קרעדיט נפתלי הירצקא וואללנער
 
די וואך לערנען מער אין די סדרה די הלכות וויאזוי אויסצושטעלן דעם משכן, לכבוד דעם כאפן מיר זיך אריבער קיין ארצינו הקדושה צום שטאט בית שמש ווי מיר רעדן מיט'ן גבאי פונעם בית המקדש מעט "בית המדרש היכל הקודש ברסלב - בית שמש" מו"ה שלמה מינצבערג הי"ו.
 
ר' שלמה איז א ווארעמע איד און ער איז דא צו העלפן לכל דורש ומבקש, ער דינט אלס געטרייער גבאי פארן בית המדרש ווי ער געבט זיך אפ מיט יעדע מתפלל ווי דער חשוב'סטער מענטש, דאס בית המדרש איז סטאנציאנירט אויף גאר א באשיידענעם פלאץ אויף רבי יהושע בן לוי גאס נומער זעקס, עס איז ווי א לייכטורעם פארן גאנצן שטאט בית שמש וגבולותיה ביי אחד מבני החבורה מו"ה יצחק רוטה הי"ו. 
 
לאמיר צוגיין און הערן פון א גבאי'ס פערספעקטיוו ווי אזוי ס'פירט זיך דעם בית המקדש מעט. 
 
א גוטן ערב שבת ר' שלמה, קודם ווילן מיר הערן אין געציילטע ווערטער וויאזוי זענט איר מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן אין היכל הקודש, און וואס האט אייך געכאפט דא? 
 
עס איז געווען מיט בערך פיר יאר צוריק ביים אנהייב פון די קאראנא וויירוס אויסברוך, איך בין געזעצן און שטוב פארקנאקט, מ'האט מורא געהאט ארויסצושטעקן די נאז פון פענסטער, אין בית המדרש בין איך אוודאי נישט געגאנגען, איך האב נישט געלערנט מיט מיין חברותא, אזוי איז דורך טעג וואס איך האב ליידער נישט געהעריג געלערנט.
 
 איך בין געווען גוט צובראכן פון די גאנצע סומאטוכע, האט מען מיר מציע געווען אין שטוב אז ס'איז דא א שיינע האטליין וואס רופט זיך "קול ברסלב" אפשר זאל איך עס אויסהערן און הערן דארט שיינע חיזוק. איך האב געטראכט אז עס איז נאך א האטליין צווישן אלע האטליינס, נאך איינער האט נישט וואו צו רעדן האט מען געעפענט נאך א האטליין, אבער פון שטוב האט מען מיר זייער געשטופט איך זאל דאס אויסהערן.
 
 איך האב אריינגערופן און איך האב אנגעהויבן הערן נייע זאכן, איך האב געהערט אז איך דארף נישט האבן קיין חברותא צו לערנען יעדן טאג תורה, ס'איז דא א שיינע דרך הלימוד וואס איז פאסיג פאר יעדן איינעם, ס'האט מיר ממש אויפגעלעבט. 
 
ווער האט פארשפרייט אין ארץ ישראל די האטליין קול ברסלב? 
 
ביי קאראנא זענען מענטשן געווען זייער דערשראקן, האט המפיץ מו"ה גדלי' דוד בלום הי"ו פארשפרייט בראשורן און קארטלעך, עס איז געשטאנען דערויף "א פחד א שרעק! קלינגט אריין קול ברסלב…" אזוי איז עס אנגעקומען ביי מיר אינדערהיים, ביי מיר אין שטוב האט אנגעהויבן הערן די שיעורים נאך פאר איך האב עס אויסגעהערט. 
 
זייער שיין. יעצט לאמיר אריבערגיין צום בית המדרש; ווי אזוי און ווען האט זיך געגרינדעט דער בית המדרש אין בית שמש?
 
ס'האט זיך אנגעהויבן מיט א שטיק צייט צוריק מיט א צוזאמקום ליל שישי אין איינעמ'ס פריוואטע אפיס, ווי מ'האט אויפגעשפילט א שיעור פון דער ראש ישיבה. נאך א שטיק ציייט זעענדיגע אז ס'דא מיט וועם צו גיין צום טיש, האט מען אנגעהויבן זיך צוזאמצוקומען אויף שלש סעודות ביי מו"ה יצחק רוטה הי"ו אינדערהיים. שפעטער ווען מ'האט געזען אז ס'איז שוין דא א קארגע מנין האט מען אנגעהויבען דאווענען אויך שבת ביינאכט. שמחת תורה תשפ"ג האט מען געמאכט די ערשטע מאל א מנין אויך אינדערפרי אויף די הקפות, וועגן דעם האט מען שוין שבת בראשית אויך געדארפט מאכן א מנין שבת אינדערפרי כדי צו קענען מאכן די קדישים חתן תורה און חתן בראשית, אזוי איז שוין פון דעמאלט געבליבן די מנין אויף אלע דריי תפילות.
 
