מכתב יומי
ב אייר תשפ"ג
April 23 2023
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די וואך גייט צוויי פרשיות, פרשת אחרי און פרשת קדושים. הויב אן פון היינט מעביר סדרה זיין, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. לערן די פרשה מיט רש"י; צדיקים זאגן אויף דעם וואס דער מחבר זאגט: "וירא שמים יקרא תרגום וגם פרוש רש"י", אז דער ירא שמים זאל לערנען אויך רש"י, זאגן צדיקים, אז מען ווערט א ירא שמים דורך לערנען רש"י.
אויך זאלסטו באנייען דיין שיעור אין גמרא. מאך זיך צוויי שיעורים, איין שיעור ש"ס כסדרן פון אנהויב און נאך א שיעור, לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא; אויב האסטו צייט זאלסטו לערנען ביידע שיעורים, און אז נישט - זאלסטו לערנען כאטשיג דעם בלאט גמרא. מוהרא"ש ברענגט פונעם חיד"א אין ספר שם הגדולים (מערכת ספרים, אות ת) פון הגאון מוה"ר רבי שעפטל, א זון פון דעם הייליגן של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, אז לימוד גמרא דארף זיין א חיוב פארן מענטש אזוי ווי לייגן תפילין.
היינט האבן מיר אנגעהויבן נאך א זמן ישיבה, מיט די זעלבע פרישקייט ווי דער ערשטער זמן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
---
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אז דו וועסט זיך שיין פירן צו דיין ווייב, דו וועסט זוכן אין איר גוטע זאכן, דו וועסט איר ליב האבן, דו וועסט איר דן זיין לכף זכות, איר זוכן צו פארשטיין - וועט זי צוריק אנהויבן לעבן מיט דיר.
ווען די ווייב שפירט אז מען דארף איר נאר פאר די אייגענע הנאה; מען זארגט נישט פאר איר, מען רעדט נישט שיין צו איר וכו', מען וויל איר נאר פאר די אייגענע הנאה - דאס מאכט אז זי זאל זיך דערווייטערן פונעם מאן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.