפשר קענט איר מסביר זיין פאר די אמעריקאנער עולם וואס עס מיינט צו גיין ביי די אינטערסעקשענס?
אין ארץ ישראל איז זייער גרינג צו גיין ביי די אינטערסעקשענס ווייל רוב לאנד איז אידן און מ'קען זיי פארשלאגן א ספר, ס'ארבעט אזוי ווען ס'ווערט רויט גייט מען צי צו די קארס וואס ווארטן ביים רויט לייט און ס'גייט שנעל איינס נאכן צווייטן מ'געבט א פרוטה לצדקה מ'געבט א קונטרס און מ'גייט ווייטער, ס'נישט דא קיין צייט צו פעניען קיינער קען דיך נישט אריינשלעפן אין קיין וויכוחים ווייל באלד ווערט שוין גרין...
 
וואס טוט זיך וועגן בזיונות ווי אפט קומט א בזיון און וואס טוט מען דערצו?
איך מאך נישט קיין עסק פון קיין בזיונות, ווען איך גיי הפצה האב איך אלץ צוויי קעשענעס איינס פאר די צדקה געלט און איינס פאר די בזיונות…
 
אז דו פרעגסט וועגן בזיונות וועל איך דיר פארציילן אן אינטערעסאנטע מעשה וואס איך האב געהאט וועגן בזיונות, אלס בחור ווען איך בין נאך געווען פריש אין הפצה האב איך איינמאל באקומען א בזיון איינער האט מיר גוט מבזה געווען ביי הפצה, אבער איך האב נישט געוואלט פארציילן פאר מוהרא"ש כדי נישט צו מאכן קיין צער. פונקט יענע טאג ווען איך בין צוריקגעקומען אין ישיבה נאך הפצה איז מוהרא"ש דארט געווען און מוהרא"ש פרעגט מיך גלייך: "איינער האט דיר עפעס געזאגט, זאג, איינער האט דיר עפעס געזאגט". האב איך געזען אז איך קען גארנישט באהאלטן האב איך פארציילט אז א איד האט מיך נאכגעשריגן "ברענג עס נישט אהער ווארף עס אין גארביטש קיינער דארף עס נישט דא", און מוהרא"ש זאגט מיר גלייך "זאג אים אז דער וואס נעמט צוזאם די גארביטש וועט זיין א איד, ער גייט עס טרעפן און ער גייט ווערן פרום דורך דעם"...
 
אפשר קענט איר פארציילן עפעס א געשיכטע ווי א איד איז זיך צוגעקומען צו אייך באדאנקען אז איר האט ממש געראטעוועט זיין לעבן.
איך בין געווען א שטיק צייט צוריק אין בת ים האב איך געטראפן דארט א פרומער איד א בעל תשובה און ער זאגט מיר אז די קונטרסים האבן מיך ארויסגענומען פון די בית הבליעה פון די סטרא אחרא, דורך די קונטריסים איז ער געווארן א פולקאמער בעל תשובה און ער האט אויפגעשטעלט א שייינע שטוב לשם ולתפארת.
 
איר האט עפעס א טיפ א חיזוק פאר די פרישע מפיצים?
ווען איך האב געלערנט אין ישיבה ביי מוהרא"ש פלעגט מוהרא"ש יעדע שטיק צייט פארן קיין יבנאל, איינמאל פאר מוהרא"ש איז אוועקגעפארן בין איך געשטאנען מיט מיין טאטע שליט"א ביי די טיר און מוהרא"ש שפאצירט אונז אדורך און רופט זיך אן צו אונז: "גייטס הפצה הפצה הפצה נאר דאס וועט בלייבן" דאס איז געווען אונזער צידה לדרך.
 
עפעס א גוטע מעשה פון הפצה.
איך בין לעצטענס געווען אין א רעסטוראנט איז געווען דארטן צוויי גרויסע טישן מיט מענטשן און איינער האט געבענטשט ברכת המזון און ביי די הרחמן'ס איז דא געוויסע וואס פירן זיך צו זאגן הויעך די הרחמן'ס און מ'ענטפערט אמן נאך יעדע הרחמן - אויך מוהרא"ש האט זיך אזוי געפירט - ער האט געזאגט אלע הרחמן'ס הויעך און אינמיטן בין איך אריינגעקומען ווען ער האט מיר באמערקט רופט ער זיך אן הויעך 'הרחמן הוא ישלח לנו קונטריסים' ס'געווען אן הקדמה פאר די גאנצע רעסטוראנט אז א מפיץ איז דא...
 
א גרויסע יישר כח פארן אוועקגעבן פון אייערע טייערע צייט הצלחה וברכה 
אמן וכן למר א שכח פאר דיר כל טוב בשורות טובות
 
אמן