מכתב יומי
ב אלול תשפ"א
August 10 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיר שטייען יעצט אין חודש אלול, יעצט איז א צייט וואס מען קען באקומען א שידוך און אויך שלום בית. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית", חודש אלול איז מסוגל צו פאררעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו דער וואס האט זיין שידוך, ער האט חתונה געהאט, וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו'. זאגט דער רבי: "וְחֹדֶשׁ אֱלוּל שֶׁאָז יְכוֹלִין לְתַקֵּן זֶה", חודש אלול קען מען פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען בפגם הברית, "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", ממילא איז מען דעמאלט זוכה צו טרעפן דעם שידוך; זאגט דער רבי אז דאס איז מרומז אין די ווערטער וואס אברהם אבינו האט געזאגט פאר אליעזר ווען ער האט אים באפוילן צו גיין זוכן א שידוך פאר יצחק אבינו, ער האט אים געזאגט (בראשית כד, ח): "וְ'אִם לֹ'א תֹאבֶה הָאִשָּׁה לָ'לֶכֶת אַ'חֲרֶיךָ", די ראשי תיבות פונעם פסוק איז אלול, און אינמיטן שטייט די ווערטער: "תֹאבֶה הָאִשָּׁה", דאס קומט אונז ווייזן אז חודש אלול איז מסוגל צו טרעפן א שידוך; ווייל אז מען טוט תשובה, מען געבט זיך אונטער צום אייבערשטן און מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון דעם רצון השם, איז מען זוכה צו טרעפן א שידוך און מען איז זוכה צו האבן שלום בית.
זאג תהלים; תהלים ברענגט נאנט צום אייבערשטן, תהלים ברענגט צו תשובה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זיך צוריקקערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהלים, ווייל תהלים איז מסוגל צו תשובה; "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִין, שֶׁבִּימֵי תְּשׁוּבָה - דְּהַיְנוּ בֶּאֱלוּל וַעֲשֶׂרֶת יְמֵי תְשׁוּבָה, כָּל יִשְׂרָאֵל עוֹסְקִין אָז בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה כַּנַּ"ל", אזוי ווי מען זעט אין די טעג פון אלול און עשרת ימי תשובה זענען אלע עוסק אין זאגן תהילים, ווייל דאס איז מסוגל צו תשובה, "וְעַל כֵּן, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד לַעֲסֹק תָּמִיד בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי תְּהִלִּים הוּא הִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחַז בּוֹ", דערפאר איז א גרויסע זאך שטענדיג עוסק זיין אין זאגן תהלים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האף אז אלעס איז ביי דיר אין בעסטן ארדענונג; ביי אונז אין שטעטל איז זייער שיין, עס איז דא אסאך שמחות, יעדע וואך דעם זומער איז געווען אין שטעטל שמחות כן ירבו.
היינט איז געווען א ברית ביי האברך ... נרו יאיר, זונטאג איז געווען א ברית ביי האברך ... נרו יאיר, קומענדיגע וואך זונטאג איז דא נאך א ברית ביי האברך ... נרו יאיר. אויך וועט זיין זונטאג א שיינע מעמד, איך וויל דיר לאדענען פערזענליך צום הכתרה, מיר גרייטן זיך אויפצונעמען הרב הגאון רבי יונה זינגער שליט"א זאל זיין דיין פאר אונזער קהילה. דער מעמד וועט פארקומען זונטאג כי תצא אינעם בנין התלמוד תורה אין ליבערטי, איך וועל זיך זייער פרייען דיר צו זען; די מסיבה איז פאר די גאנצע קהילה, פאר די גאנצע משפחה; מענער, פרויען און קינדער.
יעצט ווען מיר שטייען אין חודש אלול, יעדער זוכט א תשובה אויף וואס מען דארף אלץ תשובה טון, האבן מיר פון רבי'ן א וועג פאר תשובה, אפשווייגן ווען מען ווערט פארשעמט; אויב איינער פארשעמט דיר זאלסטו בלייבן שטיל, ענטפער נישט; מיט דעם וועסטו אפקומען אלע דיינע חטאים עוונות און פשעים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה.
מען האט אלע יארן געזען ביי אנשי שלומינו די זאך פון נישט ענטפערן ווען איינער פארשעמט; ברסלב'ער חסידים האבן זיך שטענדיג געפריידט ווען זיי האבן אריינגעכאפט א בזיון, אפילו די מתנגדים האבן געוויסט צו זאגן א סימן ווער איז א ברסלב'ער, דער וואס לאזט זיך, דער וואס ענטפערט נישט.
מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה געגאנגען מיט איינעם פון אנשי שלומינו צום הייליגן רבינ'ס ציון, אויפ'ן וועג איז צוגעקומען א מתנגד און געווארפן אויפ'ן טשערינער רב א שטיק צואה. דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און די בעקיטשע איז אים פארשמירט געווארן, ער האט זיך אבער נישט וויסנדיג געמאכט פון דעם נאר ער איז ווייטער געגאנגען, אבער דער אנדערער וואס איז מיטגעגאנגען מיט אים האט זיך אויסגעדרייט צו דעם מתנגד און אנגעפאנגען שרייען: "שגץ!" וכו' און דער מתנגד האט צוריק געשריגן וכו'. האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייג, דאס איז דאך אונזער זאך", און ער האט צוגעלייגט: "אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן אויף די וועלט".
איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, דערהאלט זיך; קוק נישט אויף די אלע חלישות הדעת וואס דו האסט טאג טעגליך, בלייב שטארק וועסטו קומען צו דיין זאך.
איך דארף לויפן צו די בחורים, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק, איך וועל דיר נאך שרייבן א צווייטע מאל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.