מכתב יומי
ב תמוז תשפ"ג
June 21 2023
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס תורה טוט פאר'ן מענטש; אפילו א מענטש זאל זיין רחמנא לצלן אין שאול תחתית, אויב ער נעמט אויף זיך צו לערנען יעדן טאג תורה - וועט די תורה אים ארויסנעמען פון זיינע עבירות, און דער אייבערשטער וועט אים מוחל זיין אויף אלע זיינע עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה, מַעֲלֵה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה, דאס הייסט ער נעמט זיך פאָר צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה – זאגט דער אייבערשטער: "רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט".
לערן יעדן טאג א פרק משניות, דאס וועט דיך אויסוואשן און אראפנעמען פון דיר אלע פלעקן.
מענטשן פרעגן דיך כסדר: "איך הער אז דו ביסט א היכל הקודש'ניק..." ענטפער נישט "יא"; קודם נעם א משניות, זאג א פרק משניות און נאכדעם גיי זאג אים: "יא, איך בין א היכל הקודש'ניק, איך בין א תלמיד פון מוהרא"ש".
די וואס ליידן אויף אסטמא האלטן מיט זיך שטענדיג א קליינע שפריצער, וואס אויב זיי פארלירן דעם אטעם - געבן זיי זיך גלייך א שפריץ אריין פון די מעדעצין, אזוי קענען זיי אטעמען. משניות איז ממש דער זאך, מען דארף דאס טראגן מיט זיך צו קענען אנגיין מיטן לעבן, נישט ווערן פארכאפט אין עבירות.
אם ירצה ה' מארגן וועט זיין די וועכנטליכער ליל שיש שיעור אין שטעטל אין קרית ברסלב, עס וועט זיין נאך מעריב, אום צען אזייגער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.