א שמועס מיט הרב ר' יואל פארקאש שליט"א גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית יואל
טו שבט תשפ"ד 📝
קרעדיט נפתלי הירצקא וואללנער
יעצט ברענגען מיר אייך א שמועס וואס מיר האבן אפגעהאלטן מיט הרב ר' יואל פארקאש שליט"א גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית יואל, ר' יואל פירט שוין דעם בית המדרש לאנגע יארן, און גאר אסאך תלמידי היכל הקודש זענען דארט מקורב געווארן אדער אויפגעוואקסן און באקומען פון ר' יואל חיזוק זיך צו דערהאלטן אין היכל הקודש.
היינט וועט מען כאפן א שמועס איבער די הפצה אין וואס ער איז עוסק:
א גוטן וואס הערט זיך?
הודו לה' כי טוב
קודם שטעלט אייך פאר פאר די טייערע ליינער ווער איז דאס הרב ר' יואל פארקאש?
איך ווייס אויך נישט, אבער אין הימל ווייסט מען.
דורך וועלכע טעכניק פון הפצה זענט איר מקורב געווארן?
מיך האט מקרב געווען די ספרים און קונטריסים וואס איך האב געטראפן ליגן אין די שול'ן, און אויף די באסעס, וואס מענטשן האבן עס דארט געלאזט נישט זייענדיג אינטערעסירט וואס עס שטייט דערינען. אבער מיך האט עפעס מורא'דיג געכאפט און ס'האט גערעדט צו מיין הארץ, אז ס'האט מיך ממש אינגאנצן איבערגענומען.
ס'דא אסאך מענטשן וואס האבן געהערט די שיעורים פון מוהרא"ש אבער זיי שעמען זיך מיט די פלאץ, זיי זאגן נישט פאר קיינעם אז זיי לעבן פון דעם פלאץ, ווי אזוי האט איר זיך ארויסגעשטעלט מיט א שטארקייט אז יא איך בין א 'ברסלבער', און איר זענט געגאנגען בריש גלי הפצה, ווי אזוי האט איר געהאט די קוראזש אנצוהייבן?
יעצט פרעגסטו זייער גוט! איך האב געזען אין שיחות מוהרא"ש וואס הרב ר' יצחק לעזער שליט"א האט פארשריבן אז מוהרא"ש האט אלע יארן געשריגן "אז איך ווייס פון אזא גרויסע רבי'ן פארוואס זאל איך דאס באהאלטן, פארוואס זאל איך עס האלטן נאר פאר מיר". מפיצים זענען געקומען מיט טענות צו מוהרא"ש פארוואס דארף מען לייגן אזא גרויסע ברסלב'ע קרוין אויף די דעקל פון אלע ספרים, לכבוד דעם נעמען מענטשן ווייניגער די ספרים, ווייל יעדער וועט זיי זאגן גלייך אז זיי זענען ברסלב'ע, האט זיי מוהרא"ש געענטפערט אז דאס איז פונקט פארקערט דאס איז די גרעסטע כבוד אז ס'שטייט דעם רבי'נס נאמען אויף די ספרים, און אז דו האסט א פראבלעם מיט דעם געב דיך אן עצה.
ביי מיר איז ברסלב א גרויסע כבוד, און באהאלטן האב איך שוין גענוג באהאלטן אלע יארן, ס'איז שוין געווען א אור הגנוז והנעלם, אבער דעם רבי'ן דארף מען מער עפענען און פארשפרייטן, און וואס וועט שוין זיין אז מ'וועט מאכן אזא שיינע דעקל אז מ'וועט גארנישט קענען אויסגעפונען אז ס'האט עפעס מיט ברסלב, וועט זיין ליידער דעם רבי'נס עצות באהאלטן פאר נאך אפאר יאר היל"ת.
