מכתב יומי

ב טבת תשפ"ד

December 14 2023

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער סמ"ך מ"ם וויל איין זאך, צונעמען דעם מענטש זיין לעבן, און די לעבן אויף יענע וועלט, און מיט מחלוקות און פיינטשאפט איז ער מצליח אלעס חרוב מאכן.


על כן, זאלסטו נישט האבן מיט קיין מחלוקות און שנאת חינם, האב נישט צוטון מיט לצים. שלמה המלך זאגט (משלי כב, י): "גָּרֵשׁ לֵץ", פארטרייב דעם לץ "וְיֵצֵא מָדוֹן", וועט אוועק גיין אלע מחלוקות, "וְיִשְׁבֹּת דִּין וְקָלוֹן", מען וועט זיך מער נישט קריגן; סיי אין משפחה, סיי ביי די ארבעט, סיי אין שול - האב נישט צוטון מיט לצים, וועט דיין לעבן זיין שיין; ווי נאר מען האט צוטון מיט לצים - פאלט מען אריין אין א טיפע זומפ פון מחלוקות און שנאת חינם.


ווער איז א לץ? דער וואס רעדט פון אנדערע? דער וואס שפעט פון אנדערע? אפגערעדט דער וואס מאכט אוועק צדיקים און פרעגט אפ די ווערטער וואס צדיקים רעדן, מיט אזא איינעם טאר מען זיכער נישט האבן, נאר אפילו איינער וואס רעדט נישט אפן קעגן צדיקים, אבער אלע זיינע רייד זענען אויף דעם און אויף יענעם, מאכט ווערטליך און שפעט טאג און נאכט, אזא איינער איז נישט ריכטיג צו נעמען פאר א פריינד.


בעט דעם אייבערשטן פאר גוטע חברים וואס לעבן מיט תכלית, לעבן מיט אמונת חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


א פרייליכן חנוכה.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


גיי ארויס פון דיין קטנות הדעת, דער אייבערשטער איז אזוי גרויס, ער וועט דיר העלפן, עס וועט דיר בעסער ווערן; דו דארפסט נאר גיין צו אים און זיך פארלאזן אויף אים.


דער רבי האט אמאל געפרעגט איינעם: "האסט שוין היינט געקוקט אויפן הימל?" דער רבי האט פארשטאנען אז יענער איז אזוי אריינגעטון אין געלט אז עס ווערט אים שלעכט פון טראכטן אזוי סאך פון געלט; האט אים דער רבי געגעבן אן עצה, געב א קוק צום הימל - וועסטו קומען צו גדלות המוחין.


היינט נאכט צינדן מיר די לעצטע ליכטל, היינט נאכט זאת חנוכה איז די גמר פון אלע תיקונים פון גאנץ חודש תשרי. עס שטייט פון צדיקים אז גאנץ תשרי זענען מיר פארנומען מיט בעטן דעם אייבערשטן, מען פאסט, מען זאגט סליחות, מען וויינט, מען שרייט, דארף מען ווארטן ביז חנוכה גייט אריבער, חנוכה איז א צייט פון דאנקען, און דיקא דורך הלל והודאה קומט מען צו די העכסטע תיקון.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.