ווער האט אייך ממנה געווען אלס דער עמטליכער גבאי אינעם בית המדרש?  
 
איינמאל פאר די יארצייט פון רבי נתן זצ"ל איז דער ראש ישיבה געווען דאהי אין ארץ ישראל, דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט ביי א שיעור אז מ'זאל זיך צוזאמקומען אין יעדע שטאט צו פייערן א סעודות הילולא, דער ראש ישיבה האט אינמיטן געזאגט "אין בית שמש האבן מיר א גבאי, איך האב אוועקגעשטעלט שלמה מינצבערג"! איך האב נישט געוואוסט אז איך בין גבאי ביז דער ראש ישיבה האט עס מיר דאן אנטפלעקט, און איך ווייס נאכאלס נישט די אורזאך פון די מעשה, אבער אז דער ראש ישיבה זאגט פאלגט מען, מען פרעגט נישט קיין קשיות. 
 
וואס נעמט אלס אריין אינעם טיטל "גבאי בית המדרש היכל הקודש בית שמש"?
 
וויבאלד מיר האבן נאכנישט געהעריג קיין בית המדרש - מיר דאווענען ביי א איד אינדערהיים - דארף איך נאך דאגה'נען אז ס'זאל זיין גענוג אידן אויף אלע תפילות, אויך אמאל ווען מ'דארף מאכן א מגבית פארן בית הדפוס דאהי אין בית שמש זעץ איך מיך אוועק צוזאמען מיט מו"ה שלמה טעסלער הי"ו - וואס אגב לערנט ער פאר יעדן טאג דעם דף, אויך לערנט ער פאר די שיעור סיפורי מעשיות שבת בייטאג - און אינאיינעם שאפן מיר געלט פארן בית הדפוס (אגב, האט שוין דער שרייבער פון די שורות אפגעהאלטן א שמועס מיט מו"ה שלמה טעסלער הי"ו וואס וועט בעזרת השם ערשיינען און די קומענדיגע וואכן).
 
די מתפללים אין אייער בית המדרש געבן איבער אז איר מאכט יעדן זיך שפירן זייער היימיש, ווי אזוי מאכט מען דאס?
 
איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, איך מיין אז ס'קומט ווען מ'געבט פאר יעדע מתפלל די געפיל אז ער פעלט אויס און אז ער געבט צו פארן פראכט און שיינקייט פונעם בית המדרש, וואס דאס איז באמת אזוי, יעדער געבט צו צום בית המדרש. 
 
אז איך רעד שוין מיט א איד פון ארץ ישראל וואלט איך געוואלט וויסן וויאזוי עס איז אין היכל הקודש בנוגע די ערב רב און זייערע אנהענגער? 
 
דער ראש ישיבה האלט אין איין רעדן און שרייבן אנטקעגן די ערב רב און זייערע פארטייען, אלע מוסדות היכל הקודש זענען על טהרת הקודש און מ'איז נישט נהנה קיין זוז כל שהוא פון זיי, אין די מוסדות רעדט מען בלויז אידיש, ווי דער ראש ישיבה האט געשריבן אין א בריוו פאר'ן מנהל מו"ה יצחק פאפענהיים הי"ו. 
 
עס איז אינטערסאנט אראפצוברענגן וואס דער ראש ישיבה שרייבט אין א בריוו יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, תש"פ פאר איינעם וואס פרעגט וועגן גיין צו די בחירות, וזה לשונו: איך וואונדער זיך זייער אויף דיין שאלה וואס דו פרעגסט, צי דו זאלסט גיין צו די בחירות; וואס איז דיין שאלה בכלל, וואס האסטו מיט די פארשאלטענע מדינה - די ערב רב וואס האבן אויסגע'שמד'ט מיליאנען אידן? דו ווייסט דאך וואס די צדיקים פון די פריערדיגער דור האבן געהאלטן, אז מען טאר נישט נעמען קיין חלק אין די בחירות הטמאות, און דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו שרייבט אינעם הייליגן ספר ויואל משה (מאמר שלש שבועות, סימן קמ) אז גיין צו די בחירות איז ביהרוג ואל יעבור.
 