אבער דער אמת איז איך האב פאר קיינעם נישט געזאגט אז איך האב עפעס א שייכות מיט ברסלב נאר ביז איך בין געווען גרייט מיט דעם אז איך בלייב ביים רבי'ן ס'זאל זיין וואס ס'זאל זיין, אפילו מ'זאל מיר צובינדען צו א קאר און ארומפארן מיט מייקראפאנען אין גאנץ קרית יואל און אויסרופן הויעך אז איך בין א ברסלב'ער, פאר איך בין נישט געווען גרייט פארדעם האב איך פאר קיינעם נישט געזאגט אז איך בין א ברסלב'ער, אבער איינמאל איך בין געווען גרייט ביי מיר מיט גאר אסאך תפילה והתבודדות האב איך נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט קיין שום זאך.
אויף וועלכע וועג גייט איר הפצה ?
איך גיי ברוך השם דא אין קרית יואל אין די בתי מדרשים, כוללים, היכל התורה'ס.
אויב איר קענט געבן א טיפ און אזוי אויך חיזוק פאר די פרישע מפיצים.
איך וויל זאגן פאר אלע טייערע מפיצים אז מ'דארף זיך האלטן אלץ פריש און הפצה, ווייל ס'דא יעדע מאל א פרישע נסיון, און ס'איז נישט שייך צו זאגן אז איך בין שוין לאנג א מפיץ, ווייל דער מפיץ וואס איז שוין לאנג א מפיץ האט אויך יעדן טאג א פרישע נסיון און ער דארף זיך אויך מחזק זיין און אסאך בעטן דעם אייבערשטן, "הפצה קען מען נישט גיין אן תפילה".
און נאך א נקודה איז וויכטיג צו וויסן אז א מפיץ דארף זיך מחי' זיין מיט יעדע ביסל וואס ער איז מפיץ. איך האב געזען אמאל א בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט: מ'זאל מפיץ זיין כאטש איין קונטרס א טאג, איך בעט נישט מער ווי איינס. אין דעם דארף מען זיך מחזק זיין און בעטן דעם אייבערשטן אז יעדן טאג זאל מען כאטשיג פאר איינעם קענען געבן א קונטרס, איין בחור געבן א גליון, אז ס'זאל נישט אדורכגיין קיין איין טאג אן הפצה. איך בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף דעם און איך זע ברוך ה' ניסים ונפלאות אין דעם ענין.
איך וועל דיר דערציילן איין סיפור; איין טאג נאך מעריב האב איך זיך געטראפן אז איך בין נישט אנגעקומען היינט צו מפיץ זיין אפילו איין קונטרס, איך האב זייער שטארק געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל כאטש איינעם קענען געבן א קונטרס. ממש פאר איך בין אנגעקומען אהיים טרעף איך א בחור און איך האב אנגעהויבן שמועסן מיט אים, ביים סוף האב איך געגעבן א קונטרס און ער האט זיך זייער געפריידט דערצו.
אגב האב איך אמאל געזען א בריוו ווי מוהרא"ש פארציילט: "יארן לאנג בין איך געגאנגען הפצה מיט פילע שאפינג בעגס, איך בין געגאנגען אין אלע שולן, באס סטאנציע'ס און טרעין סטאנציע'ס, ישיבות און כוללים, מ'האט מיר ארויסגעווארפן מיט אזעלכע בזיונות, אבער איך האב מיך נישט דערשראקן פון קיינעם און איך בין געגאנגען ווייטער הפצה".
מוהרא"ש שרייבט דארט ווייטער אז הפצה איז א זאך וואס א ברסלב'ער חסיד מוז טון, און איינער וואס זאגט אז ער קען דאס נישט טון איז דאס נאר א כבוד זאך, און מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל דאס קענען מקיים זיין. ס'טאקע נישט גרינג אבער דאס איז די נקודה פון מוהרא"ש עוסק זיין אין הפצה.
פרישט ענק אויף, זייטס ענק מחזק און גייט פארשפרייטן דעם רבי'נס עצות אויף די גאנצע וועלט...
באמת א גרויסע ישר כוח פאר'ן אוועקגעבן פון די טייערע צייט מיר ווילן אייך וואונטשן הצלחה וברכה אין אייער הייליגע ארבעט.