מכתב יומי

א תמוז תשפ"ד

July 07 2024

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין שטעטל איז געווען הערליך, עס איז דא אזויפיל צו דערציילן און צו שרייבן פון איין שבת מיט אנשי שלומינו; א שאד אז קיינער שרייבט נישט אפ די שיינע שבתים. איך וועל דיר שרייבן בקיצור אביסל פון די שיינע דיבורים וואס מיר האבן גערעדט.


שבת אינדערפרי ביי סיפורי מעשיות האבן מיר געלערנט די מעשה פון די זביב ועכביש (סיפורי מעשיות, מעשה ז) דער רבי זאגט: "דער קעניג האט פארשטאנען אז מען וויל אים ווייזן מיט די זאך פון די פליג מיט די שפין", מיר האבן זיך מחזק געווען אז יעדע זאך וואס פאסירט - דארף מען זיך אפשטעלן און זיך פרעגן 'וואס וויל מען מיר לערנען? וואס וויל מען מיר ווייזן?' און אז מען קען נישט אויסטראכטן וואס מען דארף פאררעכטן זאל מען דאס דורכשמועסן מיטן אייבערשטן, און זאגן: "רבונו של עולם איך ווייס איך דארף עפעס פאררעכטן, איך ווייס אבער נישט וואס, ווייז מיר וואס איך דארף פאררעכטן".


מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט דאנקען דעם אייבערשטן, אז ווען עפעס גייט אריבער - זאל מען זיך מאכן א חשבון אויב מען האט שוין היינט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן, ווייל ווי מער מען דאנקט און מען לויבט - שפארט מען איין עגמת נפש.


ביי שלש סעודת האבן מיר געלערנט ליקוטי מוהר"ן חלק א סימן י, אות ט, ווי דער רבי טייטשט אויס די ווערטער פון רבה בר בר חנה (בבא בתרא עד.), ער דערציילט ער האט געטראפן א טייעא וואס האט אים געוויזן די לעכער וואו עס קומט ארויס א רויך, וואו קרח איז איינגעזינקען געווארן, ווי דער רבי טייטשט אויס די ווערטער, אז ווען א מענטש פאלט אריין אין די לעכער פון קרח, פון מינות וכפירה - איז דא איין וועג ווי אזוי מען קען זיך צוריק קערן, דורך דעם צדיק וואס איז ווי א רומח 'רוח' 'מ"ם', דער צדיק ער האט א כח "כי אפיק הוה איחרך איחרוכי", ער געבט א נייעם לעבן, אריכות ימים פארן מענטש, מען הויבט אן לעבן מיטן אייבערשטן.


היינט איז געווען ביי מיר א סעודת ראש חודש מיט די אינגעלייט וואס העלפן מיר דעקן די כולל. יעצט דארף איך לויפן צו א חתונה פון איינער וואס האט מיך געראטעוועט בעת צרה יארן צוריק ווען מען האט מיר געוואלט שלעכטס טון, און ער האט זיך ארויסגעשטעלט מיר צו העלפן, ער מאכט חתונה, איך וועל דיר נאך שרייבן.


איך בעט דיר זייער גיי נישט וואו מען רעדט ניבול פה, גיי נישט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג:) און דער רבי ברענגט דאס (ספר המדות אות ניבול פה, סימן ג): "בַּעֲווֹן נִבּוּל פֶּה צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת", צוליב די עבירה פון ניבול פה קומען אסאך צרות און נייע גזירות אויף די וועלט, "וּבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים, חַס וְשָׁלוֹם", יונגע מענטשן שטארבן, "וִיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעֲקִים וְאֵינָם נַעֲנִין", יתומים און אלמנות שרייען פאר הילף און זיי ווערן נישט געענטפערט, אלעס דורך די עבירה פון ניבול פה.


וואס ווייסטו וויפיל פרנסה איז דיר אנגעשריבן און דורך רעדן ניבול פה פארלירסטו אלעס... אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג.) און דער רבי זאגט דאס (ספר המדות אות ניבול פה, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִילּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה", ווער עס רעדט ניבול פה, אפילו מען האט אים אפגעשריבן א גוטע זאך פאר זיבעציג יאר, "הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה", דרייט מען עס איבער צו שלעכט, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵּיהִנּוֹם", דורך ניבול פה מאכט מען זיך טיפער די גיהנום, "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", און נישט נאר דער וואס רעדט ניבול פה, נאר אפילו דער וואס הערט אויס ניבול פה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.