דו האסט געלערנט אין ישיבה אלע יארן, בעט איך דיר זייער טייערער ..., לאז זיך נישט פארדרייען דיין קאפ מיט די אלע וואס זאגן אז מען דארף גיין צו די בחירות, עס פאסט נישט פון א תלמיד הישיבה צו ווערן פארדריידט; דו האסט דאך געטרינקען פון די אונגארישע וויין, ווי קומט צו דיר בכלל אזא שאלה? אודאי זאלסטו נישט גיין! זאלסט נישט האבן צו טון מיט זיי, נישט נעמען א חלק אין די מרידה במלכות שמים, נישט דו און נישט דיין ווייב.
 
דא לייגט מען אריין קנאות אין די קינדער מיט א געזונטהייט אויף א שיינעם וועג. אויך האט מען געזען וואס האט וויי געטון פאר מוהרא"ש ווי מ'האט געליינט די בריוו וואס איז געווען ציטירט דא אינעם קרית ברסלב בלעטל וואס מוהרא"ש שרייבט די אמת וועגן ציונות. דער ראש ישיבה ברענגט אסאך מאל אראפ פונעם הייליגן סאטמאר'ע רבי זי"ע בנוגע ציונות, אויך האב איך געזען א בריוו אין אשר בנחל ווי מוהרא"ש שרייבט אז מ'דארף האבן א שיעור אין ספר הקדוש ויואל משה וואס דאס איז די שלחן ערוך פארן היינטיגן דור. 
 
געוואלדיג, אזוי קלאר און שיין ארויסגעברענגט!  וויאזוי באנעמט איר זיך צו איינעם וואס האלט אנדערש פון אייך לגבי פירן דעם בית המדרש און ער טיילט אייך איין וואס צו טון? 
 
מ'קען קיינעם נישט אפ'פסל'ען, אסאך מאל קען יענער אויפמערקן ריכטיגע זאכן, מ'דארף אלעמאל הערן פון א צווייטן און געבן פאר יענעם די געפיל אז מ'פארשטייט אים, איך בין דאך נישט דער גרעסטער בעל שכל… ווייל איך טראג דעם טיטל גבאי מיינט נאכנישט אז איך דארף יענעם אוועקמאכן, ותשועה ברוב יועץ, און טון טוט מען וואס ס'איז ריכטיג…
 
בעפאר א שיינע שבת אדער יום טוב פרעגט איר דעם ראש ישיבה ווי אזוי זיך צו פירן אדער איר האט שוין גענוג שימוש? 
 
געווענליך שיקט דער ראש ישיבה א בריוו פאר אלע גבאים מיט פונקטליכע אנווייזונגען ווי אזוי זיך צו פירן, און עפעס וואס איך ווייס נישט פרעג איך מו"ה יצחק פאפענהיים הי"ו - גבאי בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין ירושלים עיה"ק תובב"א. 
 
איר האט שוין אמאל באקומען א געוויסע הוראה פון דער ראש ישיבה לגבי דעם בית המדרש? 
 
דערווייל נאכנישט. אבער א פסק האב איך יא זוכה געווען צו באקומען… פארוואס מען מאכט נישט קיין געהעריגע בית המדרש. 
 
אלס איינער וואס האט א באצויבערנדע זיסע שפראך וואס וואלט איר געוואלט איבערגעבן פאר די ליינער? 
 
רוב ליינער זענען דאך פון די קהילה היכל הקודש, וויל איך ענק אויפמערקזאם מאכן אז דער ראש ישיבה רעדט זייער שיינע זאכן, פראקטישע עצות און חיזוק ברוחניות ובגשמיות, דארף מען נאר זען צו פאלגן, איינער וואס פאלגט בתמימות ובפשיטות זעט גאר שיינע זאכן ועולמך תראה בחייך. 
 
נאך איין זאך וואלט איך געוואלט זאגן, דאס איז א הארציגן יישר כח פאר די שיינע מערכת פונעם קרית ברסלב בלעטל, עס איז אזוי שיין אזוי ציענד, ביי מיר אינדערהיים ליינט מען נישט קיין אנדערע צייטונגען נאר דעם קרית ברסלב בלעטל, ס'ליגט אזוי פיל יראת שמים, אזוי הייליג און ריין, עס איז פאר אלע יארגענג מיט אזוי פיל תוכן, באמת א דאנק!
 
א גרויסן יישר כח פארן אוועקגעבן פון אייער טייערע פארנומענע צייט, א גוט שבת און אסאך הצלחה!