מכתב יומי

א אלול תשפ"ד

September 04 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


 בעט פאר גוטע קינדער, בעט יעצט ווען אלעס איז נאך גוט, ווען זיי זענען נאך יונג, ווען זיי האבן נאכנישט די ביטערע נסיונות, ווייל נאר מיט תפילות קען מען זוכה זיין צו גוטע קינדער.


מוהרא"ש דערציילט, ווען די הייליגע צוויי ברידער, דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק און דער הייליגער רבי ר' זושא זענען געגאנגען גלות ליידן - האבן זיי געטראפן אין איינע פון די דערפער א קינד, זיי האבן געזען אויף דעם קינד אז ער האט א הייליגע נשמה, זיי האבן געזען א שטארקע ליכטיגקייט רוט אויף אים, זיי האבן געפרעגט דעם קינד וואו ער וואוינט, זיי האבן געוואלט זען דעם טאטן, אים נאכקוקן ווי אזוי ער האט זוכה געווען אראפ צו ברענגען אזא הייליגע נשמה, זיי האבן געזען דעם איד, א פשוט'ער איד וואס דאווענט דריי מאל א טאג די דריי תפילות מיט מנין, אוןן לערנט שיעורים כסדרן, זיי האבן זיך זייער געוואונדערט ווי קומט צו אזא פשוט'ער איד אזא הייליג קינד.


זיי האבן געפרעגט און געפרעגט, ביז די ווייב האט געזען ווי זיי עקשנ'ען זיך, האט זי געזאגט אז יעדן שבת אינדערפרי ביי די זמירות, ביי ברוך ה' יום יום ווען איר מאן קומט אן צו די ווערטער: "וזכנו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות" - וויינט ער, עס רינט אים טרערען פון די אויגן, ער זאגט איבער די ווערטער אן א שיעור מאל, ביז ער פאלט פון די כוחות, אזוי חזר'ט זיך איבער יעדן שבת; האבן די צוויי הייליגע ברידער געזאגט, יעצט פארשטייען זיי ווי קומט אזא הייליג קינד צו אזעלכע פשוט'ע עלטערן, דורך תפילה; דער קינד איז אויסגעוואקסן דער צדיק רבי דוד לעלובער זכותו יגן עלינו.


חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, אז מען שמועסט ביים דאווענען, מען רעדט ניבול פה און מען קריגט זיך מיט די ווייב - וועלן די קינדער אויסוואקסן אזוי; זיי וועלן אויך רעדן ביים דאווענען, זיי וועלן אויך רעדן ניבול פה און זיך קריגן מיט יעדן איינעם. חינוך איז - זיך אליין פאררעכטן, אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט, נישט שרייען אין שטוב און קיינמאל נישט שרייען אויף די ווייב, קומען אין שול מיט דרך ארץ, נישט רעדן ביים דאווענען, און מיט אסאך תפילה – דורכדעם איז מען זוכה צו גוטע ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.